בלאט 7 פון 15
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:48 pm
דורך שנאפס
המממ... אז די מעשה מיט הרב אייזען איז אמת מיינט עס נאכנישט אז דו האסט נישט קיין אגענדעס דא
וואטעווער, איך ווארט קודם זאל מען זיכער מאכן אז סערטיפייד לאמבער בלייבט ביי אידן און נאכדעם וועל איך מיך זארגן וועגן קעסקעיד
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:53 pm
דורך מטעמים
לאמפעלע זיסע,
זיי מיר מסביר איין זאך גייט מען דארט בויען דירות וואס אן עוורידזש יונגערמאן קען זיך ערלויבען??
אויב יא דעמאלטס זאל דער באשעפער העלפען אז עס זאל זיך ריקען פאראויס ווי אמשנעלסטען. אין אויב נישט זאל אונז דער באשעפער אפהיטען פון אזעלכע פוסטע געפרייעכצער וואס וועט אונז נאך שטארק וויי טוהן איין טאג.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:17 pm
דורך מיסטעריעז
לאמפ האט געשריבן:איך וועל דיר זאגן נאך מער, לפי ידיעתי איז אברמי בראך נאך ניטאמאל געווען אינוואלווד אין דעם מקח ווען דער ניק איז געבוירן געווארן.
לאמפ האט געשריבן:עס איז נארוואס אריינגעקומען די גאר פריידיגע בשורה אז נאך עטליכע חדשים פון אינטענסיווע פארהאנדלונגען איז ב"ה היינט געלונגען פאר א גרופע היימישע אינוועסטער'ס און דעוועלאפער'ס אין שפיץ פון הנגיד ר' אברהם בראך צו שליסן א דיעל אויף דעם גיגאנטישער 'קעסקעיט געביידע' אויף מירטל עוו.
לאמפ האט געשריבן:כדי דו זאלסט מיר קענען באווארפן מיט א טוץ שאלות כדי צו סופארטן דיין קלעים האסטו געניצט א באקאנטע טאקטיק מיטן פראבירן צו הארגענען מיין קרעדיביליטי מיטן ארויפברענגען מיין 'געבאקענע מעשה' מיטן בנש"ק אזוי אז די ליינער זאלן פון דעם ארויסנעמען אז ס'איבריגע וואס איך האב געשריבן איז אויך נישט אמת און איך האב פשוט אן אגענדע צו בויען מיינס אן (אומ)באקאנטער,
מע'חיבּה'דיגע לעמפעלע
אפשר צייגט איר מיר אן וואו איך האבּ דאס געטון איך האבּ סך הכּל געשריבּן אז קיינער דא האט נישט געהערט דערפון און מיר דאכּט זיך אז עס איז גענוג שטארק ניכּר אז איך האבּ עס געשריבּן צו 'אויפבּויען מיין קאנספיראציע און טעאריע' אז איר בּאקומט אינפארמאציע סטרעיט פון די עיטש קיו...
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:24 pm
דורך לאמפ
שנאפס האט געשריבן:המממ... אז די מעשה מיט הרב אייזען איז אמת מיינט עס נאכנישט אז דו האסט נישט קיין אגענדעס דא
וואטעווער, איך ווארט קודם זאל מען זיכער מאכן אז סערטיפייד לאמבער בלייבט ביי אידן און נאכדעם וועל איך מיך זארגן וועגן קעסקעיד
נישט געקענט מאכן א בעסערע צוזאמשטעל, אט דאס איז מיין אגענדע!
