בלאט 11 פון 15

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 8:28 am
דורך farshlufen
viewtopic.php?p=936303#p936303

farshlufen האט געשריבן:וואס קענען אחב"י הנאנחים ונאנקים הנאה האב פון מעיאר דיבלאזיאו'ס
האוזינג פלאן?

Message from the Mayor


To my fellow New Yorkers:

We have a crisis of affordability on our hands.

It's a crisis in many ways built on New York City's success. We are a safer, more welcoming city than we were decades ago. People from all over the world come to study, to work or to start a business here. And that success story has put pressure on our housing stock. Coupled with ever-rising economic inequality, it has created a painful reality where more and more New Yorkers are spending more and more to cover their housing costs, and entire neighborhoods have lost their affordability.

Affordable housing is part of the bedrock of what makes New York City work. It's what underpins the economically diverse neighborhoods New Yorkers want to live in. It's critical to providing financial stability for working families, helping them get ahead and build a better life.

And that is why today, we are laying out a comprehensive plan to build and preserve 200,000 affordable units over the coming decade for households, to support New Yorkers with a range of incomes, from the very lowest to those in the middle class. This is a plan to get ahead of the curve, to protect neighborhoods and build our city's next generation of affordable housing. It's about knitting communities together.

Our affordable housing policies must reach every New Yorker in need, which is why this plan thinks big about the changes we need to make—in government and in the private sector—to make this a city where everyone rises together, and everyone has a safe and decent home.

If you're in a community where affordability is disappearing, we want to protect it.

If your family lives in a rent-regulated apartment, this plan is focused on helping you keep it.

If you're a senior trying to remain in the neighborhood you helped to build, we are fighting to help you stay.

If you are a building owner or developer intent on building or preserving affordable apartments, we will support you.

This is a five-borough, ten-year plan. It will marshal people and resources from every corner of this city behind a singular purpose: to make this city again a place where our most vulnerable, our working people and our middle class can all thrive. Together, let's make that vision a reality.

Mayor Bill de Blasio


פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 8:34 am
דורך לאמפ
עס איז גראדע היינט אין די טעגליכע בלעטלעך. אבער קיינער עקספעקט נישט קיין טויזענט פאון קאלס ווייל עס איז דאך נישט אן אלטע דירה אויף די הייליגע ראדני שטראסע אין וועלכע מען דארף אריינלייגן מינימום צוואנציג אלפים, און נישט יעדער וויל וואוינען אזוי 'אוט אוו סעקשן' נאר מען פראבירט זיך צו קלאמערן וואס נענטער צום הארץ פון שטאט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 8:41 am
דורך מיסטעריעז
נא_שכל האט געשריבן:
א גולם האט געשריבן:OPEN HOUSE THURSDAY 6:00 - 7:00
Over 40 brand new beautiful 2 bedroom apartment's, also available 4 apartment's 4 bedrooms +, @ Park ave by Broadway
Text only 347-491-2080


נאר דא אדווערטייזט מען עס? זאל מען עס אריינלייגען אין דבר יום אדער גוט מארגן וועלען זיי באקומען כמעט טויזנט טעלפאן קאלס...

;l;p-

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 10:33 am
דורך ניק ניק
cascade.JPG

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 10:44 am
דורך נא_שכל
איך האב זיי נאכנישט פארכאפט צו זען היינט, לאמיר האפן אז דעי אלע מחותנים וואס וויינען אז עס נישט דא קיין דירות פאר זייערע חתן כלות וועלן כאפען די דירות.

איין פראבלעם וואס איז לכאורה א גרויסע מעכב אהינצוגיין, אז עס נישט דא קיין בית המדרש אין געגנט און עס איז שווער פאר שבתים וימים טובים ובפרט בלילות, אפשר זאל מען צייטווייליג ערלדיגען א 'ביקור חולים' צימער ביי וואדהאול האספיטעל און דרעולם וועט אהינגיין דאווענן, אזוי וועט מען נישט דארפען אדורך גיין ביינאכט די עטליכע אומאגנעמע גאסן אנצוקומען צום נענטסטע בית מדרשכ.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 10:48 am
דורך משה יענקל
מיסטעריעז האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
א גולם האט געשריבן:OPEN HOUSE THURSDAY 6:00 - 7:00
Over 40 brand new beautiful 2 bedroom apartment's, also available 4 apartment's 4 bedrooms +, @ Park ave by Broadway
Text only 347-491-2080


נאר דא אדווערטייזט מען עס? זאל מען עס אריינלייגען אין דבר יום אדער גוט מארגן וועלען זיי באקומען כמעט טויזנט טעלפאן קאלס...

