בלאט 12 פון 15

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 12, 2014 6:45 am
דורך חיים משה
דיזיינט געווארן פאר גוים איז נישט עכט קיין תירוץ בעת די אלע לעכעלעך אין וואס מ'לייגט אריין די קאפעלס איז ניטאמאל דיזיינט פאר מענטשן.
אלא מאי איז די פראבלעם די געגענט, דאן קען מען קיין טענות צום בויער נישט האבן אז ער האט געבויעט פאר גוים.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 12, 2014 7:08 am
דורך לאמפ
הרב אינטערגעציפט, איר זענט אביסעלע מיסאינפארמירט ווייל אויב איר וועט זיך אביסעלע נאכפרעגן וועט איר געוואר ווערן אז רוב יונגעלייט וועלכע וואוינען היינט צוטאגס אין ניי וויליאמסבורג האבן שוין אהינגעמופט נאך די חתונה אויף דער אייגענער האנט אדער זענען דאס יונגעלייט וואס זייערע עלטערן וואוינען אויך אין דעם געגנט, אבער רובא דרובא פון די עלטערן וועלכע וואוינען אין אלט וויליאמסבורג ווילן בשום אופן נישט הערן פון שיקן זייערע קינדער ווייטער פון וואלאבאוט - פלאשינג און נישט ווייל עס איז פול מיט גוים (כאפ א שפאציר אויף סקילמאן און טרעף מיר איין גוי) נאר ווייל ס'איז נעבעך ווייט פון די עלטערן און אנשטאט נעמט מען ענדערש א דירה אויף דעם צוואנציגסטן שטאק פון די פראדשעקט'ס צווישן די ערגסטע עלעמענטן און דראג דיעלער.

און דאס וואס איר זאגט וועגן די סאוט סייד פארשטערקערט נאר מיין פוינט ווייל אפילו די סאוט סייד זעהט אויס ווי איר לייגט עס אראפ האבן די אלט-וויליאמסבורגער אידן קיין שום פראבלעם אהינצושיקן די קינדער אפילו צווישן גוים נאר ווייל עס איז נענטער צום הארץ.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 12, 2014 7:28 am
דורך לאמפ
פליגל און מיסטעריעז, די דירות פון וואס מיר רעדן יעצט איז נאר פון צווישן צענדליגער אנדערע, אין די לעצטע פאר חדשים זענען צענדליגער דירות אין בעד סטיי וועלכע זענען לכתחילה דעזיינט געווארן פאר אידן געשטאנען ליידיג אפאר חדשים ווייל אונזערע ברודער מיט דעם 'מענטאליטי קריזיס' האבן נישט געוואלט דינגן די דירות, און דערנאך האט מען עס געברויכט ארויסגעבן בלית ברירה פאר גוים (ס'געווען אינטערעסאנט צו זעהן היבש ליסטינג'ס אויף די גויאישע מארקעט וועלכע זענען געווען עדווערטייזט אז עס האט צוויי סינק'ס אין די קאך).

אין דאס וואס מיסטעריעז זאגט אז דאס איז לכתחילה דעזיינט פאר גוים און דאס וואס מען האט עס געוויזן פאר אידן איז נאר אז מען זאל קענען האבן א תירוץ צו געבן פאר גוים, איינער וואלט אפילו געוויסט פון דעם בילדינג ווען נישט ס'איז עדווערטייזט פאר אידן? אויב וואלטן זיי עס דווקא געוואלט געבן פאר גוים וואלטן זיי דאס געקענט טוהן אנדעם וואס קיינער זאל האבן טענות אויף זיי אדער אפילו וויסן דערפון.

איין זאך וואס איך קען אייך יא זאגן איז אז נאך דעם באהאנדלונג וואס די בעל בתים האבן באקומען פאר פראבירן צו העלפן די קאמיוניטי ציטער איך געפערליך צו איינער וועט זיך נאך וואגן דאס צו טוהן. און ווער וועט ליידן? מיר אלע.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 12, 2014 8:20 am
דורך זאכליך
לאמפ, שפתים ישק. הונדרעט פראצענט גערעכט, ס'איז א מענטאליטי קריזיס.

