בלאט 2 פון 15
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2014 1:48 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד
אין אנדערן אשכול האט איינער געפרעגט וואס האט פאסירט מיט די שטערן-שפאקטיוו, אמאל אינטערעסאנט היינט שוואכע מעשיות.
תירוץ איז די קשיא: פארוואס אזא וויכטיגע, אינטערעסאנטע און נוגע'דיגע טעמע פון ניי וויליאמסבורג אויסברייטערונג ווערט גוט אויסגעשמועסט אויף אייוועלט און נישט אין לענגערן ארטיקל אין איינע פון די אויסגאבעס?
[איך מיין נישט יענע ארטיקל אין ערשטן "מאמענט," איך מיין באמת א גוטע ארטיקל דערוועגן, מיט די מיינונגס פארשידנהייטן וואס מען שמועסט אזוי שיין און גרונטליך אויס דא אויפ'ן וועלטל.]
איך ווייס אויך דעם תירוץ, ווייל דאס קאסט ארבייט און געלט, משא"כ נאכשרייבן פון האצעפלאץ קאסט ווייניגער. נו, אויף דעם האבן שוין די זאגערס געזאגט...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:26 pm
דורך לאמפ
שכל און יהיה, ווי געזאגט אינעם ערשטען תגובה מיינער איז די געגנט בכלל נישט דער סעלושען פאר די 'רענט קריזיס' אבער איז יא א העלפ עכ"פ פארן 'דירות קריזיס'.
די רענט קריזיס אין ברוקלין וועט מען נישט אין קען מען נישט פאררעכטן על פי דרך הטבע אזוי לאנג ווי עס איז דא אן אינטערעס ביי די יאפי'ס זיך צו באזעצען אין ברוקלין וועלן פרייזן נישט אראפגיין. דאס געזאגט, אויב זיכט איר ביליגע פרייזן פאר א דירה? קוק ניטאמאל אין די ברוקלין אומגעגנט. אבער אויב זיכט איר א דאך איבערן קאפ און איז נישט גרייט צו וואנדערן צו א נייער ישוב דאן זענען די פאר געסער א שטיקל רעליעף און אפערטוניטי זיך א ביסעלע אויסצושפרייטן.
אז מען רעדט פון זיך אויסשפרייטן, לאמיר אביסעל דערמאנען דעם ציבור, ניטאמאל פופצען יאר צוריק האמיר געקוקט מיט בייז ווינדער אויף די אידן וואס האבן זיך אריינגעצויגן אויף די גויאישע מידעלטאון און לינטש גאסן... פעסט פארווערד פופצן יאר און די גאסן זענען היינט אין צענטער פון שטאט. יעצט לאמיר פרעגן, אויב וואלט לינטש געבליבן דער גרעניץ וואלטן די אלע טויזענטער אידן וואס וואוינען אין ניי וויליאמסבורג זיך געקענט אריינשטיפן אין אלט ווילי? אוודאי נישט! צום ענין, על פי דרך הטבע וועט אין די נעקסטע צען יאר צוקומען אין ווילי צום ווייניגסטענס אריבער 5000 משפחות! און אויב זאל אינזער גרעניץ בלייבען ווי עס איז יעצט וויל איך נישט טראכטן ווי און וויאזוי מען גייט וואוינען אין ווילי אין צען יאר ארום זאל משיח אוודאי קומען בעפאר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:29 pm
דורך מחותן
וואס פאר געגענט איז די אנדערע זייט נעווי יארד? מען זעט דארט גאנצע'טע נישט באוואוינטע גאסן.. איז שייך דארט צו מאכען א ויפצו?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:43 pm
דורך לאמפ
די אנדערע זייט פון דעם נעווי יארד איז אסאך טייערער ווי אין בעד-סטיי און אויף די סאוט סייט איז נאך טייערער מיט פרייזן הימל-הויעך סא די איינציגסטע פלאץ ווי מען קען נאך אפארדען איז אין בעד-סטיי ספעציעל אז אסאך אידן האבן דארט נאך געקויפט ווען עס איז געווען ביליג נאר מען דארף עס באזעצן.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 1:08 pm
דורך ווינקל
מען ציעט זיך ארויס ווייטער און ברייטער, בעת אין די אמאליגע הארץ פון וויליאמסבורג ריקן זיך אריין מער און מער גוים... בסך הכל טוישט מען זיך פלעצער...
עיין ערך פראדשעקטס.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 1:35 pm
דורך Gevald Geshrigen
פרייזן פון אלע זייטן ארום איז טייערער און זענען אן די וועי אפּ אפילו בעדסטיי
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 5:18 pm
דורך גרויזאמער
א שמועס מיט א אינגערמאן וועגן דעם נייעם לעזונג:
טאטע אין הימל! איך בין געווען זיכער אז די לעזונג איז שוין אט אט דא, און דער ארטיקל האט מיך פארהרגעט מיינע האפענונגען.
וואס הייסט?