;l;p-

גראדע איז געווען אינטערסאנט אז אין די ערשטע שעה צוויי איז געווען איבער 50 קאלס

מפי השמועה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 10:58 am
דורך ניק ניק
נא_שכל האט געשריבן:איך האב זיי נאכנישט פארכאפט צו זען היינט, לאמיר האפן אז דעי אלע מחותנים וואס וויינען אז עס נישט דא קיין דירות פאר זייערע חתן כלות וועלן כאפען די דירות.

איין פראבלעם וואס איז לכאורה א גרויסע מעכב אהינצוגיין, אז עס נישט דא קיין בית המדרש אין געגנט און עס איז שווער פאר שבתים וימים טובים ובפרט בלילות, אפשר זאל מען צייטווייליג ערלדיגען א 'ביקור חולים' צימער ביי וואדהאול האספיטעל און דרעולם וועט אהינגיין דאווענן, אזוי וועט מען נישט דארפען אדורך גיין ביינאכט די עטליכע אומאגנעמע גאסן אנצוקומען צום נענטסטע בית מדרשכ.

אהא, הייסט וואדהאל אליינס איז וואס? יא בא,טעם'ט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 10:59 am
דורך פשוט'ער אידל
לאמפ האט געשריבן:צילוב די גרויסע נאכפראגע גייט מארגן צווישן 6-7 נאכאמאל פארקומען אן אפען האוז אויף די געביידע ביי פארק און טרופ.

אויסער די איבער פערציג 2 בעדרום אפט'ס זענען אויך עוועילעבל עטליכע 4 בעדרום דופלעקס אפט'ס אין די זעלבע געביידע.


פרייזן:

869 park

4 bedroom-
Front apt is 4 bedrooms plus, is 3200
Back is 3 plus and have a private backyard is 3000
2 bedroom
Bigger ones 2150 smaller ones is 2000
we pay for water and gas.
869 park

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 11:02 am
דורך חיים משה
נא_שכל האט געשריבן:איך האב זיי נאכנישט פארכאפט צו זען היינט, לאמיר האפן אז דעי אלע מחותנים וואס וויינען אז עס נישט דא קיין דירות פאר זייערע חתן כלות וועלן כאפען די דירות.

איין פראבלעם וואס איז לכאורה א גרויסע מעכב אהינצוגיין, אז עס נישט דא קיין בית המדרש אין געגנט און עס איז שווער פאר שבתים וימים טובים ובפרט בלילות, אפשר זאל מען צייטווייליג ערלדיגען א 'ביקור חולים' צימער ביי וואדהאול האספיטעל און דרעולם וועט אהינגיין דאווענן, אזוי וועט מען נישט דארפען אדורך גיין ביינאכט די עטליכע אומאגנעמע גאסן אנצוקומען צום נענטסטע בית מדרשכ.

אז ס'וועט זיין דארט 40 משפחות וועט שוין ווערן דארט עפעס א שול'כל, עכ"פ פאר לילי שבתות וימים טובים וועט זיכער זיין דארט א אייגן מנין אזוי ווי אין די פראדזשעקטס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 12:24 pm
דורך משמש
די פארק עוו הייזער זענען נישט אזוי שטארק ארויס פון די געגענט, עס זענען יא בתי מדרשים בשכינות, און אהבה מעדיקעל סענטער איז גאר נאנט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 12:29 pm
דורך לאמפ
חיים משה האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:איך האב זיי נאכנישט פארכאפט צו זען היינט, לאמיר האפן אז דעי אלע מחותנים וואס וויינען אז עס נישט דא קיין דירות פאר זייערע חתן כלות וועלן כאפען די דירות.

