חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 5:04 pm

Stern and Ekstein, a fellow UJC leader, petitioned the state Supreme Court on Tuesday to preserve all ballots cast in the election, saying they may sue to challenge the invalidation of 86 absentee ballots. They said poll workers rejected those ballots after deciding the signatures didn’t match the voters’ registration signatures.

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 5:05 pm

אין אידיש, די אויבערהאנט גייט בלויז וואקסן.

אפסטעיט איד
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:03 am

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך אפסטעיט איד » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 5:15 pm

ווייסע ברילן האט געשריבן:בעיסד אויף וואס פארלאנגאט ער א ריקאונט?

איך מיין יעדער וואס איז נישט צופרידן מיט די ריזאלטס קען פארלאנגען א ריקאונט?



די ריקאונט איז געבעיסד אז דער האט פארלוירען ער פארט אהיים מיטען קומענדיגען באס, האט ער נישט פון וואס צודערלייגען פון טשעלענגשען די וואוטס

ער ניצט זיין זעלבע מהלך פון די לעצטע פאר יאר א מהלך אן שכל וואס בעיקפייערט בלויז, בדרך הטבע גייט צוקומען פון פיפציג ביז הונדערט אידישע שטימע א קעגן אים

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך Programming » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 5:16 pm

בקיצור בלומינג גראווער אידן האבן מזל אז לא פרענקא איז זייער אפאנענט

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2597
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 5:20 pm

Programming האט געשריבן:בקיצור בלומינג גראווער אידן האבן מזל אז לא פרענקא איז זייער אפאנענט


ניין, לא פרענקא איז ראש-בקיר מאן, מ'האט באמת געוואלט מיטארבייטן מיט אים, אבער צוליב זיין מהלך האט ער באקומען אן אפאנענט.

די נקודה
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך די נקודה » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 5:38 pm

יענקעל משה האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:די חברה שלאפן נאך, די שאק האט נאכנישט אויסגעוועפט. די פאליטישע גאס אין אראנדזש קאונטי ווייסט נאכנישט וויאזוי צו פארדייען די נייע מציאות וואס פאטשט אין פנים.
זיי האבן זיכער ערווארטעט דעם שאק, נאכדעם וואס די מאיאריטעט זענען די אידעלעך.

נאכנישט דא קיין מעיאריטעט יודעלעך וואס אקאופירן זייערע הייזער


ס׳איז גראדע יא דא מער אידן וואס אוינען די מערהייט פון פריוואטע הייזער און די ריזיגע שטחים פיל מער ווי גוים, נאר האבן אריינגעשטעלט גויאישע טענעטס וואס זיי האבן גארנישט מיט די אלטע העיטערס, ממילא זיי גייען געווענליך נישט וואויטן בכלל, אטאמאטיש האבן די אידן יא דעם רוב באדן אייגנטום

ווייסע ברילן
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 26, 2019 10:11 am

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך ווייסע ברילן » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 5:49 pm

אפסטעיט איד האט געשריבן:
ווייסע ברילן האט געשריבן:בעיסד אויף וואס פארלאנגאט ער א ריקאונט?

איך מיין יעדער וואס איז נישט צופרידן מיט די ריזאלטס קען פארלאנגען א ריקאונט?



די ריקאונט איז געבעיסד אז דער האט פארלוירען ער פארט אהיים מיטען קומענדיגען באס, האט ער נישט פון וואס צודערלייגען פון טשעלענגשען די וואוטס

ער ניצט זיין זעלבע מהלך פון די לעצטע פאר יאר א מהלך אן שכל וואס בעיקפייערט בלויז, בדרך הטבע גייט צוקומען פון פיפציג ביז הונדערט אידישע שטימע א קעגן אים


למעשה וואס זאגט ער, פארוואס עפעס זאל מען איבערציילן?
ווען מ'האט אן ווייסע ברילן איז די וועלט א געשמאקע פלאץ

אפסטעיט איד
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:03 am

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך אפסטעיט איד » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 6:30 pm

804FF0B8-EBCE-4FAE-948B-F03F808B64C7.jpeg
804FF0B8-EBCE-4FAE-948B-F03F808B64C7.jpeg (254.24 KiB) געזעהן 1041 מאל


The Victory is in the Air

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 6:37 pm

סאו די ווילידזש האול קומט אריבער אין דעם בנין?.... נישט קיין שלעכטע איידיע..