זאגט ער מיר, אז ער ווארט אויפן טאג ווען עס גייט מער נישט זיין וואו צו וואוינען אין וומבס"ג פשוטו כמשמעו, פשוט עס וועט נישט זיין צו באקומען אפילו א לעכל, וואס קוקט אויס צו קומען נענטער און נענטער, די לענדלארס וועלן העכערן אויף 5000 דאלער רענט פאר א פיר בעדרום דירה, און זיין ווייב וועט ענדליך איינזעהן אז מען דארף אוועקמופן.
דערווייל וויל ער אוועקמופן אבער זי וויל בשום אופן נישט, די איינציגסטע וועג איר צו קאנווינסן, זאגט ער, איז אז מען זאל אונז פשוטו כמשמעו ארויסטרייבן פון דא מיט געוואלד.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 6:36 pm
דורך לאמפ
היות איך בין פערזענליך געווארן באקאנט די לעצטע עטליכע יאר מיט פארשידענע פראיעקטן אין די בעד סטיי געגנט און דאס הארץ בלוטיגט מיר ווען איך זעה וואס דא גייט פאר און אז דער ציבור וואס קען לכאורה אסאך אויפטוהן זיצט מיט א גלייכגילטיגקייט און מערסטענס ווייל מען איז פשוט נישט באקאנט מיט די פאקטן דעריבער פיל איך פשוט פאר א חוב צו ברענגען די אינפארמאציע פאר'ן ברייטן ציבור אז מען זאל וויסן וואס דא גייט פאר אזוי אז מען זאל קענען טוהן צו די זאך און נישט זיין קיין צועק לשעבר ווען עס וועט עס שוין זיין צו שפעט עפעס צו טוהן.
פאר מיר הייבן אן צו שרייבן ספעציפיש וועגן די נייע אידן-באוואוינטע גאסן אין בעד-סטיי און אומגעגנט וואלט איך געוואלט שענקן אפאר שורות צו שרייבן וועגן דעם דירות קריזיס בכלל כדי מען זאל פארשטיין מיט וואס דער יעצטיגער קריזיס איז שווערער און טיפער ווי אלע ביז אהער.
קודם א ביסעלע היסטאריע, ווי באקאנט האבן אינזערע זיידעס זיך אנגעהויבן צו באזעצן אין דעם שוין דאן אידישן וויליאמסבורג עטליכע יאר נאכן קריג און גלייך אנגעהויבן צירוק אויפצושטעלן אידישע דורות, דער היימישער ציבור האט זיך מערסטענס באזעצט אים דעם געגנט ווי די אלט באזעצענע אידישע תושבים האבן שוין בעפאר געוואוינט אנגעהויבן פון די סאוט סייד גאסן ביז אראפ העיווארד און פון ווייט עוו ביז העריסאן עוו פון די אנדערע זייט, היות דער ציבור איז נאך געווען רעלאטיוו קליין און נישט אזוי שנעל געוואקסן איז נישט געווען קיין פראבלעם מיט דירות נאר מען האט שטייטעלעך איבער גענומען פון די גויאישע שכינים א הויז נאך א הויז לויט וויפיל ס'האט זיך אויסגעפעלט, דער ערשטער קליינער קריזיס האט זיך אנגעהויבן אין די סוף כ' און אנהייב ל' יארן ווען דער ציבור האט זיך קע"ה אנגעהויבן צו פארמערן צוליב דעם וואס דער ערשטער דור האט דעמאלטס אנגעהויבן חתונה מאכן די קינדער און עס איז געווארן א שטיקל מאנגל אין דירות וואס איז גאנץ שנעל געלייזט געווארן אין די ל' יארן מיטן אויפבוי פון טויזענטער נייע דירות אין די פראדשעקט'ס און אין בעדפארד גארדענס וועלכע זענען אין יענע יארן מערסטענס געווארן באוואוינט דורך דעם היימישער ציבור, שפעטער אין די מ' און אנהייב נ' יארן האט מען געבויט נאך פראיעקטן ווי די 'פאז' 'ברוקלין ווילאס' 'מיוניסיפאל הייזער' 'מלמדים הייזער' 'דשוליאני און מארטאן' וואס זענען דעמאלטס באזעצט געווארן דורך דעם צווייטן דור אזוי אז א קריזיס איז שוין נישט געווען ביז דער צווייטער דור האט אנגעהויבן חתונה צו מאכן די קינדער אויף א גרויסע פארנעם אינמיטן די נ' און אנהייב ס' יארן, דעמאלט'ס האט מען זיך ווידעראמאל דערזען מיט א דירות קריזיס אבער דאס מאל שוין אויף אסאך א שווערערע פארנעם ווייל יעצט איז שוין דער ציבור ב"ה געווען אסאך גרעסער און געוואקסן אויף אסאך א שנעלערע ראטע. האט מען זיך ציביסלעך אנגעהויבן זיך צוצושפרייטן און באוואוינען אזעלכע גאסן ווי טרופ, גערי, בארעם, העריסאן, יוניאן, קענט, לינטש, מידעלטאן, וואלאבאוט, פלאשינג אאוו. יענע צייט זענען אויך צוגעקומען עטליכע גרויסע פראיעקטן ווי ליע