בלאט 5 פון 15
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 6:57 pm
דורך זאכליך
געוואלדיק האט געשריבן:קומט אויס לפי דבריכם אז צו די ק"י דאוועלעפערס איז דא סאך א שטערקערע טענה ווי די וו"ב'ער
ווייל אין ק"י בעהט ער 5 מאל העכער די מארקעט אין די געגנט, משא"כ וו"ב איז אינדרויסן די זעלבע טייער אדער טייערערער, דאס הייסט אז ווען מבויעט ווען די דירות פאר גויים בעהט מען די זעלבע צוליבן הויעכן מארקעט, טא קענסטו נישט מחייב זיין א איד וואס האט נכסים אין זיין הענט עס אוועקצוגעבן פאר אידן פאר ביליג (קענסט אים נאר בעטן... און מקען טאקע קאמפיינען רחמנות געפיל פאר אידישע ברידער וואס פאלן פון די נאז מיט הארצעטאקעס ל"ע), משא"כ ק"י וואו קען מען בעטן העכערן מארקעט נאר ווייל מווייסט אז דער ציבור וויל דייקא וואוינען אין די געגנט, ווען אין די זעלבע צייט קאסט אין גאנץ מאנרא פעניס.
כ'האב שוין געהאלטן אזוי מיט איבער 5 יאר צוריק.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 7:06 pm
דורך זאכליך
לאמפ האט געשריבן:צו די פרייז אין וויליאמסבורג קען מען קען נישט ברענגן א לינק ווייל ווען איינער שטעלט ארויס צו פארקויפן זיין הויז אין ווילי קומט עס ניטאמאל אן צו קיין ליסטינג וועבזייטל ווייל עס ווערט גלייך פארכאפט.
און פארשטייט זיך אז נאכקוקן דעם סעלינג פרייז היסטארי וועט אויך נישט העלפן ווייל רוב סעיל'ס זענען נישט רעקארדעט אויפן אמת'ן פרייז ווייל עס ווערט פארקויפט פאר אסאך העכער ווי דעם ריכטיגן מארקעט פרייז און ווי דער אפרעיזאל קומט אריין און מען ברויך דערוועגן אראפלייגן אפאר הונדערט אלפים אין גרינע כמנהג וויליאמסבורג, והדברים ידועים לכל.
קוק נישט אויף די סעללינג פרייז (אויף דעם האסטו א שטאק מיט תירוצים פארוואס מ'קען עס נישט נאכקוקן.
קוק אויף די רענטל פרייז. איך קען נישט די פרייזן פונקטליך אבער לויט ווי איך געדענק צאלט די גוי איבער 4.50 א חודש פאר א ס"פ, משא"כ ביים היימישע עולם האלטעס נאכנישט ביי 3.50
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 7:11 pm
דורך פאר דוקא
דער גוי צאלט צוויי א האלב פאר פיר רום'ס
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 7:48 pm
דורך מחותן
געווען אמאל א צייט וואס רבנים האבן אינטער געשריבען קול קורא׳ס און געמאכט גרענצין ארום וומסב״ג ווי מען טאר נישט פארקויפן פאר גוים.
געווען אמאל א צייט וואס משה דוד נידערמאן האט ארויס געשלעפט די סאטמערע כולל און איז געשטאנען אין די גאסען און געשריגען אויף א איד מחוץ לעיר היתכן ער בויעט און פארקויפט פאר גוים.
היינט איז אנדערע צייטען, היינט איז א צייט ווי אידן זיצען אין וומסב״ג מיט דירות וואס האט זיך שוין דריי מאל אויסגעצאלט, און זיי העכערן די פרייז און שינדען די הויט, מאכען אייגענע מארקעט פרייזען און דערנאך שרייען זיי קאזאק הנגזל אז דאס איז די פרייז. די איינציגסטע וואס פעלט איז א ליסט פון ווער עס בעט וואס, און ווי.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 7:53 pm
דורך פאר דוקא
אמת מען מאכט אייגענע פרייזען, אנשטאט בעטן קרוב צי דריי טויזענט דאלער פאר א פיר רומיגע דירה בעט מען בערך צוויי, די לאטס וואס מען בויט לעבן וויליאמסבורג האבן באלאנגט ע''פ רוב פאר גוים, און כדי אז דער יוד זאל לוינען עס צי קויפן מיז ער בעטן טייער,
פארזטייסט???
