בלאט 3 פון 15
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 10:55 pm
דורך איפה פייביש
פון א 4 FAMILY קומט יא אריין $11,000 (אדער נאך מער) פון גוים, און פון אידן נאר $7,500, און מצאלט שוין לאנג נישט א גאנצע חודש פאר א בראקער און אפילו אויב מצאלט יא איז עס נאך אלטס מער פון דאפעלט פונעם גוי ווי פונעם איד, און יא דעס איז די גרעסטע פראבלעם די עולם עפרישיעט נישט בכלל נישט, די עולם איז נישט גרייט צו צאלן אפילו $2,000 פאר א 3 בעדרום און יענע געגענט אפילו סאיז שיין און ניי.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 11:03 pm
דורך איפה פייביש
נאך אזאך אפילו זאלסט רעדן פון דעוועלאפער'ס וועלכע זיצן אויף פראפערטי'ס פאר יארן זיצן מיט פראפערטיס פאר יארן און נישט מאכן געלט איז שאדען געהאט געלט, למשל א פראפערטי וואס איינער האט געקויפט פאר $5,000,000 5 יאר ציריק און ער זיטס דארט מיט זיין געלט 5 יאר איז עס $3,000,000 שאדען(12% אויף זיין געלט א נעמבער וואס ער קען באקומען פון אסאך גיטע אינוועסטערס) סאיז כאילו ער האט עס געקופט פאר $8,000,000 סא סאיז נישט אזי ביליג צו זיצען מיט פראפערטיס
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 12:06 am
דורך לאמפ
איך בין נישט זיכער פון וועלכער געגנט איר רעדט אבער אין דעם בעד סטיי פון וואס איך רעדט זענען רוב בראונסטאון'ס צוויי אדער מעקס דריי פעמילי הייזער און מען זעהט נישט ארויס 11 אלפים א חודש פון א גוי און אויב דו ציטיילסט דעם בראקער קאסט און די אנדערע הוצאות וואס עס קאסט מער צוצורישן א דירה פאר א גוי איז נישט דא אזא גרויסע דיפרענץ אין אינקאם.
און לאמיר זאגן אז עס איז יא דא א ריזיגע דיפרענץ? ? ?
ביזטו א איד? ? ?
נעמסט כסדר עדווענטידש פון זיין א איד?
דאס הויז האסטו איינגעהאנדעלט דורך וועגן וואס א נישט-איד האט נישט האט נישט קיין עקסעס צו וד"ל?
(אדרבה, ברענג מיר איין גוי אינטער די דרייסיג וואס פארמאגט א הויז פאר אינוועסטמענט משא"כ ביי אידן!)
די ניצט אלע אידישע סערוויסעס ווען עס פעלט זיך אויס?
האסט שוין אמאל באצאלט א דאללער ווען דיין רעדל האט געפלאצט אדער ווען ביסט געווארן אויסגעשפארט פון דיין קאר?
האסט שוין אמאל געצאלט צו פארן צו א משפחה באזוכען אין שפיטאל?
האסט אמאל געווארט מער ווי דריי מינוט פאר א פראפעשינעל אי עמ טי זאל רעספאנדען צו אן עמערדשענסי?
ביזט שוין אמאל געבליבען הונגעריג ביים וויילן אין שפיטאל מיט א קרוב?
ווען עס מאכט זיך חלילה א חולה אינדערהיים מיט סיי וואספארא קרענק ביסטו אמאל געווען אליין אדער ביסט געווען רואיג אז פאר יעדן פראבלעם איז דא אן ארגענעזאציע וואס וועט העלפן מיט ראט און געלט?
ווען עס מאכט זיך חלילה שווערע צווייטן לאזט מען דיך פאלן אדער עס זענען דא צענדליגער ארגענעזאציעס וואס העלפן ארויס?
ווען עס מאכט זיך סיי וואספארא לעגאלע פראבלעם האסטו זיך צו וועמען צו ווענדן?