כ'האב געזאגט פאר מענטשען, מ'פראבירט צו מאכן נייע שטעטלעך אז דער עולם זאל אהין מופן, אבער די וויליאמפעסטער עולם וויל אפילו נישט וואוינען 2 גאסן אוועק פון די אידישע געגענט, רעדסטוך איין אז זיי אפילו טראכטען פון וואוינען א שעה פארן פון ווילאמסבורג???...

וואס גייען זיי למעשה טוהן מיט די דירות?

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 12, 2014 8:23 am
דורך זאכליך
לאמפ האט געשריבן:צילוב די גרויסע נאכפראגע גייט מארגן צווישן 6-7 נאכאמאל פארקומען אן אפען האוז אויף די געביידע ביי פארק און טרופ.

אויסער די איבער פערציג 2 בעדרום אפט'ס זענען אויך עוועילעבל עטליכע 4 בעדרום דופלעקס אפט'ס אין די זעלבע געביידע.

ביי די תגובה ביזטו געווען אדער מיסאינפארמירט, אדער איז עס געווען א מארקעטינג טאקטיק...

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 12, 2014 8:30 am
דורך farshlufen
היסטאריע חזר'ט זיך איבער, 904 בעדפארד ווער געדענקט?

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 12, 2014 8:55 am
דורך חיים משה
ממש א ביין אין האלז, די בנין אויף סקילמאן הונטער 904 בעדפארד האט זיך זייער שווער פארקויפט צוליב וואס די פענסטער קוקן ארויס צו זייער בעקיארד.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 12, 2014 9:10 am
דורך לאמפ
זאכליך האט געשריבן:
לאמפ האט געשריבן:צילוב די גרויסע נאכפראגע גייט מארגן צווישן 6-7 נאכאמאל פארקומען אן אפען האוז אויף די געביידע ביי פארק און טרופ.

אויסער די איבער פערציג 2 בעדרום אפט'ס זענען אויך עוועילעבל עטליכע 4 בעדרום דופלעקס אפט'ס אין די זעלבע געביידע.

ביי די תגובה ביזטו געווען אדער מיסאינפארמירט, אדער איז עס געווען א מארקעטינג טאקטיק...


א נאכפראגע? אוודאי איז געווען א גרויסע נאכפראגע און דאס האט זיך זייער שטארק אנגעזעהן אויף די פאון קאלס. אבער... ביז עס קומט למעשה.

איך דערמאן מיך יעצט פון א איד וועלכער האט געהאט עטליכע אפט'ס אין בעד סטיי וואס ער האט געבויעט און עדווערטייזט פאר אידן, אויף דעם עד האט ער געשריבן דעם אדרעס פון די דירות אזוי אז נאר ווער איז גרייט צו וואוינען אין דעם געגנט זאל רופן, נאך א גאנצן טאג וואס זיין פאון האט נישט געסטאפט קלינגען האט ער באשטימט א טאג פאר אן 'אפען האוז' און מיר געבעטן צו קומען ארויסהעלפן ווייל לויט די פאון קאולס עקספעקט ער א ריזיגער ציבור, וואס זאל איך זאגן? איך בין נאך יעצט רויט פון בושה! דריי(!) קאפלס זענען אנגעקומען קוקן דירה און פון די האבן צוויי פלעין געוואלט זעהן ווי אזוי עס זעהט אויס אבער נישט געהאלטן ביים אהינקומען.

נאך דעם דורעכפאל פרעגט מיר דער איד, ווי אזוי קען דאס זיין אז אפילו 'איין' כלה איז נישט געקומען קוקן די דירה? ! איז טאקע בעסער צו גיין אין האטעל וואוינען ווי איידער אביסעלע ארויס פון דעם געגנט?