איין פראבלעם וואס איז לכאורה א גרויסע מעכב אהינצוגיין, אז עס נישט דא קיין בית המדרש אין געגנט און עס איז שווער פאר שבתים וימים טובים ובפרט בלילות, אפשר זאל מען צייטווייליג ערלדיגען א 'ביקור חולים' צימער ביי וואדהאול האספיטעל און דרעולם וועט אהינגיין דאווענן, אזוי וועט מען נישט דארפען אדורך גיין ביינאכט די עטליכע אומאגנעמע גאסן אנצוקומען צום נענטסטע בית מדרשכ.

אז ס'וועט זיין דארט 40 משפחות וועט שוין ווערן דארט עפעס א שול'כל, עכ"פ פאר לילי שבתות וימים טובים וועט זיכער זיין דארט א אייגן מנין אזוי ווי אין די פראדזשעקטס.


איך גלויב אז די מענעדשמענט וועט לאזן ניצן די שטוב אין בעיסמענט ווי דער דזשים האט געדארפט זיין אז מען זאל דארט קענען דאווענען לילי שבתות וימים טובים אזוי ווי עס איז שוין איינגעפירט אין אנדערע גרויסע געביידע'ס ווי מארסי\מוירטל און ווילאבי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 12:31 pm
דורך שנאפס
נעה, דארט קומט נאך א דירה..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 12:45 pm
דורך Gevald Geshrigen
דער זשים איז אויפן ערשטען שטאק וואלק אין לעוועל און איז אוועילעבל אלץ א בית המדרש אויב עס וועט אויספעלן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 12:53 pm
דורך מחותן
הורוויץ האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:גוטע נייעס! מעכטיגע נייעס!! מען גייט בויען נאך דירות וואס די דאון פעימענט איז 250K אין א מארגעדזש פון דריי ביז פיר אלפים מיט א טעקס ביל פון צווישען צען פופצען.

אפשר מיינסטו כשם שמברך על הטוב כך מברך... אויב אזוי ביזטו גערעכט.


I wish אז די דאון פעימענט איז "נאר 250k", לאך נישט.. דאס איז דער מצב.



די בילידניג האט געהאט א איד פאר א עטליכע יאר און האט עס געפליפט מיט ריווח פון ארום 30 מיליאן דאלער, דער איד איז א איז א גרויסער פילאנטראפ ארויס צו העלפן מוסדות הצדקה והחסד..

זיי זיכער אז דער איד וועט ווייטער נאר טיען אסאך גוטס מיטען געלט, און אז מען ווייסט אז די געלט פאר גיטע צוועקן איז עס אסאך גרינגער צו צאלען..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 1:07 pm
דורך לאמפ
נא_שכל האט געשריבן:איך האב זיי נאכנישט פארכאפט צו זען היינט, לאמיר האפן אז דעי אלע מחותנים וואס וויינען אז עס נישט דא קיין דירות פאר זייערע חתן כלות וועלן כאפען די דירות.


דאס האט פייבוש געשריבן אין אן אנדערען אשכול איבער דעם זעלבן פראבלעם אין בעד סטיי

איפה פייביש האט געשריבן:איך האב פראבירט נאך אמאל צו פארדינגען פאר יודן אביסעל און דרויסען פון וויליאמסבורג און ס'איז נישט געגאנגען איך האב געהאט "איין" ינגערמאן וואס איז געווען גרייט


דערויף האבן מיר געשריבן

לאמפ האט געשריבן:שכוח רבי פייבוש פארן ארויפברענגען דעם טאפיק כאטשיג דער טאפיק ברענגט מיר ארויף די בלוט אין קאפ, ווייל דאס דארף געזאגט ווערן נאכאמאל און נאכאמאל און אפשר אזוי וועט מען עס הערן.

די לעצטע פאר יאר הערט מען כסדר דעם ציבור קרעכצן איבער דעם פראבלעם פון דירות ווי געפערליך דאס איז און אז דער איז שולדיג און יענער איז שולדיג יעדער אויסער זיך אליינס, איך קען נישט מער ווי באשטעטיגן וואס פייביש זאגט ווייל זייענדיג אביסעלע אינוואלווד אין דעם ענין האב איך האב אויך פערזענליך מיטגעהאלטן אין די לעצטע פאר חדשים ווי אידן האבן פראבירט צו פארדינגען זייערע הייזער פאר היימישע אידן אפילו זיי האבן געקענט בעטן מער פונעם גוי אבער האבן נאך עטליכע חדשים שטיין ליידיג געדארפט ארויסגעבן פאר גוים ווייל קיינער האט נישט געוואלט וואוינען אפאר בלאק'ס ארויס פון דעם הארץ פון וויליאמסבורג.