ווען די נויטיגס זיך אין אפאר דאללער האסטו גוטע פריינד אדער א גמ"ח וואס וועט דיר בארגן טויזענטער'ס פאר לאנגע טערמינען אן קיין אינטערעס?
ווער אויב נישט דער היימישער עולם האט דירעקט געהאלפן טייל פון די יעצטיגע דעוועלאפער אנקומען ווי זיי זענען אנגעקומען דורך זיי נעמען פאר דזשאב'ס נאר ווייל זיי זענען אידן? (והמבין יבין)
און דער ליסט איז נאך גרויס! הזמן יכלו והם לא יכלו.
פארפאלן! ביזט א איד? ווען עס קומט צו כאפן מויצעס ביזטו דא? אין ענגליש זאגט מען Its time to give back to society
א גוטע נאכט
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 2:39 am
דורך אַבּערוואַס
יישר כחכם הרב לאמפ, איר האט זייער שיין און שטארק ארויסגעברעגט דעם פראבלעם!
לע"ד, וואספארא תירוץ מ'זאל נאר נישט פראבירן ענטפערן וועט עס לכאורה זיין שוואכער ווי די קושי', ליידער. לאמיר האפן אז מ'וועט קאנען אויפטוען בעז"ה.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 8:04 am
דורך farshlufen
הרב לאמפ, יש"כ פארן זיך נעמען די מיה.
כמדומני, אז איר גרייזט אין די יארן כראנאלאגיע.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 8:40 am
דורך מי חכם
וויליאמסבורגער אידן הערט אייך אונטער דעם שמועס צווישן די דעוועלאפער ווי ביידע זייטן זענען מסכים אז דער ציבור אפרישיעיט נישט די שטוינענדע ביליגע פרייזן וואס זיי בעטן פון א איד, וועט איר הערשט כאפן ווי אין דער ערד איר זענט.
פארלאזט וויליאמסבורג, די סונער די בעטער. צר לי עליך וויליאמסבורג, אבער דו ביסט אבסאלוט מער נישט געאייגנט צו אקאמאדירן דעם היימישן ציבור.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 8:44 am
דורך לאמפ
אדרבה, אז איר קענט מיר פארעכטן מיטן כראנאלאגיע כל הכבוד.
דער אמת איז אז פאר דעם וואלט מען געברויכט עפענען אן עקסטערע אשכול ווייל עס מאכט נישט קיין נפק"מ לגבי דעם נושא וואס מיר באהאנדלען דא.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 8:48 am
דורך לאמפ
חכם איז הינדערט פראצענט גערעכט אז מען דארף זיך צוזאמפאקן און פארלאזן דעם שטאט ווי פריער.
אבער ביז'ן קרעטשמע דארף מען אויך א גלעזעלע ברוינפן און ווילאנג דער היימישער עולם וואוינט נאך דא און קען זיך נישט דערזעגענען איז אן עוולה שאין כדגמתו צו פארדינגען פאר גוים.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 9:11 am
דורך פאטאקי08
הרב לאמפ
איך בוואונדער דיינע ענטפערס רואיג און צודערזאך
איך וואלט אייך געהייערט פאר א לויער
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 9:16 am
דורך להודיע
פאטאקי08 האט געשריבן:הרב לאמפ
איך בוואונדער דיינע ענטפערס רואיג און צודערזאך
איך וואלט אייך געהייערט פאר א לויער
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 9:38 am
דורך לאמפ
להודיע האט געשריבן:פאטאקי08 האט געשריבן:הרב לאמפ
איך בוואונדער דיינע ענטפערס רואיג און צודערזאך
איך וואלט אייך געהייערט פאר א לויער
שכוח פאר דעם קאמפלימענט!