איבעריג צו זאגן אז אלע זיינע דירות זענען געווארן פארדינגען פאר גוים נאכן שטיין ליידיג פאר צוויי חדשים ווייל ער פראבירט צו געבן נאך א טשאנס און נאך א טשאנס ביז ער איז געווארן פעד אפ.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 12, 2014 9:25 am
דורך farshlufen
904 בעדפארד איז געבויעט געווארן דורך היימישע אידן, רב אילאוויטש נכד קאשוי האט דאס געמארקעט צום היימישן עולם, אפען האוז וכו' למעשה איז עס נישט געגאנגען אלס אויסשטעל און [דא וויינט מען] לאקאציע.

---

אגב, אויף דעם פלאץ איז געשטאנען אמאל "קהל בני יהודה" פאר א צייט האט געדינט דארט אלס רב ר' שמואל בוכלער דער טשעפלעין פון סינג סינג תפיסה א תלמיד פון פרעשבורגע ישיבה.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 12, 2014 9:49 am
דורך לאמפ
זאכליך האט געשריבן:לאמפ, שפתים ישק. הונדרעט פראצענט גערעכט, ס'איז א מענטאליטי קריזיס.

כ'האב געזאגט פאר מענטשען, מ'פראבירט צו מאכן נייע שטעטלעך אז דער עולם זאל אהין מופן, אבער די וויליאמפעסטער עולם וויל אפילו נישט וואוינען 2 גאסן אוועק פון די אידישע געגענט, רעדסטוך איין אז זיי אפילו טראכטען פון וואוינען א שעה פארן פון ווילאמסבורג???...

וואס גייען זיי למעשה טוהן מיט די דירות?


לויט ווי איך פארשטיי זענען זיי שטארק אומבאשלאסן וואס צו טוהן ווייטער, לאמיר האפן אז דער עולם וועט זיך דאך בארעכענען און זיי זאלן דאס יא קענען פארדינגען פאר אידן.

אויב דאס גייט פאר אידן וועט דאס העלפן אז די גאנצע געגנט ארום ווי עלערי, האפקינס, טאמפקינס זאל ווערן\בלייבן אידיש, און אויב פארקערט איז פארקערט.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 12, 2014 10:15 am
דורך משמש
אינטערגעציפט האט געשריבן:יעצט פרעגסטו פארוואס מוויל נישט אהינגיין וואינען אויף קוק סטריט/טאמקינס?
דער תירוץ איז, קיינעם איז נישט געשמאק צו וואינען צווישן גוים. פינטל.

טעות, מוויל נישט גיין אהין ווייל ווייניג מענטשן ווילן זיין די ערשטע צו גיין דארט, נישט וועגן גוי'אישקייט, והא ראיה, ווען עס זאלן היינט זיין נאך 20 דירות אין קוק למשל, וואלטן זיך מענטשן ארויפגעווארפן דערויף און אפילו געשלאגן דערויף, אפי' ס'איז אין די גוי'אישע געגענט, מ'האט עס נאר איבערגעלאזט ווייל מהאט נישט געקענט פויעלן ביי זיך צו שפרינגען.

אזא בנין מיט 40 דירות איז גארנישט אנדערש, האט אלע מעלות, נאר עס איז נישט לייכט צו שפרינגען, האט גארנישט מיט גוים.

דאס אלעס איז אויסער די פאקט אז וויליאמסבורג איז נישט אלץ געווען פיל מיט אידן, אונזערע עלטערן האבן דא געוואוינט יארן אויסגעמישט מיט גוים.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 12, 2014 11:20 am
דורך יהיה כן
חיים משה האט געשריבן:ממש א ביין אין האלז, די בנין אויף סקילמאן הונטער 904 בעדפארד האט זיך זייער שווער פארקויפט צוליב וואס די פענסטער קוקן ארויס צו זייער בעקיארד.

