דירות פראיעקטן און דעוועלאפמענטס אין קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

האסט דערמאנט טעקסי דרייווערס כהאב לעצטנס גערעדט מיט א חשובער יונגערמאן וואס דרייווט א קאר סערוויס דא אין שטעטל זאגט ער ארבעט עלף שעה א טאג אין מאכט קארגע זיבן מאות א וואך
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

אידיש.טייפינג האט געשריבן:קרית יואל האט געוואוסט די גאנצע צייט אז זיי גייען עס באקומען, און טאקע פאר דעם האבן זיי שוין אנעהויבן די ענווייראמענטל סטאָדי אויך פאר די 507 עיקערס נישט נאר פאר די 164 עיקערס וואס זיי האבן דורכגעפירט דעם scoping sesion

ווי עס ווערט פארשטאנען האט גאווערנאר קואמא נישט געוואלט אז דאס זאל קומען פאר די וואלן, ווייל ער האט געוואלט געפעלן פאר יעדן...

איך כשלעצמי אלס א ליינער פונעם וואכענשריפט וואו עס איז כסדר באריכטעט געווארן אז דער ווילעדזש מוז עס געזעצליך באקמען, און אפילו אויב עס וועט געלונגען פארן טאון אדער קאונטי דאס צו באקומען קען דער ווילעדזש גיין אין קאורט וואו זיי וועלן עס לייכט געווינען, ווייל דאס געזעץ איז אויפ'ן זייט פון די מוניסיפל וועלכער וויל ענעקסן.

יעצט צום נעקסטן סטעפ: מיינט דאס אז ענעקסעישן איז שוין ביים קארנער? לכאורה נישט, ווייל דאס איז נאך א פארצויגענער פראצעדור וואס קען נעמען לאנגע חדשים אדער מער.

ערשט מוז דער ווילעדזש צוגרייטן אן ענווייראמנטל אימפעקט סטעיטמענט, דערנאך מוזן זיי דורכפירן פאבליק הירינגס, הערן מיינונגען, און אויב אלעס גייט כשורה, מוז דאס באשטעטיגט ווערן דורך באזונדערע וואוטס פון ביידע מוניסיפלס, דער טאון באורד און דער ווילעדזש באורד. ערשט נאכדעם וואס ביידע באשטעטיגן עס מוז עס קומען צו וואלן דורך די מענטשן וואס וואוינען אין די לאטס וואס ווילן געענעקסט ווערן.

און אויב קומט מען אָן ביז אהין, קען נאך פארוויקעלט ווערן זייטיגע לעגאלע געפעכטן.

דערווייל זאגטס ערליך תפילת הדרך...


אויב איז עס טאקע אזוי אז עס דארף באשטעטיגט ווערן דורך די טאון באורד, ברויך זיך דער ווילעזש אונטעריאגן צו ענדיגן דעם גאנצן פראצעדור בעפאר קומענדיגן נאוועמבער. (אדער האבן זיי די אפציע צו דיעלן נארמאל מיט די אפאזיציע).

איך מיין אבער אז מען דארף נישט קיין וואוטס צווישן די איינוואוינער פון די שטחים וואס מען וויל אנעקסירן.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

מחותן האט געשריבן:@ יעקב, זאג מיר וואס די ווילעדש קען טיען פאר ביליגע דירות, און איך מאך די פאן קאול צו זיי אז זיי זאלען עס טיען.. די קהלה קען טיען, אבער די ווילעדזש קען נישט.

זיי האבן געטיען זיי האבן געמאכט א געזעץ פון עפערדעבאל דירות און דער עולם ניצט עס נישט אויס..!

איך האב אפאר נאמבערס פון קהל מענטשען אבער דערווייל זענען זיי אלע א טייל פון די ווילעדזש.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

א איד אין גלות האט געשריבן:יענקל, מתוק מתוק.

