אלט מאנרא האט געשריבן:בשביל התורה שנקרא ראשית בלומינגראָוו גרייט זיך מיט שפּאַנונג צו פייערן די ערשטע 'הכנסת ספר תורה' דעם קומענדיגן יו"ט שבועות הבעל"ט וועט אריינגעגעבן ווערן צום ביהמ"ד החדש 'מאורות נתן' דורך הרבני הנגיד רבי משה וואלף יאַקאָבאָוויטש הי"ו מבאי בית המדרש
C/P ערנסטע ווארעמקייט צווישן ציבור אנ"ש צום "ביתי בית תפלה" קאמפיין להרחבת גבולי ביהמ"ד
בלומינג-גראוו – מיט גרויס פרייד טוען די פילצאליגע תושבי בלומינג-גראוו בגלילות קרית יואל, ענטפאנגען אויף דעם יו"ט שבועות דעם אורח נכבד הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב הביהמ"ד דקיט"ל בלומינג-גראוו, וועלכער וועט מיטהאלטן דעם יו"ט בצל דודו הגדול מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א, און גלייכצייטיג באשיינען דעם ביהמ"ד אין בלומינג-גראוו במשך די דריי טעג, שבת און יו"ט.
לכבודו פונעם רב'ס ערשיינונג איז צוגערישט געווארן א רחבות'דיגע דירה אין שכנות פון ביהמ"ד אויף ווירדזשיניע, וואו דער רב וועט וויילן אויף איבער יו"ט און מפאר זיין פני השכונה. צום ערשטן טאג יו"ט שחרית וועט דער רב אריינקומען אין שטאט קרית יואל מיטצוהאלטן די הייליגע תפלות ביים רבי'ן שליט"א, אינאיינעם מיט א גרויסן צאל תושבי השכונה וועלכע וועלן מאכן דעם ארום א שעה וועג ביז'ן ביהמ"ד הגדול, געניסנדיג פונעם עירובי תחומין וואס ווערט געלייגט אין קרית יואל דורכ'ן "וועד לתחום שבת קרית יואל" פאר די דרויסנדיגע איינוואוינער.
צו די שבת'דיגע תפלות און דעם צווייטן טאג יו"ט, וועלן די מתפללים זיין נהנה זיין פונעם אנוועזנהייט פונעם רב שליט"א, וועלכער וועט משמיע זיין קולו בתפלתו און מיט ווארעמע דרשות במשך די טעג אויף וואס מ'קוקט ארויס מיט גרויס ערווארטונג. צום נעילת החג טיש מוצאי יו"ט, וועט דער רב ווידער באשיינען ביים עריכת השלחן הטהור פונעם רבי'ן שליט"א אין קרית יואל.
תיכף נאך יו"ט וועט דער רב שליט"א ממשיך זיין מיט'ן עבודת הקודש ארומצוגיין באארבעטן די נדיבים בעם אפצוקויפן זכותים נשגבים אינעם נייעם ביהמ"ד וואס האט געקאסט אסטראנאמישע סומעס אפצוקויפן און אהערשטעלן צום באנוץ דעם פאריגן חודש תשרי, ובפרט ברויך מען אצינד פאנטאסטישע ציפערן צו קענען מרחיב זיין די גבולי הביהמ"ד, נאכדעם וואס ווי באריכטעט פאריגע וואך האט מען ב"ה ערהאלטן די ענדגילטיגע פערמיטן מרחיב צו זיין די גבולי הביהמ"ד.
לימינו פונעם רב שליט"א שטייט דער "ועד קרן הבנין" וואס שליסט איין ענערגישע עסקנים מתושבי השכונה וועלכע פיבערן העפטיג אינעם קרן הבנין אפאראט, צו קענען אהערשטעלן דעם גרויסארטיגן השלמת הבנין פראיעקט,
שבת פּרשת בלק תשע"ז האָט דער רבי שליט"א ביי די דברות קודש פאר קריאת התורה ספּעציעל אדרעסירט די נייע געגנט פון בלומינג-גראוו און אנדערע ענליכע געגנטער בגלילות פון די שטאט קרית יואל, וואס ווערן באזעצט דורך היימישע אידן, איבער דעם חיוב פון אנצוהאלטן אויך אין יענע געגנטער דעם הייליגן סטאנדארט מיט וואס "קרית יואל" איז געבענטשט, אויפ'ן דרך און רצון קדשו פונעם מייסד הקרי' מרן רביה"ק זי"ע.