עפעס שטימט ניש... אין די סקילמען דירות האט מען שוין געוואוינט נאך בעפאר די ערלים האבן באיושבט 904 בעדפארד...
יא, אמת.. ביזן היינטיגן טאג ליידט מען פון זיי געפערליך [ויד ישראל באמצע], חבל חבל

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 12, 2014 11:29 am
דורך חיים משה
יהיה כן האט געשריבן:
חיים משה האט געשריבן:ממש א ביין אין האלז, די בנין אויף סקילמאן הונטער 904 בעדפארד האט זיך זייער שווער פארקויפט צוליב וואס די פענסטער קוקן ארויס צו זייער בעקיארד.

עפעס שטימט ניש... אין די סקילמען דירות האט מען שוין געוואוינט נאך בעפאר די ערלים האבן באיושבט 904 בעדפארד...
יא, אמת.. ביזן היינטיגן טאג ליידט מען פון זיי געפערליך [ויד ישראל באמצע], חבל חבל

איך רעד פונעם דעם בנין דא, איך ווייס פון עטליכע וואס האבן ארויסגעבעקט דערפון וועגן דעם בנין אויף 904.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 12, 2014 11:32 am
דורך יהיה כן
אה, דאס יא

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 12, 2014 1:04 pm
דורך Gevald Geshrigen
עס איז א מענטאליטי אישו והא ראי׳ אז די תושבים פון סאוט סייד/קוק סטריט/עללערי זענען בדרך כלל זייער צופרידן און קיינער קאמפלעינט נישט אז מען קען נישט וואקן ביינאכט.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 12, 2014 3:09 pm
דורך מיסטעריעז
לאמפ האט געשריבן:פליגל און מיסטעריעז, די דירות פון וואס מיר רעדן יעצט איז נאר פון צווישן צענדליגער אנדערע, אין די לעצטע פאר חדשים זענען צענדליגער דירות אין בעד סטיי וועלכע זענען לכתחילה דעזיינט געווארן פאר אידן געשטאנען ליידיג אפאר חדשים


און פארוואס האט דער 'לאמפ' וואס
האט אונז געמאכט האבן געזעהן א שטיקל שיין זיך אנגעצינדן נאר נאכדעם וואס 'עס האט דערגרייכט צו אונזערע אויערן א בשורה איבער א הערליך נייער געביידע מיט איבער פערציג אפט'ס וואס איז נארוואס פארענדיגט געווארן', אבער איז אין הארץ פון בעד סטיי, און איז דיזיינט און געבויעט געווארן פאר גוים. און נישט פאר אפאר חדשים צוריק ווען ער האט געוואוסט פון צענדליגע דירות וועלכע זענען (טאקע אין בעד סטיי, אבער כאטש נישט אין הארץ...) לכתחילה דיזיינט און געבויעט געווארן פאר אידן???
אידישע דירות זענען נאך אזא 'שיין' ווי גויאישע!

און זאגט מיר;
איך גלייב אז די בעלי בתים האבן אויך געוואוסט פון די צענדליגע דירות אין בעד סטיי וועלכע זענען געשטאנען ליידיג אפאר חדשים, אפילו עס איז לכתחילה דיזיינט געווארן פאר אידן. נו וואס איז געווען זייער הו''א אז זייערע דירות וואס זענען אין הארץ פון בעד סטיי, און איז דיזיינט און געבויעט געווארן פאר גוים, וועט מען יא נעמען???

בעלי בתים מיט אידישע הערצער און גויאישע קעפ???

אדרבה זאגט איר מיר וואס זיי האבן דא געמיינט...

---
לאמפ האט געשריבן:אין דאס וואס מיסטעריעז זאגט אז דאס איז לכתחילה דעזיינט פאר גוים און דאס וואס מען האט עס געוויזן פאר אידן איז נאר אז מען זאל קענען האבן א תירוץ צו געבן פאר גוים, איינער וואלט אפילו געוויסט פון דעם בילדינג ווען נישט ס'איז עדווערטייזט פאר אידן? אויב וואלטן זיי עס דווקא געוואלט געבן פאר גוים וואלטן זיי דאס געקענט טוהן אנדעם וואס קיינער זאל האבן טענות אויף זיי אדער אפילו וויסן דערפון.