וועק דיר אויף,
וויליאמסבורג און די ארומיגע געגענטער ווערט נישט קאנטראולד בי צוויי יודן, און די וועלט ווערט נישט קאנטראולד ביי וויליאמסבורג,
ביזנעס האט א מהלך, ריעל עסטעיט האט א מהלך, און פרייזען האט א מהלך,
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 8:16 pm
דורך פרישער
פארציילט מיר היינט א אינגערמאן ווען איך פרעיג אים, זאג נאר ווי וואוינט דיין פרישע קאפל, זאגט ער מיר סיז א אינטערעסאנטע מעשה,
געדעינגסט די מעשה מיט ר' משה לייב סאסעווער, וועלכע מעשה, יא די מעשה גייט אז א איד האט נישט געהאט צי באצאלן די ראטע, האט אים די פריץ אריינגעטראסקעט אין א טיפע קעילער, יא איך דערמאן זיך די מעשה, יא זאגט ער מיר אז ר' משה לייב זצ"ל האט געפוילט ביים פריץ מען האט ארויסגעלאזט דעים איד, אזוי האט מיין קאפל ב"ה געקענט באקימען די קעילער ווי דער איד איז געוועין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:20 am
דורך ניק ניק
פרישער האט געשריבן:פארציילט מיר היינט א אינגערמאן ווען איך פרעיג אים, זאג נאר ווי וואוינט דיין פרישע קאפל, זאגט ער מיר סיז א אינטערעסאנטע מעשה,
געדעינגסט די מעשה מיט ר' משה לייב סאסעווער, וועלכע מעשה, יא די מעשה גייט אז א איד האט נישט געהאט צי באצאלן די ראטע, האט אים די פריץ אריינגעטראסקעט אין א טיפע קעילער, יא איך דערמאן זיך די מעשה, יא זאגט ער מיר אז ר' משה לייב זצ"ל האט געפוילט ביים פריץ מען האט ארויסגעלאזט דעים איד, אזוי האט מיין קאפל ב"ה געקענט באקימען די קעילער ווי דער איד איז געוועין.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:53 am
דורך חיים צבי
מחותן:
דער גראסערי און הארדוועיר סטאר, דער אקאונטענט מיטן פלאמבער וואס האבן שוין אויסגעצאלט זייער קאסטען פון עפענען א ביזנעס אדער זיך לערנען א פאך, בעטן די זעלבע פרייז ווי די וואס האבן נארוואס אנגעהויבען, ביטע נעמט אייך ארויס פון קאפ די איידיע פון צוויי מארקעט פרייזען.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 11:00 am
דורך ראשית
פאר דוקא האט געשריבן:איך הייב באמת נישט אהן צי פארשטיין,
די פרייזען ארום וויליאמסבורג איז פיל טייערער ווי אין וויליאמסבורג, ווען דער יוד טאנצט נישט אריין אין אינוועסטירט אין וויליאמסבורג און ריסקט געלט צייט און קאפ וויי וואלט עס דער גוי געטון און ארויס געטראסקעט אלע יודן פון וויליאמסבורג,
ער זאל עס געבן ביליגער פאר יודן ווילסטו? העלא שטיי אוי. איך האב פאר דיר פרייליכע נייעס ער געט עס שוין ביליגער, וויפיל איז די שיעור אראפ צי געבן, ועוד, ווען די פרייז אין ווילי טראסקעט אראפ וואלסטו דיר נישט געקימערט איבער דיין - אפילו ריזאנעבל- לענדלארד, וואלסט געגאנגען צי א צווייטען וואס בעט ביליגער, איי דיין לענדלארד גייט דערלייגען געלט? העק וויט הים... הו קעירס, איי ער האט עס געקויפט פאר טייער (לי יצוייר ער האט געקויפט פאר טייער און עס דיר געגעבן פאר קאסט פרייז.... כדי די גויזאל ננישט קענען ארויס שטיפן די יודן)
אוו ווען עס גייט זיך אריין זעצן א משפחה אין זיין דירה און נישט צאלן רענט און אים זאגן איך פייף דיר אהן, וועסטו שיסען פאשקעווילען ווען ער ריפט אים אין קאורט אדער ער ווארפט אים ארויס, מעג ער נישט פרובירן צי מאכען אביסל פראפיט פון די הייזער ווי מען צאלט יא (אפילו מען צאלט צאלט מען נישט צייטליך) ???
