שכונת בלומינג-גראוו, קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

lebediger berel האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:געהערט אזוי ווייט אז זיי ווילן קאנעקטן די עירוב צום קרית יואל, א סיריעס אונטערנעמונג, די שאלה איז נאר וויאזוי די באערדע וועלן עס אויפנעמען.

וואס הייסט קאנעקטן, סזאל זיין א דורך גאנג, אדער אז ס'זאל ווערן איין גרויסע עירוב?
אז ס'זאל ווערן איין גרויסע עירוב מיינט לכאורה אז גאנץ קרית יואל וועט מוזן טראגן אויף די הוראה פון הרב מאיר בערקאוויטש?

אז מקאנעקט דעם בענדלעך ביז קר"י מעג מען טראגן אריין און ארויס פון קר"י קיין בלומינגראוו.

לויט ווי כפארשטיי (אלץ פשוטער איד) ברויך זיין א זיכוי הפת פאר ביידע צוזאמען צו קענען טראגן אריין און ארויס

נו, די בלומינגראווע קענען נישט מאכן זיכוי הפת פאר די גאנצע מעשה? ששש וואדבורי ווילעס האט געטוען גענוי די זעלבע טריק, פארציילטס נישט פאר קיינעם.
#בשיטה נישט
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עס איז זיכער דא א וועג ווייל אין מאנסי איז די ערוב צוטיילט צווישן אפאר הכשרים און מען מעג טראגן פון איינס צו די צווייטע.
פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריינד »

ועד העירוב האט געמאכט א גרעסערע פת לכבוד וואדבארי ווילעס וואס איך גלייב זיי וועלן עס דא אויך טוהן
נאר זיי נעמען נישט קיין אחריות אויף קיין עירוב אן קיין געיטס. נישט אלס די הידור נאר צוליב די פראבלעמען מיט וואס א צירות הפתח איז פארבינדן. עס צורייסט זיך שנעלער. און מען דארף יעדע וואך ארום גיין באקוקען אלע בענדליך. מש"כ א געיט האט א חזקה.
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

גרעסערע פת? איך מיין אז מיר ווי אכצען גרוגרות פעלט נישט אויס. איך גלייב נישט זיי האבן א כביצה פארן גאנצען שטעטל.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

פריינד האט געשריבן:ועד העירוב האט געמאכט א גרעסערע פת לכבוד וואדבארי ווילעס וואס איך גלייב זיי וועלן עס דא אויך טוהן
נאר זיי נעמען נישט קיין אחריות אויף קיין עירוב אן קיין געיטס. נישט אלס די הידור נאר צוליב די פראבלעמען מיט וואס א צירות הפתח איז פארבינדן. עס צורייסט זיך שנעלער. און מען דארף יעדע וואך ארום גיין באקוקען אלע בענדליך. מש"כ א געיט האט א חזקה.

דער אמת איז, רוב עירוב באנוצט מען זיך מיט די עלעקטאריק ווייערס, וואס איז מוחזק אז סווערט נישט פארשניטן, מדארף נאר באקוקן געציילטערע מקומות ווי וויייערס עקזיסטירט נישט.
#בשיטה נישט
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

פלא וואס איר שרייבט, ווען איך באזוך אין קרית יואל ווי איך גיי און שטיי ארום און ארום ביי די גרעניצן פון שטעטל זע איך געיטס מיט רויטע ווערטער דערויף עירוב - זייער שווער צו גלייבן ס'האט צוטון מיט לעקטער ווייער, אפשר פאר א דאבל פראטעקשאן פארלאזט מען זיך דערויף - ווייס איך נישט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובה דורך לא לנו »

דער גאנצער קרית יואל'ער עירוב ווערט נישט געדעקט פון אן עלטריק ווייער. רוב איז ארומגענומען מיט הויכע צוימען, א הידור וואס נאר קרית יואל (דוכט זיך אויך קרית טאהש) האט. אין געוויסע פלעצער וואו מ'קען נישט לייגן א צוים, צב"ש וואו ס'לויפט דורך א ראוד, מאכט מען א צורת הפתח.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אלט מאנרא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אלט,
איך האב געשריבן אז "לכה"פ" גייען די פרייזן בלייבן סטאביל.

יא גערעכט האסט געשריבן אז עס וועט לכה"פ בלייבן סטאביל אפאר יאר אויב וועט עס נישט עטוואס פאלן, אויב עפעס עטוואס פאלן נישט אויף אזוי ווייט אז עס וועט ווערן צוריק עפפארלדעבל.

