נייער חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נא_שכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3310
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

נייער חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג יולי 29, 2014 11:07 am

יעצט קומט אריין די נייעס אז מען האט אריין געגעבן פלענס צו בויען 566 דירות פאר היימישע איד'ן, די שטח וואס באלאנגט פאר די אינעוועסטער'ס איז גרויס 750 עקער'ס, אויב ווערט דאס אפראווט איז דאס לכאורה אן ערנסטער קלאפ פאר בלומינגבערג.

דא א באריכט פונעם רעקארד:

SOUTH BLOOMING GROVE — A group of Hasidic investors who bought more than 750 acres of land in this village eight years ago now wants to build a subdivision with 566 homes at the site of the Lake Anne property.

This is the first formal proposal by the 12-member Keen Equities LLC, whose largest shareholder shares its address with the electronics business owned by developer Ziggy Brach. The group has long wanted to build on the property, but its plans never materialized because of what owners described as "disputes with the village over scope and density of the development."

Keen Equities filed for bankruptcy protection in November 2013 and promised to return later with a workable development plan.

According to the application submitted to the village Planning Board this month, Keen will create 512 single-family lots, 54 duplex lots, and 20 acres of nonresidential development that will include 100,000 square feet of commercial space and infrastructure such as roads and utilities. The development will be built on Clove Road, off Route 208 in the village.

Mayor Rob Jeroloman could not be reached for comment, but Village Attorney Dennis Lynch said South Blooming Grove welcomes all applications.

"The village is looking at the matter and will certainly apply the law," Lynch said.

Simon Gelb, the principal contact for Keen Equities listed on the application, did not return a call for comment.

The proposed subdivision, which will have a cluster layout, will be built on two parcels totaling 708 acres, 566 of which will be left as permanent open space. About 38 acres of the property is wetlands. Only 140 acres of the property will be disturbed for development.

The applicant also proposes to build a new sewage collection and treatment plant, and believes the current wells in the village will suffice to provide adequate drinking water to new residents.

The development falls in the Washingtonville School District. The anticipated period of construction will be 60 months.

Keen Equities bought the former Lake Anne Country Club for $15 million in 2006 to build "multi-family housing to accommodate the growing needs of the Satmar Community in Kiryas Joel," according to a company statement in court papers. The purchase was financed by a $10 million mortgage from the Greene family, longtime owners of the property.

Five years later, Keen Equities defaulted on payments, and the Greenes filed for foreclosure in January 2011. But before it could be finalized, Keen filed for bankruptcy protection in Brooklyn federal court in Nov. 2013.

A reorganized Keen Equities wrote to South Blooming Grove in July of its intention to apply for a housing development. A formal application along with a full environmental assessment form was presented a day later.


אויך באריכטעט דא:
http://www.vosizneias.com/173349/2014/0 ... ing-grove/

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5541
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג יולי 29, 2014 11:28 am

נא_שכל האט געשריבן:אן ערנסטער קלאפ פאר בלומינגבערג

ווי‎ ‎איז ‎בלומינגבערג‎?‎
דו‎ ‎רעדסט‎ ‎פון‎ בלומינגבורג ‎לכאורה...
‎נאך‎ א‎ ‎קלאפ‎ ‎וועט‎ ‎נאך‎ ‎עפעס‎ ‎אויסמאכּן‎?‎
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
נא_שכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3310
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג יולי 29, 2014 11:44 am

א שנעלע זוך אויף גוגל ווייזט אז דער וועג פון "חברון קארנער סעווען ספרינגס" ביז דעם פלאץ פונעם נייעם שטעטעל איז א נישטיגע 6 מינוט מיט א קאר, עס איז בערך 3 מייל ווייט.
צוגעלייגטע
Google Maps.jpg
פון קרית יואל ביז צפון בלומינג גראוו

אוועטאר
זאכליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5895
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג יולי 29, 2014 11:54 am

בלומען גראוו איינוואונער זענען דאך די באקאנטע שונאים פון קרית יואל. וויאזוי וועלן זיי צולאזן א שטעטל עמי בבית?
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
נא_שכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3310
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג יולי 29, 2014 11:57 am

מיסטעריעז האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:אן ערנסטער קלאפ פאר בלומינגבערג

ווי‎ ‎איז ‎בלומינגבערג‎?‎
דו‎ ‎רעדסט‎ ‎פון‎ בלומינגבורג ‎לכאורה...
‎נאך‎ א‎ ‎קלאפ‎ ‎וועט‎ ‎נאך‎ ‎עפעס‎ ‎אויסמאכּן‎?‎


פון וואס איך האב געהערט ביי די קאווע שטיבלעך איז אז די אינוועסטער'ס האבען בעסערע קשרים צו די 'הויכע פענסטער' פון סאטמאר מהרי"י, מען האט שוין פון אנהייב יאר גערעדט אז טייל פון די חברה מאכן קאלט די 'בלומינגבורג' פלאן, ממילא יעצט אז זיי קומען ארויס מיט אן אפיצעלען פלאן איז עס נאך א קלאפ וואס גייט זייער אסאך אויסמאכען, ונראה מה יהיה !!