גארדענס, קלעסאן, דושינסקי אויף ווייט, דושינסקי אויף העיווארד, שווימער'ס הייזער אויף פלאשינג און נאך וואס האבן געהאלפן לינדערן דעם פראבלעם אבער איז ווייט נישט געווען דער לייזונג און דער מאנגל איז געווארן ערגער און ערגער ארויפטרייבענדיג די רענט פרייזען גאר הויעך ביז עס איז ב"ה געלונגען אין די אנהויב ס' יארן צו ריזאונען ריזיגע שטחים פון אמאליגע פעקטארי'ס כדי מען זאל דערויף קענען בויען דירות און דעמאלטס האט מען זיך אנגעהויבן אויסצושפרייטן אויף א גרויסע פארנעם אין די היינט באקאנטע ניי-וויליאמסבורג וואס איז שנעל באזעצט געווארן מיינסטענס דורך דעם דריטן דור און דערמיט געלייזט דעם פאר נאך אפאר יאר ביז בערך צוויי יאר צוריק ווען דער דריטע דור האט ב"ה אנגעהויבן חתונה צו מאכן די קינדער און דער קריזיס האט זיך נאכאמאל אנגעהויבן און דאס מאל אויף א פילפאכיג גרעסערע פארנעם ווי קיינמאל בעפאר פשוט ווייל דער דריטער דור באשטייט פון פילפאכיג א גרעסערע עולם ווי דער צווייטער דור און דער ציבור הייבט יעצט אהן צו וואקסן אויף אסאך א שנעלערע ראטע וואס איז זעלבספארשטענדליך זינט א נארמאלער וויליאמסבורגער משפחה באשטייט פון 7-9 קינדער, אונז וועלן נאר רעכענען די מיידלעך וואס בלייבן וואוינען אין די שטאט פון זייערע עלטערן דאס מיינט אז דער דריטער דור איז ארום פיר מאל גרעסער ווי דעם צווייטן דור און אזוי ווייטער דער פערטער דור איז ארום פיר מאל גרעסער ווי דעם דריטן דור צו האבן אן איידיע מיט וואספארא ראטע דאס גייט לאמיר נעמען א מיטעליעריגע איד וואס האט חתונה געהאט אין תש"ל, אין תשנ"ה איז זיין משפחה שוין באשטאנען פון 5 וויליאמסבורגער משפחות און ביז תש"פ וועט עס וואקסן צו 21 וויליאמסבורגער משפחות! דאס מיינט אז ווי נאר דער דריטער דור הייבט אן פעסט חתונה מאכן וועט מען דארפן א שטח פיר מאל אזוי גרויס ווי ניי וויליאמסבורג פשוט צו קענען אקאמענדירן דעם וואוקס, יעצט נעמט די יעצטיגע וויליאמסבורג מיט אנגעפילטע ביסמענט'ס און לעכער און זאגט ווי אזא ריבוי עם וועט אריינגיין, האבן מיר נישט קיין צווייטער ברירה נאר מען דארף זיכען ווי זיך ווייטער צוצושפרייטן פשוט צו קענען פלאצירן די אלע צוגעקומענע משפחות עכ"פ ביז מען קומט אויף מיט א בעסערע לייזונג ווי א נייער יושב.
דאס געזאגט, קוקענדיג אויף די וויליאמסבורגער מאפע שטעלט זיך ארויס אן אינטערעסאנטע ערשיינונג, אין דער צייט וואס דער ציבור האט זיך ארויסגעצויגען פון פלאשינג ביז לאפאיעט איז דאס נאר געלאפן צווישן קענט און ליע עוו אבער פון ליע ארויף ביז בראדוועי האט מען זיך אפגעשטעלט ביי פלאשינג עוו. און זיך נישט צושפרייט ווייטער צוליב וואס מען האט זיך דארט אנגעקלאפט אין די פראדשעקט'ס און אין אנדערע קאמערציאלע בנינים וואס ציען זיך ביז מירטל אזוי אז ס'איז געווען אוממעגליך צו גיין ווייטער נאר אויב מען היפט אריבער די פאר גאסן וואס קיינער האט נישט געהאט די שטארקייט צו טוהן ביז עטליכע יאר צוריק ווען די נחשונים ר' פישל ובנו ר' יצחק דייטש האבן גענומען די מוט און אויפגעשטעלט א גרויסע געביידע פין 45 דירות אויף מארסי ביי מירטל און דערמיט געעפענט דעם טויער צו א נייער געגענט ווי עס וואוינען שוין היינט צוטאגס אריבער הונדערט משפחות און האט פלאץ פאר נאך עטליכע טויזענט וואס קענען זיך אריינציען אין די עקזיסטירענדע בנינים וואס א ריזיגע חלק דערפון באלאנגט פאר היימישע וויליאמסבורגער אייגענטומער (למען האמת ברויך געזאגט ווערן אז דער ציבור איז זיך אויך היבש שולדיג פאר דעם יעצטיגן פראבלעם צילוב וואס עטליכע הערליכע פראיעקטן וואס זענען געבויעט געווארן פאר אידן מיט צוויי סינק'ס און אלע צוגעהערן אין דעם געגנט אפאר יאר בעפאר זענען צום סוף געגאנגען פאר גוים נאכדעם וואס אידן האבן בשום אופן נישט געהאלטן ביים גיין אזוי ווייט אלעס צילוב דעם 'וואוינען אין הארץ מאנטאליטי' וואס פארלאנגט אן עקסטרע אפהאנדלונג)
