בלאט 10 פון 63
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 3:44 pm
דורך להגדיל שמו
דו פארשטייסט באמת נישט מיין פראגע, אדער מאכסט זיך?
די ווילידזש האט לאטס אויף לאטס, איך בין א יונגערמאן מיט געלט(לעטס סעי) וועט מיך די ווילידזש פארקויפען אדער איך מיז זיין פון די אויסגעוועלטע בילדערס?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 3:45 pm
דורך מיללער
להגדיל שמו האט געשריבן:דו פארשטייסט באמת נישט מיין פראגע, אדער מאכסט זיך?
די ווילידזש האט לאטס אויף לאטס, איך בין א יונגערמאן מיט געלט(לעטס סעי) וועט מיך די ווילידזש פארקויפען אדער איך מיז זיין פון די אויסגעוועלטע בילדערס?
דער ווילעזש האט נישט קיין לאטס, פינטל.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 3:46 pm
דורך להגדיל שמו
און איך רעדט באופן כללי, ביי די ברך משה -ווען זיי האבען געהאט- עצי תמרים וכו
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 3:49 pm
דורך מיללער
להגדיל שמו האט געשריבן:און איך רעדט באופן כללי, ביי די ברך משה -ווען זיי האבען געהאט- עצי תמרים וכו
דו מיינסט וועד הקריה, זיי האבן פארקויפט לאטס פאר;ליימזידער, אייזנבערג, ג"ב, סופר, ווצ"ב, אינדיג, ווצ"ב ענד בראך, וויינבערגער, גאווערמענט.
איך ווייס נישט צו דו וואלסט געקענט באקומען אבער ווען איך נעם צאם אלע בילדערס זעה איך נישט קיין קאממאן דינאמינעיטאר.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 3:52 pm
דורך להגדיל שמו
איך האב נישט געוויסט אז עס איז דא אן עקסטערע וועד פאר דעם.
עס איז מיר אויפפאלענד אז עס איז נאר דא די פאר בילדערס
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 1:06 am
דורך געוואלדיק
כברענג אהער מיינע ווערטער פון אנדערן אשכול איבער וו"ב ווייל באמת איז מיין עיקר טענה נישט געווען צו געבן א גרינעם ליכט פאר די וו"ב עשירים זיך צו קויפן מפטיר יונה אין דער צייט וואס זייערע ברידער פאלן ל"ע מיט הארץ אטאקעס פון חובות רח"ל און זיי באקומען נאך שישי פארן מי שברך מיט מיליון דולר לביהמ"ד צוליב טעקסעס וואס ער דארף מילא פטרן לעגאל און מוויסט ניטאמאל וואס מהאט געליינט ביים עלי' זעלבט ווי אל תעמוד על דם ריעך אדער לא תוכל להתעלם אדער עזוב תעזוב עמו
ווייל באמת איז מיין טענה בעיקר אויף ק"י וואס אין וו"ב איז דער טענה נישט קיין הלכהדיגע נאר א געפילישע ווייל דארט קען א אינוועסטאר זאגן הער מיין קינד יאַך קאָן דאס געבן פאר גויים סאיז מיינע נכסים, ווילסט עס קויפן דאן באצאל דעם מארקעט פרייז (הגם סאיז נאך אלץ א איסור פון אל תעמוד על דם ריעך און לא תוכל להתעלם), אבער אין ק"י איז דאך פונקט פארקערט דער גאנצער מארקעט הייבט זיך גארנישט אן און ווען נישט רבינו הק' עפענט דעם שטעטל פאר ערליכע אידן וואלט די פרייז פון א פאלאץ דירה א וואן פעמעלי האויז וואס נאר דאס מעג מען בויען אין טאון וואלט געווען בילגער ווי היינט א שיינע דירה איינס פון 30 דירות אין א בנין און שטאקיגע געביידעס ארום אין אלע זייטן, טא וואס איז דער היתר צו בעטן פאר א דירה 500,000 דולר דאס הייסט אז פון א בנין פון 30 מאכט מען גאנצע 15 מיליון ווען די בנין האט בלויז גקאסט אפשר אנדערהאלבן מיליאן
אמת, א וו"ב תושב וועט זיך צוכאפן דערצי ווי צי הייסע לאקשאן אבער א גרויסער ציבור אין ק"י האט דאך דאס אויך נישט, דאס מיינט פשוט אויסגעזויגן געלט און מייקרי השער און חוץ די איסורים פון אל תעמוד על דם רעיך און נאך איז דאס מעגליך אין כלל פון גניבה פשוט גענומען א שטח וואס איז ווערד אין מאנרא מערסענס א האלב מיליון און בעטן א ס"ה פון 15 מיליון און אידן לויפן צו גמ"ח'ן באצאלן די מארגעטשעס און הלואות און דערנאך צו די דאקטוירים ל"ע און די אינוועסטארס לויפן צו נעמען זייער פלעג אלס העלדן פון די מוסדות ביים באצאלן זייערע שטייערן און טעקס.