איר האט געוואוסט פון דעם בנין, יא?
נאך האבן געוואוסט.
איר ווילט זיך (און אנדערע...) איינרעדן אז ס'פונקט אזוי 'אין געגנט' ווי למשל הארט סט.?
נאך ווילן.

סוי אפילו איר וואלט זיך געהאלטן שטיל מיינט עס נישט אז די אנדערע אויך.

אויסער דעם ווייסן זיי פונקט ווי איר און איך אז מ'רוקט זיך מער און מער און אז איין טאג וועלן זיי דארפן נוצן דעם תירוץ. האפענטליך...

---
נאך איין מחשבה וויל איך מיטטיילן מיטן עולם דא.
אז אנשטאט אז די אידן וואס וואוינען אין 'א דירה סרוחה, א אלטע דירה, א דומפיגע קעלער,א דירה אויף א הויעכע שטאק אן א עלעוועטאר, א דירה אין די פראדשעקט'ס,' זאלן אינטערשרייבן דעם שכח צעטל פאר די קעסקעיד קויפערס, פארן זיי צושטעלן די מעגליכקייט זיך צו קויפן א נארמאלן דאך איבערן קאפ, האבן אינטערגעשריבן די אידן וואס וואוינען אין יענע געגנט.
פארוואס?
ווייל זיי זענען מורא'דיג פרייליך!!
אז?
זיי וועלן באקומען אידישע שכנים...

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 12, 2014 3:17 pm
דורך לאמפ
צילוב וואס עס איז שוין באלד שבת קודש האב איך נישט יעצט קיין צייט צו רעאגירן, אבער נישט געזארגט מיר וועלן מערצע שעם זיין צירוק נאך שבת צו פארענטפערן אלע אייערע מורא'דיגע שאלות.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2014 11:05 pm
דורך אינטערגעציפט
לאמפ האט געשריבן:הרב אינטערגעציפט, איר זענט אביסעלע מיסאינפארמירט ווייל אויב איר וועט זיך אביסעלע נאכפרעגן וועט איר געוואר ווערן אז רוב יונגעלייט וועלכע וואוינען היינט צוטאגס אין ניי וויליאמסבורג האבן שוין אהינגעמופט נאך די חתונה אויף דער אייגענער האנט אדער זענען דאס יונגעלייט וואס זייערע עלטערן וואוינען אויך אין דעם געגנט, אבער רובא דרובא פון די עלטערן וועלכע וואוינען אין אלט וויליאמסבורג ווילן בשום אופן נישט הערן פון שיקן זייערע קינדער ווייטער פון וואלאבאוט - פלאשינג און נישט ווייל עס איז פול מיט גוים (כאפ א שפאציר אויף סקילמאן און טרעף מיר איין גוי) נאר ווייל ס'איז נעבעך ווייט פון די עלטערן און אנשטאט נעמט מען ענדערש א דירה אויף דעם צוואנציגסטן שטאק פון די פראדשעקט'ס צווישן די ערגסטע עלעמענטן און דראג דיעלער.

און דאס וואס איר זאגט וועגן די סאוט סייד פארשטערקערט נאר מיין פוינט ווייל אפילו די סאוט סייד זעהט אויס ווי איר לייגט עס אראפ האבן די אלט-וויליאמסבורגער אידן קיין שום פראבלעם אהינצושיקן די קינדער אפילו צווישן גוים נאר ווייל עס איז נענטער צום הארץ.