פאר מיר גייען ווייטער, לאמיר צוריקגיין א סטעפ, ווי נאר די ריזאונינג אין ניי וויליאמסבורג איז אריבער האבן אנגעהויבן ארויפצוקומען אומצאליגע נייע פראיעקטן פארן היימישער ציבור אבער אין די זעלבע צייט האבן געציילטע דעוועלאפאר'ס זיך פארמאסטען צו בויען דעוועלאפמענט'ס פאר די דאן-באקאנטע 'ארטיסטן' כדי צו פארדינען שווערע געלטער אויפן רוקן פון זייערע ברודער וועלכע פלאגן זיך צו טרעפן א דירה און האבן יארן לאנג שווער געארבעט אז מען זאל ריזאונען דעם געגנט פארן געברויך פונעם היימישן ציבור, אבער ב"ה צילוב גרויס דרוק וואס דער ציבור האט געלייגט און אזוי אויך צילוב וואס דער איבערוויגענדע מערהייט פון דעוועלאפער'ס זענען געווען אידן מיט הארץ זענען רוב דירות וואס זענען דאן געבויעט געווארן געגאנגען פאר אידן און דורך דעם איז צוגעבויעט געווארן א הערליכע עקסטענשאן צו אלט וויליאמסבורג און געגעבן א געלענהייט פאר אידן צו קויפן פריוואט הייזער און זיך צוצושפרייטן אויף גאסן ווי טעפי, קלעסאן, פארק, מירטל, ספענסער, וואלווארד, סקילמאן, פרענקלין און לעצטענס צו ווילאבי, דיקאלב, לאפאיעט און נאך.
דאס זעלבע פראבלעם אבער אויף אסאך א גרעסערער פארנעם שפילט זיך יעצט אפ אונטער דעם נאז פונעם היימישער וויליאמסבורגער ציבור און אויב עס וועט נישט ווערן אפגעשטעלט באצייטענס וועט וויליאמסבורג בקרוב אויסלויפן פון פלאץ אן קיין שום מעגליכקייטן זיך אויסצוברייטערן און די איינציגסטע וועג דאס אפצושטעלן איז נאר דורך דעם וואס דער ציבור וועט אויפהייבן א ווייגשריי קעגן די מחריבים.
כדי מען זאל פארשטיין במה דברים אמורים העמיר אריינגיין אין אביסעלע דיטעילס און פראבירן באקאנטמאכן דעם ציבור מיט די פאקטן ארום דעם געגנט, ווי דערמאנט פאריגע וואך איז בעד סטיי ביז פאר עטליכע יאר צירוק געווען אין זייער א נאכגעלאזטער צושטאנד מיט א ריזיגער פארקלאושער ראטע אזוי אז עס איז געווען צו באקומען הייזקעלעך פאר ממש חצי בחינם און דאס האט צוגעצויגן זייער אסאך פריוואטע אידן פון דעם דערנעבענדיגע וויליאמסבורג וועלכע האבן איינגעקויפט צענדליגער פראפערטיעס און אריינגעשטעלט - אויף דערווייל- גויאישע טענענט'ס מיטן חשבון עס צו באזעצן מיט די קינדער אדער אידישע טענענט'ס ווען עס וועט קומען דער צייט דערצו אזוי אויך האבן זיך געיאוועט אסאך היימישע אינוועסטאר'ס און דעוועלאפער'ס וועלכע האבן אפגעקויפט ריזיגע שטחים און געביידע'ס מיטן פלאן עס שפעטער צו פארוואנדלען אין גרויסע דירות פראיעקטן פארן היימישן ציבור (עס האבן דעמאלטס נאכנישט עקזיסטירט קיין יאפי'ס אין דעם געגנט). אזוי ווי די ערשטע פופציג אידן האבן זיך באזעצט אין דעם געגנט בשנת תש"ע האט די פאליציי אנגעהויבן שטארק באשוצן דעם געגנט און אנגעהויבן אראפברענגען דעם קריים ראטע מיט פארשידענע אגרעסיווע מיטלען ווי דער 'סטאפ ענד פריסק פראגראם' און נאך מיטלען אזוי אז מיט די צייט האט זיך אנגעהויבן אנזעהן א ריזיגע שינוי לטובה און עס איז צוביסלעך געווארן א שיין און רואיג פלאץ צו וואוינען אבער דא האט זיך אנגעהויבן אונזער פראבלעם דערמיט וואס די יאפי'ס האבן אנדעקט דעם געגנט און גענומען אהער שטראמען אין די מאסן און מיט דעם שטארק געהעכערט דעם רענטל מארקעט און דא האט זיך אנגעהויבן די גרויסע נסיונות וואס היים אייגענטומער אין דעם געגנט האבן, פון איין זייט שטייט אזא שטאט ווי וויליאמסבורג ווי עס זענען דא הונדערטער און בקרוב טויזענטער אידן וועלכע זיכן א דאך איבערן קאפ ווען אויף די אנדערע זייט שטייען די יאפי'ס וועלכע לאזן זיך באצאלן גרויס געלט צו ערייכען א דירה אין דעם געגנט און אוי איז דאס א נסיון.. מען זאל נישט אויספראבירט ווערן.
