בלאט 10 פון 15

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2014 9:16 pm
דורך זאכליך
איך וויל עס גיין קוקן סתם פאר נייגעריגקייט.
פון זעקסע פארטאגס אדער פון זעקסע נאכמיטאג?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2014 11:09 pm
דורך לאמפ
זאכליך האט געשריבן:איך וויל עס גיין קוקן סתם פאר נייגעריגקייט.
פון זעקסע פארטאגס אדער פון זעקסע נאכמיטאג?


יעצט געהערט אז צילוב דעם איבערפלוס פון טעלעפאון קאלס און היות דער געביידע איז נאכנישט גרייט צו אקאמענדירן אזויפיל מענטשן אויפאיינמאל האבן זיי אפגעשטיפט דעם אפען האוז אויף דינסטאג צווישן 6 און 7.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2014 11:13 pm
דורך מטעמים
מ'ניינט אויך אז א געגענט וואס ברויך נישט קיין שומרים איז נישט פאר קיין אידן.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2014 11:17 pm
דורך לאמפ
פליגל האט געשריבן:מציאה רבה, מסירת נפש, ועוד ועוד.

טרופ און פארק, אין סמעטענע פון היימישען געגענט פאר אזא ביליגע מציאה ברויך מען גרויס מסירות נפש (אהינצימופן).

נעבעך; נישטא ווער ס'אל לאכן.


זאג, ס'האט אייך איינער געבעטן צו וואוינען אין ווילי? דאס איז דער פרייז און אז די ווילסט נישט אדער קענסט דאס נישט עפארדען דעמאלטס הייבט פיס און אנטלויפט.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2014 11:43 pm
דורך מטעמים
לאמפ,
איך האב חתונה געהאט אויף וויליאמסבורג אין איך וויל וואוינען ווי א נארמאלע מענטש פאר א נארמאלע פרייז.
פרנסה פארדין איך ברוך השם שיין אין איך לייג מיר עפעס אוועק יעדע חודש אפילו.

מיין דירה יעצט באצאל איך בערך פופצען מאות א חודש, ווי עס זעהט אויס קען איך נאך דא וואוינען פאר בערך 2-3 יאר אין נאכדעם וועט עס שוין זיין אויסגעוואקסען.

יעצט לענינו, איך האב שטארק נישט קיין חשק צו באצאלען צווישען 3-4 אלפים א חודש פאר מיין נייע דירה פאר צוויי סיבות.
א: איך פארדין נישט קיין צען אלפים א חודש.
ב: איך וויל נישט געבן מיין געלט פאר א צווייטען בעת איך קען דערמיט בויען מיין אייגענע וועליו.

לו יהא איך האב אוועקגעלייגט יעדעס יאר זינט מיין חתונה 12 אלפים האלט איך יעצט ביי 120 אלפים צען יאר נאך מיין חתונה.

איך האב ליב די שטאט מיין ווייב האט ליב די שטאט מיינע קינדער זענען צופרידען ברוך השם אין די סקולס. איך קען אבער גארנישט טוהן מיט הינדרעט צוואנציג אלפים ווייל עס איז נישט גענוג. וויל איך פרעגן הייסט דעס א נארמאלע שטאט? קומט אויס אזוי ווייל איך וואוין נישט אין די פראזשעקטס אדער און בעדפארד גארדענס. אין ווייל סעקשאן אכט האט מיך נישט אקצעפטירט קען איך נישט ווייטער וואוינען אין מיין אייגענע שטאט.

סאו, ווען איך, אין טויזענטער אנדערע ווערן נאושעס יעדעס מאל מען רעדט פון דירות איז דער מענטשליכע ענטפער: ווער האט דיך געהייסען וואוינען אין וויליאמסבורג? האלאו, דעס איז מיין שטאט איך האב עס ליב, איך בין צופרידען ווייל איך האב זיך אויפגעפיהרט מענטשלעך אין נארמאל אין איך קען פשוט נישט עקסעפטען א נייע מין לעבן פון באצאלען צווישען 30-40 אלפים א יאר פאר רענט אדער פופציג אלפים פאר מארטגעדזש + טעקס. קומט זיך מיר א גזירת גלות.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2014 12:05 am
דורך זיי קלוגער
ביסט הייליג און כשר גערעכט מיט יעדעס ווארט, און דיין טענה איז זייער פארשטענדליך. אשר על כן, די ווייסט דאך זייער גוט אז זאכן גייען זיך לכאורה נישט טוישן אין די נאנטע צוקונפט, וואס איז דיין פלאן נישט צו ווערן נאושעס?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2014 12:14 am
דורך מטעמים
איך ווייס נישט, אבער די עדיטוד פון "גיי דיר" אדער "מוף אוועק" מאכט זיכער נישט קיין סענס.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2014 12:20 am
דורך זיי קלוגער
יעך ווייס אויך נישט, באט אונז וועלן זיך נישט לאזן פון זיי, ווי אר היר טו סטעי...

