שכונת בלומינג-גראוו, קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ggg
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ggg »

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:
בן אחר בן האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:בשביל התורה שנקרא ראשית
בלומינגראָוו גרייט זיך מיט שפּאַנונג צו פייערן די ערשטע 'הכנסת ספר תורה' דעם קומענדיגן יו"ט שבועות הבעל"ט
וועט אריינגעגעבן ווערן צום ביהמ"ד החדש 'מאורות נתן' דורך הרבני הנגיד רבי משה וואלף יאַקאָבאָוויטש הי"ו מבאי בית המדרש

איינער מיט דעטאלן? זמנים אד''ג?

rsz_20180513_231317.png

Anyone with a report ? Thanks
בלומינג ג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 03, 2017 2:21 pm

מתפללי בית מדרשינו החדש אין בלומינג-גראוו זענען מקדם בברכה ערשיינונג פון הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א אויף יו"ט שבועות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומינג ג »

C/P
ערנסטע ווארעמקייט צווישן ציבור אנ"ש צום "ביתי בית תפלה" קאמפיין להרחבת גבולי ביהמ"ד

בלומינג-גראוו – מיט גרויס פרייד טוען די פילצאליגע תושבי בלומינג-גראוו בגלילות קרית יואל, ענטפאנגען אויף דעם יו"ט שבועות דעם אורח נכבד הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב הביהמ"ד דקיט"ל בלומינג-גראוו, וועלכער וועט מיטהאלטן דעם יו"ט בצל דודו הגדול מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א, און גלייכצייטיג באשיינען דעם ביהמ"ד אין בלומינג-גראוו במשך די דריי טעג, שבת און יו"ט.

לכבודו פונעם רב'ס ערשיינונג איז צוגערישט געווארן א רחבות'דיגע דירה אין שכנות פון ביהמ"ד אויף ווירדזשיניע, וואו דער רב וועט וויילן אויף איבער יו"ט און מפאר זיין פני השכונה. צום ערשטן טאג יו"ט שחרית וועט דער רב אריינקומען אין שטאט קרית יואל מיטצוהאלטן די הייליגע תפלות ביים רבי'ן שליט"א, אינאיינעם מיט א גרויסן צאל תושבי השכונה וועלכע וועלן מאכן דעם ארום א שעה וועג ביז'ן ביהמ"ד הגדול, געניסנדיג פונעם עירובי תחומין וואס ווערט געלייגט אין קרית יואל דורכ'ן "וועד לתחום שבת קרית יואל" פאר די דרויסנדיגע איינוואוינער.

צו די שבת'דיגע תפלות און דעם צווייטן טאג יו"ט, וועלן די מתפללים זיין נהנה זיין פונעם אנוועזנהייט פונעם רב שליט"א, וועלכער וועט משמיע זיין קולו בתפלתו און מיט ווארעמע דרשות במשך די טעג אויף וואס מ'קוקט ארויס מיט גרויס ערווארטונג. צום נעילת החג טיש מוצאי יו"ט, וועט דער רב ווידער באשיינען ביים עריכת השלחן הטהור פונעם רבי'ן שליט"א אין קרית יואל.

תיכף נאך יו"ט וועט דער רב שליט"א ממשיך זיין מיט'ן עבודת הקודש ארומצוגיין באארבעטן די נדיבים בעם אפצוקויפן זכותים נשגבים אינעם נייעם ביהמ"ד וואס האט געקאסט אסטראנאמישע סומעס אפצוקויפן און אהערשטעלן צום באנוץ דעם פאריגן חודש תשרי, ובפרט ברויך מען אצינד פאנטאסטישע ציפערן צו קענען מרחיב זיין די גבולי הביהמ"ד, נאכדעם וואס ווי באריכטעט פאריגע וואך האט מען ב"ה ערהאלטן די ענדגילטיגע פערמיטן מרחיב צו זיין די גבולי הביהמ"ד.

לימינו פונעם רב שליט"א שטייט דער "ועד קרן הבנין" וואס שליסט איין ענערגישע עסקנים מתושבי השכונה וועלכע פיבערן העפטיג אינעם קרן הבנין אפאראט, צו קענען אהערשטעלן דעם גרויסארטיגן השלמת הבנין פראיעקט,

ווען מ'קוקט זיך אום אויף דער געגענט אנטוויקלונג, שיילט זיך ארויס אן אומגלויבליך בילד, ווי גיך דער ישוב האט זיך אזוי הערליך אוועקגעשטעלט ברוחניות ובגשמיות. צוויי יאר צוריק ווינטער האט דער געגענט נאכנישט פארמאגט א מנין אידישע תושבים, און היינט האלט מען ביי א מצב וואס דער ביהמ"ד איז איבערגעפולט מיט מתפללים, און די מקוה ווערט באנוצט דורך הונדערטער תושבים פון נאנט און ווייט.