נאך איינער
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך נאך איינער » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 7:40 pm

מיללער האט געשריבן:
סעלפאן האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:למעשה זעה איך אז איין רב האט יא אינדארסירט לא-פרענקא, דאס איז געווען כדי לערבב השטן?

ווער? (אישי איז אויך גוט)

די רעקארד דערציילט אז הרב לאוב האט אינדארסירט לא-פראנקא און ער איז געשטאנען מיט הויכהילכערס ביי די וואלן צו קאמפיינען פאר אים.

דער רב מיטן רב הצעיר בים קאמפיינען נעכטן,
https://drive.google.com/file/d/170UL7a ... p=drivesdk

Kollel
שר האלף
תגובות: 1544
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך Kollel » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 9:45 pm

zibala האט געשריבן:סא אין אפאר יאר ארום איז קרית יואל א גליל פון ס. בלומינגראוו

קלארער:

קרית יואל איז 1.3 סקווער מייל, בלומינגראוו איז 5 סקווער מייל.

געב עס אפאר יאר און די שטעטעלע קרית יואל איז בגלילות עיר בלומינגראוו...
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
אייוועלט שרייבער
שר האלף
תגובות: 1230
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2020 8:23 pm
לאקאציע: אויפ'ן בענקל

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך אייוועלט שרייבער » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 11:18 pm

מען האט שוין גענדיגט איבערציילן?
איך טריי צו זיין א אייוועלט שרייבער

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1994
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 11:58 pm

Kollel האט געשריבן:
zibala האט געשריבן:סא אין אפאר יאר ארום איז קרית יואל א גליל פון ס. בלומינגראוו

קלארער:

קרית יואל איז 1.3 סקווער מייל, בלומינגראוו איז 5 סקווער מייל.

געב עס אפאר יאר און די שטעטעלע קרית יואל איז בגלילות עיר בלומינגראוו...

קריות יואל הרט א מעשינעדיגע אויבער האנט מיטן האבן זייער אייגענע school district און מיט צאלן וועגן דעם גאר ביליגע טעקס, און וועט ממילא לכאורה לענ״ד אייביג בלייבען מיט מער מענטשן און האבן דעם אויבער האנט איבער בלאמענגראוו א חוץ אויב מען קען און מען וועט, אריין ענעקסען בלאמענגראוו אריין צו פאלם טרי מאנרא ניו יארק...
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

מיר וועלן אי״ה לכאורה ווערן בכלל נישט אדער נאר שוואך אקטיוו פון ארום January 2021 למספרם פאר בערך 2 יאר. ואתכם הסליחה

ערמון
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2014 11:19 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך ערמון » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:05 am

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:
zibala האט געשריבן:סא אין אפאר יאר ארום איז קרית יואל א גליל פון ס. בלומינגראוו

קלארער:

קרית יואל איז 1.3 סקווער מייל, בלומינגראוו איז 5 סקווער מייל.

געב עס אפאר יאר און די שטעטעלע קרית יואל איז בגלילות עיר בלומינגראוו...

קריות יואל הרט א מעשינעדיגע אויבער האנט מיטן האבן זייער אייגענע school district און מיט צאלן וועגן דעם גאר ביליגע טעקס, און וועט ממילא לכאורה לענ״ד אייביג בלייבען מיט מער מענטשן און האבן דעם אויבער האנט איבער בלאמענגראוו א חוץ אויב מען קען און מען וועט, אריין ענעקסען בלאמענגראוו אריין צו פאלם טרי מאנרא ניו יארק...


אדער אויב בלומינג-גראוו זאל מאכן/האבן א אייגענע דיסטריקט....