לאמפ,
כוויס נישט פינקטליך וואס איר ווילט,
און וואס סשטיפט אייך צו שרייבן אומאקוראטע איפארמאציע, אבער להוי ידוע איר זענט ראנג!
אזוי ווי כ'האב גאזאגט פריער, אמת מ'זיכט טאקע נאך אלץ לכתחילה אינעם אלטן טשאלענט טאפ און נישט נאר צו זיין לעבן די מאמע(טאקע דאס אויך), נאר וויבאלד ס'איז ווי פארשטענדליך היימישער און אין געגנט נאענט צו אלעס, און יא, מ'איז גרייט צו צאלן אביסל מער און האבן א קלענערע דירה פאר די פרייז, פאר די דאזיגע געשמאקקייט און באקוועמליכקייט.
אבער נאכאמאל: ס'איז אויסדריקלעך נישט קיין אפהאלט פאר א שיינע פראצענט פרישע קאפלעך וואס ציען זיך אריין אין גרויסן ביי יעדן חתונה סיזען.
ס'האט נישט קיין פשט צו מכחיש זיין שמש בצהרים, און פארווישן פאקטן וואס יעדער ווייסט.
איך ווינטש אייך הצלחה רבה אין אייער הייליגע ארבעט, און ס'קומט זיך אייך באמת א יישר כח פאר די ארבעט וואס איר לייגט אריין, אבער געדענקט, ס'פעלט נישט אויס צו פאברעצירן נייע ספינס צו מאכן מער ספאקי די מצב, ס'איז גענוג אנגעצויגן אזוי ווי ס'איז,
און האלטס פאר די אויגן אויב ווילט איר האבן אמת'דיגע הצלחה פארלייגט אייך אויף די שטחים וואס גרעניצן זיך מיט די ביז יעצטיגע געגנטער, פארשטייט זיך מ'דארף שוין קוקן אויף ווייטער אויך, אבער יעצט איז די עיקר ארבעט צו אראנזשירן גרופעס און אייננעמען נאענטע געגנטער וואס דער עולם איז דערביי.
נאכאמאל יישר כח לאמפ פאר אייער געטרייע ארבעט, הקב"ה ישלם שכרך און פאר אלע אייערע מיטהעלפער.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 8:37 am
דורך בוידעם
היות די דירות\מענטאלעטי\געגענט\ישוב, איז זייער א ברייט פארצווייגטע נושא, און רוב תגובות זענען דיבאטעס לכאן ולכאן, איבער פרייזן, געגענט, וכו' וכו', וואס מיט נייעס האט עס כמעט נישט קיין שייכות מיין איך עס וואלט ראטזאם געווען צו עפענען א עקסטערע אפטיילונג. און דארט זאל ליגן אלע אשכולות איבער דירות\שטעטל'ך וכדומה. למשל נייע שעטעל קרית יטב לב, באזעצן ארומיגע גאסן, קרית יואל דירות און פרייזן אא"וו.
איך וואלט מציע געווען א נאמען, היימישע אידישע געגענטער.
וואס האלט דער עולם?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 9:41 am
דורך מיסטעריעז
אויב אזוי מוז מען אויך מאכן א נייע אפטיילונג פאר דעם פרעזידענט, נו וויזוי וועט עס הייסן? היימישע פרעזידענט???

נעעההה טויג נישט...

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 1:59 pm
דורך ניק ניק
לויט ווי א געוויסע שטודיע ווייזט איז דא עפעס א מיסטרעיעזע קעמעקאל אין דאס ווארט "וויליאמסבורג" אביסל ענליך צום ניקאטין, וואס דאס איז גורם אז ווער ס'ווערט געוואוינט צו דעם וועט שטענדיג זיכען נאר צו וואוינען אין א פלאץ וואס טראגט דעם נאמען "וויליאמסבורג"
די שטודיע ווייזט אן אז אפי' אינטער שווערע אומשטענדן וועלן די עדיקטס נישט גרייט זיין זיך צו ציען צו א געגענט אויב קומט עס מיט א פרייז פון נישט וואוינען אין "וויליאמסבורג".
די שטודיע דערציילט אז ווען ס'איז נישט געווען גענוג דירות אין "וויליאמסבורג" האט מען געבויט אסאך דירות אין בעד סטיי אבער מען איז נישט אהין געגאנגן ביז מ'האט געטוישט דעם נאמען צו ניי "וויליאמסבורג".
אזוי אויך איז דא אסאך שיינע ישובים מיט אסאך מעלות אבער עדיקטס וועלן קיינמאל מסכים זיין אהין צומופן אדער זיך אפי' משדך זיין מיט זיי ווייל עס טראגט נישט דעם נאמען "וויליאמסבורג".