סאוט בלומינג-גראוו איז א ריזיגער געגענט מיט פארשידענע קווארטלען וואו דער ציבור האט זיך אנגעהויבן ארויסציען, און פון די גרעסטע און שענסטע קווארטלען וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס ערנסטער ישוב מיט היימישע ווארעמע יונגעלייט, איז אט דער געגענט וואו הנהלת קהלתינו הק' האט אוועקגעשטעלט דעם נייעם ביהמ"ד וואס פיגורירט אלס לייכט-טורעם פאר'ן גאנצן אומגעגענט, סטאנציאנירט אינעם רענאוק געסל, א שפאן אריין פונעם ווירדזשיניע גאס.

שבת פּרשת בלק תשע"ז האָט דער רבי שליט"א ביי די דברות קודש פאר קריאת התורה ספּעציעל אדרעסירט די נייע געגנט פון בלומינג-גראוו און אנדערע ענליכע געגנטער בגלילות פון די שטאט קרית יואל, וואס ווערן באזעצט דורך היימישע אידן, איבער דעם חיוב פון אנצוהאלטן אויך אין יענע געגנטער דעם הייליגן סטאנדארט מיט וואס "קרית יואל" איז געבענטשט, אויפ'ן דרך און רצון קדשו פונעם מייסד הקרי' מרן רביה"ק זי"ע.

מיטהאלטנדיג די מאסיווע הרחבת גבולי הקדושה, האבן די געטרייע חברי הנהלת הקהלה, פאַרשטאנען דעם צו השעה, און באַגלייט בברכת קדשו פונעם מרא דאתרא מרן שליט"א, איז מען אַריינגעשפּרונגען אין דער פרישער אונטערנעמונג, אַהערצושטעלן א נייעם צענטראַלן ביהמ"ד וואָס זאָל דינען אַלע תושבים פון די גאַנצע געגנט.

דער "מעמד גמר המקח" איז פארגעקומען א' פנחס, בראשות דעם רבי'ן שליט"א אין שטוב פון איינעם פון די חשוב'ע תושבים און געטרייע עסקנים, ווען דערביי האט דער רבי משמיע געווען ווארעמע דברות קודש והדרכה, און ארויסגעברענגט זיינע הרגשים איבער דעם שיינעם געגענט וואס ער האט איידער'ן מעמד באזוכט א לענגערע וויילע.

זינט דאן איז אויסגעקומען א שיינע פאר מאל וואס דער רבי האט אפגעשטאט געהויבענע באזוכן אינעם געגענט, ובפרט ביי ברית'ן בבתי התושבים, און יעדעס מאל באזונדער פרעגט זיך דער רבי נאך איבער די אנטוויקלונגען, וואס שאפט אים א שטארקע קורת רוח.

הערשט לעצטן כ"ו ניסן, מיטוואך שמיני, האט דער רבי באשיינט א ברית אינעם געגענט, און געהערט פון די הנהלת הביהמ"ד פאזיטיווע גריסן פון דער הערליכער אויפבלי. מ'האט צווישן אנדערן אינפארמירט דעם רבי'ן דאס מערקווירדיגע מציאות, אז מיט יעדעס הויז וואס ווערט אפגעקויפט דורך א איד, טרייבט דאס אוועק א צאל אנדערע נישט-אידישע שכנים, וואס זיי זאלן אויך ארויסלייגן זייערע הייזער צו פארקויפן. מ'האט אנגעצייגט א ביישפיל ווי ס'איז יענע וואך אפגעקויפט געווארן א הויז, און בו ביום האבן נאך 6 נישט-אידישע שכנים ארויסגעשטעלט זייערע הייזער צום פארקויפן.

דער אריגינעלער פלאן איז געווען ארויסצובויען דעם אריגינעלן בנין הביהמ"ד אויף א גיגאנטישן פארמאט, צו קענען אקאמאדירן דעם שטארקן וואוקס מיט פרישע און פרישע תושבים מיט יעדן פארבייגייענדן טאג. וויבאלד ס'האט דאן געהערשט א "מאראטאריום" אין בלומינג-גראוו איז מען בלויז ערלויבט געווען צו אינערליכע בוי-ארבעט. מ'האט במשך ענדע פאריגן זומער פארוואנדלט דעם אויבערשטן שטאק אינהאלט אלס איין גרויסער היכל, און אין אונטערשטן שטאק האט מען אהערגעשטעלט א פראוויזארישע מקוה.