ווען איך וועל האבן צייט וועל איך אי"ה זיין צירוק מיט א לענגערע אפהאנדלונג אויב דער עולם דארף 'עפרישיעטען' נידריגער ווי מארקעט פרייזן אין דעם געגנט אדער ס'קומט נאטורליך אזוי.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:51 am
דורך איפה פייביש
איז אזוי לגבי געלט איך גיי מיך נישט טאנענען צו ממאכט מער געלט ביי אידן צו ביי גוים און בעד סטיי, (כאב פון ביידע ב"ה אין בעד סטיי) ממאכט אסאך מער פון גוים
לגבי פראבלעמען ליידער ליידער ווען מפאלט אריין מיט איד קען מען זיך אויפן קאפ שטעלען די ווייסט עס אויך און ביי גוים איז דא אסאך מער וואס צו טוהן, סא לאמיר נישט רעדען פון וועלעכע איז בעסער אידן צו גוים,
און די חלק וואס די זאגסט אז מדארף צירוק געבען פאר די קאמינעטי רעדטס די שטותים און הבלים איך ווייס נישט וואס די טיסט פאר פרנסה אבער זיי וואס זאל נאר זיין צו איבעי\אמאזאן צו סיי וועלעכע זאך האסטו אויך א מארקאפ פרייז וואס די לייגסט ארויף, און די געסט "גארנישט בילגער" פאר איד א פארוואס ארויף זאל ביי real estate זיין אנדערש?!
וועסטע וועלן זאגן אז מזאל מאכען ביזענס און די real estate ליין נאר ביי די גוים און פאר אידן זאל מען געבען קאסט פרייז אקיע איך הער, אבער דעמאולטס זאלן אלע ספלייערס פאר real estate אויך געבען קאסט פרייז ווען איך בוי פאר אידן, סאיז דאך אבער נישט אזוי די ספלייער בעטען די מערסטע וואס זיי קענען (ער מעג ווייל ער נעמט נישט די רענט ....) איך בין דער וואס דארף דערלייגן אויף די פראפערטי....
נ.ב. איך בין געשטאנען 2 חדשים מיט א בילדינג אין בעד סטיי געדרייט צו געבען פאר אידן גלייגט עדס אין דבר יום און אין די קלעסעפיד כאב גדרייט אלעס, "קיינער" האט נישט געהאלטן ביים באצאלן א פרייז וואס איך זאל קענען מאכן אפילו נאר א ביסעל פראפיט ניטאמאל האבן אסאך מענטשן געקאלט...
און איין ווארט די עולם האלט מקומט זיי אלעס.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 11:00 am
דורך farshlufen
שולדיגט, טאנעסט, טאנענען, וואס באדייטן די ווערטער?
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 11:49 am
דורך לאמפ
רבי פייוויש קודם א שכוח פארן קאנפירמען אז איר האט רענטל פראפערטי'ס אין דעם געגנט וואס גיבט אביסל בעסער צו פארשטיין פארוואס דער פראבלעם פון געבן פאר גוים גייט אייך נישט אריין אין קאפ.
און לגבי דאס וואס די זאגט'ס אז דער עולם עקספעקט אומבארעכטיגטערהייט אז מען זאל דארט פארדינגען די דירות פאר ביליגער ווי דער וויליאמסבורגער מארקעט פרייז ביזטו - ווי נעכטן געזאגט - הונדערט פראצענט גערעכט און איך אליין האב דאס שוין מיטגעהאלטן א שיינע פאר מאל אין די לעצטע עטליכע חדשים ווען אידן האבן נישט געוואלט דינגען קיין דירות ווייל די פרייזן זענען נישט געווען צופיל ביליגער ווי אין וויליאמסבורג אבער די ווייסט אויך אז די גרויסע דעוועלאפער'ס זענען אין דעם פרט אויך היבש שולדיג.
זיי האנעסט, די ווייסט דאס אויך אז די ערשטע שאלה וואס די אידן פרעגן ווען זיי קומען קוקן אזא דירה אין דעם געגנט איז ווי פאלגענד:
וויפיל אידן וואוינען שוין דא?
דער גרויסער נייער בילדינג וואס מען בויעט יעצט ביי די קארנער גייט פאר אידן?
דער פינעף שטאקיגע נייער בילדינג וואס איך האב געזעהן אויפן וועג זענען געווארן באוואוינט מיט אידן?
דער לאט דא אויפן נעקסטן בלאק ווי מען האט יעצט אנגעהויבן בויען באלאנגט פאר א איד?