לויט דעם איז מיר פייגעבאלן א פשוטע לעזונג צום דירות פראבלעם אז מ'זאל בויען דירות סיי ווי אימער אין די וועלט און עס א נאמען געבן "וויליאמסבורג" והכל על מקומו יבוא בשלום!

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2014 2:04 pm
דורך יהיה כן
נאו וועי
בית דין האט גע'פסק'נט ...
'ניי' וויליאמסבורג איז נישט 'וויליאמסבורג'
פארפאלן...
ס'יז נאר דא 'איין' ... אוי אמעסרי.., 'איין' וויליאמסבורג

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 8:41 am
דורך לאמפ
farshlufen האט געשריבן:היסטאריע חזר'ט זיך איבער, 904 בעדפארד ווער געדענקט?


מענין לענין, דער בילדינג איז יעצט געווארן פארקויפט פאר 29 מעלאנעס, א יאר נאכדעם וואס די יעצטיגע בעלי בתים האבן עס געקויפט פאר בלויז 18 מיליאן.

דאס מיינט אז די פרייז איז ארויף מיט בערך א מיליאן א חודש!

http://therealdeal.com/blog/2014/09/15/ ... n-a-month/

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 2:52 pm
דורך ניק ניק
ליינענדיג היינט א פרסום וואס רופט צו פראטעסטירן אקעגן די אייגענטימער פון די קדם וכדו' בילדינגס אין ווימ"ס, האט מיר געכאפט אפאר לשונות אויפן צעטל, איינס שטיייט דארט הזדעזעי ווילאמסבורג ת"ק פרסה על ת"ק פרסה! וכו' א שנעלע חשבון ווייזט אז דאס קומט אויס איבער 2,000,000 צוויי מיליאן סקווער מייל, אין ווימ"ס וואוינען מענטשן 34,920/square mile, קומט אויס אז ס'איז דא פלאץ פאר 69,840,000,000 מענטשן (קרוב צו 70 ביליאן מיט א 'בי"ת') אין וויליאמסבורג, א קריזיס?
ווייטער שטייט דארט למען וויליאמסבורג לא נחשה ולא נשקוט און נאך ענליכע לשונות, איי איי איי ווען דער גלח וויליאמס זאל נאר וויסן פון דעם, ווי פאר'כישוף'ט מ'איז פאר זיין נאמען, ווי פארשמייליגט מ'האט זיין נאמען איי איי איי איי

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2014 2:54 pm
דורך משה יענקל
לאמפ האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:לאמפ, שפתים ישק. הונדרעט פראצענט גערעכט, ס'איז א מענטאליטי קריזיס.

כ'האב געזאגט פאר מענטשען, מ'פראבירט צו מאכן נייע שטעטלעך אז דער עולם זאל אהין מופן, אבער די וויליאמפעסטער עולם וויל אפילו נישט וואוינען 2 גאסן אוועק פון די אידישע געגענט, רעדסטוך איין אז זיי אפילו טראכטען פון וואוינען א שעה פארן פון ווילאמסבורג???...

וואס גייען זיי למעשה טוהן מיט די דירות?


לויט ווי איך פארשטיי זענען זיי שטארק אומבאשלאסן וואס צו טוהן ווייטער, לאמיר האפן אז דער עולם וועט זיך דאך בארעכענען און זיי זאלן דאס יא קענען פארדינגען פאר אידן.

אויב דאס גייט פאר אידן וועט דאס העלפן אז די גאנצע געגנט ארום ווי עלערי, האפקינס, טאמפקינס זאל ווערן\בלייבן אידיש, און אויב פארקערט איז פארקערט.

עס גייט נישט פאר אידן