מיט א שטארקן רגש און שמחה האט מען דעם ביהמ"ד מחנך געווען פאריגן יום כיפור. עס האבן פארגעדאווענט שיינע בעלי תפלות מתושבי המקום. זינט דאן גייט דער ביהמ"ד אן לשם ולתפארת יעדן שבת ויו"ט, און בימות החול.

אין באלדיגע נאכפאלג פון חנוכת ביהמ"ד, צווישן יום כיפור און סוכות, איז פארגעקומען אן עקסטאזליכע מעמד הכתרה אינעם תנאים-זאל בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן שליט"א אויף אוהעל קט. וואו דער רבי האט ממנה געווען זיין פלומעניק הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א מו"ץ דקיט"ל ב"פ ור"מ בישיבה לצעירים דסאטמאר-וויליאמסבורג, בן הגה"צ מטשאקאווע שליט"א וחתן כ"ק הגה"צ גאב"ד סאטמאר-בארא פארק שליט"א, לשרת בקודש אלס רב הביהמ"ד.

ביים מעמד מיט דער אנוועזנהייט פון פילצאליגע תושבי בלומינג-גראוו ומתפללי ביהמ"ד החדש, האט דער רבי שליט"א משמיע געווען לענגערע דברי הדרכה וחיזוק פאר די תושבים, וואס דער רצון פונעם פעטער זי"ע איז געווען ביים גרינדן דאס שטעטל, און זיי האבן אצינד די זכי' און געלעגענהייט ממלא צו זיין רצון קדשו אויף די פרישע געגענטער להגדיל תורה ולהאדירה.

דער רבי האט געווידמעט ספעציעלע ווערטער איבער דעם חיוב "אויסצושפרייטן" קרית יואל, נישט ח"ו זוכן "אוועקצוגיין" פון קרית יואל, ווי דער רבי האט געזאגט בלש"ק: "ח"ו מ'ציט זיך אוועק פון קרית יואל, מ'ציט אויס קרית יואל!"

אן ערשטער אפשטאט פונעם רב אין ביהמ"ד, איז געווען ביי א געהויבענע "שמחת בית השואבה", ליל אושפיזא דיוסף, וואו ער האט משמיע שיינע דברי תורה בבחינת "איינציגס-דרשה". אין נאכפאלג האט דער רב מפאר געווען ביי שיינע שבתים און יומי דפגרא בקרב הביהמ"ד, וואס איז אלעמאל א שיינע איבערלעבעניש פאר די מתפללים.

אין די לעצטערע וואכן איז ב"ה געלונגען צו שליסן מקח אויף דער דירה פונעם רב שליט"א, וואס געפונט זיך סמוך ונראה צום ביהמ"ד, און האפנטליך צום נייעם יאר וועט דער רב זיך ארויסציען פערמאנענט צום געגענט, לשמחת לב התושבים ומתפללים.

ווי באריכטעט אין פאריגן נומער האט מען ערהאלטן די פערמיטן ארויסצובויען דעם ביהמ"ד, נאכדעם וואס די מאראטאריום איז אפגעלאפן, און ס'איז נישט פון פריש באנייט געווארן. לויט די יעצטיגע פלענער וועט מען תיכף נאך יו"ט אנהויבן קאנסטרוקציע, און מ'האפט בעז"ה צו זיין פערטיג צום נייעם יאר תשע"ט הבעל"ט.

דער פראיעקט שליסט איין א גיגאנטישע ארויסבוי צו פארגרעסערן דעם היכל ביהמ"ד אויפ'ן צווייטן שטאק, און אינעם אונטערשטן שטאק אהערצושטעלן א פערמאנענטע מקוה. ס'איז אויך פארהאן א פלאן איינצושליסן אינעם פראיעקט א מקוה טהרה. די קאנסטרוקציע ווערט אהערגעשטעלט דורך די בארימטע " פעסט -ביולד" בוי-פירמע פונעם חשוב'ן תושב מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, וועלכער איז אויך געשטאנען אין שפיץ ביים ערשטן געבוי.

דערווייל באנוצט מען זיך מיט'ן מאמענטאלן היכל ביהמ"ד און צייטווייליגע מקוה, וואס שטארט ארויס אלס איינציגסטער צוגענגליכער מקום תורה ותפלה פאר'ן גאנצן אומגעגענט. אויסער די שבת'דיגע תפלות גייט דאס אויך אן בימות החול. ס'איז פארהאן א טעגליכן מנין שחרית און מנחה-מעריב.