וואס געשעהט נאכדעם איז, אז מיר שפארן זיך אליין איין אין א געטא און געבן נישט דעם מעגליכקייט מיר זאלן זיך אויסשפרייטן אביסעל, און פארשטייט זיך אז דאס הייבט די פרייז פון דירות וועלכע זענען יא אין הארץ און נאכדעם פילט מען נאך גוט אז מען שוין ווייטער וועמען צו בלעימען פאר די הויכע רענט.

רבותי דאס בלעימען די גאנצע שטאט פאר דעם פראבלעם וועט נישט העלפן קיינעם! זייט רעאליסטיש, אויב מען טראגט אייך אן א דירה וואס איז נישט איז צענטער פון וויליאמסבורג זאל דאס אויך זיין אן אפשיאן און אזוי וועט מען זיך ציביסלעך קענען אויסשפרייטן אזוי אז ביז אפאר יאר וועט 'דאס' שוין זיין דער סענטער.


לאמיר האפן אז די עלטערן און מחותנים וועלן זיין אביסעלע רעאליסטיש און כאפן די דירות.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 1:50 pm
דורך חיים צבי
מחותן האט געשריבן:די בילידניג האט געהאט א איד פאר א עטליכע יאר און האט עס געפליפט מיט ריווח פון ארום 30 מיליאן דאלער, דער איד איז א איז א גרויסער פילאנטראפ ארויס צו העלפן מוסדות הצדקה והחסד..

זיי זיכער אז דער איד וועט ווייטער נאר טיען אסאך גוטס מיטען געלט, און אז מען ווייסט אז די געלט פאר גיטע צוועקן איז עס אסאך גרינגער צו צאלען..

איך בין אומקלאר, דו ביזט סארקאסטיש? וואס פונקטליך וואלט דער איד געדארפט טון? פארקויפען פאר 15$ מיליאן?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 2:37 pm
דורך הורוויץ
חיים צבי האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:די בילידניג האט געהאט א איד פאר א עטליכע יאר און האט עס געפליפט מיט ריווח פון ארום 30 מיליאן דאלער, דער איד איז א איז א גרויסער פילאנטראפ ארויס צו העלפן מוסדות הצדקה והחסד..

זיי זיכער אז דער איד וועט ווייטער נאר טיען אסאך גוטס מיטען געלט, און אז מען ווייסט אז די געלט פאר גיטע צוועקן איז עס אסאך גרינגער צו צאלען..

איך בין אומקלאר, דו ביזט סארקאסטיש? וואס פונקטליך וואלט דער איד געדארפט טון? פארקויפען פאר 15$ מיליאן?


וואס פארשטייסטו נישט? ער דארף גארנישט טון, ער האט אלע רעכטן צו בעטן טאפ דאלאר. אבער פליז ווער נישט עקסייטעד ווען איינער גיבט ריזיגע סכומים ארויס צו העלפן מוסדות הצדקה והחסד..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 2:46 pm
דורך חיים צבי
אויב האט ער אלע רעכטן צו בעטן טאפ דאלער, מיט וואס איז זיין צדקה אנדערש פון אנדערע עשירים' ס צדקה?

למשל, אויב ר' ישראל זופניק ע"ה בעט מארקעט פרייז פאר א באטל אויל אפילו פון ארימעלייט, קומט אים דען נישט קיין אנערקענונג פאר זיינע באשטייערונגען?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 3:37 pm
דורך מחותן
ניין

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 3:59 pm
דורך יאנקעלע קליגער
די פראבלעם איז כשרע מאכלים קאסטען סאאאך מער פון די מארקעט פרייז (איך האב ח"ו נישט קיין טענות ווייל ס'קאסט סאך מער צו פראדוצירען)
(קומט עכט נישא אריין דא נאר האסט עס דערמאנט האב איך צוגעלייגט)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 4:07 pm
דורך חיים צבי
מחותן:
לעולם גליסט זיך מיר צו ענטפערן 'ניין' און געגאנגען ווייטער, אבער דאס וואלט אראפגעברענגט די קוואליטעט פונם אשכול.