אין דער צייט וואס דער עולם ווייסט און אינטערעסירט זיך אויף דער מצב אויף די סאוט סייד פון וויליאמסבורג וואס איז לכאורה א פארלוירענע קריג, האט דער עולם נישט קיין אהנונג וואס עס טוט זיך אויף די זייט ביי בעד סטיי ווי מען קען נאך אסאך אויפטוהן זיי צוליב וואס עס באשטייט פון זייער אסאך פריוואטע הייזער און סיי וויבאלד א-ל-ע-ס וואס ווערט דארט געבויעט זענען היימישע אידן די דעוועלאפער'ס
און דאס מיין איינציגסטע ציל: דער עולם זאל וויסן אז ס'איז דא ריזיגע דעוועלאפמענט'ס מיט הונדערטער פראפאזד דירות וואס זענען נאך אין פלענינג סטעידש און כדי עס זאל נישט אויסזעהן ווי די אנדערע ווי עס איז שוין לכאורה נישטא קיין האפענונגען ברויך מען לייגן דרוק אויף די דעוועלאפער אז זיי זאלן בויען פאר אידן אזוי אז מען זאל עטליעסט דעם זייט נישט פארפאטשקענען.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:36 pm
דורך לאמפ
הרב מיסטעריעז,
אזוי ווי כ'האב געהאט א פאר מינוט האב איך איבערגעקוקט אייערע לעצטע פאר תגובות כדי אייך צו ענטפערן אויף אלע אייערע פראגען, האב איך באמערקט אז אנדערש ווי די פאריגע פאר בלעטער ווי דער שמועס האט זיך געצויגען אויף א ציווילער אופן און אזעלכע ניקים ווי פייבוש, חיים צבי, דווקא, געוואלדגעשריגן און נאך וואס זענען קענטליך באהאווענט מיט דעם נושא האבן געלאזט הערן זייערע באהויפטונגען און אבזערוואציעס איז געווען וואס צו רעדן און ענטפערן ווען זה בונה וזה סותר אלעס ארום דעם נושא, אבער אז איר קוקט איבער אייערע תגובות וועט איר זעהן אז אויסער טעאריעס איבער מיר האט איר גארנישט געברענגט צום טיש און דעריבער פלאן איך מער נישט צי רעאגירן אויף אייער הוילע רעטאריק כדי דער שמועס זאל בלייבן אויף די רעלסן.
לסיום, אז מען רעדט שוין יא פון קאנספיראציעס און אז די האסט געפונען פאר וויכטיג צו מעלדן דעם ציבור אז מיין ניק איז במחשבה תחלה נארוואס געעפענט געווארן און נאר כדי צו שטיפן א יחיד'ס וואגן וואלט איך געוואלט מיטטיילן א 'מיטעריעזער' אנעקעדאט ןואס כ'האב נארוואס באמערקט, אין דער צייט וואס דיין ניק עקזיסטירט שוין פון יארע 10 איז עס איז אין מורא'דיגע קא-אינצידענט די ערשטע מאל באנוצט געווארן פונקט א וואך נאכדעם וואס דער אשכול איז גיעפענט געווארן געווארן און נאר געציילטע טעג נאכדעם וואס דאס ווארט קעסקעיט איז דערמאנט געווארן... ודי בזה.
צירוק צום ענין.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:45 pm
דורך געלעגער
קריגערייען צווישן ניקס זענען פארבאטן
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:49 pm
דורך מחותן
אדער קען מען עס ממשיך זיין אין די השקפה אשכולות...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:11 am
דורך שנאפס
לאמפ האט געשריבן:שנאפס האט געשריבן:המממ... אז די מעשה מיט הרב אייזען איז אמת מיינט עס נאכנישט אז דו האסט נישט קיין אגענדעס דא
וואטעווער, איך ווארט קודם זאל מען זיכער מאכן אז סערטיפייד לאמבער בלייבט ביי אידן און נאכדעם וועל איך מיך זארגן וועגן קעסקעיד
נישט געקענט מאכן א בעסערע צוזאמשטעל, אט דאס איז מיין אגענדע!
אין דער צייט וואס דער עולם ווייסט און אינטערעסירט זיך אויף דער מצב אויף די סאוט סייד פון וויליאמסבורג וואס איז לכאורה א פארלוירענע קריג, האט דער עולם נישט קיין אהנונג וואס עס טוט זיך אויף די זייט ביי בעד סטיי ווי מען קען נאך אסאך אויפטוהן זיי צוליב וואס עס באשטייט פון זייער אסאך פריוואטע הייזער און סיי וויבאלד א-ל-ע-ס וואס ווערט דארט געבויעט זענען היימישע אידן די דעוועלאפער'ס
און דאס מיין איינציגסטע ציל: דער עולם זאל וויסן אז ס'איז דא ריזיגע דעוועלאפמענט'ס מיט הונדערטער פראפאזד דירות וואס זענען נאך אין פלענינג סטעידש און כדי עס זאל נישט אויסזעהן ווי די אנדערע ווי עס איז שוין לכאורה נישטא קיין האפענונגען ברויך מען לייגן דרוק אויף די דעוועלאפער אז זיי זאלן בויען פאר אידן אזוי אז מען זאל עטליעסט דעם זייט נישט פארפאטשקענען.