אבער דא האט זיך ארויסגעשטעלט אן אינטערעסאנטער פאקט, אין דער צייט וואס רוב פריוואטער אייגענטומער פון הייזער זענען גרייט ארויסצוגעבן זייערע הייזער פאר אידן אפילו דער אינקאם וועט נישט זיין די זעלבע זענען דא עטליכע דעוועלאפער אויסגערופענע עשירים וואס ווערן אויסגערופן אלץ 'בוני ומקים עולמות של תורה' און נאך טיטלען זענען יעצט גרייט פאר א בצע כסף צו פאר'הרגענען א שטאט און כדי עס זאל זיך אויסארבעטן זייערע פלענער לייגן זיי געפערליכע דרוק אויף אלע היימישע אינוועסטאר'ס אז מען זאל נאר פארדינגען פאר גוים עד כדי כך אז ווען א היימישער איד פון מאנטרעאל האט אפגעקויפט א סקווער בלאק ווי עס שטייט דער 'קעסקעיט געביידע' במחשבה תחילה צו בויען איבער 600 דירות פאר אידן, האבן זיי געמאכט דעם לאנגן וועג קיין קאנאדע אים מסביר צו זיין אז די געגנט איז געמאכט צו פארדינען גרויס געלט און אז ער זאל עס חלילה נישט ארויסגעבן פאר אידן! און נאך חדשים פון קאפדרייעניש האלט ער אט אט ביים אויפגעבן דעם פראפערטי צו איינער פון די דעוועלאפער'ס וואס וועט בויען פאר גוים ווייל זייענדיג א איד מיט א ביסעלע הארץ האט ער נישט געקענט ביי זיך פועל'ן אליינס צו בויען פאר גוים אבער קען אין די זעלבע צייט נישט ביישטיין די געפערליכע דרוק וואס די יעניגע לייגן, דאס זעלבע ווען א חשובע'ר בנש"ק האט נאר אנגעהויבן צו חלומ'ן פון עפענען א שוהל אין די בעיסמענט פון זיין דירה אויף פולאסקי סט האט ער באקומען אומצאליגע רופן און סטראשונגען פון די יעניגע וועלכע זיצן אויפ'ן מזרח וואנט אין די שטאטישע בתי מדרשים און באקומען דעם 'נזר הכבוד' ביי יעדען צווייטן דינער אין שטאט אז ער זאל זיך נישט וואגן צו עפענען דעם שוהל און אים געאפערט גרויס געלט אז ער זאל אויפגעבן זיין הויז, און דאס זענען נאר צוויי דוגמאות.
מען דארף נישט זאגן און עס לאזט זיך נישט טראכטן וואספארא דאמינא עפעקט דאס וועט מאכן אין דעם געגנט אויב זייערע פלענער ארבעטן זיך חלילה אויס היל"ת! קיין שום פריוואטע אייגענטומער וועט נישט האבן די מוט און התחייבת צו געבן פאר אידן און ווער רעדט נאך פון אלע פרישע דעוועלאפמענט'ס, און ווי נאר די דרויסענדע גרויסע גאס הייבט אן שמעקן וואס דא גייט פאר וועלן אריינקומען די גרויסע דעוועלאפער'ס פון די דרויסענדער וועלט און דעמאלטס וועט שוין נישט זיין צו וועם צו רעדן (עיין ערך סאוט סייד ווי פרעמדע אינוועסטאר'ס זענען אריינגעקומען און נעמען איבער לאט'ס פון אידן דורך אפערן גרויס געלט און בויען פאר יאפי'ס) און דערמיט וועט מען הערמעטיש פארשליסן דעם איינציגסטן וועג ווי מען וואלט זיך געקענט פארשפרייטן און די נאכפאלגן דערפון זענען העכער אונזערע השגות ווייל ווי נאר זיי זענען פארטיג מיט דעם געגנט וועלן זיי זיך בלי שום ספק זיך רוקן ווייטער צו סקילמאן, פרענקלין, מירטל און ווי נישט! און מיינט נישט אז עס איז א דמיון נאר כאפט אליינס א שפאציר אויף די 'אידישע' מירטל עוו און ציילט ביטע אפ וויפיל בארס און נייט קלאב'ס עס האבן זיך דארט געעפענט בלויז אין די לעצטע צוויי יאר! לויט מיין חשבון זענען דא פיר(!) באר'ס אויף די איינע בלאק פון מירטל צווישן בעדפאר אין נאסטרענד עוו פלאס א ליקער סטאר וואס געפינט זיך דארט, פאר וועם מיינט איר האט מען דאס געעפענט? אזוי האבן די נארט'ס אויסגעזעהן פאר עטליכע יאר צוריק און ליידער גייט אונזער וויליאמסבורג אין די זעלבע דירעקשאן מיט די אקטיווע הילף פון די סמעטענע פון צווישן אונז (פאר א סייד נאוט: די אלע באר'ס געפונען זיך אין אידישע בנינים... אבער דאס עמיר איבערלאזן פאר אנדערע צו קעיר נעמען).