יענקעל משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 11:19 am

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך יענקעל משה » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:06 am

שוין געווען געשריבן דא פילע מאל קרית יואל איז נישט אזוי ביליג די טעקסעס עס איז נאר אנדערע סארט הייזער
א 3000 סקווער פיס אויף א האלבע עיקער און קרית יואל צאלסטו טייערער טעקסעס ווי און בלומינגראוו דאס ווערט איבערגעקייט יעדע שטיק צייט מיט א פרישקייט כמיין סיז אפילו דא א באזינדערע אשכול אויף דעם ערגעץ

ערמון
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 07, 2014 11:19 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך ערמון » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:08 am

יענקעל משה האט געשריבן:שוין געווען געשריבן דא פילע מאל קרית יואל איז נישט אזוי ביליג די טעקסעס עס איז נאר אנדערע סארט הייזער
א 3000 סקווער פיס אויף א האלבע עיקער און קרית יואל צאלסטו טייערער טעקסעס ווי און בלומינגראוו דאס ווערט איבערגעקייט יעדע שטיק צייט מיט א פרישקייט כמיין סיז אפילו דא א באזינדערע אשכול אויף דעם ערגעץ

אויסגעכאפט מיין נעקסטע תגובה.

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:10 am

יענקעל משה האט געשריבן:שוין געווען געשריבן דא פילע מאל קרית יואל איז נישט אזוי ביליג די טעקסעס עס איז נאר אנדערע סארט הייזער
א 3000 סקווער פיס אויף א האלבע עיקער און קרית יואל צאלסטו טייערער טעקסעס ווי און בלומינגראוו דאס ווערט איבערגעקייט יעדע שטיק צייט מיט א פרישקייט כמיין סיז אפילו דא א באזינדערע אשכול אויף דעם ערגעץ

במקום טעגלאש וועסטו ממילא נישט טוישן קיינעמס מיינונג
בדוק ומנוסה
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:19 am

פאקטיש איז איבערגעוויזן געווארן אז דער סטעיטמענט איז נישט אינגאנצן ריכטיג, עס איז אמת אבער נישט דער גאנצער אמת. למשל א הויז וואס צאלט אין די גלילות 10, וואלט געקאסט אין ק"י 7 אלפים בעת א אפארטמענט קאסט נאר 3000

פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך פריינד » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:22 am

ערמון האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:
zibala האט געשריבן:סא אין אפאר יאר ארום איז קרית יואל א גליל פון ס. בלומינגראוו

קלארער:

קרית יואל איז 1.3 סקווער מייל, בלומינגראוו איז 5 סקווער מייל.

געב עס אפאר יאר און די שטעטעלע קרית יואל איז בגלילות עיר בלומינגראוו...

קריות יואל הרט א מעשינעדיגע אויבער האנט מיטן האבן זייער אייגענע school district און מיט צאלן וועגן דעם גאר ביליגע טעקס, און וועט ממילא לכאורה לענ״ד אייביג בלייבען מיט מער מענטשן און האבן דעם אויבער האנט איבער בלאמענגראוו א חוץ אויב מען קען און מען וועט, אריין ענעקסען בלאמענגראוו אריין צו פאלם טרי מאנרא ניו יארק...


אדער אויב בלומינג-גראוו זאל מאכן/האבן א אייגענע דיסטריקט....

סקול דיסטריקט האט נישט צו טוהן מיט די ווילעדש/טאון גרעניץ, מען קען אריינעמען בלומינגרויוו און די קרית יואל סקול דיסטריקט און בלייבן אן עקסטערע ווילעדש

zurich
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך zurich » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:24 am

Programming האט געשריבן:פאקטיש איז איבערגעוויזן געווארן אז דער סטעיטמענט איז נישט אינגאנצן ריכטיג, עס איז אמת אבער נישט דער גאנצער אמת. למשל א הויז וואס צאלט אין די גלילות 10, וואלט געקאסט אין ק"י 7 אלפים בעת א אפארטמענט קאסט נאר 3000

חוץ וואס דו באקומסט עפעס פאר דיין געלד, ווי סיידוואקס, גארבידש קאלעקשאן ועוד

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:26 am

שמואל בארג האט געשריבן:Three backed by Hasidic leaders win majority on South Blooming Grove board
Chris McKenna
Times Herald-Record


Rabbi Yoel Loeb, who belongs to a group called Hasidic Peace International, offered a dissenting voice from within the village's Hasidic community, urging support for LoFranco and his running mates. Loeb and his allies held signs and exhorted voters in Yiddish with a loudspeaker outside the polling station. He said Wednesday that he wanted to counter a bad impression about Hasidic newcomers using their clout as a voting bloc to take control of local boards and change zoning.
.


די חברה לייט האבן זיך גוט צוגעלערנט, אזא שיין קלינגעדיג הסבר צו געבן פאר די פרעסע, אמאל פלעגן זיי פרובירן צו לערנען מיט די גוים די שלש שבועות.