מיטהאלטנדיג די מאסיווע הרחבת גבולי הקדושה, האבן די געטרייע חברי הנהלת הקהלה, פאַרשטאנען דעם צו השעה, און באַגלייט בברכת קדשו פונעם מרא דאתרא מרן שליט"א, איז מען אַריינגעשפּרונגען אין דער פרישער אונטערנעמונג, אַהערצושטעלן א נייעם צענטראַלן ביהמ"ד וואָס זאָל דינען אַלע תושבים פון די גאַנצע געגנט.
דער "מעמד גמר המקח" איז פארגעקומען א' פנחס, בראשות דעם רבי'ן שליט"א אין שטוב פון איינעם פון די חשוב'ע תושבים און געטרייע עסקנים, ווען דערביי האט דער רבי משמיע געווען ווארעמע דברות קודש והדרכה, און ארויסגעברענגט זיינע הרגשים איבער דעם שיינעם געגענט וואס ער האט איידער'ן מעמד באזוכט א לענגערע וויילע.
זינט דאן איז אויסגעקומען א שיינע פאר מאל וואס דער רבי האט אפגעשטאט געהויבענע באזוכן אינעם געגענט, ובפרט ביי ברית'ן בבתי התושבים, און יעדעס מאל באזונדער פרעגט זיך דער רבי נאך איבער די אנטוויקלונגען, וואס שאפט אים א שטארקע קורת רוח.
הערשט לעצטן כ"ו ניסן, מיטוואך שמיני, האט דער רבי באשיינט א ברית אינעם געגענט, און געהערט פון די הנהלת הביהמ"ד פאזיטיווע גריסן פון דער הערליכער אויפבלי. מ'האט צווישן אנדערן אינפארמירט דעם רבי'ן דאס מערקווירדיגע מציאות, אז מיט יעדעס הויז וואס ווערט אפגעקויפט דורך א איד, טרייבט דאס אוועק א צאל אנדערע נישט-אידישע שכנים, וואס זיי זאלן אויך ארויסלייגן זייערע הייזער צו פארקויפן. מ'האט אנגעצייגט א ביישפיל ווי ס'איז יענע וואך אפגעקויפט געווארן א הויז, און בו ביום האבן נאך 6 נישט-אידישע שכנים ארויסגעשטעלט זייערע הייזער צום פארקויפן.
מיט א שטארקן רגש און שמחה האט מען דעם ביהמ"ד מחנך געווען פאריגן יום כיפור. עס האבן פארגעדאווענט שיינע בעלי תפלות מתושבי המקום. זינט דאן גייט דער ביהמ"ד אן לשם ולתפארת יעדן שבת ויו"ט, און בימות החול.
אין באלדיגע נאכפאלג פון חנוכת ביהמ"ד, צווישן יום כיפור און סוכות, איז פארגעקומען אן עקסטאזליכע מעמד הכתרה אינעם תנאים-זאל בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן שליט"א אויף אוהעל קט. וואו דער רבי האט ממנה געווען זיין פלומעניק הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א מו"ץ דקיט"ל ב"פ ור"מ בישיבה לצעירים דסאטמאר-וויליאמסבורג, בן הגה"צ מטשאקאווע שליט"א וחתן כ"ק הגה"צ גאב"ד סאטמאר-בארא פארק שליט"א, לשרת בקודש אלס רב הביהמ"ד.
ביים מעמד מיט דער אנוועזנהייט פון פילצאליגע תושבי בלומינג-גראוו ומתפללי ביהמ"ד החדש, האט דער רבי שליט"א משמיע געווען לענגערע דברי הדרכה וחיזוק פאר די תושבים, וואס דער רצון פונעם פעטער זי"ע איז געווען ביים גרינדן דאס שטעטל, און זיי האבן אצינד די זכי' און געלעגענהייט ממלא צו זיין רצון קדשו אויף די פרישע געגענטער להגדיל תורה ולהאדירה.
דער רבי האט געווידמעט ספעציעלע ווערטער איבער דעם חיוב "אויסצושפרייטן" קרית יואל, נישט ח"ו זוכן "אוועקצוגיין" פון קרית יואל, ווי דער רבי האט געזאגט בלש"ק: "ח"ו מ'ציט זיך אוועק פון קרית יואל, מ'ציט אויס קרית יואל!"