דארפן די דעוועלפערס ספענדען זייערע אלע ריסארסעס צי קויפן ריזאונען און דעוועלאפען און אינוועסטען - און ריסקען- מיליאנען און נישט צוריק ממאכען קיין געלט אלעס ווייל די ווילסט דרייווען א פולי לאודעד אדעסי און קויפן וויאייפי טשולענטדדאנערשטאג נאכט און וואוינען אין וויליאמסבורג??
העלאו וועק דיר אויף וויליאמסבורג איז נישט געמאכט פאר דיר. פיריעד. קיינער קומט דיר נישט גארנישט, די דעוועלפערס זענען גארנישט שולדיג אין די הויעכע פרייזען, דיס איז די פרייס אין דיס עריא, ווען נישט די א''ג הארצלאזע בלוט זויגערס האסטו אפילו נישט די פיצי מייזען לאך אויף לאפאיעט סטריט, דיין עלטסטע ברידער וואלט געוואוינט אין די טשימעני אויף בעדפארד און לינטש און די וואלסט שוין נישט געהאט ווי צי וואוינען אפילו פאר פיר טויזענט דאלער א חודש,
נישט געקענט בעסער ארויס ברענגען
און צי די אלע וואס פארפירן אויף די לענדלארדס ביטע פארבינד אייך מיט אקיופיי וואל סטריט
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 3:00 pm
דורך לאמפ
ראשית האט געשריבן:פאר דוקא האט געשריבן:איך הייב באמת נישט אהן צי פארשטיין,

ראשי"ת כל, הער דווקא האט טאקע ארויסגעברענגט זייער א גוטע פוינט וואס וואלט ווען געשטימט אויב די פאקטן וואס ווערן דא אראפגעלייגט דורך די וואס האבן אינטערעסן אז דער ציבור זאל ווערן פארפירט זענען אקוראט.
א גרינער וואס האט געליינט די פאריגע פאר בלעטער און קען נישט דעם געגנט פון וואס מען רעדט דא איז אוודאי אונטער דעם אימפרעשן אז די רענט פרייזן אין דעם געגנט זענען זייער זייער הויעך פונקט ווי אין בושוויק, גרינפוינט, פראספעקט הייטס, פארק סלאפ, די סאוט'ס און אין די נאורט'ס פון ווילי אזוי אז די אידן קענען נישט קאמפיטן און דערפאר איז נישט מער ווי רעכט צו געבן פאר גוים כדי מען זאל נישט דערלייגן קיין געלט וואס מאכט באמת נישט גיין סענטס ביזנעסווייז (תורה'דיג און מענטשליך עמיר דא אויסלאזן פאר יעצט).
דאס איז אבער א גרויסער טעות וואס די דעוועלאפער קענען אוודאי באשטיין אז איר זאלט אזוי מיינען און אזוי בארעכטיגן דעם אומרעכט וואס זיי טוען מיטן פארדינגען פאר גוים, אבער א שנעלע זיך אויפן וועב פאר א 2 בעדרום אפט אין דעם געגנט ווייזט אז די געווענליכע רענט אין דעם געגנט זענען בערך די זעלבע אדער גאר נידעריגער ווי אין וויליאמסבורג!
אט האט איר דריי ליסטינג'ס אין בעד סטיי וואס פאר דעם זעלבן אפט צאלט מען אין וויליאמסבורג בערך צוויי דריי הונדערט דאללער מער
http://www.nakedapartments.com/apartmen ... 6-1p9IvSml http://www.nakedapartments.com/apartmen ... 6-1ponYQ9hhttp://www.nakedapartments.com/apartmen ... 6-1plR8S5n
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 3:21 pm
דורך פאר דוקא
רבי יוד איך ווייס נישט וואס די מעשה מיט די אפרטמענטס איז, איך האב נישט שטודירט די ליסטינגס, אבער איך בין יא זייער באקאנט מיט די פרייזען אין בושוויק, ב''ה די פרייזען פאר א פיר רומיגעדירה איז קרוב צי דריי אלפים
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 3:33 pm
דורך איפה פייביש
במחילת כבוד תורתך די הייבסט נישטאן צו קענען די פרייזן פון דירה׳ס און הייזער ניטאמל חלום אז די קענסט, די הייזער וואס די ברענגסט איז פיצי פיצי 600 sq ft דירה, וואס ביי א איד וואלטס עס געווען א ״1 בעדרום״ און ניין וואלטס נישט באקומען $1900 פאר עס אפילו אויף לי ראדני, סא זיי נישט ביזי ווי סאך מער ער באקומט, יעדער איז גרייט צו בויען פאר אידן יא א יעדער נאר ספעלט אויס אז מזאל באקומען א סכום וואס זאל מאכען ״א ביסעל סענס״ און ניין די ינגעלייט זענען נישט גרייט און נאר פאר דעם דעוועלעפט מען פאר גוים