טראכט פון דעם יא ניין יא ניין יא ניין יא ניין יא ניין יא ניין יאאאא ניייייין יאאאאאאאאאאא נייייייייייייייין

ווידעראום צו ענטפערן א מילתא בטעמא וואלט איבערגעקייט גרויסע חלקים פון די פארגאנגענע צען בלעטער, אשר על כן וועל איך טאקע נישט ענטפערן

איז טאקע דא א 'דירות קריזיס'?

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 12, 2014 12:50 am
דורך לאמפ
ווי מען שטייט און ווי מען גייט די לעצטע פאר חדשים רעדט מען פון דעם 'דירות קריזיס'. טייל ווייסן צו פארציילן האר אויפשטעלענדע מעשיות איבער פרישע קאפלס וועלכע האבן געברויכט גיין וואוינען אין האטעלן אדער ביי די עלטערן אינדערהיים צילוב וואס מען האט נישט געקענט טרעפן קיין דירה פאר די חתונה, אנדערע ווייסן צו דערציילן פון קאפלס וועלכע האבן געהאט די זכי' צו טרעפן א לעכל אין א קעלער מיט פיצעלע פענסטער אינטער דער ערד (אמאל פלעגט מען דאס רופן א יוטיליטי רום) אדער אן אלטע דירה ווי מען ברויך אריינלייגן צוואנציג דרייסיג אלפים און דאס מיט ביטער טייערע רענט און נאכן איינשפאנען א סאפיסטאקירטע שפיאנאזש אפאראט צו אויסגעפונען איבער דעם דירה צילוב וואס עדווערטייזען א דירה איז גענצליך אפגעשאפן געווארן זינט אלעס ווערט צוכאפט נאך פאר די עד האט א טשאנס אנצוקומען צום דרוק און ווער רעדט נאך וויפיל פראטעקציע עס האט אויסגעפעלט אז דער לענדלארד זאל 'מסכים זיין' צו פארדינגען זיין לעכעל.

און דאס זענען שוין די מעשיות מיט א 'העפי ענדינג', ווידער זענען דא מחותנים וועלכע מאכן אט אט חתונה און ניטאמאל א האטעל צימער אדער א קעלער איז נאך עוועילעבל און אנשטאט זיי זאלן זיך קענען צוגרייטן צו די שמחה מיט א פרייליכן געמוט דרייען זיי זיך ארום אן דעם קאפ נישט וויסענדיג ווי דאס יונג פארפאלק וועט אהיים גיין נאך אשת חיל.

נאכן צוזאמהערן אין די לעצטע פאר חדשים אזאנע און ענליכע עפיזאדן האט מען ענדליך פאריגע וואך געזעהן א שטיקל שיין ווען עס האט דערגרייכט צו די אויערן א בשורה איבער א הערליך נייער געביידע מיט איבער פערציג אפט'ס וואס איז נארוואס פארענדיגט געווארן און געבויעט געווארן לכתחילה פאר גוים אבער היות די בעלי בתים מיט א אידישע געפיל האבן געוואלט ארויסהעלפן דעם ציבור האבן זיי מחליט געווען דאס צו אפערן פאר דעם היימישער ציבור פאר היבש ביליגער ווי דעם דארטיגן מארקעט פרייז און אזוי ברענגען א שטיקעלע פארלייכטערונג צום קריזיס.

מ'האט זיך געקענט לייכט פארשטעלן אז מיט א קריזיס וואס איז אזוי געפערליך און צווישן די 'הונדערטער' קאפלס וועלכע וואוינען אין קעלערן און צענדליגער כלה'ס וועלכע האבן חתונה אין די קומענדיגע פאר חדשים וועלן די דירות נישט בלייבן צו לאנג אויף די מארקעט און וועט גלייך צוכאפט ווערן דורך די מאסן וואס וועלן עס קומען זעהן, אבער ווי ערשטוינט זענען מיר היינט געווארן ווען נאך עטליכע מאל מאכן אן 'אפען האוז' זענען נישט אנגעקומען מער ווי עטליכע מנינים אידן און רוב דערפון האבן ניטאמאל אויסגעפילט אן אפליקעישאן צו דינגען א דירה ווייל....זיי ווילן נישט וואוינען אוועק פון הארץ פון וויליאמסבורג!

