בלאט 9 פון 15

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:42 pm
דורך Gevald Geshrigen
הונדערט משפחות און דעם געגנט קומט אויס בערך 2.165 פעמיליס פער בלאק.
פראטט סטודענטן קומען אהין במציאות. קען זיין ווייל די דאונטאון געגנט נענטער צו ברוקלין האספיטל האט זיי דיספלעיסט באט דיס טוגעטהער וויט אטהער מארקעט פעקטארס שפילט א גרויסע ראלע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 1:02 pm
דורך מיסטעריעז
לאמפ האט געשריבן:און דאס וואס איר זאגט אז ס'איז נאכנישט גענוג אידיש, וואס איז דער מינימיום אז א געגנט זאל מעגן הייסן אידיש? איז הינדערט משפחות נישט גענוג אידיש?

אין בלומינגבורג‎?‎ יא‎!‎ אודאי‎!‎!
אין בעד סטיי, צושפרייט אויף‎ ‎א‎ ‎היפשע פאר בלאקס צווישן שווארצע און יאפיס וכו'? ניין‎!‎ אויסדריקליך נישט‎!!‎
מ'רעכנט ביי‎ ‎די‎ ‎געגנט נישט ביי נאמבערס
די פראדזשעקס איז אידיש‎?‎

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2014 9:02 am
דורך לאמפ
היות איך בין פארנומען אין די לעצטע פאר טעג האב איך נישט געהאט קיין טשאנס צו פארענטפערן אלע פרישע פראגן (ווי גלייך איינער ווארט אויף אן ענטפער...) נאר היות עס איז אריינקומען פרישע גאר פאזיטיווע אנטוויקלונגען האב איך עס געוואלט מיט טיילן מיטן ציבור.

עס קומט יעצט אריין די גאר פריידיגע נייעס אז דער באקאנטער דעוועלאפער הנגיד ר'שמעון דושינסקי ושותפיו האבן געשלאסן א דיעל אויף א ריזן בנין און שטח אויף מוירטל ביי טרופ עוו. אין בעד סטיי ווי עס איז ביז לעצטענס געווען פלאצירט דער 'קי פוד סופערמארקעט' און איז נישט ווייט פון די קעסקעיט געביידע.

לויט דעם יעצטיגען פלאן וועלן דארט געבויעט ווערן ארום הונדערט דירות פאר אנשי שלומינו וואס וועט האבן א געוואלדיגע השפעה לטוב אויף דעם געגנט און מחייב זיין די אנדערע דעוועלאפער צו גיין און ר' שמעון'ס פיסטריט.

ממנו ילמדו!

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2014 9:05 am
דורך לאמפ
אט האר איר א טיילווייזער בילד פון דעם בנין מיטן שטח אויפן רעכטן זייט

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2014 9:07 am
דורך משמש
לאמפ האט געשריבן:לויטן יעצטיגען פלאן וועלן דארט געבויעט ווערן ארום הונדערט דירות פאר אנשי שלומינו


ווי טייער וועט קאסטן א דירה?
פארוואס איז דאס א ישועה אויב עס קאסט 1.4 מיליאן?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2014 10:10 am
דורך צייטליך
לאמפ האט געשריבן:עס איז נארוואס אריינגעקומען די גאר פריידיגע בשורה אז נאך עטליכע חדשים פון אינטענסיווע פארהאנדלונגען איז ב"ה היינט געלונגען פאר א גרופע היימישע אינוועסטער'ס און דעוועלאפער'ס אין שפיץ פון הנגיד ר' אברהם בראך צו שליסן א דיעל אויף דעם גיגאנטישער 'קעסקעיט געביידע' אויף מירטל עוו.

לויט דעם יעצטיגן פלאן וועלן דארט געבויעט ווערן הונדערטער דירות פאר היימישע אידן און דערמיט העלפן אויסברייטערן די שטאט וויליאמסבורג אריין אין די בעד סטיי געגנט.

איך זעה אז מ'האט נאכנישט געשריבן דאס אז לויט ווי איך פארשטיי גייען די דירות נישט פארקויפט ווערן נאר וועלן געבויעט ווערן פאר רענטלס. (מ'רעדט פון בערך 600 דירות) די דעוועלעפער איז ר' פישל ובנו ר' יצחק דייטש וועלעכע זענען טאקע געווען די נחשונים צו בויען רענטעלס אין יענעם געגענט ווי אויך האבן זיי שוין געבויעט נאך רענטל פראיעקטן אין וויליאמסבורג און צו זייער קרעדיט, בעטן זיי נישט די טאפ מארקעט פרייז.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2014 10:50 am
דורך צייטליך
לאמפ האט געשריבן:עס קומט יעצט אריין די גאר פריידיגע נייעס אז דער באקאנטער דעוועלאפער הנגיד ר'שמעון דושינסקי ושותפיו האבן געשלאסן א דיעל אויף א ריזן בנין און שטח אויף מוירטל ביי טרופ עוו. אין בעד סטיי ווי עס איז ביז לעצטענס געווען פלאצירט דער 'קי פוד סופערמארקעט' און איז נישט ווייט פון די קעסקעיט געביידע.

