די נקודה האט געשריבן:אהער און אהין האט געשריבן:אבער די עיקר איז אז ס'דא א געוואלד מיט מענטשן וואס גלייבן אז אידישקייט דראפט שרעקליך אין בלומינגראוו וכו', וע''ז אנו דנים,
אקעי, דאס מין דמיון מעג שוין אויך נעמען אן עק. סאטמארע יונגעלייט זענען נישט ערצויגן געווארן אז די רגע מ׳גייט ארויס וואוינען אינדרויסן פון הייליגן שטעטל איז מען שוין נישט אזא פולקאמער שומר תורה ומצוות, אלע בתי מדרשים אין מאנסי שפרודלט מיט לומדי תורה יעדן בוקר וערב, אויף פיל א שטערקערן פארנעם ווי אין קרית יואל גראדע, און אויב מעג מען פרעגן, א וואו נאך חוץ אין היכל ראזענבערג ווי נאך געפינט מען הונדערטער אינגעליייט זיצן און לערנען בקביעות עתים לתורה? אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק זיצט דער עולם און לערנט און אלע בתי מדרשים בוקר וערב, ווי איז קרית יואל? דער ציבור האט דא פעסטע שיעורים בוקר וערב?
מען איז נאר ביזי אז אידישקייט דראפט שרעקליך ביים ארויסמופן, א זאך וואס איז שקר מיסודו, קען זיין אז ס׳איז דא 5 שוואכע אינגעלייט אבער ס׳איז נאך עני טיים דא אין הייליגן שטעטל הונדערטער הונדערטער גאר שוואכע אינגעלייט, וואס וואלט נישט געדאפט צו זיין, לעומת זה איז אין בלומינג גראוו צענדליגע כאניאקישע פרומע אינגעלייט, ס׳איז דירעקט א שטארק קאלערפול ציבור פון אלע סארטן, ביידע סאטמארע קהילות בויען דארטן שולן און מקואות, פון די איינוואוינער ציילן זיך א שיינע צאל מלמדים, מחנכים, מגידי שיעורים, דיינים, ס׳איז א הערליכע בליענדע שטאט, בגשמיות וברוחניות.
אגב דער קרעמניצער רב הר״ר א.ה. שמילאוויטש קויפט אצינד אפ א הויז פאר א ביהמ״ד, ער איז דירעקט א כאניאק, פרום, ער דרייט זיך שוין אין בלומינג גראוו איבער א יאר קומט ארויס אסאך שבתים, נישט אז ער גייט האבן ווייסאיך וואספארא גרויסע בית המדרש אבער ס׳איז גענוג אויף א בליק צו פארשטיין וואס בלומינג גראוו שטעלט מיט זיך פאר. דער הרב שמילאוויטש וואלט נישט געקומען אפילו בלויז פאר א שבת ווען דאס פלאץ וואלט געווען לויט ווי דער בעל דמיון פרובירט צו דמיונען.
אסאך פארשטענדליכע ערנסטע בעלי בתים און פרומע יונגעלייט וועלכע האבן גרונדליך שוין דורכגעטוהן און באטראכט דעם שטאט און ביי וועם שכל פארנעמט אן ארט אין זיין מוח פארשטייט די שטארקייט דערפון און די בליענדע עתיד פאר כלל ישראל וואס בלומינג גראוו שטעלט מיט זיך פאר.
ס׳איז שווער צו זאגן עתידות אבער עפ״י דרך הטבע וועלן ביז לערך א צען יאר ארום וואוינען ״ארום״ קרית יואל א ריזיגע צאל פון טויזנטער משפחות, יראים ושלימים, מיט אידישע געשעפטן אינדרויסן אויכעט, גענוי אדער נאך פרומער ווי אין מאנסי. ס׳איז א פאקט וואס האלט אינמיטן געשעהן, קיינער קען דאס נישט אפשטעלן, די זאך לויפט פון זיך אליינס, ס׳איז א שאד זיך צו טענה׳ן.
בנוגע פרייזן, אינטרעסאנט אין מאנסי פארשטייט יעדער אז די אלטע הייזער וואס געפינען זיך אויף פריוואטע פראפערטי (אזוי ווי אין בלומינג גראוו) איז פיל מער ווערט ווי די דעוועלעפמענטס אפילו זיי זענען ניי, אבער אין בלומינגגראוו ווען דערווייל איז עס נאך ביליגער זענען געוויסע אזוי נאיוו זיי נעמען זיך שרייבן נעגעטיווע שטותים לכאורה צו בארואיגן דעם געוויסן פאר די טייערע הייזער וואס זיי האבן געקויפט און בלוטיגן צו צאלן די דאון פעימעמט חובות און צוגאב צום מארגעדזש און קאנדא פי, ווען אין בלומינג גראוו איז אלעס פיל ביליגער, געשמאקער און רואיגער.
היילענד לעיק, טשעסטער, העלף האלו, טאון אוו מאנרא, גילבער דעוועלאפמענט, לעיק עננע, ועוד שאי אפשר לפורטם כי רבים הם, כלל ישראל לעבט אצינד מיט א געשעעניש וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען אויף אזא פארנעם, אין די צייט פון די וואס זיצן נעגעטיוו אדער אומזיכער מוזן באצאלן ביטער טייער אינעווייניג, בויעט זיך אידישקייט אינדרויסן אויף א הערליכן בליענדן פארנעם, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ, ווימים ידברו.
אמן