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:26 am

zurich האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:פאקטיש איז איבערגעוויזן געווארן אז דער סטעיטמענט איז נישט אינגאנצן ריכטיג, עס איז אמת אבער נישט דער גאנצער אמת. למשל א הויז וואס צאלט אין די גלילות 10, וואלט געקאסט אין ק"י 7 אלפים בעת א אפארטמענט קאסט נאר 3000

חוץ וואס דו באקומסט עפעס פאר דיין געלד, ווי סיידוואקס, גארבידש קאלעקשאן ועוד


דאס גייט זיך דאך האפנטליך טוישן.

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: Re:

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:32 am

מענדל האט געשריבן:דורך מיללער » דינסטאג יולי 29, 2014 10:59 am
מיללער האט געשריבן:כראנאלאגאישע אנטוויקלונגען פונעם שטעטל אין בלומינג-גראוו

מיט אכט יאר צוריק האבן א גרופע חסידישע אינוועסטירער אפגעקויפט א ריזיגן באדן פון אריבער 750 אקער לאנד אינעם טאון אוו בלומינג-גראוו פאר די סומע פון 15 מיליאן דאלאר. 5 מיליאן איז געווארן באצאלט אויפן פלאץ און די איבריגע צעהן מיליאן האט דער מוכר צוגעשטעלט אין א מארגעדזש.
די פלענער האבן געלויטעט אז מ'זאל בויען די ערשטע עטליכע הונדערט דירות לויט די טאון זאונינג קאודס, און איינמאל עס וועלן וואונען דארט 500 רעגיסטרירטע וויילער וועט מען זיך אפטיילן אונטער א ווילעדזש ענדליך צו וואס קרית יואל האט געטאן בשנת תשל"ז, און דערנאך וועט מען אונטער אייגענע זאונונינג קאודס קענען בויען טויזנטער דירות פאר היימישע אידן.
והרשעים כים נגרש, די שכינים דערוויסנדיג זיך פון די פלענער האבן נישט אויסגעהאלטן אז דאס קען פאסירן, האבן זיי אין די איילעניש געשאפן דעם "ווילעדזש אוו סאוט בלומינג-גראוו" וואס נעמט אריין א גרויסן שטח פון די טאון אוו בלומינג-גראוו כולל די דערמאנטע באדנס, און אזוי ארום זענען זיי פארלאפן די וועג אז פאטענציעל זאל זיך קענען גרינדן א חסידישע ווילעדזש דארט, לויט די סטעיט פארשריפטן אז איינוואונער פון א ווילעדזש קענען זיך נישט אפרייסן צו ווערן א ווילעדזש אינערהאלב א ווילעדזש.


אינטערעסאנט ווי מיאוס זיי האבן זיך פאררעכנט, צום סוף האט מען באקומען א ווילעדזש אויף א גאלדענעם טאץ מיט בלויז א משהו מער ווי די 500 איינוואוינער וואס מען האט אריגינעל געפלאנט.

הנה בית המן נתתי למרדכי..

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:36 am

אהער און אהין האט געשריבן:דער נייער מאיאר, ירום הודו והדרו (ירום הודו מעג מען זאגן אויפן מעיאר פון א דארף אויך, אדער ס'רעזערווירט בלויז פארן פרעזידענט? (אדער פארן גאווערנאר ווען ער שטעלט זיך צו?) איז דער אייגענטומער פון דעם שטח וואס שטייט שוין יארן פאר סעיל.
מען רעדט פון א גוטע צוואנציג אקער לאנד, וואס ער בעהט דערפאר 3 מעלאונס. די סיבה: עס געפונט זיך אין א געגנט ווי אידן וואוינען שוין.


מכאן תשובה לאותן האומרים אז מען דארף לאזן בויען וויפיל מען וויל, אויב וועט די נייע באהערדע ווייזן אז מען קען בויען אין די וועלט אריין וועלן די פרייזן פון לאנד שפרינגען נאכמער.

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5604
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

תגובהדורך eller » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 1:07 pm

גייט מען יעצט נאך קענען צולייגען די געפלאנטע שטחים צו די ווילעדזש אוו סאוט בלומינגראוו ? (כ'רעדט די 20 טויזענט גוים וואס זיי האבן געפלאנט ?)
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: משגיח און 13 געסט