דאס מאכט אונז ערענסט אריינקלערן צו עס איז באמת דא א 'דירות קריזיס' אדער מיר זענען ענדערש עדות צו א געפערליכער 'מענטאליטי קריזיס'

אט קוקט וועט איר זעהן אז עס האט זיך אויסגעשטעלט א גאר אינטערעסאנטן ערשיינונג, פון איין זייט שטייט א אלטע דירה, א דומפיגע קעלער, א דירה אויף א הויעכע שטאק אן עלעוועטאר אדער א דירה אין די פראדשעקט'ס וואס מען דארף האבן גרויס פראטעקציע צו באקומען און דערנאך דארף מען נאך אריינלייגן א שיינע פאר אלפים עס איבערצומאכן כדי ס'זאל זיין ראוי צו וואוינען דערין און דאס איז אויסער די שווערע אלפים שליסל געלט וואס טייל בעטן מיט א שינו השם ווי 'איבערבויען' (איי, די דירה איז א חורבה? האסט א ברירה דארפסט עס נישט נעמען ווייל איך האב א גאנצע וועיטינג ליסט) און מען רייסט זיך אויף דעם פשוט ווייל עס איז נאנט צו די מאמע'ס פארטוך. ווען אין די זעלבע צייט איז דא צו באקומען הערליכע ברענד ניו אפט'ס מיט גרויסע ליפטיגע פענסטער, די אפט איז שיין געפעינט און געסקרעיפט און האט אפילו קאך אפפלייענסעס גרייט אריינצומופן און דאס אלעס אן דארפן אראפלייגן קיין צענט און מען טוט דיך נישט קיין גאנצע טובה מיטן פארדינגען און אזוי אויך ברויך מען בכלל נישט האבן קיין פראטעקציע אבער ווי ווינדערליך איז אז דער עולם כאפט זיך בכלל נישט צו דערצו ווייל עס איז נישט אינעם הארץ פון שטאט און די יונגע קאפל וועט נעבעך דארפן שפרייזן נאר אפאר בלאק ווען זיי וועלן וועלן גיין עסן טועמי' ביים שוויגער און וועגן דעם פארציכט מען אויף א נארמאלע דירה און מען טוישט עס אויף אויף א דירה סרוחה אלעס צילוב דעם 'וואוינען אין הארץ מאנטעליטי'.

נאכן מיט האלטן דעם ערשיינונג ביי די געביידע און אזוי אויך ביי אנדערע דירות ווי אויף קוק סט, פולאסקי סט, הארט סט, ווערנאן עוו אין בעד סטיי און ארום זענען מיר געקומען צו די החלטה אז עס איז בכלל נישטא קיין 'דירות קריזיס' ווייל עס איז אויסדרוקלעך דא ווי צו גיין וואוינען, נאר מיר זענען ענדערש עדות צו א געפערליכע 'מענטאליטי קריזיס' נאכדעם וואס עס האט זיך ארויסגעוויזן אז עס איז פשוט נישטא ווער ס'זאל וועלן גיין און דער ציבור וועט ענדערש זיצן און קאמפלעינן ווי איידער טראכטן רעאליסטיש און טון וואס איז ריכטיג.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 12, 2014 1:52 am
דורך אינטערגעציפט
הער דיך צו לאמפ,
באוואש נישט א גאנצע קאמיונעטי מיט א קרענק, שמיר אונז נישט ארויף קיין נייע מחלות ביטע,
האסט באשלאסן אז יונגע פארפעלקער ווילן וואינען דווקא לעבן די מאמע? וועל איך דיר מגלה סוד זיין אז א שיינע פראצענט פון די יונגעלייט וואס האבן היינט צוטאגס חתונה, וואינען אין ניי וומ"ס, און יא! זיי שלעפן זיך טאקע אראפ 15/20 בלאקס ביז די מאמע/שוויגער וואס וואינט אינעם אנדערן עק וויליאמסבורג, מ'זוכט טאקע לכתחילה ווי נענטער אבער סאיז בכלל נישט קיין אפהאלט פאר קיינעם.