אבל מר מר
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

מער ביטער ווי ביטער, איך בין אויך א טייל פון די וואס דארפן/ווילן קויפן א הויז, איך שטיי ווי געשטוינט פון די אבנארמאלע פרייזן, און נאכמער די רעט ווי עס פאהרט ארויף,ערשטע וויניארד פרייזן זענען געווען ביי בערך 205 א סק"פ, די צווייטע פאזע איז ביי 215-220 א פיס!, אין די דרך הטבע איז אז מ'זוכט איינעם צו בלעמען, במילא בלעימט מען די ווילעזש פירערשאפט, וגם אני בתוכם (הגם - במאמר המוסגר - איך געהער צו די צד הווילעזש), אין עס קען זיין אז עס איז דא אמת דערביי אויך, ווייל אנדערש ווי מחותן זאגט, קען איך פשוט'ע מענטש גארנישט טוהן, און זיי קענען יא, עטליעסט מאכן א ווינט.

אגב, מחותן, דו זאגסט אז די יונגעלייט ניצן נישט אויס די עפארדעבל געזעץ, עס איז ניכר אז דו ביסט נישט אין די דירות מארקעט יעצט, ווען יא וואלסטו געוויסט וואספארא ליצנות די בילדערס מאכן פונעם געזעץ, ווי אריינשטיפן דאס ערגסטע פון דאס ערגסטע, און עס אנרופן עפארדעבל, און מיט דעם קומען זיי נאך די געזעץ, די דירה וואס זיי פארקויפן עס עפארדעבל איז באמת ווייניגער ווערט, עס איז נישט ביליגער ווייל ער גיט עס ביליגער צוליב'ן געזעץ.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

מענטשן וויינען אז זיי ווילען ביליגערע דירות, זיי האבן רעכט.. אבער עס דארף אנגעצייכענט ווערן א ווייטאגליכע אבער אמת׳ע פאקט... און אויב האט איר א אלערגיע צו אמת ווען עס דינט נישט אייערע אינטערעסן דאן הערט יעצט אויף צו ליינען די תגובה.

באמת האט שוין די ווילעדיש געוואלט אריינגעבן די אנעקסעשין פאפירען פאר עטליכע יאר צירוק און דירות וואלט שוין היינט געווען ביליגער..
אבער זיי האבן געהאט א פראבלעם מיט וואסער.. זיי האבן נישט געהאט קיין וואסער, און אן קיין וואסער קען מען נישט אנעקסירען, מען קען נישט ענדיגען א ענוויירעמענטעל ריוויא אן קיין וואסער, און דערפאר קענענן זיי יעצט יא גיין מיט די אנעקסעשין וויבאלד זיי האבן שוין די פייפליין וואס דאס געט זיי וואסער...

ווער האט געשטערט מיט די פייפליין ביז לעצטענס? יא, איר האט צוגעטראפן. עס איז די זעלבע וואס האבן יעצט געשטיצט און אריינגעברענגט דעם אוהב ישראל karl brabenec אלץ אסעמבלימאן..

דאס שטערן די פייפליין איז געווען א דירעקטע שטער אז מען זאל נישט קענענן אריינגעבן די אנעקסעשין און דאס האט גברענגט א דירעקטע תוצאה פון טייערע דירות..

און די אלע שטערער האבן מער ווי איין אייגענע הויז, זיי האבן אויך רענטעלס.

# נקודה למחשבה
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

מיללער

דיין גאנצע סברא איז געבויט אויף איין הנחה אז די וויליזש האט א אינסענטיוו ס'זאל זיך בויען ווי מער. ביזט מסכים אז טאמער איז די הנחה נישט אמת פאלט אוועק דיין גאנצע טעארי? פון דיינע ווערטער איז משמע אז דו פארשטייסט אז די פאקט איז אז די וויליזש האט (פונקט ווי יעדע מוניציפאלע רעגירונג) זייער אסאך טולס צו טיילווייז קאנטראלירן דעם מארקעט און שטערן דעם נאטורליכן סופליי/דימענד. דו טענה'סט נאר אז ס'נאריש צו האלטן אז זיי זאלן דאס ווילן. ריכטיג?