און אוי ציפט דער פנים פון בושה ווען דארף ענטפערן דעם אמתת אז יא! אלע אלע באלאנגען פאר אידן! און יא! אלע אלע גייען פאר גוים!
אין דאס איז פון די גרעסטע גורמים אז דער געגנט איז נאכנישט אידיש און וועגן דעם עקספעקטן מענטשן א די רענט זאל זיין ביליגער ווי אין וויליאמסבורג.
מיין בעה"ב הייבט זיך שוין אן צו וואונדערן אויב די נייע אידישע אותיות אויף מיין קיבאורד איז דער ריזאן פארוואס איך בין לעצטענס אזוי פארנומען.... עמיר לויפן
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 11:52 am
דורך משה יענקל
לאמפ!!!!
יו אר גוד!!
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 12:17 pm
דורך מילכיגער
די 501סטע אשכול זיך אפצורעדן אויף די מארקעט.
ווען גייט מען שוין זעהן פיינעלי א אשכול זיך אפצורעדן אויף גרעוויטי? אלס דיקליכער מענטש וואלט מיין לעבן געווען לכאורה אסאך גרינגער ווען די גרעוויטי שלעפט מיר נישט אראפ
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 12:21 pm
דורך חיים צבי
איך האב נישט קיין רענטעלס אין בעדסטיי (דערווייל..) אבער עס קריכט מיר נישט אין קאפ לאמפ'ס טענות.
פייוויש האט געפרעגט א לעגעטימע פראגע וואס לאמפ האט נישט פארענטפערט כראוי:
פארוואס דארפען דעוועלאפערס געבן ביליגער וואו די אנגענומענע מארקעט פרייז? פארוואס קוקן נישט לאמפ ודעימיה מיט א פארגרעסערונג גלאז אויף די מארקאפ וואס סופלייער, קאנטראקטער, און אנדערע ריעל עסטעיט סערוויס פראוויידער לייגן ארויף אויף פראיעקטען וואס ווערן געבויעט פאר אידן?
און איך פארשטיי נישט פארוואס מענות דורך א אייגענטומער פון רענטעל פראפערטי איז נישט וואגיג, וואס טוט זיך מיט שמוע בין אחיכם?
פארשלאפן:
איר פרעגט אפ איינעם? אויף סאציעלע אוטלעטס איז עס א באקאנטער טאקטיק צו אפפרעגן פונקטן דורך לאכן פון יענעמס ספעלינג.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 12:22 pm
דורך חיים צבי
יישר כח מילכיגער פארן ארויפציען א שמייכל אויף מיינע אנגעצויגענע לעפצען
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 12:24 pm
דורך מחותן
מילכיגער האט געשריבן:די 501סטע אשכול זיך אפצורעדן אויף די מארקעט.
די פראבלעם איז נישט די מארקעט, די פראבלעם - לדעתי - איז אז די זעלבע צוויי דריי מענטשן וואס זענענן אויפן בארד אונז צו העלפן מיט נייע געגענטער און דירות, די זעלבע ווילן אז מיר זאלן בלייבען וואוינען אין וומסב"ג, און די זעלבע מענטשן ווילען פארדינגען זייערע דירות פאר גוים, און די זעלבע מאכען החלטות פאר אונז בנוגע די מוסדות, און די זעלבע האבן אויסגעשטעלט אז יעדער זאל מוזען בלייבען צוגבינדען צו א קהלה און מען זאל זיך נישט געגעבן אויפהייבען איינצלווייז און מופן... והבן
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 12:27 pm
דורך מחותן
חיים צבי האט געשריבן:איך האב נישט קיין רענטעלס אין בעדסטיי (דערווייל..) אבער עס קריכט מיר נישט אין קאפ לאמפ'ס טענות.