עמיר ענדיגן פאר יעצט מיט א בקשה צו יעדעם איינעם וואס קען איינער פון די דעוועלאפער'ס אדער האט גוטע פריינד וואס האבן פראפערטי'ס אין דעם געגנט אז מען זאל אפעלירן צו זיי אז זיי זאלן בויען און ארויסגעבן זייערע דירות פאר אידן און דערמיט אפשאפן דעם גזירת גירוש וואס שוועבט יעצט העכער אונזער קאפ.
מיר וועלן אי"ה זיין צירוק.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 6:55 pm
דורך Gevald Geshrigen
לכבוד הרב לאמפ איך בין אביסעלע באקאנט ענד איי העפן טו דיסעגרי וויט יו. די מעשה פון פולאסקי סטריט קען איך דיר נישט ענטפערן ווייל איך קען נישט די מעשה. ווער עס איז שולדיג איז איין תירוץ סופליי ענד דימענד. ווען א גוי צאלט פינף הונדערט דולער מער פאר א טו בעדרום ווערט עס א גרויסע פראבלעם . לגבי דיין קאמענט פון קעסקעיד ביזטו נישט באקאנט מיט די פאקטן און איך וואלט געוואלט דא סטאפן ווייל עס גייט זיך ענדיגן מיט לה״ר.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 6:55 pm
דורך אינטערגעציפט
שרעקליך! לאמיר מפרסם זיין די נעמען פון די מהרסים איינס ביי איינס.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 6:57 pm
דורך Gevald Geshrigen
וואס מיינט א מהרס ?
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 7:11 pm
דורך איפה פייביש
איך קען זאגען איין זאך א 3 בעדרום דירה גייט פאר 2750 פאר א גוי און א יוד האט נישט געהאלטן ביים באצאלן 2000 אין יענע געגענט ס'איז שטותים אז יודן וואס האבן די דירהס דארט זענען גרייט עס צו געבען פאר יודן ווען סאיז דא אזא חילוק,
נאך אזאך "נישט די יודן וואס האבן געברענגט די פאלייצי" האבן געהויבן די רענט סאיז דא א קאליטש און די געגינט די וויסט עס אויך און אויך האבן אסאך גוים פון פארק'ס סלאפ אנגעהויבן צו קויפן דא סאיז כמעט נישט מעגליך צו קויפן א פראפערטי וואס גייט ארויס אויף די מארקעט כמעט אלע פראפערטיס וואס גייט ארויס אויפן מארקעט ווערט געקןופט דארך די חברה (איך רעד פון brownstones) זיי צאלן אסאך אסאך מער וואס יודעלך קען צאלן.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 7:48 pm
דורך זאכליך
לאמפ האט געשריבן:עמיר ענדיגן פאר יעצט מיט א בקשה צו יעדעם איינעם וואס קען איינער פון די דעוועלאפער'ס אדער האט גוטע פריינד וואס האבן פראפערטי'ס אין דעם געגנט אז מען זאל אפעלירן צו זיי אז זיי זאלן בויען און ארויסגעבן זייערע דירות פאר אידן און דערמיט אפשאפן דעם גזירת גירוש וואס שוועבט יעצט העכער אונזער קאפ.
וואס עפעס גזירת גירוש, די בעסטע זאך וועט זיין ווען מ'וועט זיך אוועק ציען פון דא.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 7:59 pm
דורך מחותן
Gevald Geshrigen האט געשריבן:לכבוד הרב לאמפ איך בין אביסעלע באקאנט ענד איי העפן טו דיסעגרי וויט יו..... ווער עס איז שולדיג איז איין תירוץ סופליי ענד דימענד. ווען א גוי צאלט פינף הונדערט דולער מער פאר א טו בעדרום ווערט עס א גרויסע פראבלעם .
what a shame צו שרייבען אזא תגובה אויף מענטשן וואס שטעלן זיך אהער שותו"צ, ער האט א נסיון צו ער זאל פארדינען מאר פינף מיליאן דאלער א יאר.. אדער גאנצע זיבן מיליאן דאלער...