איך האלט זייער פון די מהלך פון אנאליזירן. סטאלין ימ"ש האט געהאט א שיטה פון קוקן who benefits? אנשטאט צו פארשן ווער ס'האט דאס געטון האט ער געקוקט ווער ס'וואלט עס געוואלט טון... אנשטא זיך צו טענה'ן און מאלן וואסער וואס וועד הקרי'\ראזנער\וויליזש\פארטייען זענען יא\נישט שולדיג איז אסאך גרינגער צו אנאליזירן ווער ס'האט די מערסטע הנאה פון די יעצטיגע מצב. די פאקט איז אז די בילדערס האבן זיכער הנאה... דאס איז לית מאן דפליג. די פאקט איז אז ווען אסאך דירות ווערן פארקויפט בענפיטירט די וויליזש וי דו שרייבסט. אבער ס'אויך אמת אז אז זיי בענעפיטירן אסאך מער טאמער דירות פארקויפן זיך פאר טייער ווי פאר ביליג (מער טעקס וכו'). ממילא באופן ווי ס'איז דא א שאלה פון אדער מער דירות אדער טייערע דירות וואלט געווען א עהרנסטע ספק וואס די וויליזש וויל מער...

אבער ווען די מארקעט איז אויסגעשטעלט ווי ביי אידן אז יעדער 'מוז' סייווי וואוינען דא פלוס מ'קען האבן סיי מער (מער שטאקן וכו') און סיי טייערער איז אזוי אומלאגיש צו טראכטן אז די וואס קענען יא טוישן די מצב ווילן אבער נישט?

דארף מען זיין משוגע צו גלייבן אז די געציילטע דעסיזשען מעקערס (whoever they are) זענען משוחד פון די דעוועלאפערס און עטליעסט טוען זיי נישט וואס זיי קענען טון אראפצוהאלטן פרייזן? בפרט ווען די וואלן דארט לויפן בכלל נישט אויף די ליניעס פון ווער ס'קען מער טון פאר די איינוואוינער נאר אויף פארטייאישע ליניעס וואס דאס מיינט פראקטיש אז זיי זענען unaccountable און קענען טון וואס זיי ווילן? און אז איך וויל זיין מער חשדנות דיג און גלייבן אז די בילדער זענען משחד די איסטאנצן מיט 'נדבות' און איינער דעקט דעם אנדערן?

נאכאמאל. איך קען פארשטיין פולשטענדיג דער וואס גיט זיי יא די benefit of doubt און גלייבט יא אלע תירוצים. וואס נעמט מיר ארויס פון די כלים איז די צוגאנג כאלו נאר א משוגע'נער אדער א שונא וואס קען נישט זעהן גראד קען האבן אזא הו"א פון גלייבן אז די וויליזש איז א accomplice צו די יעצטיגע מצב.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
ניסעל
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניסעל »

WD40. בויער האלט נישט ביים שפריצן
אויפ די רעדער (טאשן) פון די וולידש. דערפאר פוסטעוון די 70 אקער. זאל ער נאר שמירן ווי אלע גרויסע בילדערס
וואלט שוין געפלויגען פערמיטס.
אוועטאר
Silent
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Silent »

מחותן האט געשריבן:מענטשן וויינען אז זיי ווילען ביליגערע דירות, זיי האבן רעכט.. אבער עס דארף אנגעצייכענט ווערן א ווייטאגליכע אבער אמת׳ע פאקט... און אויב האט איר א אלערגיע צו אמת ווען עס דינט נישט אייערע אינטערעסן דאן הערט יעצט אויף צו ליינען די תגובה.

באמת האט שוין די ווילעדיש געוואלט אריינגעבן די אנעקסעשין פאפירען פאר עטליכע יאר צירוק און דירות וואלט שוין היינט געווען ביליגער..
אבער זיי האבן געהאט א פראבלעם מיט וואסער.. זיי האבן נישט געהאט קיין וואסער, און אן קיין וואסער קען מען נישט אנעקסירען, מען קען נישט ענדיגען א ענוויירעמענטעל ריוויא אן קיין וואסער, און דערפאר קענענן זיי יעצט יא גיין מיט די אנעקסעשין וויבאלד זיי האבן שוין די פייפליין וואס דאס געט זיי וואסער...

ווער האט געשטערט מיט די פייפליין ביז לעצטענס? יא, איר האט צוגעטראפן. עס איז די זעלבע וואס האבן יעצט געשטיצט און אריינגעברענגט דעם אוהב ישראל karl brabenec אלץ אסעמבלימאן..