אלזא טייערע אידן דא ביים ק"י אשכול אפשר האט איר א תירוץ אויף די געוואלדיגע עוולה לעיני השמש?
quote="געוואלדיק"]קומט אויס לפי דבריכם אז צו די ק"י דאוועלעפערס איז דא סאך א שטערקערע טענה ווי די וו"ב'ער
ווייל אין ק"י בעהט ער 5 מאל העכער די מארקעט אין די געגנט, משא"כ וו"ב איז אינדרויסן די זעלבע טייער אדער טייערערער, דאס הייסט אז ווען מבויעט ווען די דירות פאר גויים בעהט מען די זעלבע צוליבן הויעכן מארקעט, טא קענסטו נישט מחייב זיין א איד וואס האט נכסים אין זיין הענט עס אוועקצוגעבן פאר אידן פאר ביליג (קענסט אים נאר בעטן... און מקען טאקע קאמפיינען רחמנות געפיל פאר אידישע ברידער וואס פאלן פון די נאז מיט הארצעטאקעס ל"ע), משא"כ ק"י וואו קען מען בעטן העכערן מארקעט נאר ווייל מווייסט אז דער ציבור וויל דייקא וואוינען אין די געגנט, ווען אין די זעלבע צייט קאסט אין גאנץ מאנרא פעניס.[/quote]
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 8:06 am
דורך פאטאקי08
געוואלדיג
דו ביסט נאך אביסל צוריק געבליבן, אויף פראג איז דא א 7.5 רומיגע דירה מיט א פרייז טעג פון.... 550,000.00!!!
איך רעד פון א דירה אין א זעקס שטאקיגע בנין מיט 15 פאמיליעס אנע עלעוועיטאר מיטן חשבון אז די כולל אינגעלייט דרייווען סיי ווי נישט.. אן קיין גרינס פאר די אויגן. פון פרייוועסי מן דכר שמיה
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 9:26 am
דורך מאגר
פאטאקי08 האט געשריבן:געוואלדיג
דו ביסט נאך אביסל צוריק געבליבן, אויף פראג איז דא א 7.5 רומיגע דירה מיט א פרייז טעג פון.... 550,000.00!!!
????
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 9:36 am
דורך משה יענקל
מחותן האט געשריבן:די בראך לאט - שמעתי אז עס איז אפגעקויפט בשתפות מיט א בילדער {יודי ג"ב}, במילא דארט קענסטע שוין נישט בויען.
קענסט אבער אפקויפן צענדליגער לאטס פון פריוואטע מענטשן וואס האב קליינע הייזער מיט גרויסע בעיק יארד'ס און ארויפ ציען דערויף א בנין.. די מוזט אבער האבן געלט.
שמעתי, און אזוי שמיעסט די גאס, אזי עס איז סובדיוויד אזוי ווי אויש נאר ער בעט פונקט דאבל, א פערטל עיקער פאר 700.000
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 10:55 am
דורך שמעלקא טויב
להגדיל שמו האט געשריבן:איך האב נישט געוויסט אז עס איז דא אן עקסטערע וועד פאר דעם.