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2014 12:37 am
דורך לאמפ
מטעמים האט געשריבן:איך ווייס נישט, אבער די עדיטוד פון "גיי דיר" אדער "מוף אוועק" מאכט זיכער נישט קיין סענס.


גלייבט מיר אז איך פארשטיי אייך גאר גוט ווייל איך בין אין די זעלבע הויזן ווי אייך, איך בין געבוירן און אויפגעצויגן געווארן אין וויליאמסבורג און דערנאך חתונה געהאט אין וויליאמסבורג און וועל לכאורה ברויכן מופן צו א גרעסערע דירה אין די נעקסטע פאר יאר, און ניין איך קען אויך נישט עפארדען צו מופן צו א גרעסערע דירה אין וויליאמסבורג צילוב וואס די רענט איז סאך העכער מיינע השגות.

אבער רעאליסטיש ברויך מען נאכאלץ זיין, ווייל צו שרייען און וויינען אז די רענט איז הויעך האט נישט און וועט נישט אראפברענגן די פרייזן, דער פאקט איז אז אין דער סיטי איז זייער טייער צו וואוינען און דאס וועט זיך לכאורה נישט טוישן אזוי שנעל.

סא, וואס זאלט איר טוהן אויב איר זיכט א גרעסערע דירה און דער פרייז אין ווילי איז דריי פיר טויזענט דאללער? זיך אויפהייבן און גיין צו מען וויל צו מען וויל נישט.

אדרבה, איר האט א בעסערע סעלושען?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2014 1:01 am
דורך לאמפ
און אז מען רעדט שוין פון רענט פרייזן וואלט איך געוואלט אנרירן אויפן שפיץ גאפל א זייער וויכטיגע נקודה וואס ס'איז מיר א ווינדער אז מען האט דאס נאכנישט ארויסגעברענגט אין איינע פון די צענדליגע דירות אשכולת, און דאס איז אז דער 'רענט קריזיס' האט זיך נאכנישט אנגעהויבן! נאר גייט ווערן אסאך אסאך ערגער און נישט ווייל די דעוועלאפער גייען ארויפגיין מיט די פרייזן נאר ווייל מען גייט ערשט יעצט אנהייבן צו פילן די אפוועזענהייט פון סעקשאן 8.

ווי באקאנט האט די שטאט צוגעמאכט דעם באליבטן פראגראם מיט בערך 8 ביז 10 יאר צירוק. ביז דאן האט יעדער וואס געהאט א כתובה אויך געהאט סעקשאן 8 וועלכער האט געצאלט א גרויס חלק פון די רענט אזוי אז מען האט געקענט דורעכשטופן דעם חודש.

די ערשטע פאר יאר וואס דער פראגראם איז נישט געווען עוועילעבל האט זיך עס נישט צופיהל אנגעזעהן ווייל ווי נישט ווי נעמט א יונגע קאפל ארויס א קליינעם אפארטמענט און מיט א ביסעלע הילף פונעם טאטע'ן אדער שווער פראבירט מען דורך צושטיפן דעם חודש.

אבער ווי מיר האלטן יעצט זענען די ערשטע עידש פון די סעקשאן-אכט-לאזע גענעראציע אין דעם סטעידש פון מופן פון זייער 2 בעדרום דירה ווי זיי האבן ביז יעצט געצאלט ארום 1500 צו א גרעסערע דירה פון 3 אדער 4 בעדרום ווי זיי וועלן דארפן צאלן ארום 3000 דאללער און רוב דערפון קענען דאס נישט עפארדען.