דאס שטערן די פייפליין איז געווען א דירעקטע שטער אז מען זאל נישט קענענן אריינגעבן די אנעקסעשין און דאס האט גברענגט א דירעקטע תוצאה פון טייערע דירות..

און די אלע שטערער האבן מער ווי איין אייגענע הויז, זיי האבן אויך רענטעלס.

# נקודה למחשבה


מ'קען אנעקסן אפילו די ווילידזש גיט נישט די וואסער, גענוג דעוועלאפמענטס בויט מען אן א מוניציפאל וואסער סיסטעם
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

איר זאגט ווייל איר ווייסט?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריק פערי »

סיילענט פשטות ביסטו נישט גערעכט, מ'קען נישט בויען אין ק"י אן די אלגעמיינע וואסער סיסטעם, פונקט ווי אין די סיטי קענסטו נישט גראבן קיין קוואל אין ערגעץ.

די שאלה אויף די באערדע איז, וואס איז די שטילקייט? פארוואס אייננעמען א מויל מיט וואסער צו א מאסיווע מאסיווע פראבלעם וואס פלאגט 'יעדע איינציגע' יונגערמאן אין ק"י וואס וויל קויפן א דירה? (איך פארשטיי אז זיי מיט זייערע קינדער זענען קאווערד ב"ה, ווי די מציאות ווייזט, אבער איך קליינע מענטשעלע פון ווי דארף איך יעצט שאפן ארום הונדערט אלפים, מיט א $1800 מארגיטש?)
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)
יאנקל84
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2014 1:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקל84 »

ליידער און דעם רבינס שטעטל האלט עס שוין ביי 500000 א 7 8 רומיגע דירה.
די אפפארדעבל געזעץ איז א לצנות היינט צוטאגס קען אפילו איינער אנצייגן ווי מבאקומט עס?
אוועטאר
Silent
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Silent »

@ריק @ענדע
ווער מאכט די בילדינג געזעצן אין ק"י?

צו באשולדיגן די קעגנערס פון די פייפליין אין אפהאלטן די אנעקסעישאן איז נישט ריכטיג, ווייל די ווילידזש וואלט געקענט ערלויבן צו בויען אן די אלגעמיינע וואסער סיסטעם

(כמעט פארגעסן, איך בין יא געוועהן פאר די פייפליין)
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

וויינטס וויינטס, איך וויין מיט מיט אייך אלע, און צוזאמען שטופן מיר דעם וואגן פון בזעת אפיך תאכל לחם, ועל זה אנו מתפללים ושבור עול הגוים ועול הגליות כדברי הייטב לב (כ'מיין נישט קיינעם פערזענליך ח"ו, כ'מיין דעם שולדיגן, כ'ווייס נישט ווער ס'איז, אבער ביי די תפלה דארף מען סיי ווי נישט מזכיר זיין קיין נאמען, והשי"ת יודע מי האשם במצב הזה)
דאס הארץ בלוטיגט נעבעך צו זען ווי פרישע אינגעלייט ווערן פאר'חובה'ט, האבן נישט קיין עקסטערע דאלער פלעין צו קויפן א פיצי מתנה פאר די ווייב אין שנה ראשונה לכבוד א יו"ט (מעשה שהי') ווייל די גאנצע געלט גייט פאר רענט, (עסן הוצאות איז כמעט נאכנישטא), אלעס כדי דער בילדער זאל קענען דעקן זיין 300 וועכנטליכע געז ביל פאר זיין רייסערישע יאקאן וואס שטייגט יא איבער דעם אנדערן גביר'ס, פעך
כ'האב נאר איין שאלה, וואס איז די מצב אין וויליאמסבורג, אין וויליאמסבורג צאלט דאך א אינגערמאן גלייך נאך די חתונה מער ווי 1500 דאלער א חודש רענט, ווי קומט מען זיך דארט אויס? מאכט מען טאקע מער אויפן ביי וויקלי טשעק?
לעצט פארראכטן דורך מי יודע אום מיטוואך יאנואר 28, 2015 10:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
Silent
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Silent »

מחותן האט געשריבן:דאס שטערן די פייפליין איז געווען א דירעקטע שטער אז מען זאל נישט קענענן אריינגעבן די אנעקסעשין און דאס האט גברענגט א דירעקטע תוצאה פון טייערע דירות..