ווער איז דער וואס האט אויפגעגעבן אויף די סאוט סייד? איז דאס יעצט א היתר פאר הרב ר...... צו פארקויפן זיין דירה פאר א גוי?
די פאר גרויסע פראיעקטן ביז יעצט וואס זענען געגאנגען פאר גוים איז די מעשה אזוי, שעיפער ווייס איך נישט (דאכט זיך האט באלאנגט פאר א גוי), זאזא איז צושטאנד געקומען מיט די הילף פון העסקן מ.י.וו. וואס האט געגעבן זיין לאט אויף בעדפארד אבער די מעין לאט האט באלאנגט פאר די גויאישע קניש קאמפאני, גרעטש אויך דורך היימישע אידן, די האלבע דאמסי איז ליידער א פארווייטאגט ענין וואס מען האט גארנישט געקענט טוהן דערצו,
אויב גייט סערטיפייד גיין פאר גוים דאן קען די גאנצע סאוט סייד ווי אידן וואוינען אויך מיטגיין, עס וועט זיך אנפאנגען דורך צוויי ביי בראדוועי צווישן ווייט און קענט און דאס קען זיך אויסשפרייטן זייער שנעל, דאן וועט די וויליאמסבורגער בארדער זיך אריינרוקן צו דיוויזשאן היל"ת
וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז קודם דארף מען אנהאלטן וואס מען האט נאך יא, און דערנאך פייטן פאר נייע פלעצער, מען קען נישט מלחמה האלטן נאר אויף איין זייט ווען דער שונא שטופט פון די צווייטע זייט, און ער שטופט זייער שטארק
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:25 am
דורך מחותן
שנאפס האט געשריבן:אויב גייט סערטיפייד גיין פאר גוים דאן קען די גאנצע סאוט סייד ווי אידן וואוינען אויך מיטגיין, עס וועט זיך אנפאנגען דורך צוויי ביי בראדוועי צווישן ווייט און קענט און דאס קען זיך אויסשפרייטן זייער שנעל, דאן וועט די וויליאמסבורגער בארדער זיך אריינרוקן צו דיוויזשאן היל"ת
וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז קודם דארף מען אנהאלטן וואס מען האט נאך יא, און דערנאך פייטן פאר נייע פלעצער, מען קען נישט מלחמה האלטן נאר אויף איין זייט ווען דער שונא שטופט פון די צווייטע זייט, און ער שטופט זייער שטארק
איך זע נישט פארוואס סערטיפייד האט א גרעסערע חוב זיך צו רעכענן מיטן איד.. ווי דער לענדלענדער פון פען סטריט וואס בעט דם התמצית רענט פרייזען אויף זיינע אויס געצאלטע בנינים.
אויב איז וומסב״ג א שטח וואס איז סטריקלי ביזנעס און אלעס גייט לויט מארקעט וועליו און נישט לויט אידישע כללים, דאן ווי שטעלט זיך עס אפ? פארוואס זאל גרונם האבן ווייניגער רעכטען ווי שמערל?
און פארוואס איז סערטיפייד די נייע גרעניץ אויף וואס זיך צו פארלייגען? אפשר זאל מען מאכען ראס סטריט אדער סאוט 5 די גרעניץ?
איך ווייס נישט ווער עס איז היינט צוטאגס בעה״ב אויף סערטיפייד, און עס איז נישט קיין נפק״מ.
במציאות האבן אבער די וומסב״ג לענדלערס אראפ געשטעלט א פיס אז די מארקעט וועליו מאכט די זאך, טייל וומסב״ג ראשה״ק און עסקנים פון פארשידענע קהילות האבן ביודעים פארקויפט און פארדינגען לאטס פאר גוים אין די סאוט סייד גאסן וויסענדיג אז זייערע ברידער ווארטען דערויף, אנדערע בעטען רויבערישע פרייזען רענט כאטש אז עס רעדט זיך פון די אייגענע ברידער.. און פלוצים האט זיך די אידישע פונק אויפגעוועקט און מען פראבירט צו ראטווען דיווישען עוו.. די העק מיט דיווישען עוו.. עס איז דא א מארקעט פרייז און א מארקעט וועליו, און אז דער גוי צאלט מער איז דאס די פרייז.. זאל דער איד דאס אויך צאלען.. אדער זאל ער גיין מופן קיין בלומינבורג.
----
אגב.. דער עמך יונגערמאן גייט נאר פארדינען אויב די דירות מצב ווערט ערגער.. ווי מער שטחים עס גייט פאר׳ן גוי אלץ שנעלער איז די טאג וואס מען וועט פטור ווערן פון גלות וומסב״ג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:36 am
דורך מי חכם
געלעגער האט געשריבן:קריגערייען צווישן ניקס זענען פארבאטן
דער פראבלעם איז, אז עס שטעלט זיך געווענליך אויס אז ווילאנג איינער אטאקירט נאר און דער אנדערער ענטפערט נישט צוריק, וועט זיך די הנהלה געווענליך נישט וויסנדיג מאכן, אבער אויב דער אטאקירטער ניק ענטפערט צוריק, ווערט דאך דאס שוין א קריגעריי, מילא סטאפט מען עס נאך פאר דער אנדערער האט געהאט א געלעגנהייט זיך צו פארטיידיגן, און אפילו אויב מען מעקט אויס דעם גאנצן שמועס בלייבט אבער די אטאקע אין די מוחות פון די וואס האבן נאך יא עספיעט עס צו ליינען, און דער ענטפער אויף דעם באקומען זיי נישט ווייל "קריגערייען זענען נישט ערלויבט".
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:41 am
דורך שנאפס
מחותן דו מישט ארום אביסל, מען רעדט נישט דא פונעם פראבלעם פון טייערע רענט, נאר אז וויליאמסבורג זאל בלייבן אידיש, ווי לאמפ האט שוין ארויסגעברענגט דא אפאר מאל אז מיר דארפן זיין צופרידן און אפרישיעיטן די טייערע פרייזן...
סערטיפייד איז נישט די נייע גרעניץ, די מציאות איז אז די יעצטיגע גרעניץ איז ביי בראדוועי, פאר סיי וועלכע סיבה האט מען אמאל געציטערט צו קראסן בראדוועי און עס איז געבליבן א גויאישע געגענט
איך ווייס אויך נישט ווער עס איז דער בעה"ב אויף סערטיפייד, קען גאר זיין די באנק...
און איך הייס נישט פארקויפן ח"ו אונטער מארקעט וועליו, אבער מען זאל דאס בויען פאר אידן און נישט פאר יאפיס, ליידער האבן טייל פארקויפט און פארדינגען פאר גוים ווי איך האב דערמאנט פריער מיט די לאט נעבן זאזא, אבער ב"ה אז געוויסע האבן זיך נישט געבראכן און בויען יעצט פאר אידן אויף די אנדערע האלב פון די דאמסי לאט
---
אגב איך האלט פונקט אזוי, אז דער עולם וויל נישט גיין מיט גוטן זאל עס גיין מיט בייזן, די שאלה איז נאר ביי וועלכע סטעידזש גייען די נשים צדקניות פארשטיין אז מ'האט מער נישט וואס צו זוכן אויף די טייערסטע ערד אין די יונייטעד סטעיטס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:49 am
דורך מחותן
עס איז איין פוינט.. בעטען טייערע רענט פרייזען איז נישט קיין קלענערע עוולה ווי אז וומסב״ג זאל ווערן אויס אידיש,
די שאלה איז צו וומסב״ג ווערט וומסב״ג דיקטיריט דורוך אידישע אינטערסן, אדער דורוך ביזנעס/מארקעט פרייז/וועליו אינטערסן...
האט א יחיד א אחריות פארן ציבור, אדער נישט?
האט א ראש הקהל אדער עסקן א אחריות פארן ציבור, אדער נישט?
עס גייט געקניפט און געבינדען, און די וומסב״ג טאטעס האבן שוין געזאגט - און זאגען ווייטער זייער מיינוג דערין.
שנאפס האט געשריבן:אגב איך האלט פונקט אזוי, אז דער עולם וויל נישט גיין מיט גוטן זאל עס גיין מיט בייזן, די שאלה איז נאר ביי וועלכע סטעידזש גייען די נשים צדקניות פארשטיין אז מ'האט מער נישט וואס צו זוכן אויף די טייערסטע ערד אין די יונייטעד סטעיטס
דעמלאטס ווען די קר״י נשים וועלן פארשטיין אז נישט אלע קינדער מיזען גיין מיט די סעים אטפיט, און מען מוז נישט האבן א באגעבאו קעריטש, אלע נשים פינעם די זעלבן טייג געקאנטען..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:54 am
דורך חיים צבי
דוכט זיך אז ביי די ליטוואקעס איז נישטא אזוי שטארק דעם פראבלעם פון פלאנץ, אולי וואלט מען געדארפט ׳ברעינסטארמען׳ דעם פראבלעם אין א באזונדערע אשכול.
און אז מען רירט שוין דעם ׳יעדער׳ סיסטעם איז ווערט ארויסצוברענגן די מעלה דערפון, נעמליך עוועטועל וועלן עטליכע פרויען פראווענען אינדיווידואליזם, און דאן - טשיק טשאק - די גאנצע שטאט פארמאגט נאר Mclaren וועגעלעך און נישט מעטשי אוטפיטס.
טי טי טי טי. טי טי טי טי. טי טי טי טי. טיטי טיטי טיטי טיטיטיטיטיטיטיטי......
עס איז שוין א פערטעל צו זעקס און מען דארף שוין אויפשטיין, צוריק צי די רעאלער וועלט פון באגעבו, אבער יעצט כאפ איך אז די זעלבע געדאנק איז אויך נוגע צום מופן פראבלעם, עטליכע משפחות מופן און דאן - טשיק טשאק - דער גאנצער ציבור טרעפט זיך צושפרייט אין מאנרא, מאנסי, לעיקוואוד, בלומינבערג, קאנעטיקעט, קעטסקילס, הרחבת הדעת, מידעלטאון, ( בעיסוואטער) און אויפן אלאסקע שיף איייליילולילי.
טי טי טי טי טי טי טי טי. טי טי טי טי. טי טי טי טי. טיטי טיטי טיטי טיטי טיטי טיטיטיטיטיטיטיטיטי..
נאהאד, סארא קורצע סנאאז איז דאס געווען.
מודה אני לפניך מלך חי....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 6:18 am
דורך לאמפ
שנאפס, איך א שטארקע פילינג אז דער סיבה פארוואס עס אינטערעסירט דיר מער די סאוט סייד געגנט ווי בעד סטיי כאטשיג בעד סטיי איז א געגנט וואס באלאנגט מאסטלי פאר אידן אין די פרייזן דארט זענען דערווייל בערך האלב ווי סאוט סייד וואס דאס מאכט דער קאמפ מער רעאליסטיש איז נישט ווייל איר זענט שטארק באזארגט איבער די וויליאמסבורגער גרעניצן נאר האט ענדערש צו טוהן מיט אייערע קענטליכע טעגלאש און הוידא טעגלאש'ער נגיעות, פארוואס טראכט איך אזוי? זייער פשוט, אויסער סערטיפייט לאמבער איז נאך דא היבש אסאך פראפערטי אויף יענער זייט וואס באלאנגט פאר אידן און גייען לכאורה גיין פאר גוים (א קליינע דוגמא איז קדם) אבער פאר סאם ריזאן ווייסט איר נאר צו זאגן פון סערטיפייד, דאס זעלבע ווען איר דערמאנט מ.י.וו. וועלכער האט פארקויפט זיינע 'עיר רייטס' פאר זאזא נאכדעם וואס זאזא איז שוין געווען א פאקט אבער האט פשוט פארגעסן אז מ.ד.נ. איז געווען שטארק אינסטרומענטאל אין דעם שעיפער געביידע און אן זיין אקטיווער הילף וואלט דאס נישט צושטאנד געקומען.
דאס ברענגט מיר צו טראכטן אז דער סיבה פארוואס אנשטאט איר זאלט זיך פרייען אז ס'דא אידן וואס פייטן אויף בעדסטיי ווילט איר אוועקרוקן דעם נושא צו אנדערע זייט איז פשוט ווייל עס איז אייך א סאך מער באקוועם צו רעדן פון י.ר. ווי איידער א.ב.י. און פון מ.י.וו. ווי איידער ש.ה.ק. און מ.א.ק.
דאס איז מיין אימפרעשאן און אויב בין איך ראנג זענט איר מכובד צו עפענען אן עקסטערן אשכול איבער דעם סאוט סייד געגנט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 6:25 am
דורך Iphone
גענוג! מנהלים מאכט זיכער אז די חברה דא ווייסן אז עס איז נישט סוף זמן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 7:10 am
דורך לאמפ
און יעצט אביסל מער איבער דעם חילוק פון די צוויי געגנטער, די סאוט סייד איז זייער טייער און וועט אויטאמאטיש ווערן טייערער מיט אדער אן די הילף פון היימישע דעוועלאפער פשוט ווייל עס איז נעבן די וואסער, בעסטע טרעין ליינס, טייערסטע רעסטעראנטן און בארס, הערליכע פארקס, גרויסע דשימס, דאקטורים און בענק און אלעס וואס פעלט אויס צו באפרידיגען די יאפי'ס וואס לאזן זיך קאסטן דערפאר, אזוי איך איז די זאונינג וועלכע ענקאריטש שטארק צו בויען וואלקן קראצער פון צוואנציג ביז דרייסיג שטאק וואס איז קלאר נישט געאייגענט פאר אידן און האט אטאמאטיש ארויפגעשאסן די פרייזן זייער הויעך און אריינגעברענגט דרויסענדע גרופעס פון דעוועלאפער (עיין ערך די צווייטע האלב דאמסי) וועלכע קימערן זיך גאר ווייניג אויף די אידישע וויליאמסבורג און מען וועט דעריבער נישט קענען פועל'ען ביי זיי צו טוישן די פלענער, ואין לנו אל מי להשען אלא אל אבינו שבשמים.
ווי אנדערש איז אבער בעט סטיי וואס איז לעת עתה באמת אן ארץ לא זרועה פאר דעם יאפי עלעמענט און אלעס וואס ער קען דארט טרעפן זענען שמיציגע דעלי'ס וועלכע סערווירן דעם שווארצן פראזשעקט עלעמענט, ניטאמאל א נארמאלע גראסערי געפינט זיך דארט ווער רעדט נאך פון אנדערע געברויכן, און פון די איינציגסטע סיבות פאר זייער אהערוואנדערן איז ווייל היימישע דעוועלאפער בויען דארט לוקסוריעזע אפארטמענט'ס און דערמיט -ווי אויך מיט אנדערע טאקטיקן ווי ליסטן א געוואלד מיט פאלשע ליסטינג'ס פאר הימל שרייענדע פרייזן כדי דער געגנט זאל אויסזעהן טייערער ווי עס איז באמת - ברענגט מען ארויף די מארקעט וואליו און דער אינטערעס פון די יאפי'ס צו קומען און דערנאך קומען די זעלבע חברה שרייען קאזאק הנגזל 'וואס זאל מען טוהן? פארפאלן גוים צאלן מער! דאס איז דאך דער מארקעט פרייז'!
נעמט א קליינער דוגמא טאקע דער קעסקעיט בילדינג וועלכער א היימישער איד האט אפגעקויפט ווייניגער ווי צוויי יאר צוריק פאר 27 מיליאן דאללער און יעצט ווייניגער ווי צוויי יאר שפעטער פארקויפט פאר איבער 70 מיליאן וואס מיינט אז די פרייז איז געשטיגן אין ווייניגער ווי צוויי יאר מיט קנאפע 300 פראצענט! איז די שאלה פארוואס? וואס איז צוגעקומען אין דעם געגנט דו לעצטע צוויי יאר אז די פרייז זאל אזוי שטארק שטייגן? דו איינציגסטע זאך וואס מיר קענען טראכן אז ס'איז צוגעקומען זענען צענדליגער לוקסוריעז אפארטמענטס געבויעט דורך אידן און דאס און נאר דאס הייבט די מארקעט פרייז.
דער אינטערשטער שורה איז אז דער מארקעט אין בעד סטיי ווערט געפירט דערווייל עקסלוסיוולי דורך אידן און זייער אינטערעס איז אז די פרייז זאל ארויפגיין אז מען זאל קענען נעמען א פעטע מטבע פונעם גוי, און דאס דארף פארשריגן ווערן, היתכן מען נעמט א געגנט און מען מאכט דאס חרוב בידים.
וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן אוועקמאכן מיט די הענט, 'קען מען דען עפעס אויפטוהן? ' הונדערט פראצענט אז יא! רוב פון די דעוועלאפער זענען אנשים מכובדים און וועלן זיך דערשרעקן פון אביסל היץ אזוי ווי דיר עבר האט געוויזן און דעריבער קענען זיי טאקע באשטיין אז מען זאל נישט רעדן און וויסן פון דעם געגנט אזוי אז די ארבעט זאל קענען אנגיין אומגעשטערט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 7:11 am
דורך געלעגער
מי חכם האט געשריבן:געלעגער האט געשריבן:קריגערייען צווישן ניקס זענען פארבאטן
דער פראבלעם איז, אז עס שטעלט זיך געווענליך אויס אז ווילאנג איינער אטאקירט נאר און דער אנדערער ענטפערט נישט צוריק, וועט זיך די הנהלה געווענליך נישט וויסנדיג מאכן, אבער אויב דער אטאקירטער ניק ענטפערט צוריק, ווערט דאך דאס שוין א קריגעריי, מילא סטאפט מען עס נאך פאר דער אנדערער האט געהאט א געלעגנהייט זיך צו פארטיידיגן, און אפילו אויב מען מעקט אויס דעם גאנצן שמועס בלייבט אבער די אטאקע אין די מוחות פון די וואס האבן נאך יא עספיעט עס צו ליינען, און דער ענטפער אויף דעם באקומען זיי נישט ווייל "קריגערייען זענען נישט ערלויבט".
ווי למשל?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 7:55 am
דורך לאמפ
כדי צו פארשטיין וואס עס מיינט הייבן דעם מארקעט בפועל דורך לייגן פאלשע ליסטינגס מיט אומדעהערטע פרייזען כדי דער געגנט זאל אויסזעהן טייערער ווי עס איז באמת האב איך אייך געבראכט אן קליינע דוגמא פון א ליסטינג אין דעם געגנט פאר א 5 און א 4 בעדרום אפט וואס זענען געווען עדווערטייזט פאר גאר הויעכע פרייזן פון וואס מען חלומ'ט נאכנישט אין דעם געגנט, און נאך א באזוך אויף דעם אדרעסס בין איך געוואר געווארן אז דער פלאץ איז א ליידיגע לאט וואס האט ניטאמאל א הויז!
אין א קא-אינצידענט ווערט יעצט פארטיג א בילדינג מיט 4 און 5 בעדרום אפארטמענטס נישט ווייט פון דעם אדרעסס און די אידישע בעלי בתים האפן דאס ארויסצוגעבן פאר טאפ דאללער. איך וועל אייך לאזן אליינס אפמאכן צו דאס איז א קא-אינצידענט אדער אויב די צוויי זענען נאנט פארבינדן...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 8:11 am
דורך זאכליך
די הארט סט. ליסטינג איז א ביטערע וויץ. מ'נעמט א פארק און מ'שטעלט עס ארויף פאר רענט?? נאך מיט 2 שטאק?
What a joke.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 8:16 am
דורך farshlufen
הרב לאמפ, איר האט מיר פארענטפערט אן אלטע פליאה און מיסטעריע, תמיד זע מיר די נישט געשטויגענע אדער פארהוילענע אדרעסן ולא ירדנו לסוף דעתם, הייסט לפ:ז אז די גאנצע ריעל עסטעיט באלאן ווארט אויפן נאדל וואס זאל פלאצן דעם שקר, כי רוח עברה בו ואיננו - והטעם - ולא יכירנו עוד מקומו..
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 8:29 am
דורך נסיעה
איך וויל פארשטיין א לאט וואס די מאנטריאלע האבען אויסגעכאפט פון א צווייטען מיטען צולייגען 3 מיליאן דאללער, ווערט פארקויפט צוויי יאר שפעטער פאר דאפעלט?
א 100 % פראפיט און ווייניגער ווי צוויי יאר?
האב איך שלעכט די נאמבערס אדער דאס איז די מציאות ווי שנעל פרייזען הייבען זיך און בעד סטיי?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 8:37 am
דורך לאמפ
נסיעה האט געשריבן:איך וויל פארשטיין א לאט וואס די מאנטריאלע האבען אויסגעכאפט פון א צווייטען מיטען צולייגען 3 מיליאן דאללער, ווערט פארקויפט צוויי יאר שפעטער פאר דאפעלט?
א 100 % פראפיט און ווייניגער ווי צוויי יאר?
האב איך שלעכט די נאמבערס אדער דאס איז די מציאות ווי שנעל פרייזען הייבען זיך און בעד סטיי?
דאס איז עדות אויפן מציאות אז 'מען הייבט' בפועל דעם פרייז אין בעד סטיי, אדרבה ווייז מיר אן אין דער נארמאלע מארקעט ווי דער פרייז וואקסט מיט סופליי און דימענד זאל שפרינגן אזוי שנעל און אזוי הויעך.
דא איז אן קיין פראגע דא א ריזיגע באבל (שוין געווען באשריבן אין עטליכע ריעל עסטעיט פאבליקאציעס) וואס ווערט אויפגעבלאזן דורך היימישע אידן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 9:01 am
דורך חיים צבי
די ליסטעד דירות איז אינטערעסאנט וצ״ב, אבער אזוינע הויכע פרייזן ציען נישט קיין יאפיס וואס זוכן דייקא מציאות אין די עולם הזה צענטערן אומגעגענטער, וואס דאס איז די סיבה פארוואס זיי זענען ארגינעל אריבערגעקומען קיין וויליאמסבורג. די עלעמענט איז גרייט פאר לאפטס און אפילו נישט די בעסטע טרעין ליין אזויווי די M איז געווען פאר די route טוישונגען, נאך וואס דער עלעמענט נעמט איבער די געגענט וועט עס אריבערגיין א פונדאמענטאלע טויש אין זאנינג, געשעפטן, און טרעין ליינס, דאן וועט אריינקומען די גאר טייערע עלעמענט וואס זוכט דעם עולם הזה צענטער אליין, ביים יעצטיגע פאזע האלט עס נאך גאנץ ווייט דערפון אבער די פרייזן גייען ציביסלעך ארויף ווייל צופיל מענטשן זוכן מציאות און דערפאר איז די ווערט פון די קעסקעיד בנין ארויף.
היץ אויף די אנשים מכובדים וועט נאר זיין אין א געגענט ווי מען וואוינט שוין דערין אינגרויסען, אנדערשווייז איז נישטא קיין היץ, אזויווי די לאפטס אויף בעדפארד מוירטל בשעתו, דעריבער האלט איך אז די פרייזן הויב און אן אריינפלוס פון די סאוטסייד עלעמענט אין יענע געגענט איז אומפארמיידבאר. דאס איז נישט קיין באבל, אין די אנדערע געגענטער ארום וויליאמסבורג זענען פרייזן געשטיגן פונקט אזוי שנעל, אפילו אין די הויכפונקט פונם קראך זענען פרייזן נישט געפאלן אין די געגענטער ווייל עס געווען דייקא א געזונטע מארקעט וואס איז נאר טייילווייז אפעקטירט געווארן פון א אלגעמיינע פראבלעם פון די בענק.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 9:21 am
דורך מי חכם
די הויכע פרייזן ציען נישט קיין עשירים אויך נישט, שוין פאר די איינע סיבה אז עס איז נישטא וואו אהין צו ציען... די הויכע פרייזן טוען נאר אויף איין איינציגע פעולה, געבן א אנשטעל אז די מארקעט פרייז איז הויך, און דאדורך באמת העכערן די פרייזן.
איך ווייס נאר נישט צי עס איז אזוי וויכטיג דאס אויסצו שמועסן. איז דאס בכלל ללעגאל צו טן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 9:29 am
דורך חיים צבי
מי חכם:
לאמפ האט געשריבן:ווי אנדערש איז אבער בעט סטיי וואס איז לעת עתה באמת אן ארץ לא זרועה פאר דעם יאפי עלעמענט און אלעס וואס ער קען דארט טרעפן זענען שמיציגע דעלי'ס וועלכע סערווירן דעם שווארצן פראזשעקט עלעמענט, ניטאמאל א נארמאלע גראסערי געפינט זיך דארט ווער רעדט נאך פון אנדערע געברויכן, און פון די איינציגסטע סיבות פאר זייער אהערוואנדערן איז ווייל היימישע דעוועלאפער בויען דארט לוקסוריעזע אפארטמענט'ס און דערמיט -ווי אויך מיט אנדערע טאקטיקן ווי ליסטן א געוואלד מיט פאלשע ליסטינג'ס פאר הימל שרייענדע פרייזן כדי דער געגנט זאל אויסזעהן טייערער ווי עס איז באמת - ברענגט מען ארויף די מארקעט וואליו און דער אינטערעס פון די יאפי'ס צו קומען און דערנאך קומען די זעלבע חברה שרייען קאזאק הנגזל 'וואס זאל מען טוהן? פארפאלן גוים צאלן מער! דאס איז דאך דער מארקעט פרייז'!
אויף דעם ארויף האב איך געשריבען
חיים צבי האט געשריבן:די ליסטעד דירות איז אינטערעסאנט וצ״ב, אבער אזוינע הויכע פרייזן ציען נישט קיין יאפיס וואס זוכן דייקא מציאות אין די עולם הזה צענטערן אומגעגענטער