מיין פוינט איז אז אפילו מיט די הויכע רענט פרייזן ביז יעצט האט כמעט קיינער נישט געברויכט צאלן קיין דריי טויזענט דאללער 'אוט אף די פאקעט' פאר רענט! און דאס גייט זיך יעצט טוישן.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2014 5:26 am
דורך חיים צבי
אינטערעסאנט, לויט דעם דארף זיך אין די קומענדע צוויי דריי יאר דראסטיש אויפהייבן די צאל מופעריי אנשטאט די ביז איצטיגע סטאטוס-קווא מיט ׳בראווע׳ מופערס דא דארט.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2014 6:59 am
דורך לאמפ
חיים צבי האט געשריבן:אינטערעסאנט, לויט דעם דארף זיך אין די קומענדע צוויי דריי יאר דראסטיש אויפהייבן די צאל מופעריי אנשטאט די ביז איצטיגע סטאטוס-קווא מיט ׳בראווע׳ מופערס דא דארט.


די פראבלעם איז אבער אז מיט די היינטיגע פרייזען אין מאנסי ברויך מען שוין אויך צאלן היפש איבער $2500 א חודש פאר מארגעדש\טעקס און די פרייזען האלטן אין איין ארויפגיין אזוי אז מופן קיין אפסטעיט איז שוין אויך נישט קיין ריכטיגע סעלושאן צו דעם פראבלעם.

יא, מען באקומט דארט טאקע אסאך מער און אסאך א גרעסערע דירה פאר די זעלבע געלט, אבער ס'איז נאכאלץ די זעלבע געלט און רובא דרובא פון די אינגעלייט קענען זיך נישט עפארדען אזעלכע נאמבער'ס.

אביסל בעסער צו פארשטיין דעם רענט פראבלעם און ווי ווייט דער ציבור קען דאס נישט עפארדען, קוקט אייך אים אויף די אידן וועלכע האבן געקויפט הייזער אין וויליאמסבורג פאר פופצען יאר צוריק און זייער עבעיטמענט גייט יעצט אויסלויפן און הערט ווי זיי וויינען אז זיי גייען נישט קענען דורעכשטופן דעם חודש ווייל זיי דארפן אנהייבן צאלן טעקס צו א סך הכל מארדגעדש\טעקס ביל פון בערך צוויי טויזענט דאללער א חודש (א דשאוק... הא?) און דאס שוין נאכן ריפיינענסן און ארויסנעמען א שיינע פאר אלפים צו בר מצוה\חתונה מאכן, יעצט וויאזוי גייען זייערע יונגערע ברודער און קינדער סורווייווען ווען זיי 'הייבן אן' מיט אזעלכע נאמבער'ס פאר רענט גלייך נאך די חתונה?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2014 11:44 am
דורך שנאפס
לאמפ האט געשריבן:
מיין פוינט איז אז אפילו מיט די הויכע רענט פרייזן ביז יעצט האט כמעט קיינער נישט געברויכט צאלן קיין דריי טויזענט דאללער 'אוט אף די פאקעט' פאר רענט! און דאס גייט זיך יעצט טוישן.


פערצופאל יא, אסאך אינגעלייט צאלן שוין דעם פרייז א פאר יאר און לויטן חשבון וועט מען דארפן אנפאנגען מאכן טיי אווענטס זיי זאלן קענען קויפן א פאר תפילין פארן בחור

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2014 11:51 am
דורך חיים צבי
שנאפס האט געשריבן: און לויטן חשבון וועט מען דארפן אנפאנגען מאכן טיי אווענטס זיי זאלן קענען קויפן א פאר תפילין פארן בחור
אויב לאמפ נעמט קעיר פון קאסקעיד און שנאפס פון סאוטסייד, בלייבט איבער פאר מיר די טיי אווענטס, איא?
!What a boring job