פון די לעצטע פאר בלעטער קוקט אויס אז די אנעקסעשאן גייט נישט אראפברענגן די פרייזן,

איז די טייערע דירות נישט א דירעקטע תוצאה פון נישט אריינגעבן די אנעקסעשאן,

איא?
יאנקל84
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2014 1:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקל84 »

אראפ גייט עס נישט.
אננעקסעישאן וועט ברענגן אז פרייזן זאלן בלייבן סטעיבעל (אז 5 יאר וועט עס העלפן איז שוין גוט)
און סוועט ברענגן א ענדע צו 4-5 שטאק.
אבער צו סזאל מער נישט זיין די געטא סטייל קאמפלעקסן ווי לעמבערג. ווייניארד איז שוין וואס די שוחד נעמערס וועלן אפמאכן.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

ביטע האלטן די טאן רואיג. איך האב פשוט רחמנות אויף מיין תגובה...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים צבי »

כ׳האב מורא ס׳איז שוין יצא לקולר
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

דאכט זיך אז די איינציגסטע וועג וואס האט געארבעט איז געווען ביי עצי תמרים
1-מקען נאר קויפען אויב מגייט דארט וואינען
2- מטאר נישט פארקויפן די דירה פאר 10 יאר
די שאלה איז נאר, ווי מקען עס נאך מאכן
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

מילכיגער האט געשריבן:מיללער

דיין גאנצע סברא איז געבויט אויף איין הנחה אז די וויליזש האט א אינסענטיוו ס'זאל זיך בויען ווי מער. ביזט מסכים אז טאמער איז די הנחה נישט אמת פאלט אוועק דיין גאנצע טעארי? פון דיינע ווערטער איז משמע אז דו פארשטייסט אז די פאקט איז אז די וויליזש האט (פונקט ווי יעדע מוניציפאלע רעגירונג) זייער אסאך טולס צו טיילווייז קאנטראלירן דעם מארקעט און שטערן דעם נאטורליכן סופליי/דימענד. דו טענה'סט נאר אז ס'נאריש צו האלטן אז זיי זאלן דאס ווילן. ריכטיג?

איך האלט זייער פון די מהלך פון אנאליזירן. סטאלין ימ"ש האט געהאט א שיטה פון קוקן who benefits? אנשטאט צו פארשן ווער ס'האט דאס געטון האט ער געקוקט ווער ס'וואלט עס געוואלט טון... אנשטא זיך צו טענה'ן און מאלן וואסער וואס וועד הקרי'\ראזנער\וויליזש\פארטייען זענען יא\נישט שולדיג איז אסאך גרינגער צו אנאליזירן ווער ס'האט די מערסטע הנאה פון די יעצטיגע מצב. די פאקט איז אז די בילדערס האבן זיכער הנאה... דאס איז לית מאן דפליג. די פאקט איז אז ווען אסאך דירות ווערן פארקויפט בענפיטירט די וויליזש וי דו שרייבסט. אבער ס'אויך אמת אז אז זיי בענעפיטירן אסאך מער טאמער דירות פארקויפן זיך פאר טייער ווי פאר ביליג (מער טעקס וכו'). ממילא באופן ווי ס'איז דא א שאלה פון אדער מער דירות אדער טייערע דירות וואלט געווען א עהרנסטע ספק וואס די וויליזש וויל מער...

אבער ווען די מארקעט איז אויסגעשטעלט ווי ביי אידן אז יעדער 'מוז' סייווי וואוינען דא פלוס מ'קען האבן סיי מער (מער שטאקן וכו') און סיי טייערער איז אזוי אומלאגיש צו טראכטן אז די וואס קענען יא טוישן די מצב ווילן אבער נישט?