לויט דעם יעצטיגען פלאן וועלן דארט געבויעט ווערן ארום הונדערט דירות פאר אנשי שלומינו וואס וועט האבן א געוואלדיגע השפעה לטוב אויף דעם געגנט און מחייב זיין די אנדערע דעוועלאפער צו גיין און ר' שמעון'ס פיסטריט.

ממנו ילמדו!

לויט ווי איך ווייס האט שוין דושינסקי דעם לאט א שיינע שטיק צייט און די פלענס דעראויף זענען נישט פאר קיין אידישע דירות. סארי.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2014 2:16 pm
דורך Gevald Geshrigen
לויט ווי עס הייסט ״יעצט״ גייט עס יא זיין אידישע דירות.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2014 6:34 pm
דורך מטעמים
גוטע נייעס! מעכטיגע נייעס!! מען גייט בויען נאך דירות וואס די דאון פעימענט איז 250K אין א מארגעדזש פון דריי ביז פיר אלפים מיט א טעקס ביל פון צווישען צען פופצען.

אפשר מיינסטו כשם שמברך על הטוב כך מברך... אויב אזוי ביזטו גערעכט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2014 8:11 pm
דורך הורוויץ
מטעמים האט געשריבן:גוטע נייעס! מעכטיגע נייעס!! מען גייט בויען נאך דירות וואס די דאון פעימענט איז 250K אין א מארגעדזש פון דריי ביז פיר אלפים מיט א טעקס ביל פון צווישען צען פופצען.

אפשר מיינסטו כשם שמברך על הטוב כך מברך... אויב אזוי ביזטו גערעכט.


I wish אז די דאון פעימענט איז "נאר 250k", לאך נישט.. דאס איז דער מצב.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2014 8:20 pm
דורך איפה פייביש
קיינער הייסט נישט קיינעם בלייבן אין ווילי!!

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 8:18 am
דורך יאנקעלע קליגער
דאס איז תירוץ צו קענען בעטן 250K פאר א דאון פעמענט?
שוואך!!

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 8:26 am
דורך מאנ-יימער
ס'דארף א תירוץ? דאס איז די פרייזן אין די סיטי.

נאכאמאל און נאכאמאל מ'רעדט פון א לייזונג פאר די מאנגל אין דירות, נישט פאר די מאנגל אין געלט.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 8:30 am
דורך מטעמים
סארי יימר, אבער א סעלושען צו א דירות קריזיס הייסט נישט ווען מען בויעט נאך דירות וואס זייערע פרייזען קען נאר עפארדען איינער וואס איז פון די טאפ פייוו פראצענט.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 8:36 am
דורך farshlufen
דאן ברויכט איר צו גרינדן א נאן פראפיט דעוועלאפמענט פירמע.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 10:33 am
דורך צייטליך
farshlufen האט געשריבן:דאן ברויכט איר צו גרינדן א נאן פראפיט דעוועלאפמענט פירמע.


LOL!

למעשה זעהט מען נישט קיין איין פראיעקט שטיין ליידיג מיט דירות. אלע ווערן זיי פארקויפט נאך בעפארן בויען. #גיי ווייס

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2014 4:42 pm
דורך מיסטעריעז
!

פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 06, 2014 8:15 pm
דורך חיים צבי
ענדגילטיגע לעזונג צום קריזיס!!
דער ריכטער טיילו דירות!!!

פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 06, 2014 8:45 pm
דורך מי חכם
איך וואונדער זיך סתם, וואס איז געווארן מיט די בראדוועי טרייענגל ריזאונינג? וויאזוי איז דער מצב אין יענע געגנטער, איז דארט כעת א טייערע געגנט? ביליג? פארוואס לייגן זיך די עסקנים (ווי לאמפ ודעימי') נישט אריין אין דעם פראיעקט צוברענגען די פאראנטווארטליכע פארן אפהאלט זאלן אויפהערן דערמיט?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2014 3:27 pm
דורך שנאפס
לאמפ ארבעט נאר פאר די קעסקעיד געגנט, פאר אנדערע געגנטער איז ער מכבד אנדערע...