רבי הערשל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 4:25 pm

תגובהדורך רבי הערשל » דינסטאג יולי 29, 2014 11:59 am

ווער בויעט דאס סאטמאר מהרז"ל? וועט דאס זיין ווי אן עקסטענשן פאר ק"י?

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23409
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 29, 2014 11:59 am

כראנאלאגאישע אנטוויקלונגען פונעם שטעטל אין בלומינג-גראוו

מיט אכט יאר צוריק האבן א גרופע חסידישע אינוועסטירער אפגעקויפט א ריזיגן באדן פון אריבער 750 אקער לאנד אינעם טאון אוו בלומינג-גראוו פאר די סומע פון 15 מיליאן דאלאר. 5 מיליאן איז געווארן באצאלט אויפן פלאץ און די איבריגע צעהן מיליאן האט דער מוכר צוגעשטעלט אין א מארגעדזש.
די פלענער האבן געלויטעט אז מ'זאל בויען די ערשטע עטליכע הונדערט דירות לויט די טאון זאונינג קאודס, און איינמאל עס וועלן וואונען דארט 500 רעגיסטרירטע וויילער וועט מען זיך אפטיילן אונטער א ווילעדזש ענדליך צו וואס קרית יואל האט געטאן בשנת תשל"ז, און דערנאך וועט מען אונטער אייגענע זאונונינג קאודס קענען בויען טויזנטער דירות פאר היימישע אידן.
והרשעים כים נגרש, די שכינים דערוויסנדיג זיך פון די פלענער האבן נישט אויסגעהאלטן אז דאס קען פאסירן, האבן זיי אין די איילעניש געשאפן דעם "ווילעדזש אוו סאוט בלומינג-גראוו" וואס נעמט אריין א גרויסן שטח פון די טאון אוו בלומינג-גראוו כולל די דערמאנטע באדנס, און אזוי ארום זענען זיי פארלאפן די וועג אז פאטענציעל זאל זיך קענען גרינדן א חסידישע ווילעדזש דארט, לויט די סטעיט פארשריפטן אז איינוואונער פון א ווילעדזש קענען זיך נישט אפרייסן צו ווערן א ווילעדזש אינערהאלב א ווילעדזש. די זעלבע האט דער נייער ווילעדזש דעמאלס פארשטערקערט די זאונינג געזעצן און דערמיט פארשווערט די אריגינעלע פלענער פאר א שטעטל.
דאס האט געפירט אז די אינוועסטירער זענען געווארן מיד פון באצאלן דעם גרויסן מארגעדזש און זיי האבן געפיילט באנקראט, דער מוכר האט געשטעלט דעם באדן פאר פארקלאוזשער און די אינוועסטירער האבן פארלאגנט באנקראט פראטעקציע זאגנדיג אז זיי גייען זיך רעארגענעזירן און אריינגעבן נייע דעוועלאפמענט פלענער, און אויב דאס גייט אדורך וועלן זיי ווייטער באצאלן די מארגעדזש כבשנים קדמוניות.
היינט קומט אריין די נייעס אז די אינווערסטירער, דורך זייער פארשטייער הרה"ח ר' זושא געלב הי"ו פון קרית יואל, האבן אריינגעגעבן פרישע דעוועלאפמענט פלענער, אונטער וועלכע זיי וועלן אנטוויקלען 140 פון די 750 אקער-לאנד אין 566 "איינצלנע-פאמיליע" דירות, וואס איז אין איינקלאנג מיט די ווילעדזש אסב"ג זאנונינג געזעצן, און דערצו וועלן זיי אויפבויען אן אייגענעם "סוער טריטמענט פלענט" (וואס דאס וואלט געווען אן אויסרייד פון די וואסב"ג נישט צו באשטעשטיגן די פלענער, אבער וואסער טענה'ען זיי איז דא גענוג אין די ווילעדזש קוועלער צו שפייזן דעם דעוועלאפמענט).
אויב ווערט דאס באשטעטיגט, קענען זיך 566 משפחות ארויסציען קיין בלומינג-גראוו אין א צייט אפשניט פון 4 יאר נאך די באשטעטיגטע פלענער, און עווענטועל וועט דאס אריינברענגען לכה"פ 1200 שטים-בארעכטיגטע בירגער וואס וועלן קענען האבן א ווארט איבער די וואסב"ג און זאגאר די טאב"ג איבערצונעמען די ווירטשאפט און טוישן די זאונינג געזעצן, צו קענען אקאמאדירן ברייטערע דעוועלאפמענטס.