בוקר וערב הערט זיך א שיינע קול תורה אינעם ביהמ"ד, און דעם היינטיגן מיטוואך צופרי האט מען געהאט א חשוב'ן באזוך פון הרב ר' יואל וויינבערגער שליט"א מנהל קביעת עתים אינאיינעם מיט הרב בנש"ק ר' איתמר מייזליש שליט"א – וועלכער איז צוגלייך אקטיוו געווען ביי די בוי-שטאפלען - ארויסצוהעלפן די מתפללים מיט פאסיגע חברותות ללימוד התורה, ובפרט אצינד ווען אין ראם פון חבורת "תורתך שעשועי" הייבט מען אן א פרישע מסכת.

מיט שפאנונג קוקן אצינד ארויס די תושבים אויף די ווייטערדיגע פארשריט, מיט א האפענונג צו קענען וואס גיכער מחנך זיין דעם ביהמ"ד המורחבת ומקוה מהודרת בשעטומ"צ.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2485
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

#בּוּּּלעטיניש
#בשיטה נישט
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

הער איך אז עס איז דא א נייע שול אויף דאלאס רד.?
חלה
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה »

פאטאקי08 האט געשריבן:הער איך אז עס איז דא א נייע שול אויף דאלאס רד.?

יא ביי ר' יואל סאאל אינדערהיים
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

.
אטעטשמענטס
3eec4a85-1a39-48e7-8044-854f07ec856e.jpg
3eec4a85-1a39-48e7-8044-854f07ec856e.jpg (14.18 KiB) געזען 3947 מאל
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

חלה האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:הער איך אז עס איז דא א נייע שול אויף דאלאס רד.?

יא ביי ר' יואל סאאל אינדערהיים

ער איז פון די ערשטע תושבים דארט,
ער האט אויפגעפיקסט זיין פארטש ספעציעל פאר די תושבים.
ער איז די גאנצע רוח החיים דארטן
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

סא ווייטאג וואס דארט טוט זיך, [שווער דא מאריך צו זיין]
וואלטן געווען אלע אינאיינעם אויף א פעידזש וואלט מען שנעלער געקענט ריקן זאכן פאראויס
פין די אנדערע זייט א פאראייניגטע פלאץ אינטער איין רידער איז שווערער צו וואקסן, קאמפעטישן בויעט זיך שנעלער און בעסער.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

.
לעצט פארראכטן דורך פאטאקי08 אום דאנערשטאג יוני 07, 2018 9:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

די הויז אויף די בילד איז "נישט" אויף די Auction.
איך מיין אז די זאלסט אראפנעמען די לינק
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

בר דעת האט געשריבן:די הויז אויף די בילד איז "נישט" אויף די Auction.
איך מיין אז די זאלסט אראפנעמען די לינק

גוגל סטריט וויאו ווייזט יא די זעלבע הויז
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

איש האשכולות האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:די הויז אויף די בילד איז "נישט" אויף די Auction.
איך מיין אז די זאלסט אראפנעמען די לינק

גוגל סטריט וויאו ווייזט יא די זעלבע הויז

די הויז איז אראפגענומען פון די אקשען , סתם נישט שיין צו פארשעמען א יוד
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3218
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

נישט געוויסט ס'באלאנגט פאר א איד, טשילדיג!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

"דאס" איז איינע פון די גרעסטע שטערונגען ביי ריעל עסטעיט נייעס און עדס, ווי מיר זעהן ביי קאסטומערס און דער בית וכו'. מ'וויל חלילה נישט טשעפן קיין שום אידיש קינד, אפילו בצ"ט שערי היתר, און מ'ווייסט קיינמאל נישט וואו מ'קען נכשל ווערן, דעריבער מוז מען איבערהיפן "אסאך" נייעס, בילדער, אינפארמאציע, וכו', אפילו ווען אנדערע פלאטשקען יא.

דער קונץ איז נישט זיך צו אנטשולדיגן שפעטער, די קונץ איז צו שטיין ווייט לכתחילה.