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 3:34 pm
דורך איפה פייביש
נישט געמיינט דיך ״פאר דוקא״ איך רעד צו הרב לאמפ
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 4:00 pm
דורך לאמפ
דווקא, קוק איבער וואס איך האב געשריבן העסטו זעהן אז דאס איז וואס איך האב געזאגט, אין דער זעלבער צייט וואס די רענט פרייזען זענען זייער הויעך אין געגנטער ווי אין בושוויק, גרינפוינט, פראספעקט הייטס, פארק סלאפ, די סאוט'ס און אין די נאורט'ס פון ווילי איז עס דערווייל נישט אזוי אין בעד סטיי און פאר זייער פארשטענדליכע סיבותת צווישן אנדערע איז דא אסאך בעסערע טרעין ליינס קיין מאנהעטן פון די אויבן דערמאנטע פלעצער און ווי אויך איז דארט אסאך מער צוגעשטעלט ווי אין בעד סטיי מיט סטאר'ס, סופערמארקעטס, פארק'ס און אנדערע פארוויילונגס פלעצער פאר דעם יאפי עלעמענט וואס בעד סטיי האט נישט (דערווייל...)
און פאר רבי פייבוש העמיר זאגן אז ער זאל זיך אביסל בעסער נאכפרעגן וואס מען צאלט היינט אין ווילי וועט ער געוואויר ווערן אז מען צאלט היינט היבש אריבער צוויי טויזענט אין ווילי פאר א 2 בעדרום אפט וואס היבש ווייניגער ווי 600 סק' פיס.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 4:06 pm
דורך איפה פייביש
זיי אזוי גוט ווער מיר געוואר ווער סהאט געמאכט די בלופריט איך וויל עם ניצען איך מיטשע מיך אריין צו לייגען א 2 בעדרום אין 800 sq ft......
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 10:53 pm
דורך הורוויץ
עס איז דא איין וויכטיגע פוינט וואס דארף לכאורה אין באטראכט גענומען ווערן ווען מ'פארגלייכט די וומס"ב היימישע מארקעט צו די נישט היימישע. דער "ריסק אויף די אינוועסטמענט" וואס איז אסאך מער ביי די נישט היימישע ווי ביי די היימישע, סיי אז ביי זיי מאכט זיך זייער אפט אז זיי רופן אין קאורט אין דערווייל באצאלט מען נישט למחצה לשליש ולרביע וכדו', און בעיקר זענען זיי נישט סטעביל, דהיינו גאנצע געגענטער טוישן זיך יעדע תקופה, וואס עס איז היינט טייער קען ווערן ביז אפאר יאר אויסגעשפיעלט און די מארקעט דראפט. משא"כ די היימישע מארקעט חוץ וואס מיר זענען אסאך מער האנעסט זיצן מיר אין א געגענט האפענטליך ביז משיח'ס טאג ממילא איז די אינוועסטמענט אסאך מער פארזיכערט אין די מארקעט וועט בפשטות קיינמאל נישט פאלען.
לפ"ז אז די ריסק איז ווייניגער דארף פארשטענדליך די פרייז זיין ביליגער.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 11:12 pm
דורך פאר דוקא
קודם כל, לעבן מאנהעטען פאלט נישט אזוי שנעל, צווייטענס, די אלע וואס האבן הייזער אין יענע געגענטער האבן עס הונדערט און פופציג פראצענט פיינענסד, אויף א קארפארעישאן, און זיי קענען פלעין לאזן די בנין לויפן '' אויב''עס גייט פאלן,
צווייטענס עס איז ווייט נישט אזוי ווי די זאגסט, א גוי א יאפי בלייבט אין א דירה פאר מעקס צוויי יאר, און זיי שלאגן זיך נישט אין קארט אזויפיל, און אויב יא זענען זיי אינדרויסן ביז א יאר משא''כ אויב האסטו א יוד און ער צאלט נישט די רענט ביסטו סקראוד פאר גוד.... חוץ אויב די האסט נישט קיין פראבלעם מיט קיין פאשקעווילען,
היוצא לנו מזה, אויב ריסק אן אינישעל אינוועסטמענט איז די פעקטאר איבער פרייזען דאן וואלט וויליאמסבורג געדארפט זיין פיל טייערער,
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 1:04 am
דורך געוואלדיק
כדאי נישט צו זיין קיין צוהעלפער צו די הויזן טראגער פון די עשירים מיט מיין מיינונג דא עטליכע טעג צוריק וואס קען אויסזעהן אז איך בארעכטיג אויף למעשה דאס ארויסזויגן פון אידן דאס וואס זיי האבן נישט האב איך דא אביסל פארראכטן איבער מיין מיינונג, כהאף סנישט צו שארף..