קדם און סערטיפייד זענען אין א אידישן געגענט, באלאנגען פאר אידן און גייען לכאורה געבויעט ווערן פאר גוים

ק'נייטס קאליזשען באלאנגט פאר א גוי און גייט לכאורה געבויעט ווערן פאר גוים

בראדוועי טרייענגל גייט לכאורה בלייבן אזוי ווי עס איז, צוליב די געטרייע ארבעט פון געוויסע עסקנים וואס האבן מורא אז ס'וועט גיין פאר אידן 'דורך אידן'

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2014 7:15 pm
דורך לאמפ
חיים צבי האט געשריבן:ענדגילטיגע לעזונג צום קריזיס!!
דער ריכטער טיילו דירות!!!


דער 'מיכאל' לויפט ניטאמאל פאר ריכטער, ער לויפט צו ווערן דיסטריקט לידער.

און מיט אלל דא רעספעקט צו די עסקנים פון דרור איז דאס נעמען אזא הייקעלע נושא און עס נוצן פאר פאליטישע אינטערעסן אן עון פלילי נאכדערצו אז דער פאזיציע איז ווי באקאנט ווערט זילטש.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2014 7:48 pm
דורך לאמפ
מי חכם האט געשריבן:איך וואונדער זיך סתם, וואס איז געווארן מיט די בראדוועי טרייענגל ריזאונינג? וויאזוי איז דער מצב אין יענע געגנטער, איז דארט כעת א טייערע געגנט? ביליג? פארוואס לייגן זיך די עסקנים (ווי לאמפ ודעימי') נישט אריין אין דעם פראיעקט צוברענגען די פאראנטווארטליכע פארן אפהאלט זאלן אויפהערן דערמיט?



דער מצב ביי דעם בראדוועי טרייענגעל איז פארווייטאגט און איז בערך ווי שנאפס זאגט.

און די שאלה וואס איר האט פרעגט פארוואס די עסקנים טוען גארנישט וועגן דעם טרייענגעל האבן מיר שוין געפרעגט עטליכע יאר צירוק ביי בעד סטיי און צען יאר צירוק אויף די סאוט סייד.

ווען דער פראבלעם אין בעד סטיי האט זיך אנגעהויבן מיט עטליכע יאר צירוק האט מען פראבירט צו קאנטאקטן טייל פון די 'עסקנים' וועלכע זענען אויף דעם ציבור'ס פעיראל כדי צו בעטן אז עפעס זאל געטוהן ווערן, אבער נאך א שטיק צייט געבן דעם ראן עראונד האט מען געזעהן אז זיי האלטן ביי גארנישט, האבן עטליכע יונגעלייט גענומען די לייצעס אין די האנט אריין און אנגעהויבן 'טוהן' צו דער זאך און רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען, עטליכע פראיעקטן וועלכע גייען צו סוף פאר אידן זענען דירעקטע פירות פון פארשידענע פעולות וואס מען האט געטוהן און נאך נייעס איז אויפן וועג בעזר השם.

דעריבער חכם, אויב האלט איר אז עפעס ברויך געטוהן ווערן ביים טרייענגעל אדער סיי וועלכע געגנט, זענט איר -ווי שנאפס האט ערווענט - מכובד צו טוהן דערין און חלילה נישט ווארטן אויף 'די עסקנים' ווייל זיי וועלן לכאורה נישט אנקומען.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2014 8:02 pm
דורך לאמפ
און אז מען רעדט שוין, לאמיר אייך ברענגען גוטע נייעס פון בעד סטיי.

עס איז נארוואס אריינגעקומען די גאר פאזיטיווע אנטוויקלונג אז א גרויסע געביידע מיט איבער פערציג 2 בעדרום אפט'ס אויף פארק ביי טרופ וואס איז ארגינעל געבויעט געווארן פאר גוים האבן די בעלי בתים מחליט געווען ארויסצולייגן פאר דעם אידישער מארקעט כדי ארויסצוהעלפן דעם ציבור מיט דירות. עס וועט מארגן פארקומען אן 'אפען האוז'.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2014 8:18 pm
דורך א גולם
פרייליכע נייעס
OPEN HOUSE TOMORROW (Monday 9/8)
Over 40 brand new beautiful 2 bedroom apartment's in the range of 2K 6:00 - 7:00 @ 869 Park ave. Throop/Broadway
347-491-2080

The development was originally build for גוים and the developers want to help the himishe community and rent it out for אידן. It will be ready to move in, in a few weeks. Painted, scraped and appliances.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2014 9:08 pm
דורך פליגל
מציאה רבה, מסירת נפש, ועוד ועוד.

טרופ און פארק, אין סמעטענע פון היימישען געגענט פאר אזא ביליגע מציאה ברויך מען גרויס מסירות נפש (אהינצימופן).

נעבעך; נישטא ווער ס'אל לאכן.