ודו"ק.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

אין דער איד איז דא אן ארטיקל איבער די נייע זמיגראדער שול וואס וועט ווערן פערטיג פאר די זומער
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ישר »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

"דאס" איז איינע פון די גרעסטע שטערונגען ביי ריעל עסטעיט נייעס און עדס, ווי מיר זעהן ביי קאסטומערס און דער בית וכו'. מ'וויל חלילה נישט טשעפן קיין שום אידיש קינד, אפילו בצ"ט שערי היתר, און מ'ווייסט קיינמאל נישט וואו מ'קען נכשל ווערן, דעריבער מוז מען איבערהיפן "אסאך" נייעס, בילדער, אינפארמאציע, וכו', אפילו ווען אנדערע פלאטשקען יא.

דער קונץ איז נישט זיך צו אנטשולדיגן שפעטער, די קונץ איז צו שטיין ווייט לכתחילה.

ודו"ק.

גוט געזאגט בעל מזל מידיע!
אבער ליידער איז דא אנדערע אויסגאבעס און פון אט טאקע די געגנט וואס טוען פונקט פארקערט פון דיר . און באריכטן יא "אסאך" נייעס, בילדער, אינפארמאציע, וכו', וגו' ואכמ"ל ודי
כה לחי הרב "מזל"! האלט דיך ווייטער אויף'ן דרך התורה!
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

קאץ און מויז האט געשריבן:אין דער איד איז דא אן ארטיקל איבער די נייע זמיגראדער שול וואס וועט ווערן פערטיג פאר די זומער

עס איז א מהפכה אין די גאנצע אומגעגנט
צום ערשטן מאל זינט די התייסדות אין די ל' יארן וואס א רבי מיט א קוויטל שטוב וכו' און אלע צוגעהערן קומט זיך באזעצן אין דעם געגנט.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

דער זשמיגראדער רבי שליט"א גייט דארט וואוינען א גאנץ יאר אדער נאר זוממער?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

רצון טוב האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:אין דער איד איז דא אן ארטיקל איבער די נייע זמיגראדער שול וואס וועט ווערן פערטיג פאר די זומער

עס איז א מהפכה אין די גאנצע אומגעגנט
צום ערשטן מאל זינט די התייסדות אין די ל' יארן וואס א רבי מיט א קוויטל שטוב וכו' און אלע צוגעהערן קומט זיך באזעצן אין דעם געגנט.

איז דא א מעגליכקייט אויכט פאר מוסדות?
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

סידיראם האט געשריבן:דער זשמיגראדער רבי שליט"א גייט דארט וואוינען א גאנץ יאר אדער נאר זוממער?

ווי מענטשן זאגן זיכט ער שוין לאנג צו אנטלויפן פינעם ישוב און הוהא אין ניו יארק ער זיכט ערגעץ אינדרויסען
ער שטיפט שומעי לקחו צו גיין ארויס פינעם שטאט
אויב ארבעט זיך שטארק אויס דאס שלעפן די אינגעלייט אהין וועט ער מסתמא מער זיין אינעם בלומינגראוו געגנט ווי בארא פארק.
אזוי וויל איך
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי וויל איך »

רצון טוב האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:דער זשמיגראדער רבי שליט"א גייט דארט וואוינען א גאנץ יאר אדער נאר זוממער?

ווי מענטשן זאגן זיכט ער שוין לאנג צו אנטלויפן פינעם ישוב און הוהא אין ניו יארק ער זיכט ערגעץ אינדרויסען
ער שטיפט שומעי לקחו צו גיין ארויס פינעם שטאט
אויב ארבעט זיך שטארק אויס דאס שלעפן די אינגעלייט אהין וועט ער מסתמא מער זיין אינעם בלומינגראוו געגנט ווי בארא פארק.

דערווייל הייסט עס נאר אויף זימער
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1735
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

ער ציעט זיך אינגאנצען אריבער, ער פארלאזט בארא פארק ?
אדער נאר א צווייטע היים ??
..
שיר דברי
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 10:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיר דברי »

רצון טוב האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:אין דער איד איז דא אן ארטיקל איבער די נייע זמיגראדער שול וואס וועט ווערן פערטיג פאר די זומער

עס איז א מהפכה אין די גאנצע אומגעגנט
צום ערשטן מאל זינט די התייסדות אין די ל' יארן וואס א רבי מיט א קוויטל שטוב וכו' און אלע צוגעהערן קומט זיך באזעצן אין דעם געגנט.

ומה עם כ״ק אדמו״ר מ׳דעעש ק״י שליט״א
רחש לבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רחש לבי »

שיר דברי האט געשריבן:

דאכצעך אז סקולענע רבי ז"ל און יבלחט"א בנו ומ"מ שליט"א פלעגן וויילן אין ק"י זיממער.
רחש לבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רחש לבי »

ווי אין בלומינג-גראוו איז די זשמיגראד'ע הויף?
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”