אלט, וואס הייסט עפארדעבל? וויפיל פער סק. פיס אדער פער דירה?
דער עיקר איז וויפיל איז פאקטיש ווערט א שטיקל קרקע, און וויפיל קאסט פאקטיש צו בויען?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

lebediger berel האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:
פריינד האט געשריבן:ועד העירוב האט געמאכט א גרעסערע פת לכבוד וואדבארי ווילעס וואס איך גלייב זיי וועלן עס דא אויך טוהן
נאר זיי נעמען נישט קיין אחריות אויף קיין עירוב אן קיין געיטס. נישט אלס די הידור נאר צוליב די פראבלעמען מיט וואס א צירות הפתח איז פארבינדן. עס צורייסט זיך שנעלער. און מען דארף יעדע וואך ארום גיין באקוקען אלע בענדליך. מש"כ א געיט האט א חזקה.

דער אמת איז, רוב עירוב באנוצט מען זיך מיט די עלעקטאריק ווייערס, וואס איז מוחזק אז סווערט נישט פארשניטן, מדארף נאר באקוקן געציילטערע מקומות ווי וויייערס עקזיסטירט נישט.

פלא וואס איר שרייבט, ווען איך באזוך אין קרית יואל ווי איך גיי און שטיי ארום און ארום ביי די גרעניצן פון שטעטל זע איך געיטס מיט רויטע ווערטער דערויף עירוב - זייער שווער צו גלייבן ס'האט צוטון מיט לעקטער ווייער, אפשר פאר א דאבל פראטעקשאן פארלאזט מען זיך דערויף - ווייס איך נישט.

איך רעדט פון דזאנקשאן און די צוקונפדיגע בלומינגראוו עירוב
#בשיטה נישט
פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריינד »

געהערט פון די ועד העירוב אז זיי ווילן זיך נישט פארלאזן אויף קיין עלעקטעריק פאולס. זיי זאגן מיר עס איז נישט קיין לכתחילה
אבער אנדערע מקומות איז יא דא וואס זענען מקיל.
boro park
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 10:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך boro park »

וועלכע וועד ?
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ישר »

ס'איז נאר דא איין וועד העירוב אין ק"י.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

פריינד האט געשריבן:אבער אנדערע מקומות איז יא דא וואס זענען מקיל.

מקיל? דו מיינסט אז אנדערע האלטן אז מען מעג יא... אדער אז וועד העירוב אין קרית יואל איז מחמיר?
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

פריינד האט געשריבן:געהערט פון די ועד העירוב אז זיי ווילן זיך נישט פארלאזן אויף קיין עלעקטעריק פאולס. זיי זאגן מיר עס איז נישט קיין לכתחילה
אבער אנדערע מקומות איז יא דא וואס זענען מקיל.

אין מאנסי וואו עס עקזיסטירט איינע פון די גרעסטע עירובין איבער די וועלט, איז אלעס אויף עלעקטעריק פאולס, און ווערט געפירט אונטער די שטרענגע השגחה פון הגאון רבי יחיאל שטיינמעטץ שליט''א, המומחה הגדול לעניני עירובין, ער האט אויך געמאכט דעם עירוב אין וואודבארי ווילאס, און אזוי אויך ווערט ער גערופן אין פילצאליגע מקומות ווי מען מאכט עירובין, צוליב זיין צענדליגער יארן עקספערטיז אין דעם תחום. (נישט אויסצומישן מיט הרה''ג רבי יחזקאל ווייס שליט''א, אויך פון די שטאט מאנסי וואו ער דינט אלץ מנהל אין איינע פון די ישיבוהת, וואס איז א מומחה לעניני תחומים.
פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריינד »

צו געזונט האט געשריבן:
פריינד האט געשריבן:אבער אנדערע מקומות איז יא דא וואס זענען מקיל.

מקיל? דו מיינסט אז אנדערע האלטן אז מען מעג יא... אדער אז וועד העירוב אין קרית יואל איז מחמיר?

איך ווייס נישט די הלכה חלק. אבער ועד העירוב גייט ארום מאכן עירוב ארום קרית יואל פאר פריוואטע מענטשן וואס רופן
לאזט ער נישט נוצן די עלעקטעריג ווייער נאר הייסט צולייגן א לחי און א נייע בענדל.
הרב שטיינמעץ נוצט יא לכתחילה די עלעקטעריק ווייער.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

פריינד האט געשריבן:

ס'איז א גרויסער חילוק ווען מ'מאכט אן אפיציעלן עירוב פאר אזא גרויסע שטאט ווי מאנסי, איז כמעט אוממעגליך צו מאכן בענדלעך, פארלאזט מען זיך אויף די עלקטריק ווייער. משא"כ ווען מ'מאכט א קליינעם פריוואטן עירוב, איז אוודאי מעגליך בענדלעך.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

נו שוין האט געשריבן:געהערט אזוי ווייט אז זיי ווילן קאנעקטן די עירוב צום קרית יואל, א סיריעס אונטערנעמונג, די שאלה איז נאר וויאזוי די באערדע וועלן עס אויפנעמען.