מטעם די וואסב"ג האט זייער אדוואקאט געזאגט פאר די רעקארד אז דער ווילעדזש וועט אויפנעמען דעם אפליקאציע מיט יושר און געזעץ, און אדורכטאן די פלענער איידערן שאפן א באשלוס.

ר' זושא געלב האט נישט געענטפערט די רעקארדס רוף.

קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

תגובהדורך קליינקעפיק » דינסטאג יולי 29, 2014 12:02 pm

אדאנק פארן קלארן איבערזעצונג

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5541
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג יולי 29, 2014 12:04 pm

זאכליך האט געשריבן:בלומען גראוו

BLOOMING GROVE = בלומינג‎ ‎גראוו
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5541
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג יולי 29, 2014 12:08 pm

נא_שכל האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:אן ערנסטער קלאפ פאר בלומינגבערג

ווי‎ ‎איז ‎בלומינגבערג‎?‎
דו‎ ‎רעדסט‎ ‎פון‎ בלומינגבורג ‎לכאורה...
‎נאך‎ א‎ ‎קלאפ‎ ‎וועט‎ ‎נאך‎ ‎עפעס‎ ‎אויסמאכּן‎?‎


פון וואס איך האב געהערט ביי די קאווע שטיבלעך איז אז די אינוועסטער'ס האבען בעסערע קשרים צו די 'הויכע פענסטער' פון סאטמאר מהרי"י, מען האט שוין פון אנהייב יאר גערעדט אז טייל פון די חברה מאכן קאלט די 'בלומינגבורג' פלאן, ממילא יעצט אז זיי קומען ארויס מיט אן אפיצעלען פלאן איז עס נאך א קלאפ וואס גייט זייער אסאך אויסמאכען, ונראה מה יהיה !!

בלומינגבורג‎ ‎איז‎ ‎שׁוין‎ ‎אינגאנצן‎ ‎צוקלאפּט
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2034
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » דינסטאג יולי 29, 2014 12:10 pm

נא_שכל האט געשריבן:א שנעלע זוך אויף גוגל ווייזט אז דער וועג פון "חברון קארנער סעווען ספרינגס" ביז דעם פלאץ פונעם נייעם שטעטעל איז א נישטיגע 6 מינוט מיט א קאר, עס איז בערך 3 מייל ווייט.

דאכט זיך מיר אז עס איז אסאך נענטער וויבאלד די פראפערטי גרעניץ זיך כמעט ביי אחדות קאנטרי

ppp
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2013 12:43 am

תגובהדורך ppp » דינסטאג יולי 29, 2014 12:16 pm

Isn't the zoning 2 acres for each house?

להודיע
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דינסטאג יולי 29, 2014 12:16 pm

מיללער שכח פארן באריכט.
ביטע זיך האלטן ערנסט צו די נושא, ס'איז דאך א ברענענדיגע טעמע וואס בארירט יעדע אידיש הארץ און יעדער וויל זען עפעס זאכליכע נייעס, פאר גוטסלעך און ווערטלעך איז דא גענוג אנדערע אשכולות.

פארצייטישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 12, 2013 2:24 pm

תגובהדורך פארצייטישער יוד » דינסטאג יולי 29, 2014 12:28 pm

ניק ניק האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:מיללער שכח פארן באריכט.
ביטע זיך האלטן ערנסט צו די נושא, ס'איז דאך א ברענענדיגע טעמע וואס בארירט יעדע אידיש הארץ און יעדער וויל זען עפעס זאכליכע נייעס, פאר גוטסלעך און ווערטלעך איז דא גענוג אנדערע אשכולות.

כלפי מה דברים אמורים?

נישט צו פירקלען סתם דברים של מה בכך, אין א צייט וואס די נושא רירט ערנסט צו צו פילע מתוכינו.
-פנימי- בלתי מוגה כלל

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג יולי 29, 2014 12:35 pm

וואס איך וואונדער זיך שוין זיבן יאר איז, וואס איז געווען דער חשבון פון די וויליזש גרינדער, און פארוואס האט דאס ווי אפגעשטעלט די פלענער?

אויבנאויף האבן די אנטיסעמיטן געטון א שטארקע סערוויס פאר די אייגענטומער, עס איז גרינגער - און מען ברויך פיל ווייניגער וואוטס - צו באהערשן דעם ווילעזש'ל ווי איבערצונעמען די טאון, אדער ווי דארפן אליינס האבן די קאפוויי פון שאפן א ווילעזש. די חברה האבן ממש צוגעשטעלט א ווילעזש אויף א גאלדענעם טאץ.