דארף מען זיין משוגע צו גלייבן אז די געציילטע דעסיזשען מעקערס (whoever they are) זענען משוחד פון די דעוועלאפערס און עטליעסט טוען זיי נישט וואס זיי קענען טון אראפצוהאלטן פרייזן? בפרט ווען די וואלן דארט לויפן בכלל נישט אויף די ליניעס פון ווער ס'קען מער טון פאר די איינוואוינער נאר אויף פארטייאישע ליניעס וואס דאס מיינט פראקטיש אז זיי זענען unaccountable און קענען טון וואס זיי ווילן? און אז איך וויל זיין מער חשדנות דיג און גלייבן אז די בילדער זענען משחד די איסטאנצן מיט 'נדבות' און איינער דעקט דעם אנדערן?

נאכאמאל. איך קען פארשטיין פולשטענדיג דער וואס גיט זיי יא די benefit of doubt און גלייבט יא אלע תירוצים. וואס נעמט מיר ארויס פון די כלים איז די צוגאנג כאלו נאר א משוגע'נער אדער א שונא וואס קען נישט זעהן גראד קען האבן אזא הו"א פון גלייבן אז די וויליזש איז א accomplice צו די יעצטיגע מצב.



איך בין נישט אזוי באקאנט. איך וויל בלויז וויסן אויב וואלט די אנעעקסעישאן דורכגעפאלן, וואלטן די פרייזן געבליבן סטאביל? יא/ניין?

אויב די אנעעקסעישאן גייט יא דורך, וועלן פרייזן בדרך הטבע ארויף אדער אראפ?
Elmo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 19, 2014 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Elmo »

באדעם ליין וואס איך זעה סע נערווירט יעדעם און פארוואס יעדער בלעימט די ווילידזש און האט נישא קיין טראסט און זיי איז דעס וואס זיי האבן קיין מויל פון דעם ענין קיינמאל נישט געפענט, גיי ווייס
פארוואס
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

@מי יודע, יא אין שטאט מאכט מען עפי"ר צווישן 2-5 דאללער מער פער שעה, עכ"פ אזוי איז עס ביי מיינע באקאנטע.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

עס איז נישט געווען אזוי לאנג צוריק ווען וועד הקריה האט נאך פארמאגט גענוג לאטס צו פארקויפן, אויב זאלן זיי וועלן וואלטן זיי דאס געקענט פארקויפן מיט א תנאי צו האלטן די פרייז ביליג. אזוי איז טאקע געווען ביי עצי תמרים. קיינער האט דארט נישט דערלייגט על אף די ביליגע פרייז. אין יענע צייטן איז נאך גאנץ חברון געגענט, ברך משה, לעמבערג, געליגן אין די הענט פון וועד הקריה. עס איז געווען אן אומפאראנטווארטליכן שריט דאס צו פארקויפן בלויז פאר איינס צוויי יחידים אהן קיין שום תנאים. נאכמער, גאנץ העיס פארם האבן זיי אויך אריבערגעגעבן אין די הענט פון א יחיד. אן עולה שאין כמוהו. אוודאי היינט קענען זיי שרייען אז עס איז מער נישטא קיין שטחים. אבער ווי זענט עטץ געווען ביז היינט??

וואס מען דארף נאך יא קעמפן איז קעגן די רענט פרייזן וואס שיסן ארויף פון טאג צו טאג.
לעצט פארראכטן דורך פ' לך לך אום דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 1:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צדיקל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 28, 2013 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיקל »

וויפיל קאסט היינט צוטאגס צו קויפן אין ק"י פער ס"ק?
מעקס
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 20, 2014 10:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעקס »

ווער געדענקט נאך פאר בערך דרייצן יאר ציריק פאר די וואלן, איז מען אויפגעשטאנען איין ציפרי אין די גאנצע גאס איז געווען באדעקט מיט פאשקעווילן ״ויעש להם בתים ״ולמקנהו עשו סוכות״״.
דעמאלטס האט א וואלק אין אויף מעזעביש געקאסט ״110,000״ אדער נאך אפילו ווייניגער.
היינט פארקויפט זיך אזא אפארטמענט פאר 230-240,000!

יעדער זאל זיך אליין ציען מסקנהס פארוואס די ווילעדש מישט זיך מער נישט אריין אין די געשעפטן
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”