העי.. זיך א בעסערע תירוץ ווי דאס.. ווייל דאס מאכט נאר ביזיונות
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 8:10 pm
דורך לאמפ
הרב געוואלדיג איך ווייס נישט פון ווי איר נעמט די אינפאו וועגן קעסקעיט אבער מיר זענען געווען אין פארבינדונגען מיטן אייגענטומער אזוי אז די אינפאו וואס מיר ברענגען איז ערשט האנטיג.
און לגבי די רענט פרייזן, דער דיסקאשען צו עס לוינט יא אדער נישט אין די 'לאנג ראן' פארן טאש צו נעמען אידישע טענענט'ס וועלן מיר לאזן פאר א צווייטע מאל ווייל דאס פארלאנגט א לענגערע באהאנדלונג ספעציעל אז די רענט וואס אידן צאלן זענן כמעט די זעלבע וואס די יאפי'ס צאלן דא.
אבער לאמיר אננעמען אז מען מאכט אסאך מער פון גוים, האט איר געפרעגט א מורה הוראה צו דאס איז אויסגעהאלטן צו טוהן אפילו מען דערלייגט געלט? עס זענען דא גיידליינס אין הלכה וויפיל מער מען דארף ספענדן דווקא צו קויפן ביי א איד אפילו ער איז טייערער ווי דעם גוי און דאס זעלבע איז פארקערט וויפיל מען מעג דערלייגן אז מען זאל געבן א דאך איבערן פאר א איד, און ווען איך האב געפרעגט א מורה הוראה דערוועגן ווען עס איז מיר געווען נוגע האט ער גע'פסק'נט אז איך קען רואיג נעמען דעם דיפערענס פון מעות מעשר און בשום אופן נישט געבן פאר א גוי.
פארשטייט זיך אז איך פסק'ן נישט פאר קיינעם און יעדער זאל פרעגן זיין אייגענע מורה דרך
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 8:17 pm
דורך לאמפ
הרב פייוויש פרעגט אייך בעסער נאך וועט איר געוואויר ווערן אז יאפי'ס קויפן נישט געווענליך קיין הייזער נאר צאלן רענט און ביי אונזער פאל פאר היימישע אידן.
און לגבי דעם קאלידש,איר רעדט אוודאי פון פראט אינסטיטוט וועלכע איז שוין דא פאר אפאר צענדליגער יאר און האט בכלל נישט קיין שייכות מיט די לעצטיגע העכערונג אין פרייזן.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 8:22 pm
דורך לאמפ
און אז מען רעדט שוין יא וויפיל די דעוועלאפער'ס וועלן מאכן אדער דערלייגן פון געבן פאר אידן איז וויכטיג צו געדענקן א מען רעדט דא פון פראפערטי וואס זיי האבן געקויפט פאר יארן צירוק ווען עס האט כמעט גארנישט געקאסט אזוי אז עס וועט זיי לכאורה נישט לעכערן דעם טאש ווען זיי בויען פאר אידן.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 8:34 pm
דורך קליינקעפיק
זאכליך האט געשריבן:לאמפ האט געשריבן:עמיר ענדיגן פאר יעצט מיט א בקשה צו יעדעם איינעם וואס קען איינער פון די דעוועלאפער'ס אדער האט גוטע פריינד וואס האבן פראפערטי'ס אין דעם געגנט אז מען זאל אפעלירן צו זיי אז זיי זאלן בויען און ארויסגעבן זייערע דירות פאר אידן און דערמיט אפשאפן דעם גזירת גירוש וואס שוועבט יעצט העכער אונזער קאפ.
וואס עפעס גזירת גירוש, די בעסטע זאך וועט זיין ווען מ'וועט זיך אוועק ציען פון דא.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 8:57 pm
דורך לאמפ
קליינקעפיק האט געשריבן:זאכליך האט געשריבן:לאמפ האט געשריבן:עמיר ענדיגן פאר יעצט מיט א בקשה צו יעדעם איינעם וואס קען איינער פון די דעוועלאפער'ס אדער האט גוטע פריינד וואס האבן פראפערטי'ס אין דעם געגנט אז מען זאל אפעלירן צו זיי אז זיי זאלן בויען און ארויסגעבן זייערע דירות פאר אידן און דערמיט אפשאפן דעם גזירת גירוש וואס שוועבט יעצט העכער אונזער קאפ.
וואס עפעס גזירת גירוש, די בעסטע זאך וועט זיין ווען מ'וועט זיך אוועק ציען פון דא.
זיך אוועקציען קיין ווי? גרינג געזאגט,וויפיל שטעטלעך האבן זיך גיעפענט און פארמאכט אין די לעצטע פאר יאר? אוודאי ברויך מען גיין פון דא אבער ווי לאנג עס איז נישט דא א פלאץ ווי צו גיין וועט דער עולם דא בלייבן.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 9:13 pm
דורך אורייתא
געוואלד געשריגען!
ליידער איז עס נישט די ערשטע מאל וואס היימישע חברה שטערן…
ווער געדעינגט נאך די פשקווילען אגעיגען די קלעסען דירות??!