viewtopic.php?f=6&t=23380&p=887076#p887076
פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 23, 2014 11:32 pm
דורך לכתחילה אריבער
עפעס איז דא אין די צייטונגען א עד, פון עסקנים וואס גייען העלפן איבער די פראבלעם פון נישט קענען אויסשפרייטן. כ'האב נישט דורכגעליינט.
ווייסט איינער וואס מען רעדט, און צו עס איז א ערענסטע זאך?
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:02 am
דורך private
לכתחילה אריבער האט געשריבן:עפעס איז דא אין די צייטונגען א עד, פון עסקנים וואס גייען העלפן איבער די פראבלעם פון נישט קענען אויסשפרייטן. כ'האב נישט דורכגעליינט.
ווייסט איינער וואס מען רעדט, און צו עס איז א ערענסטע זאך?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:31 pm
דורך שנאפס
לאמפ האט געשריבן:ראשית האט געשריבן:פאר דוקא האט געשריבן:איך הייב באמת נישט אהן צי פארשטיין,
די פרייזען ארום וויליאמסבורג איז פיל טייערער ווי אין וויליאמסבורג, ווען דער יוד טאנצט נישט אריין אין אינוועסטירט אין וויליאמסבורג און ריסקט געלט צייט און קאפ וויי וואלט עס דער גוי געטון און ארויס געטראסקעט אלע יודן פון וויליאמסבורג,
ער זאל עס געבן ביליגער פאר יודן ווילסטו? העלא שטיי אוי. איך האב פאר דיר פרייליכע נייעס ער געט עס שוין ביליגער, וויפיל איז די שיעור אראפ צי געבן, ועוד, ווען די פרייז אין ווילי טראסקעט אראפ וואלסטו דיר נישט געקימערט איבער דיין - אפילו ריזאנעבל- לענדלארד, וואלסט געגאנגען צי א צווייטען וואס בעט ביליגער, איי דיין לענדלארד גייט דערלייגען געלט? העק וויט הים... הו קעירס, איי ער האט עס געקויפט פאר טייער (לי יצוייר ער האט געקויפט פאר טייער און עס דיר געגעבן פאר קאסט פרייז.... כדי די גויזאל ננישט קענען ארויס שטיפן די יודן)
אוו ווען עס גייט זיך אריין זעצן א משפחה אין זיין דירה און נישט צאלן רענט און אים זאגן איך פייף דיר אהן, וועסטו שיסען פאשקעווילען ווען ער ריפט אים אין קאורט אדער ער ווארפט אים ארויס, מעג ער נישט פרובירן צי מאכען אביסל פראפיט פון די הייזער ווי מען צאלט יא (אפילו מען צאלט צאלט מען נישט צייטליך) ???
דארפן די דעוועלפערס ספענדען זייערע אלע ריסארסעס צי קויפן ריזאונען און דעוועלאפען און אינוועסטען - און ריסקען- מיליאנען און נישט צוריק ממאכען קיין געלט אלעס ווייל די ווילסט דרייווען א פולי לאודעד אדעסי און קויפן וויאייפי טשולענטדדאנערשטאג נאכט און וואוינען אין וויליאמסבורג??
העלאו וועק דיר אויף וויליאמסבורג איז נישט געמאכט פאר דיר. פיריעד. קיינער קומט דיר נישט גארנישט, די דעוועלפערס זענען גארנישט שולדיג אין די הויעכע פרייזען, דיס איז די פרייס אין דיס עריא, ווען נישט די א''ג הארצלאזע בלוט זויגערס האסטו אפילו נישט די פיצי מייזען לאך אויף לאפאיעט סטריט, דיין עלטסטע ברידער וואלט געוואוינט אין די טשימעני אויף בעדפארד און לינטש און די וואלסט שוין נישט געהאט ווי צי וואוינען אפילו פאר פיר טויזענט דאלער א חודש,
נישט געקענט בעסער ארויס ברענגען
און צי די אלע וואס פארפירן אויף די לענדלארדס ביטע פארבינד אייך מיט אקיופיי וואל סטריט
ראשי"ת כל, הער דווקא האט טאקע ארויסגעברענגט זייער א גוטע פוינט וואס וואלט ווען געשטימט אויב די פאקטן וואס ווערן דא אראפגעלייגט דורך די וואס האבן אינטערעסן אז דער ציבור זאל ווערן פארפירט זענען אקוראט.