אן ערשטער אפשטאט פונעם רב אין ביהמ"ד, איז געווען ביי א געהויבענע "שמחת בית השואבה", ליל אושפיזא דיוסף, וואו ער האט משמיע שיינע דברי תורה בבחינת "איינציגס-דרשה". אין נאכפאלג האט דער רב מפאר געווען ביי שיינע שבתים און יומי דפגרא בקרב הביהמ"ד, וואס איז אלעמאל א שיינע איבערלעבעניש פאר די מתפללים.
אין די לעצטערע וואכן איז ב"ה געלונגען צו שליסן מקח אויף דער דירה פונעם רב שליט"א, וואס געפונט זיך סמוך ונראה צום ביהמ"ד, און האפנטליך צום נייעם יאר וועט דער רב זיך ארויסציען פערמאנענט צום געגענט, לשמחת לב התושבים ומתפללים.
ווי באריכטעט אין פאריגן נומער האט מען ערהאלטן די פערמיטן ארויסצובויען דעם ביהמ"ד, נאכדעם וואס די מאראטאריום איז אפגעלאפן, און ס'איז נישט פון פריש באנייט געווארן. לויט די יעצטיגע פלענער וועט מען תיכף נאך יו"ט אנהויבן קאנסטרוקציע, און מ'האפט בעז"ה צו זיין פערטיג צום נייעם יאר תשע"ט הבעל"ט.
בוקר וערב הערט זיך א שיינע קול תורה אינעם ביהמ"ד, און דעם היינטיגן מיטוואך צופרי האט מען געהאט א חשוב'ן באזוך פון הרב ר' יואל וויינבערגער שליט"א מנהל קביעת עתים אינאיינעם מיט הרב בנש"ק ר' איתמר מייזליש שליט"א – וועלכער איז צוגלייך אקטיוו געווען ביי די בוי-שטאפלען - ארויסצוהעלפן די מתפללים מיט פאסיגע חברותות ללימוד התורה, ובפרט אצינד ווען אין ראם פון חבורת "תורתך שעשועי" הייבט מען אן א פרישע מסכת.
מיט שפאנונג קוקן אצינד ארויס די תושבים אויף די ווייטערדיגע פארשריט, מיט א האפענונג צו קענען וואס גיכער מחנך זיין דעם ביהמ"ד המורחבת ומקוה מהודרת בשעטומ"צ.
קאץ און מויז האט געשריבן:אין דער איד איז דא אן ארטיקל איבער די נייע זמיגראדער שול וואס וועט ווערן פערטיג פאר די זומער
עס איז א מהפכה אין די גאנצע אומגעגנט צום ערשטן מאל זינט די התייסדות אין די ל' יארן וואס א רבי מיט א קוויטל שטוב וכו' און אלע צוגעהערן קומט זיך באזעצן אין דעם געגנט.
קאץ און מויז האט געשריבן:אין דער איד איז דא אן ארטיקל איבער די נייע זמיגראדער שול וואס וועט ווערן פערטיג פאר די זומער
עס איז א מהפכה אין די גאנצע אומגעגנט צום ערשטן מאל זינט די התייסדות אין די ל' יארן וואס א רבי מיט א קוויטל שטוב וכו' און אלע צוגעהערן קומט זיך באזעצן אין דעם געגנט.
קאץ און מויז האט געשריבן:אין דער איד איז דא אן ארטיקל איבער די נייע זמיגראדער שול וואס וועט ווערן פערטיג פאר די זומער
עס איז א מהפכה אין די גאנצע אומגעגנט צום ערשטן מאל זינט די התייסדות אין די ל' יארן וואס א רבי מיט א קוויטל שטוב וכו' און אלע צוגעהערן קומט זיך באזעצן אין דעם געגנט.
קאץ און מויז האט געשריבן:אין דער איד איז דא אן ארטיקל איבער די נייע זמיגראדער שול וואס וועט ווערן פערטיג פאר די זומער
עס איז א מהפכה אין די גאנצע אומגעגנט צום ערשטן מאל זינט די התייסדות אין די ל' יארן וואס א רבי מיט א קוויטל שטוב וכו' און אלע צוגעהערן קומט זיך באזעצן אין דעם געגנט.
ומה עם כ״ק אדמו״ר מ׳דעעש ק״י שליט״א
דאכצעך אז סקולענע רבי ז"ל און יבלחט"א בנו ומ"מ שליט"א פלעגן וויילן אין ק"י זיממער.