שכונת בלומינג-גראוו, קרית יואל
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
אסדר לסעודתא האט געשריבן:zurech האט געשריבן:נישט צום גלייבן וואס גייט פאר אין בלומינגראוו ס׳אנטוויקלט זיך עפעס וואס קיינער האט זיך נישט געקענט פאראויסזעהן, -- דער ביהמ״ד צאנז זמיגראד איז א חידוש עצום, א שיינע מקוה, א גרויסע פארקינג לאט, דין גרמא אז ס׳איז אויסגעשטיגן א צענטער פאר די געגענט, מיט פילע מנינים - א זונטאג פארמיטאג איז דא דארט א זעקס מנינים שחרית בליעה״ר
חוץ וואס ס׳איז א חסידות, און יעדן טאג וואס די רבי איז דא, שטייען אין די רייעס אידן וואס קומען זיך קוויטלן ביים רבי׳ן. געהערט אז די רבי שליט״א האט מורא׳דיג הנאה פון די געגענט, אזוינע חשובע איידעלע אינגעלייט, וואס האבן הנאה פון די ווארימע טונקעלע שלש סעודות וכ׳ו. און וויל מיט די צייט זיך בקביעות אריבערציען אויף בלומינגראוו אגאנץ יאר
אין בארא פארק זענען די לעקטערס אפן ביי של''ס ביים רבי'ן.
דאהי האט דער רבי זז"ג גאר אנאדערע סארט ציבור ווי אין בפ
שבעה מי יודע!?
- קאץ און מויז
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3584
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm
גראבער האט געשריבן:זמנים ליו״כ בבית מדרש דבלומינג גראוו. 37 DALLAS
ווער האט געקרוינט ר'מאיר בערקאוויטש פאר אב"ד בלומינג גראוו?
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
- ס'רעגענט ס'גיסט
- שר האלף
- תגובות: 1072
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am
-
- שר האלף
- תגובות: 1910
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 946
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm
- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3547
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm
קאץ און מויז האט געשריבן:א אינגערמאן האט מיר פארציילט אז ער איז געווען א' סליחות ביים זמיגראדער רבי נאך סליחות איז ער אריין מיט א קוויטל, האט די רבי אים געפרעגט איינע פון די זאכן צו ער האט שוין געקויפט א דירה/הויז, און די רבי האט אים געזאגט אז בלומינג גראוו איז די בעסטע געגענט היינט צו טאג פאר א חסידישע און בפרט א סאטמארע אינגערמאן
חן המקום על יושביו.
- ס'רעגענט ס'גיסט
- שר האלף
- תגובות: 1072
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am
ר' יום טוב האט געשריבן:שטייענדיג ערב זמן שמחתינו חג הסוכות סמוך לכניסת היום קומט אן די פריידיגע אפדעיט, אז א מיאריטעיט פון די ביילייפיג 880 פרייוואטע הייזער אין בלומינג גראוו ווילידזש געפינען זיך שוין אצינד אין היימישע הענט, אדער זענען אין קאנטראקט צו קלויזן בקרוב.
ורוח הקודש אומרת כן יפרוץ.
אפשר טיילט איהר אונז מיט אביסל מער פרטים, וועלכע הייזער איז די מדובר? ווער זענען די היימישע הענט?
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 946
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm
כ'בין אריין געפאלן דעם חול המועד אין זימיגראד שול.
כ'קאן אייך זאגן טייערע אידן, ס'איז א נחת צו זעהן, ס'איז פשוט א נחת.
איך בין געשטאנען (בערך פינף יאר פארביי) צענדליגע מאל אין די קאווע שטיבער אין וומ"ס, און דיסקוסירט די טעמע. זענען דארט געווען קלוגע אינגעלייט און מסביר געווען בטוב טעם ודעת. . . . אז ס'איז נישט מעגליך אז די אלע נייע געגענטער זאלן זיך אויסארבעטן. מ'האט שוין אזוי סאך פארבירט ס'איז נישט געלונגען,
אן א שיעור מאל דענק איך ווי מ'איז געזיצן, און גערעדט און געקומען צו די החלטה. מ'וועט אויף עפעס אן אופן עס מאכן ארבעטן דא אין ווילמפעסט. מ'וועט בשו"א נישט צו לאזן אז אזא הייליגע שטאט. וואס ס'איז אלעס ביי די האנט, גראסערי'ס ביז 15 מינוט צום זמן. א וואונדערבארע שאפינג מאול אויף וואלעבאוט, מנינים מעריב אפילו צווייע ביי די נאכט. אלעס ווען מען ברויך ווי מען ברויך, טרעפיק און פארקינג טיקעטס לרחצה א ריכטיגע אידישע שטאט מיט אלע פישעפקעס.