עס איז מיר אויפפאלענד אז עס איז נאר דא די פאר בילדערס
איר זענט נישט באקאנטע איבער בויען דירות אין קרית יואל?!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:03 pm
דורך משה יענקל
משה יענקל האט געשריבן:די הויז אויף 7 ווען ביורען [ר'ישראל פערל] פארט אראפ גלייך נאך שבועות, עס קומט בערך 16 דירות!!!!!!! דורך זלמן לייב ווייס
די הויז איז נעכטן אראפ געפארען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:04 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
משה יענקל האט געשריבן:די הויז איז נעכטן אראפ געפארען
אראפ קיין ווי?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:05 pm
דורך מחותן
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אראפ קיין ווי?
OTD
On Time Disposal
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 2:23 pm
דורך משה יענקל
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:משה יענקל האט געשריבן:די הויז איז נעכטן אראפ געפארען
אראפ קיין ווי?
ירידה לצורך עלי,
עס איז אראפ א שטאק צוויי און עס וועט ארויף גיין ארום 5-5 1/2
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:05 pm
דורך פאטאקי08
צייט צו מאכן ווען ביורען א וואן וועי
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:20 pm
דורך מחותן
פאטאקי08 האט געשריבן:צייט צו מאכן ווען ביורען א וואן וועי
איז עס נישט א דעד-ענד? ווי אזוי וועלן די ארס וואס פאר אריין אהין ארויס קימען פון דארט??

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:20 pm
דורך שמעלקא טויב
מחותן האט געשריבן:פאטאקי08 האט געשריבן:צייט צו מאכן ווען ביורען א וואן וועי
איז עס נישט א דעד-ענד? ווי אזוי וועלן די ארס וואס פאר אריין אהין ארויס קימען פון דארט??

מ'וועט זיי צוריקשיקן מיט א ריקאול, עין קוריאזע בריוון אין היינטיגן בלאט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:22 pm
דורך משה יענקל
מחותן האט געשריבן:פאטאקי08 האט געשריבן:צייט צו מאכן ווען ביורען א וואן וועי
איז עס נישט א דעד-ענד? ווי אזוי וועלן די ארס וואס פאר אריין אהין ארויס קימען פון דארט??

ער מיינט לכאורה פון פארעסט ביז קוויק וועי.
אגב איך וואלט געזאגט:
אז מען מאכט עס פאר א סיטי גאס, זאל מען אריינריקען די סיידוואקס און פארקן דאבל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:25 pm
דורך maybeeynot
פאטאקי08 האט געשריבן:צייט צו מאכן ווען ביורען א וואן וועי
וויאזוי ווילסטו מאכן א DEAD END ROAD פאר א 1 וועי וויאזוי וועלן די קארס צירוק ארויס קומען
מהאקט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:27 pm
דורך פאטאקי08
אויב מען מאכט עס נישט פאר א וואן וועי באצייטענס וועט עס טאקע ווערן א דעד ענד...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:29 pm
דורך maybeeynot
ס'איז שוין עספעשלי ביי קארנער פארסעט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:31 pm
דורך משה יענקל
פאטאקי08 האט געשריבן:אויב מען מאכט עס נישט פאר א וואן וועי באצייטענס וועט עס טאקע ווערן א דעד ענד...
די ערשטע זאך זאל מען אוועק נעמען די פארקינג פון אנפאנג גאס, ווען מען דרייט זיך אריין פון פארעסט איז טעריבאל, אויב וואלטן נישט געווען קיין קארס געפארקט וואלט נישט געווען קיין טרעפיק
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 06, 2014 5:47 pm
דורך משתוקק
איך וואלט געואלט וויסן וואספארא מין דירה קען מען באקומען אין ק״י פאר בערך 5/6 מאות, איך פארשטיי נישט קיין געניצליך פריוואט הויז, אבער עפעס מער ווי א גרויסע דירה אין א קאנדא מיט עטליכע שכנים, אין בראקלין קען מען באקומען א 1200 ס.פ. דירה די פראגע איז וואס באקומט מען אין ק״י?
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 06, 2014 5:58 pm
דורך מחותן
פאר 6 מאות לכאורה א אפ ענד דאון מיט א נישט אויפגעפיקסטע בעסמעינט..
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 06, 2014 6:00 pm
דורך משתוקק
בערך וויפיל ס.פ.?