אלעס איבער נייע היימישע געגנטער
דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 12:50 pm
kyshtiper האט געשריבן:איך זעה אז מ'בויעט יא עפעס אויף די אנדערע זייט ראוד ביי די נייע קארלסבורג גאס
אפשר א ריטענינג וואל?
Advertisement
פרייטאג אוגוסט 15, 2014 9:26 am
וויפיל איז די פרייז פאר א דירה ביי עצי התמרים PHASE 2 ?
פרייטאג אוגוסט 15, 2014 10:49 am
נאכנישט דא קיין פרייז
פרייטאג אוגוסט 15, 2014 11:13 am
איז די פלאן צו זיין ביליגער ווי VINEYARD?
פרייטאג אוגוסט 15, 2014 11:35 am
משה יענקל האט געשריבן:אפשר א ריטענינג וואל?
איך האף אז דאס מאל מאכט ער א גוטע ארבייט, ווער געדענקט נאך די מאראסט פארשוועמונג אויף ראדאמסק (ווייל ער האט זיך געשפארט אפאר דאלאר)?!
די פראבלעם איז דער דעוועלעפער האט מעגליכקייטן וואס אנדערע האבן האבן נישט.
פרייטאג אוגוסט 15, 2014 11:56 am
נסיעה האט געשריבן:איז די פלאן צו זיין ביליגער ווי VINEYARD?
פארוואס ביליגער?
א איד זיכט אלץ צו גיין העכער...
פונקט אזוי ווי רחניות
פרייטאג אוגוסט 15, 2014 12:00 pm
געהערט אז מען גייט עס מארקעטן אלס ביליגע דירות בערך 375.000 א דירה
פרייטאג אוגוסט 15, 2014 12:18 pm
מאגר האט געשריבן:געהערט אז מען גייט עס מארקעטן אלס ביליגע דירות בערך 375.000 א דירה
וועלכע סייז דירה ?
פרייטאג אוגוסט 15, 2014 1:29 pm
א אכט רומיגע דירה טאפ פלאהר גייט קאסטן בערך צווישן 425,000 -450,000 דאס איז בערך 20,000 - 40,000 טייערער ווי ברך משה.
שבת אוגוסט 23, 2014 11:50 pm
איך הער מגייט אראפווארפן רבי עזריאל גליק,ס דירה און סקומט ארויף א געביידע..
זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:43 am
Yup אויך געהערט
זונטאג אוגוסט 24, 2014 7:33 am
זיס ווי האניג האט געשריבן:א אכט רומיגע דירה טאפ פלאהר גייט קאסטן בערך צווישן 425,000 -450,000 דאס איז בערך 20,000 - 40,000 טייערער ווי ברך משה.
וויפיל דירות בויעט מען מען יעצט?
און וויפיל איז די פרייז פאר א ס"פ?
ווען איז די פלאן אז עס זאל זיין פארטיג?
זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:50 pm
אט אזוי האט געשריבן:איך הער מגייט אראפווארפן רבי עזריאל גליק,ס דירה און סקומט ארויף א געביידע..
דאס האט אפגעקויפט זלמן לייב ווייס און ער גייט בויען דארט 21 דירות (10 מאל אזויפיל ס'איז געווען יעצט דארט)
זונטאג אוגוסט 24, 2014 1:54 pm
יחזקאל לויפער לעבט דאך נאך, ער האט דארט געוואוינט פאר רענט?
זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:28 pm
ער האט עס אפגעקויפט פאר פיר מיליאן טאלער
זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:32 pm
אט אזוי האט געשריבן:ער האט עס אפגעקויפט פאר פיר מיליאן טאלער
WOW אויב עס איז אמת, די לאט אליינס בעפאר בויען גייט קאסטען פער דירה איבער 190K...
זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:38 pm
נו ס'איז דאך די בעסטע לאקאציע איך ק"י
זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:16 pm
וואו איך האב געהערט איז עס געגאנגען פאר 3 מיליאן, און איך האב נישט געהערט וויפיל דירות עס וועט דארט זיין, אבער אפילו 21 דאס איז לכאורה אן די בעיסמענט'ס
זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:24 pm
איך שוין די מענטש וואס גייט וואינען אין טשאלענט אריין, און נאך צאלן דערפאר די ריזיגע נומערס
זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:04 pm
איך שוין סאך מער די מענטשן וואס וואינען אין seven springs
זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:09 pm
מחותן האט געשריבן:יחזקאל לויפער לעבט דאך נאך, ער האט דארט געוואוינט פאר רענט?
יא ער וואוינט דארט שוין יארן פאר רענט, ער גייט יעצט דארפן מופען, די גאנצע חסד אפאראט פון ר' יחזקא' וועט זיך דארפן טרעפן א נייע לאקאציע, נישט קיין חילוק ווי גרויס די הויז וועט זיין, די איצטיגע איז אויך נישט ספעציעל גרויס, וועט דארט זיכער זיין פלאץ פאר אורחים און אורחי פורחי'ס, אהההה, א אפען הארץ דער איד!
זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
אט אזוי האט געשריבן:איך שוין סאך מער די מענטשן וואס וואינען אין seven springs
איך שוין דיר וואס די רעדסט אזוי, נישט אז איך האלט אז סעווען ספרינגס איז גוט, אבער איינער וואס וואינט אין טשולנט טאפ איז נעבאך א ביטערע רחמנות, סיי מען צאלט היינט היבש מער צו קענען וואוינען אין טשולנט טאפ, און סיי די האסט נישט קיין שום פרייוועסי, און נאך דערצו שטעל דיר פאר וואו די געביידע גייט אויס זען, ער האט געצאלט פאר די פראפערטי טאפ דאללער, און ער דארף נאך ארויסנעמען געלט אויך, זיי זיכער ער גייט אויסניצן די פראפערטי ביזן מעקס, און אריינשטופן וויפיל דירות ער קען און נישט איבערלאזן קיין פלאץ צו אטעמען אביסל אויפן גאס
זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:40 pm
It's a matter of taste. Anyone disagrees?
זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:54 pm
א יוד האט מיר געזאגט ער וואלט געוואלט וואוינען העכער נחמה בעקערי נעבן ישיבת מיר וואס ווער סאיז שוין אמאל געווען דארט ווייסט סאיז א בחינה פין לילה כיום יאיר.....
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:05 am
פארוואס נישט אויסניצן די ספעיס פאר ציבור'ישע געברויכן
כמיין א חוץ א דירות פארן וואקסענדן ציבור דארף מען אנדערע זאכן אויך
פארוואס נישט אויסניצן די זאונינג ווי נארמאל?