עס איז א גרויסע ניסיון פאר א בעלבאס ווען עס קומט למעשה אבער ווען היימישע אידין זענען אויף די זייט פון די גוים איז זייער שווער פאר א דורכשניטליכער איד צו ביישטיין..אבער אז עס וועט זיין אן אויפוואכונג ביי אונז וועט עס ארויסהעלפען פאר די אלע קליינע אינוועסטערס און די גרויסע וועט השם יתברך קעיר נעמען. ווי ער האט אונז בוז היינו געוויזען ואכמ״ל
אין א זייטן נאטיס: עס איז נאך היינט דא עלטערע אידין וואס גידענקען אז מען האט געוווינט אויף ווילאובי
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 10:01 pm
דורך זאכליך
עטס כאפטס וואס מ'זעהט?
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 10:02 pm
דורך זאכליך
א דירה אינטער די סיידוואק!!!
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 10:14 pm
דורך איפה פייביש
הרב לאמפ איך רעד נישט פון יאפי'ס איך רעד פון גוים פון פארק סלאפ
נאך א זאך ווען איינער קויפט א הויז פאר $800,000 (וואס איז כמעט נישט בנמצע היינט) לייגט ער אראפ 200,000$ און נעמט א מארדגעטש פאר 600,000$ וואס גייט זיין $3,000 א חודש, + גייט זיין 1,500-$2,000$ א חודש עקספענסעס עטליסט, קומט אויס א חודש גייט אים קאסט'ן $5,000, ער דארף נאך אריין לייגען $300,000 אין די בילדונג, קוטמט אויס ער האט אויס געלייגט $500,000, יעצט איז אזוי ער קען מאכן $7,500 א חודש אויב ער נעמט אידן, $5,000 גייט אראפ גיין פאר עקספענסעס, בלייבט ער איבער מיט $2,500 א חודש און $30,000 א יאר, ער גייט צרוק מאכן זיין $500,000 נאך 16.5 יאר!!!!! (נישט קיין גיטע אינוועסטמענט א שלעכטע אינועסמענט באמת) ,אדער קען ער באקומען $11,000 א חודש פון גוים $5,000 גייט אראפ פאר עקספענסעס בלייט איבער $6,000 א חודש און $72,000 א יאר און ער מאכט צירוק זיין $500,000 נאך 7 יאר!!! (א גאר גאר גיטע אינוועסמענט) יעצט ווען אידן וואלטן ווען געווען גרייט צו צאלען אביסל מער עדליסט $9,500 א חודש וועט איבער בלייבען $4,500 א חודש און $54,000 מזאל קענען צוריק מאכן די $500,000 און 10 יאר (וואס איז בכלל נישט קיין גיטע אינווסטמענט אבער על כל פנים האלב נארמאל) וואלטן אסאך אינגעלייט פאר דינגען פאר איד.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 10:20 pm
דורך כרם
זאכליך האט געשריבן:א דירה אינטער די סיידוואק!!!
ס'נישטא קיין דירה דורט
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 10:43 pm
דורך לאמפ
הרב פייבוש, דיינע נומערן זענען היפש איבערגעטריבן ווייל א גוי צאלט דערווייל נישט קיין 11 טויזענט אין דעם געגנט און געווענליך האט א גוי נאר א איין יאר ליעס און יעדעס מאל וואס מען טוישט א טענענט דארף מען אביסל אויפפרישן דעם דירה און אוועקצאלן א חודש פארן בראקער און ווער רעדט נאך אז ס'שטייט ליידיג א חודש משא"כ א איד בלייבט בדרך כלל זיצן אין דעם זעלבע'ן דירה א שיינע פאר יאר און נאך פאר ער מופט קאלט שוין דער גאנצער שטאט אויב די אפט איז אוועליבעל אזוי עס איז קיין טאג נישט ליידיג און דאס איז אויסער דער פאקט אז פאר א גוי ברויך מען אסאך מער אריינלייגן ווי אפפלייענסעס און נאך וואס ציעט אריין אין נאך א שיינע פאר אלפים סא אין די לאונג ראן איז עס כמעט אייניג.
אבער איך פארשטיי נאך אלץ דיין פאוינט אז דער עולם עפרישיעט נישט דעם פאקט אז מענטשן געבן אוועק דירות פאר אידן און עקספעקטן אז מען זאל דארט פארדינגען פאר ביליגער, און איך האב דאס שוין אדרעסירט אין מיין ערשטן תגובה אין דעם אשכול.
סיי וויאזוי רעדט מען נישט פון דירות וואס מען האט געקויפט פאר א מיליאן דאלער, מען רעדט דא פון דעוועלאפער'ס וועלכע זיצן אויף פראפערטי'ס פאר יארן און האבן עס געקויפט פאר גענוג ביליג אז זיי זאלן נאך אלץ מאכן גרויס געלט אפילו מיט'ן געבן פאר אידן לו יהא עס איז אמת אז מען מאכט מער פונעם גוי סא די חשבונות זענען אירעלעוואנט.