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2014 11:51 am
דורך לאמפ
אוודאי זענען שוין דא וואס צאלן אבער דאס איז על פי רוב א יוצא מן הכלל, וואס איך האב געזאגט איז אז דאס וועט בקרוב ליידער ווערן דעם נייעם סטאנדארט און מען וועט נאך מיינען אז דאס איז נארמאל.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2014 11:52 am
דורך לאמפ
חיים צבי האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן: און לויטן חשבון וועט מען דארפן אנפאנגען מאכן טיי אווענטס זיי זאלן קענען קויפן א פאר תפילין פארן בחור
אויב לאמפ נעמט קעיר פון קאסקעיד און שנאפס פון סאוטסייד, בלייבט איבער פאר מיר די טיי אווענטס, איא?
!What a boring job


;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 2:19 pm
דורך Gevald Geshrigen
נו לאמפעלע וויאזוי איז געווען די אפען האוז ?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 4:18 pm
דורך לאמפ
ס'איז מיר גראדע א חידוש אז עס זענען בכלל אנגעקומען אזויפיל מענטשן אהין קוקן די דירות כאטש וואס עס איז גאנץ ווייט און אוט אוו סעקשן.

קען זיין אז דער סיבה איז ווייל 'פארק עוו' האט נעים רעקאגנישאן... אויב דאס וואלט געהייסן 'מארקוס גארווי' וואלט לכאורה קיינער נישט געקומען קוקן אפילו.

אויב דאס איז טאקע סיבה, וואלט איך געוואלט פארשלאגן א פלאן צו טוישן די נעמען פון די ווערנאן, הארט, פולאסקי און טאמפקינס גאסן צו מער קענטליכע נעמען אזוי אז ס'זאל קלינגען אביסל מער היימיש.

ווער ווייסט? אפשר וועט 'דאס' העלפן.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 6:03 pm
דורך פליגל
לאמפ האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:מציאה רבה, מסירת נפש, ועוד ועוד.

טרופ און פארק, אין סמעטענע פון היימישען געגענט פאר אזא ביליגע מציאה ברויך מען גרויס מסירות נפש (אהינצימופן).

נעבעך; נישטא ווער ס'אל לאכן.


זאג, ס'האט אייך איינער געבעטן צו וואוינען אין ווילי? דאס איז דער פרייז און אז די ווילסט נישט אדער קענסט דאס נישט עפארדען דעמאלטס הייבט פיס און אנטלויפט.

טענו בחיטין והודו לו ברחו שמו.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 9:31 pm
דורך לאמפ
צילוב די גרויסע נאכפראגע גייט מארגן צווישן 6-7 נאכאמאל פארקומען אן אפען האוז אויף די געביידע ביי פארק און טרופ.

אויסער די איבער פערציג 2 בעדרום אפט'ס זענען אויך עוועילעבל עטליכע 4 בעדרום דופלעקס אפט'ס אין די זעלבע געביידע.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2014 11:37 pm
דורך א גולם
OPEN HOUSE THURSDAY 6:00 - 7:00
Over 40 brand new beautiful 2 bedroom apartment's, also available 4 apartment's 4 bedrooms +, @ Park ave by Broadway
Text only 347-491-2080

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 1:15 am
דורך שוועמל
וואו פונקטליך איז קעסקעיד?
אדרעסע ביטע?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 5:16 am
דורך חיים צבי
Mytrtle cor Marcy 835

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 7:20 am
דורך נא_שכל
א גולם האט געשריבן:OPEN HOUSE THURSDAY 6:00 - 7:00
Over 40 brand new beautiful 2 bedroom apartment's, also available 4 apartment's 4 bedrooms +, @ Park ave by Broadway
Text only 347-491-2080


נאר דא אדווערטייזט מען עס? זאל מען עס אריינלייגען אין דבר יום אדער גוט מארגן וועלען זיי באקומען כמעט טויזנט טעלפאן קאלס...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 11, 2014 8:23 am
דורך מיסטעריעז
נא_שכל האט געשריבן:
א גולם האט געשריבן:OPEN HOUSE THURSDAY 6:00 - 7:00
Over 40 brand new beautiful 2 bedroom apartment's, also available 4 apartment's 4 bedrooms +, @ Park ave by Broadway
Text only 347-491-2080


נאר דא אדווערטייזט מען עס? זאל מען עס אריינלייגען אין דבר יום אדער גוט מארגן וועלען זיי באקומען כמעט טויזנט טעלפאן קאלס...

עס איז‎ ‎יא‎ ‎אריינלייגט (אין דבר יום ‎עכ‎''‎פ)‎