עירוב בתוך עירוב?

מען שמועסט אז די לאקאלע בלומינג-גראוו געסלעך מאכן אן עירוב קאמפעין פאר זיך צוזאמצוברענגן די גאסן אינטער איין רשות,
פארוואס מאכט מען עקסטער לאקאלע עירובין, און באזינדער פארן גאנצן אומגעגנט.
ס'קוקט שוין אויס ווי א געהעריגע עיר ואם בישראל, לאקאלע מיט גרויסע עירובין....
אוועטאר
ggg
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ggg »

B"H
אטעטשמענטס
Capture55.JPG
Capture55.JPG (64.2 KiB) געזען 2845 מאל
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

ggg האט געשריבן:B"H

אריין אין טעותים אין אונזערע צייטונגען אשכול
רחש לבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

בתי מדרשים און מקוואות אין בלומינג גראוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רחש לבי »

וואלט געווען א תועלת אויב מ׳קען דא צוזאמשטעלן א רשימה מיט אדרעססען פון אלע מנינים, בתי מדרשים און מקוואות אין אלע געגענטער, דאלאס, ווירזשיניע, לעיק שאור.
ובזה החלי בעז״ה:
ביהמ״ד מאורות נתן - ? דאלאס רד. האט א מקוה? מנינים אינדערוואכן?
ביהמ״ד בהנהלת הגרי״מ בערקוויטש - ?
ביהמ״ד זשמיגראד - ?
ביהמ״ד קיט״ל מהר״א ?
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

מ'וואלט שוין געמעגט עפענען א אשכול פארן די 'היימישע געגנט אין טשעסטער'. (נישט אויסמישן מיט די דעוועלאפמענט דארט וואס פלאנט געבויעט צו ווערן 5 מייל ארויפציהר) מיט אירע 3 געגנטער, 3 שולן, הערליכע מאיעסטעטישע פאלאצן ארומגענומען מיט ריזיגע לאנקעס פון גרינע גראז און שמעקעדיגע בלומען, און די ביליגע פרייזן.
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

אהער און אהין האט געשריבן:מ'וואלט שוין געמעגט עפענען א אשכול פארן די 'היימישע געגנט אין טשעסטער'. (נישט אויסמישן מיט די דעוועלאפמענט דארט וואס פלאנט געבויעט צו ווערן 5 מייל ארויפציהר) מיט אירע 3 געגנטער, 3 שולן, הערליכע מאיעסטעטישע פאלאצן ארומגענומען מיט ריזיגע לאנקעס פון גרינע גראז און שמעקעדיגע בלומען, און די ביליגע פרייזן.

ווער לאזט דיך נישט?
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

אויפגעפרישט האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:מ'וואלט שוין געמעגט עפענען א אשכול פארן די 'היימישע געגנט אין טשעסטער'. (נישט אויסמישן מיט די דעוועלאפמענט דארט וואס פלאנט געבויעט צו ווערן 5 מייל ארויפציהר) מיט אירע 3 געגנטער, 3 שולן, הערליכע מאיעסטעטישע פאלאצן ארומגענומען מיט ריזיגע לאנקעס פון גרינע גראז און שמעקעדיגע בלומען, און די ביליגע פרייזן.

ווער לאזט דיך נישט?

וויאזוי עפן איך א אשכול?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

גיי צוריק צום סאב-פארום דרוק אויף "נייע אשכול".
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
איגערקע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגערקע »

רחש לבי האט געשריבן:וואלט געווען א תועלת אויב מ׳קען דא צוזאמשטעלן א רשימה מיט אדרעססען פון אלע מנינים, בתי מדרשים און מקוואות אין אלע געגענטער, דאלאס, ווירזשיניע, לעיק שאור.
ובזה החלי בעז״ה:
ביהמ״ד מאורות נתן - ? דאלאס רד. האט א מקוה? מנינים אינדערוואכן?
ביהמ״ד בהנהלת הגרי״מ בערקוויטש - ?
ביהמ״ד זשמיגראד - ?
ביהמ״ד קיט״ל מהר״א ?

קאשניץ, קינגסוויל. ר' משה האלפערן
בית מדרש הגדול, דאלאס. ר' מאיר בערקאוויטש
מאורות נתן, סיערס. ר' יצחק מרדכי מייזעלס. מקוה. ומנינים לחול.
זשימיגראד. מענגין. מקוה. ומנינים לחול.
קיט"ל מהר"א. רינאק. מקוה. ומנינים לחול.
ברעסלוו, מענגין
לעיק שאור, ר' דוב פרענקל. מנינים לחול.
ראטענבערג ווירזשיניע? ??

ורוח הקודש אומר כן ירבה וכן יפרוץ
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”