א גרינער וואס האט געליינט די פאריגע פאר בלעטער און קען נישט דעם געגנט פון וואס מען רעדט דא איז אוודאי אונטער דעם אימפרעשן אז די רענט פרייזן אין דעם געגנט זענען זייער זייער הויעך פונקט ווי אין בושוויק, גרינפוינט, פראספעקט הייטס, פארק סלאפ, די סאוט'ס און אין די נאורט'ס פון ווילי אזוי אז די אידן קענען נישט קאמפיטן און דערפאר איז נישט מער ווי רעכט צו געבן פאר גוים כדי מען זאל נישט דערלייגן קיין געלט וואס מאכט באמת נישט גיין סענטס ביזנעסווייז (תורה'דיג און מענטשליך עמיר דא אויסלאזן פאר יעצט).
דאס איז אבער א גרויסער טעות וואס די דעוועלאפער קענען אוודאי באשטיין אז איר זאלט אזוי מיינען און אזוי בארעכטיגן דעם אומרעכט וואס זיי טוען מיטן פארדינגען פאר גוים, אבער א שנעלע זיך אויפן וועב פאר א 2 בעדרום אפט אין דעם געגנט ווייזט אז די געווענליכע רענט אין דעם געגנט זענען בערך די זעלבע אדער גאר נידעריגער ווי אין וויליאמסבורג!
אט האט איר דריי ליסטינג'ס אין בעד סטיי וואס פאר דעם זעלבן אפט צאלט מען אין וויליאמסבורג בערך צוויי דריי הונדערט דאללער מער
http://www.nakedapartments.com/apartmen ... 6-1p9IvSml http://www.nakedapartments.com/apartmen ... 6-1ponYQ9hhttp://www.nakedapartments.com/apartmen ... 6-1plR8S5n
אגב, די דריי דירות זענען שוין נישט אוועילעבל..
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 4:36 pm
דורך Gevald Geshrigen
time to look for reality in the face
אדער זיך אריינלייגן די קעפעלע אינעם גריבל ווי די בת היענה. וויפיל בחורים / מיידלעך זענען יעצט שידוך עיזש און וויפיל דירות גייט מען דארפן פאר זיי אין די קומענדיגע יאר ?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 4:53 pm
דורך מיסטעריעז
די קשיא האט מען שוין געפרעגט פאראיאר.
דערווייל האבּעך נישט געזען אינגעלייט שלאפן אין גאס.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 5:25 pm
דורך Shochen
מיסטעריעז האט געשריבן:די קשיא האט מען שוין געפרעגט פאראיאר.
דערווייל האבּעך נישט געזען אינגעלייט שלאפן אין גאס.
דו ווייסט נישט וואס פאר א סארט ״דירות״ נייע קאפעלס נעמען אלץ כדי נישט צו שלאפען אויף די גאס. א לאך אין א לאך (hole) בעיסמענט בתוך בעיסמענט. עס איז א שרעק! און אז מען האט כאטש איין פענסטער וואס לאזט זעהן די טאג לעכטיגקייט איז שוין א גאנצע געווינס.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 5:32 pm
דורך יהיה כן
Shochen האט געשריבן:מיסטעריעז האט געשריבן:די קשיא האט מען שוין געפרעגט פאראיאר.
דערווייל האבּעך נישט געזען אינגעלייט שלאפן אין גאס.
דו ווייסט נישט וואס פאר א סארט ״דירות״ נייע קאפעלס נעמען אלץ כדי נישט צו שלאפען אויף די גאס. א לאך אין א לאך (hole) בעיסמענט בתוך בעיסמענט. עס איז א שרעק! און אז מען האט כאטש איין פענסטער וואס לאזט זעהן די טאג לעכטיגקייט איז שוין א גאנצע געווינס.
סי'ז אמאל געווען ערגער...., פרעג עלטערע ווי אזוי ס'יז געווען אמאל ווי אזוי האבן געוואוינט פריש חתונה געהאטע פארלעך