עס איז נאך טיפער ווי דאס, אייגנטליך איז שוין יעצט! דא די נויטיגע צאל דירות וועלכע זענען גרייט צו אקאמאדירן א צאל איינוואוינער וואס קענען מאכן א דיפערענץ אין די עלעקשאנס. דאס מיינט אז אויף איבערצונעמען דעם ווילעזש ברויך מען ניטאמאל פארנוצן די 155 עיקער.

דאס מאכט מיר האפן און חלומ'ען אז אולי האבן די דעוועלאפער באמת באשלאסן צו בויען א שיינער אידישער יישוב אויפן אפסטעיט שטייגער, נישט קיין היי דענסיטי געגנט.

(ויקץ והנה חלום...)
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
FedEx
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 10:35 am

תגובהדורך FedEx » דינסטאג יולי 29, 2014 1:05 pm

נייער חסידישע שטעטל אין "בלומינג-גראוו" נ.י.?


איך מיין מ'קען אויסמעקן די פראגע צייכן "?"

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23409
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 29, 2014 1:12 pm

FedEx האט געשריבן:
נייער חסידישע שטעטל אין "בלומינג-גראוו" נ.י.?


איך מיין מ'קען אויסמעקן די פראגע צייכן "?"

הלוואי זאל זיין אז ווען מ'מעקט דא א פראגע צייכן, גייט די פראגע צייכן אראפ, דערווייל קלערט זיך אז די שטעטל איז נאך אונטער א גרויסע פראגע צייכן, איר האלט אנדערש?

גאלדגרוב
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

תגובהדורך גאלדגרוב » דינסטאג יולי 29, 2014 1:13 pm

דאכט זיך אז ר' יעקב יושע שווארץ ני"ו איז דער אינוועסטער אין דעם בלומינגראוו פראיעקט

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23409
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 29, 2014 1:17 pm

גאלדגרוב האט געשריבן:דאכט זיך אז ר' יעקב יושע שווארץ ני"ו איז דער אינוועסטער אין דעם בלומינגראוו פראיעקט

געווען דער "בראוקער" ביים פארקויפן די פראפערטי

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג יולי 29, 2014 1:20 pm

מי חכם האט געשריבן:וואס איך וואונדער זיך שוין זיבן יאר איז, וואס איז געווען דער חשבון פון די וויליזש גרינדער, און פארוואס האט דאס ווי אפגעשטעלט די פלענער?

אויבנאויף האבן די אנטיסעמיטן געטון א שטארקע סערוויס פאר די אייגענטומער, עס איז גרינגער - און מען ברויך פיל ווייניגער וואוטס - צו באהערשן דעם ווילעזש'ל ווי איבערצונעמען די טאון, אדער ווי דארפן אליינס האבן די קאפוויי פון שאפן א ווילעזש. די חברה האבן ממש צוגעשטעלט א ווילעזש אויף א גאלדענעם טאץ.

עס איז נאך טיפער ווי דאס, אייגנטליך איז שוין יעצט! דא די נויטיגע צאל דירות וועלכע זענען גרייט צו אקאמאדירן א צאל איינוואוינער וואס קענען מאכן א דיפערענץ אין די עלעקשאנס. דאס מיינט אז אויף איבערצונעמען דעם ווילעזש ברויך מען ניטאמאל פארנוצן די 155 עיקער.


נעם אין באטראכט אז זיי האבן אייביג די אפציע צו טיען וואס בלומינגבורג האט געטיען.. אויב זענענן זיי אז עס ווערט ענג קענענן זיי אויפלעזן די ווידלעדש איידער די חסידים האבן די וואטוס.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5541
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג יולי 29, 2014 1:26 pm

נאך‎ ‎א‎ ‎גירסה
גאלדגרוב האט געשריבן:בלומינגראוו

בלומינג‎ ‎גראוו‎!!!‎
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
מאגר
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 12, 2014 5:38 pm

תגובהדורך מאגר » דינסטאג יולי 29, 2014 1:55 pm

ווער איז דער מוכר?

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23409
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יולי 29, 2014 1:57 pm

מאגר האט געשריבן:ווער איז דער מוכר?


Keen Equities bought the former Lake Anne Country Club for $15 million in 2006 to build "multi-family housing to accommodate the growing needs of the Satmar Community in Kiryas Joel," according to a company statement in court papers. The purchase was financed by a $10 million mortgage from the Greene family, longtime owners of the property.

אוועטאר
מאגר
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 12, 2014 5:38 pm

תגובהדורך מאגר » דינסטאג יולי 29, 2014 2:01 pm

אין די מאפע איז נכלל די לאטס אויכעט?
צוגעלייגטע
bilde.jpg
bilde.jpg (33.41 KiB) געזעהן 6485 מאל
לעצט פאראכטן דורך מאגר אום דינסטאג יולי 29, 2014 3:22 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1224
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובהדורך moshele11211 » דינסטאג יולי 29, 2014 2:47 pm

ביטע אטטעטשן


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט