בלאט 6 פון 15
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 6:00 pm
דורך זאכליך
יהי' 3 תשובות
1) און אז ס'איז געווען ערגער מיינט אז ס'איז גוט? ביי אידן ווייסט מען מעלין בקודש ווילאנג ס'איז נישט גוט דארף מען זיכען בעסערס.
2)איך בין בכלל נישט זיכער אז ס'איז געווען אמאל ערגער. ס'שוין געווען שווערע צייטן מיט דירות (בערך 12 יאר צוריק איז געווען א קריזיס פאר מ'האט געעפענעט די פלאשינג געיט...) אבער די יעצטיגע מצב איז נאכנישט געווען.
3) אפילו אויב די מצב איז יא געווען ערגער מאכט עס גארנישט בעסער די יעצטיגע מצב. ס'איז נארמאל צו וואוינען אין א בעיסמענט בתוך בעיסמענט? (הסתרה בתוך הסתרה...?) אדער א אומלעגאלע בוידעם?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 6:11 pm
דורך חיים צבי
אפשר א הסתרה עפפ פאר דעם
איז איינער in?
ברוך הטוב והמטיב
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:34 pm
דורך לאמפ
עס איז נארוואס אריינגעקומען די גאר פריידיגע בשורה אז נאך עטליכע חדשים פון אינטענסיווע פארהאנדלונגען איז ב"ה היינט געלונגען פאר א גרופע היימישע אינוועסטער'ס און דעוועלאפער'ס אין שפיץ פון הנגיד ר' אברהם בראך צו שליסן א דיעל אויף דעם גיגאנטישער 'קעסקעיט געביידע' אויף מירטל עוו.
לויט דעם יעצטיגן פלאן וועלן דארט געבויעט ווערן הונדערטער דירות פאר היימישע אידן און דערמיט העלפן אויסברייטערן די שטאט וויליאמסבורג אריין אין די בעד סטיי געגנט.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:52 pm
דורך געלעגער
וואו איז דאס?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:41 pm
דורך לאמפ
די ריזן געביידע פארנעמט כמעט א סקווער בלאק אויף מארסי עוו צווישן מירטל אין סטאקטאן און דער מעגליכקייט אז דאס זאל געבויעט פאר גוים איז געווען פון די הויפט סיבות פאר דעם אשכול.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:14 pm
דורך לאמפ
אין דעם צייט איז זייער וויכטיג ארויסצוהייבן דאס מסירת נפש פון די אלע וואס זענען פארמישט אין דעם פראיעקט און ברענגען דערצו אז עס זאל דווקא געבויעט ווערן פאר אחינו בני ישראל נישט קוקענדיג אויף קיין געלט און פריוואטע נגיעות, דערמיט עפענען זיי דעם טויער צו א נייער אידישער געגנט וואס וועט עטוואס לינדערן דעם שווערן דירות קריזיס אין שטאט.
עס לאזט זיך נישט טראכטן איבער דעם צוקונפט פון וויליאמסבורג אויב די געביידע מיט אירע שווערע הונדערטער דירות וואלטן געגאנגען פאר גוים, עס וואלט אן קיין פראגע הערמעטיש פארשלאסן דעם איינציגסטן וועג ווי וויליאמסבורג קען זיך אויסשפרייטן און דורך דעם איינשפארט דעם שטאט אין א געטא אן קיין מעגליכקייט צו וואקסן (ווי אויסגעשמיעסט אין אן אנדערן פלאץ איז נישט שייך זיך אויסצושפרייטן אויף קיינע פון די אנדערע זייטן צוליב דעם נעווי יארד, בראדוועי און די סאוט סייד) ותוצאותיו מי ישרנה.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:39 pm
דורך מיסטעריעז
לאמפ האט געשריבן:אין דעם צייט איז זייער וויכטיג ארויסצוהייבן דאס מסירת נפש פון די אלע וואס זענען פארמישט אין דעם פראיעקט און ברענגען דערצו אז עס זאל דווקא געבויעט ווערן פאר אחינו בני ישראל נישט קוקענדיג אויף קיין געלט און פריוואטע נגיעות, דערמיט עפענען זיי דעם טויער צו א נייער אידישער געגנט וואס וועט עטוואס לינדערן דעם שווערן דירות קריזיס אין שטאט.
עס לאזט זיך נישט טראכטן איבער דעם צוקונפט פון וויליאמסבורג אויב די געביידע מיט אירע שווערע הונדערטער דירות וואלטן געגאנגען פאר גוים, עס וואלט אן קיין פראגע הערמעטיש פארשלאסן דעם איינציגסטן וועג ווי וויליאמסבורג קען זיך אויסשפרייטן און דורך דעם איינשפארט דעם שטאט אין א געטא אן קיין מעגליכקייט צו וואקסן (ווי אויסגעשמיעסט אין אן אנדערן פלאץ איז נישט שייך זיך אויסצושפרייטן אויף קיינע פון די אנדערע זייטן צוליב דעם נעווי יארד, בראדוועי און די סאוט סייד) ותוצאותיו מי ישרנה.
זיי גייען פארקויפן דירות פאר קאסט פרייז, אמת?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:55 pm
דורך נא_שכל
"ברוך הטוב והמטיב", 'הטוב' - פאר די אלטע בעלי בתים, וואס האבען שיין פארדינט און א קורצע זמן. 'והמטיב' - פאר די תושבי ווילאמסבורג, וואס וועלן קענען קויפן דירות פאר טייער געלט (אבי ביליגער מיט אפאר הונדערט דאלער א פיס פון וויפל די אלגעמיינע גאס צאלט).
עס איז צום האפען אז דאס מאל איז די מכירה אמת, ווייל יעדע פאר וואכן איז דא אנדערע שמועות וועגן דעם לאט.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 9:00 pm
דורך לאמפ
מיסטיריעז, ביטע ליינט דורך די לעצטע פאר בלעטער וועט איר זעהן וואס איך מיין.
פרעגט אייך ביטע אביסל נאך וועט איר געוואר ווערן אז ליידער ווערן אלע און איך שרייב 'אלע' פראיעקטן וואס ווערן יעצט געבויעט אין דעם דעם געגנט געבויעט דורך היימישע אידן מיטן חשבון עס ארויסצוגעבן פאר גוים מיטן תירוץ אז זיי צאלן מער ווי דעם איד.
דעריבער איז באגריסענד ווערט ווען א איד מאכט נישט די אלע חשבונות אין טוט וואס איז ריכטיג.
ממנו ילמדו!
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:04 am
דורך חיים צבי
מיסטעריעז האט געשריבן:זיי גייען פארקויפן דירות פאר קאסט פרייז, אמת?
אין דיין מיינונג, ווילאנג דער דעוועלאפער מאכט א דאלער אויפן געשעפט איז עס business as usual? ביטע שמועס אויס וויפיל דארף מען פארקוקן אויף ערווארטעטע פארדינסטן אז דו זאלסט שולדיג זיין א דאנק?
מען מעג בעטן און באקומען צדקה, אבער ווארף נישט פאשקעווילן פארדעם און באדאנק זיך שיין נאכדעם.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:54 am
דורך מטעמים
סיז נישט אזוי זיכער אז טרעפן נאך ספעיס אין וויליאמסבורג איז באמת א טובה פאר'ן ציבור.
עס קען פארלענגערן די מעגליכקייטען אז א נייע יישוב זאל צושטאנד קימען חלילה.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:57 am
דורך farshlufen
זאכליך האט געשריבן: (בערך 15 יאר צוריק איז געווען א קריזיס פאר מ'האט געעפענעט די פלאשינג געיט...)
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:00 am
דורך farshlufen
געלעגער האט געשריבן:וואו איז דאס?
מוירטל - מארסי - סטאקטאן
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:24 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
מטעמים האט געשריבן:סיז נישט אזוי זיכער אז טרעפן נאך ספעיס אין וויליאמסבורג איז באמת א טובה פאר'ן ציבור.
עס קען פארלענגערן די מעגליכקייטען אז א נייע יישוב זאל צושטאנד קימען חלילה.
איך האלט אויך אזוי?
הרב לאמפ
וואס גייט ער בויען? איך גלייב שווער ער גייט בעטן אינטער 400 א סק פיס, נו, וואס האט מען אויפגעטוהן? קענסט בויען גאנצעטע וואלקען קראצערס ביז קרוין הייטס, אויב בעט מען טייער איז אן עבירה יעדע פעני וואס מלייגט אריין דארט
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:32 am
דורך אבי.גערעדט
וואס איז די מעשה מיט די דאמסי דירות? כ'זעה אז בנינים קומען ארויס דארט איינס נאכן צווייטן, גייט עס פאר אידן? וויפיל דירות קומען דארט? וואס זענען די פרייזן?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:37 am
דורך זאכליך
כ'מיין אז יענע זייט ווילאמסבורג האט מען שוין אויפגעגעבן.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 9:40 am
דורך זאכליך
איך וואלט געהאלטן אז מען זאל יא פארקויפן/פארדינגען די קעסקעיט פאר גוים און די איבעריגע ריווח וואס די מאכן בעלי בתים מאכן מיטן עס געבן פאר די גוים זאלן זיי מנדב זיין פאר א נייע שטעטל...
ס'וואלט סאך מער אויפגעטוהן!
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 4:41 pm
דורך מיסטעריעז
אקעי איך האב יעצט אביסל צייט העמער פראבירן מסביר זיין אביסל -און ווי חיים צבי האט עס מגדיר געווען- 'מיין מיינונג'.
דער חשובער לעמפעלע איז דא אנגעקומען (ס'קען זיין ער האט א אנדערע ניק וואס איז אביסל עלטער הו נאוס, באט עניוועי) ער האט געשריבן לערך 30 תגובות אבער אלע אן אויסנאם איז בנוגע דעם איין איינציגסטן עצה וואס ער האט פאר וויליאמסבורג'ס עתיד, וואס דאס איז זיך אויסצוברייטערן און דווקא אין בעד סטיי און פון נאסטרענד לצד מארסי.
פאר דאזיגע סיבה האט ער געברענגט די היסטאריע פון וויליאמסבורג'ס וואוקס בלי עין הרע, פאר דעם צוועק האט ער געברענגט מעשיות מאחורי הפרגוד איינס מיט א בנש''ק וואס אגב האט קיינער דא נישט געהאט געהערט דערפון, און א צווייטס מיט דעם נגיד פון מאנטריאל וואס אויך דארט האט 'ער פערזענליך גערעדט מיטן אינוועסטאר' און דעריבער געהאט אינפארמאציע שלא שמעתן אזני אייוועלט ריעדער.
והנה
דער לאמפ איז דא מיט ברעיקינג ניוס!
וואס איז?
יום זה קיוינהו מצאנוהו
ברוך הטוב ומטיב
אז ב''ה דער אויבערשטער האט געהאלפן אז עס איז געלונגען פאר הרה''ח ר' אברהם בראך ודעמיה איינצוהאנדלען דעם לאט וואס די אכזריות'דיגע רשעיות'דיגע אינוועסטארס האבן אזוי געהאפט אז דער מאנטריאלער עושר זאל עס פארקויפן בלויז פאר גוים, און ער גייט דאס פארקויפן בלויז פאר אידן. און דאס אלעס האט ער געטון בלויז צו העלפן דעם כלל, אן קיין שום קוק צו די זייט ווי עס זענען אנגעסטאקט פריוואטע און געלט נגיעות...
פלוצלינג איז אנגעקומען איינער און מיט א 'מיסטעריעז'ע סיבה האט ער געגעבן א מאך אוועק דעם גאנצן מעשה חסד וואס דער א.ד. ר' אברהם האלט דא אינמיטן אויספירן!
סאו לאמיר אייך מסביר זיין: קוקט אביסל איבער די היסטאריע פונעם ניק 'לאמפ' און באטראכט אויך די סגנון הכתיבה זיינער, כאפט א בליק אויף אלעם וואס ער האט ארויסגעברענגט און אויף וועלכע אופן, וואס ער האט באשריבן פאזיטיוו און וואס נעגאטיוו וואס ער האט אוועקגעמאכט און וואס נישט, וועט איר באמערקן אז דער ניק האט זיך אהער אנגעריקט פאר צוויי חדשים צוריק מיטן בלויזן ציל ארויסצוברענגען די מעשה חסד וואס עס ליגט אונטער דעם אינוועסטמענט פון דעם ר' אברהם בראך ודעמיה!
פיין פיין ר' לעמפעלע קיין שלעכטע פענע פארמאגט איר נישט, און ידיעות האט איר גאנץ אסאך, אבער לאזט מיר נאר פרעגן אפאר שאלות.
אפשר זאגט איר מיר פון וואו נעמט איר די אלע אינסייד אינפארמעישן?
ווער האט אייך אינפארמירט איבע די אלע מעשים אשר לא יעשו וואס אונזערע בונים ומקימים עולמות של תורה טוען אפ?
ווער האט אייך קאנטאטירט מיטן היימישן איד פון מאנטריאל?
פארוואס האט ער אייך פארציילט די אלע סענסיטיווע אינפארמאציע?
וואס איז אייך איינגעפאלן צו צונעמען די נושא פונקט פאר עס האט געהאלטן ביים אויסברעכן אזא היסטארישע התרחבות אין וויליאמסבורג און פונקט לויט אייער געשמאק?
פארוואס האט ר' אברהם נישט געקענט פשוט לייגן פארקערטע דרוק אויף דעם עושר אז ער זאל עס יא פארקויפן פאר אידן?
פארוואס האט ער עס געמוזט אפקויפן אזוי אז די לאט זאל זיין אגפעקויפט פאר טאפ פרייס און אזוי אפשפארן יעדע מעגליכקייט פון פארקויפן א ס''פ פאר א ביסעלע ביליגער, אזויווי מ'האט געזען ביי דאמזי?
די און נאך פראגעס ברענגען צום מסקנא אז איר וועבט שוין דא א מארקעטינג פאר דעם פראיעקט אונטערן שלייער פון מעלדן מעשי חסד מיום היותך לניק ועד היום הזה.
און יעצט וועט איר האפנטליך פארשטיין מיין פריעדיגע תגובה...
אבּער מאכּט נישט קיין טעות איך מאך ח''ו נישט אוועק די גוטן חלק פון עומד בּנסיון זיין און עס נישט געבּן פאר גוים
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:11 pm
דורך למעלה משבעים
מיסטריעז איר זאלט מיר מוחל זיין איך פארשטיי נישט די ציל/מהלך/אויפטו פון צעלייגן א ניק.
איר האט א חשד אז ער איז איינע פון די אינוועסטערס? נו מילא?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:16 pm
דורך חיים צבי
לאמפ איז דא מיט אן אגענדע אבער איך קלער אז דו טרייבסט איבער מיט ׳מיסטעריעזע׳ טעאריעס. סייוויאזוי, איך קען שוין נישט מגיב זיין, ווייל דער נושא מאכט מיר אנגעצויגן.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:17 pm
דורך שנאפס
די פראבלעם איז אז אינעם אנפאנג אשכול האט ער שיינערהייט צושמירט א איד, שטייצעך אן קיין נעמען
מען מוז נישט באשמוצן יענעם כדי זיך צו בויען
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:41 pm
דורך מיסטעריעז
למעלה משבעים האט געשריבן:מיסטריעז איר זאלט מיר מוחל זיין איך פארשטיי נישט די ציל/מהלך/אויפטו פון צעלייגן א ניק.
ווייל אויב פארשטייען מיר פארוואס ער איז דא, פארשטייען מיר פארוואס ער האט געשריבן
נישט קוקענדיג אויף קיין געלט און פריוואטע נגיעות.
און אז מיר פארשטייען מיר פארוואס ער האט דאס געשריבן פארשטייען פארוואס מיין תגובה אויף דעם איז געווען: זיי גייען פארקויפן דירות פאר קאסט פרייז, אמת?
ווייל בסך הכל פירן זיי זיך אויף מענטשליך! א חסד פראיעקט איז ווען מען טוט חסד!
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:48 pm
דורך Gevald Geshrigen
דאס אז רב בראך גייט בויען און טאקע פאר אחינו בני ישראל אז זיי זאלן נישט דארפן מופן קיין בלומינגבורג וויטאין די נעקסט פיו מאנטהס כל זה ביררתי ולעת עתה הוא אמת ויציב.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:54 pm
דורך שנאפס
איך געדענק ווען ר' חיים לאקס ע"ה האט אפגעקויפט דאמסי איז מען אויך געטאנצן פאר שמחה, עס זאל זיך ח"ו נישט אויסלאזן ווי יענס
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:41 pm
דורך לאמפ
הרב מיסטעריעז,
פאר די שפינסט ווייטער דיינע קאנפיראציעס און טעאריעס וויל איך אז די זאלסט וויסן אז לעמפעלע (בלשון חיבה) האט מיט אברמי בראך נאכנישט אויסגעטוישט קיין ווארט און האט נישט קיין שום נגיעה צו שטיפן זיין וואגן און האט אין פאקט ניטאמאל געוויסט ביז נעכטן צופרי אז אברמי בראך איז אין געשפרעכן אפצוקויפן דעם בילדינג. איך וועל דיר זאגן נאך מער, לפי ידיעתי איז אברמי בראך נאך ניטאמאל געווען אינוואלווד אין דעם מקח ווען דער ניק איז געבוירן געווארן.
יעצט צום נושא, כדי דו זאלסט מיר קענען באווארפן מיט א טוץ שאלות כדי צו סופארטן דיין קלעים האסטו געניצט א באקאנטע טאקטיק מיטן פראבירן צו הארגענען מיין קרעדיביליטי מיטן ארויפברענגען מיין 'געבאקענע מעשה' מיטן בנש"ק אזוי אז די ליינער זאלן פון דעם ארויסנעמען אז ס'איבריגע וואס איך האב געשריבן איז אויך נישט אמת און איך האב פשוט אן אגענדע צו בויען מיינס אן (אומ)באקאנטער, דעריבער וויל איך זאגן אז ארגינעל האב איך טאקע געקענט באשטיין אז די מעשה זאל בלייבן אן א נאמען זינט כ'האב אים נישט געבעטן רשות צו מפרסם צו זיין זיין נאמען אבער השתא דאתית להכי וועל איך יא זאגן אז דער בנש"ק איז הרב יהושע אייזן וועלכע פלאנט צו עפענען א שטיבל אינטער זיין דירה וואס ער בויעט אויף פולאסקי. ווער עס וויל איז מכובד אים צו גיין פרעגן איבער דעם ווארהייט דערפון.
נאכן קאנפירמען די מעשה מיט ר' יהושע ביטע שרייב איבער דיין תגובה מיט א רואיגע טאן און מיר וועלן פראבירן אלעס צו פארענטפערן ווען די צייט וועט מיר ערלויבן.
ידידך לעמפעלע