יעצט פרעגסטו פארוואס מוויל נישט אהינגיין וואינען אויף קוק סטריט/טאמקינס?
דער תירוץ איז, קיינעם איז נישט געשמאק צו וואינען צווישן גוים. פינטל.
פרעג נאר די סאוט סייד אידן ווי אומגעשמאק סאיז דארטן, ווי אין געוויסע געגנטער איז ממש עקלדיג זיך צו דרייען, שוין אפגערעדט פון קינדער, און טאמער מאכט זיך אז מ'קומט אהיים פון א חתונה אפילו 11 אזייגער ביינאכט לויפט מען אדוירך מיט איין אטעם די גאסן און מקומט אן אהיים האלב פאר'חליש'ט פון שרעק! (און דעס איז שוין נאכדעם וואס דארט וואינען למעשה פול מיט אידן). ווילסטו יונגעלייט זאלן זיין אינטערסירט זיך אריינצוזעצן אין א מדבר שממה?

נאר וואס יא? אז סוועט זיין צו באקומען דירות 'קאנעקטעט' צו היימישע געגענטער, וועט מען לויפן כאפן, אן קיין ספק, ובדוק ומנוסה הוא, ודו"ק ותושכ"ח.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 12, 2014 1:53 am
דורך מיסטעריעז
איך‎ ‎בּין‎ ‎מתקן‎ ‎אפאר‎ ‎טעותים...

רוב דערפון האבן ניטאמאל אויסגעפילט אן אפליקעישאן צו דינגען א דירה ווייל....זיי ווילן נישט‎ (בּאצאלן‎ טאפ‎ ‎פרייס און‎) וואוינען‎ ‎אין‎ ‎א דירה וואס‎ ‎איז דיזיינט‎ ‎געווארן פאר גוים, און ‎איז‎ ‎אין הארץ פון בעד סטיי!

דאס מאכט אונז ערענסט אריינקלערן צו עס איז באמת דא בעלי בתים מיט א אידישע געפיל וואס‎ ‎האבן געוואלט ארויסהעלפן דעם ציבור, אדער מיר זענען ענדערש עדות צו א געפערליכער 'מענטאליטי קריזיס' ‎פון‎ ‎פארענטפערן‎ ‎דאס‎ ‎ארויסגעבּן‎ ‎די‎ ‎דירות‎ ‎פאר‎ די ‎וואס‎ ‎עס‎ ‎איז באמת‎ ‎דיזיינט‎ ‎געווארן‎ ‎פאר‎ ‎זיי,‎ ‎מיטן‎ ‎אויסרייד:‎ ‎מיר‎ האבן ‎געוואלט,‎ ‎נאר‎ ‎עטץ‎ ‎זענץ 'מענטעליסטן‎' וואס‎ ‎האלטן‎ ‎בּיי‎ ‎גארנישט‎!‎



---
מיסטעריעז‎ האקט 'קאנספיראציעס‎ ‎און‎ ‎טעאריעס'... ‎

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 12, 2014 4:49 am
דורך פליגל
מיסטריעז!!!

כעין זה דערמאן'ך זיך ווען יאאארן צוריק איינע פון די צייטן ווען מ'אציך אפגערעדט אז די וומ"ס-ב"פ באסעס זענען צעבראכן און צעקנאקט האבן די בעה"ב דאן פארשאפט אפאר קאוטש באסעס אנשטאט אבער ווי עס פארשטייט פאר אזא קורצע וועג איז אזא באס אומפאסיג, מ'ברויך די אונטערשטע טיר וכדו' די ברייטע אדורכגאנג אד"ג.

למעשה ווען דער עולם הציך אפגערעדט אויף דעם צוליב די אומפראקטישקייט דערפון האט מען געשריגן: זעסט? איך וויל! עטס ווילטס נישט! איז דאס אמת געווען? ניין! מ'אט פשוט געגיבן סושי אנשטאט פיצא.

זעלבע זאך דא, (לדברך) מ'שטעלט צי דירות מיט א גוי'אישן אויסזען אין הארץ פון בעד-סטיי פאר פרייזן פון בארץ פון ווילי און ווען מ'וויל'ס נישט נעמען שרייט מען: זעסט? איך וויל! עטס ווילטס נישט!

(די שמועס זאל זיך נישט פארקירעווען צום וומ"ס-ב"פ באס, עס'ז נאר געווען א דוגמא/משל).