אהא, זענט איר פאר'נער'ט מיר וועלן גיין אין א דארף, 10 אויף דערנאכט איז דארט טויט, נישט דא געהעריג צו -געשטעלט, ס'איז שטיל. נישט דא קיין טרעין, נישט דא ווי א אינגערמאן קען עסן טשאלענט אדער פארברענגען ליל שישי כנוהוג בכל תפצות ישראל. נע מיר וועלן נישט לאזן פארפירן, אונז ריר מיר זיך נישט אוועק פון דעם עיר ואם בישראל "ווילאמסבורג"
איז אבער געווען א קליין הייפעלע אידעלעך, וואס האבן געשריגן, ניין. נישט דאס איז דעם רצון השם יתברך. מיר הייבן זיך אויף און גייען ווי ס'זאל נאר זיין, א דארף, א שטעטל נישט משנה. א נייע ישוב אן שול אן קיין מקוה אן קיין געשעפטן. מיר טאנצען אריין, דאס איבריגע וועט דער וואס פירט די וועלט טאן.
איינע פון די פלעצער איז געווען בלומינגראוו, ווי פאר בלויז דריי יאר צוריק איז נישט געווען קיין מנין. און כהיום איז דא אזא בית מדרש ווי צאנז-זימיגראד, ווי ס'ווירבעלט מיננים. אידן לערנען. אלעס ווי א רעכטע חסידישע שול. און דאס איז נאר איינס פון אכט שולן. אפאר דרייסטע אידן זענען אריין געשפרינגען (א גרויס חלק וומ"סבורגע אידן ) און דער אייבישטער האט געהאלפן אז ס'וואקסט און בליעט קיין עין הרע, כן ירבה וכן יפרוץ בעזרת השם.
קרעדיט קומט זיך פאר די נחשונים וואס האבן אפגעפיצט פון וומ"ס פיר פינעף יאר צוריק. זיי האבן געוויזען דעם וועג. ס'איז נאך דא גאר א לאנגע וועג צו גיין, אסאך אינגעלייט בלוטיגען נאך נעבעך נעבעך צו באצאלן די געשוואלנע רויבערישע פרייזן. זאלן דער אייבישטער זיי אויפרעכטן.
אבער מ'האט ב"ה געמאכט א קרעיק אינעם סיטעים. די מוסדות לייגן שוין נישט צו קיין קלאסן אין יש אומרים אז ס'ווערט ווייניגער. די זעלעבע צייט טוהן די מוסדות אין אפסטעיט זיך אויסשפרייטן אויף א גרויסע פארנעם.
האסט מיר אלע א גוט און א זיס יאר

רצון טוב האט געשריבן:ר' יום טוב האט געשריבן:שטייענדיג ערב זמן שמחתינו חג הסוכות סמוך לכניסת היום קומט אן די פריידיגע אפדעיט, אז א מיאריטעיט פון די ביילייפיג 880 פרייוואטע הייזער אין בלומינג גראוו ווילידזש געפינען זיך שוין אצינד אין היימישע הענט
וויפיל מער פון 440 זענען שוין ביי אידן?
עס האלט ביי מינימום 450.
ר' יום טוב האט געשריבן:רצון טוב האט געשריבן:ר' יום טוב האט געשריבן:שטייענדיג ערב זמן שמחתינו חג הסוכות סמוך לכניסת היום קומט אן די פריידיגע אפדעיט, אז א מיאריטעיט פון די ביילייפיג 880 פרייוואטע הייזער אין בלומינג גראוו ווילידזש געפינען זיך שוין אצינד אין היימישע הענט
וויפיל מער פון 440 זענען שוין ביי אידן?
עס האלט ביי מינימום 450.
wow מאכט סענס.
מען הערט טאקע אז נאנט צו "10" בתי מדרשים זענען אפען געווען ר"ה
איז די צווייטע טעג סוכות אויך געווען אזא פארנעם?, אדער דר'עולם לויפט נאך צוריק צום שטאט אויף די צווייטע טעג.