פייוויש האט געפרעגט א לעגעטימע פראגע וואס לאמפ האט נישט פארענטפערט כראוי:
פארוואס דארפען דעוועלאפערס געבן ביליגער וואו די אנגענומענע מארקעט פרייז? פארוואס קוקן נישט לאמפ ודעימיה מיט א פארגרעסערונג גלאז אויף די מארקאפ וואס סופלייער, קאנטראקטער, און אנדערע ריעל עסטעיט סערוויס פראוויידער לייגן ארויף אויף פראיעקטען וואס ווערן געבויעט פאר אידן?
מען האט דאס שוין 100 מאל אויסגעשמיעסט דא, די דיוועלפערס הייבען די מארקעט פרייז.. דערנאך קימען זיי פרעגן היתכן זיי טארן נישט בעטען די מארקעט פרייז..!
אמעריקע האט 50 סטעטיס ווי צו גיין זיכען פרנסה אין אינוועסטמענטס, עס שטיט נישט קיין חיוב אז מען מוז עס זיכען דווקא דארט ווי מען קען צאפן דאס בלוט פון די אייגענע ברידער און שוועסטער..
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 12:29 pm
דורך farshlufen
ר' חיים צבי, איך נעם כלל נישט קיין שטעלונג אין די נושא.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 12:43 pm
דורך חיים צבי
מחותן:
אזויווי דו פארשטייסט אז עס איז נישט דא צוויי מארקעט פרייזן פאר פראפערטי וואס מען קויפט, פארשטיי אז עס איז נישט דא צוויי מארקעט פרייזן פאר דירות וואס מען פארקויפט. אוודאי וועלן דעוועלאפערס בעטן מער, זיי זוכן צו קומען נענטער צו די פארדינסטען וואס עס איז אנגענומען אין די אלגעמיינע מארקעט פון ריעל עסטעיט אין דעם געגענט.
פארשלאפן:
אנטשולדיג מיר, איך האב נישט איבערגליינט גרינטלעך דעם אשכול
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 1:00 pm
דורך מילכיגער
מחותן איך קען נישט בעטן פרוף און אפילו מער הסבר ווייל איך פארשטיי אז דער ענטפער וועט נישט זיין צוגעפאסט פאר דא. ממילא וועט מען זיך מוזן באגענוגן מיטן זאגן אז ווילאנג אונז טרעף מיר זיך נישט אין שול (ווי דו קענסט מיר יא זאגן וואס דו מיינסט) איז דיין גאנצע תגובה קאנספיראציעס וואס וואלטן נישט פארשעמט חזקי'...
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 1:04 pm
דורך דעפרעסט
מחותן האט געשריבן:חיים צבי האט געשריבן:איך האב נישט קיין רענטעלס אין בעדסטיי (דערווייל..) אבער עס קריכט מיר נישט אין קאפ לאמפ'ס טענות.
פייוויש האט געפרעגט א לעגעטימע פראגע וואס לאמפ האט נישט פארענטפערט כראוי:
פארוואס דארפען דעוועלאפערס געבן ביליגער וואו די אנגענומענע מארקעט פרייז? פארוואס קוקן נישט לאמפ ודעימיה מיט א פארגרעסערונג גלאז אויף די מארקאפ וואס סופלייער, קאנטראקטער, און אנדערע ריעל עסטעיט סערוויס פראוויידער לייגן ארויף אויף פראיעקטען וואס ווערן געבויעט פאר אידן?
מען האט דאס שוין 100 מאל אויסגעשמיעסט דא, די דיוועלפערס הייבען די מארקעט פרייז.. דערנאך קימען זיי פרעגן היתכן זיי טארן נישט בעטען די מארקעט פרייז..!
אמעריקע האט 50 סטעטיס ווי צו גיין זיכען פרנסה אין אינוועסטמענטס, עס שטיט נישט קיין חיוב אז מען מוז עס זיכען דווקא דארט ווי מען קען צאפן דאס בלוט פון די אייגענע ברידער און שוועסטער..

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 1:05 pm
דורך ניק ניק
חיים צבי האט געשריבן: פארוואס דארפען דעוועלאפערס געבן ביליגער וואו די אנגענומענע מארקעט פרייז?
וועגן
דעם און וועגן
דעם