באזעצן נייע וויליאמסבורגער גאסן - דער צייטווייליגער לייזונג

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

באזעצן נייע וויליאמסבורגער גאסן - דער צייטווייליגער לייזונג

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג יוני 19, 2014 10:33 am

אין די היימישע צייטונגען פונעם היינטיגן דאנערשטאג איז דא א קורצע באשרייבונג און מאפע פון די פרישע וויליאמסבורגער גאסן וואס זענען שוין באוואוינט דורך אריבער הונדערט משפחות מאחב"י ווי ווערנאן, ווילאבי, הארט, פולאסקי, טאמפקינס דיקאלב וכו' און איז יעצט לכאורה די איינציגסטע וועג ווי אזוי וויליאמסבורג קען ווייטער אויסשפרייטן אירע גרעניצען און געבן א געלעגענהייט פאר נאך קרוב צו פיר טויזענט אידישע משפחות צו וואוינען אין דעם חרדישער ישוב.

אין דעם געלעגענהייט איז וויכטיג ארויסברענגען אפאר זייער וויכטיגע פוינט'ס וואס מענטשן וואס קענען זיך נישט אויס אינעם געגנט זענען נישט באוויסטזיניג צו דעם.

ווי באקאנט איז דער אלט באקאנטער שרעקעדיגע בעדפארד סטייוועסענט אין די לעצטע יארן געווארן טראנספארמירט צו די רואיגע בעד-סטיי און איז היינט די וואוין ארט פאר זייער אסאך היי קלעס גוים וואס זיכן צו זיין נאנט צו מאנהעטן אבער ווילן נישט צאלן די נארט וויליאמסבורגער רענט פרייזן וואס דאס האט געברענגט אז די ווייסע פאפולעשין האט זיך דארט געטריפעלט אין די לעצטע פאר יאר און האלט אין איין וואקסן ווען אין די זעלבע צייט טוט די שווארצע און לאטינא פאפולעשין שרינקען מיט יעדעס יאר וואס גייט פארביי און דאס און נאך אנדערע פאקטארן ווי בעסערע פאליציי שיץ האבן דראסטיש רעדוצירט די קריים ראטע אינעם געגנט און עס איז היינט מיינסטענס א שטילע און זיכערע נעבערהוד וואס דאס איז זייער גוטע נייעס פארן היימישער עולם וואס האבן מורא געהאט ביז לעצטענס זיך אויסצושפרייטן אין דעם געגנט.

אבער אין די זעלבע צייט מוז ארויסגעברענגט ווערן זייער א וויכטיגע פוינט בנוגע רענט פרייזן אין דעם געגנט, ווי פריער ארויסגעברענגט האט בעד-סטיי צוגעצויגן אין די לעצטע פאר יאר זייער אסאך פונעם היי קלעס און יאפי עלעמענט וואס האבן געהאלפן טוישן דעם געגנט צום גוטן אבער אין די זעלבע צייט דראסטיש געהעכערט דעם ריעל עסטעיט מארקעט, ווי למשל א בראונסטאון וואס איז אין יאר 11' געגאנגען פאר ארום א האלבע מיליאן האט היינט א פרייז טעג פון אריבער מיליאן דאלער! און פאר זייער א פשוטער סיבה ווייל די רענט אינקאום איז דראסטיש געשטיגן און לדוגמא פאר א 3 בעדרום אפט באקומט מען היינט 2600 ביז 2800 רענט אינעם געגנט וואס דאס האט געמאכט דעם נסיון ארויסצוגעבן דירות פאר גוים ענדערש ווי אידן ביטער שווער און דאס איז דער הויפט סכנה פארן געגנט.

מאכט זיך אבער אמאל יא א איד מיט מסירת נפש וואס קוקט נישט אויפן דאללער און איז יא גרייט צו געבן פאר אידן פאר 'ביליגער' ווי דעם ארטיגן מארקעט פרייז און בעט 'נאר' די וויליאמסבורגער פרייזן און דערלייגט שווערע טויזענטער'ס א יאר קומט דער ציבור אין קרימט מיט די נאז 'א חוצפה! אזויפיל צו בעטן פאר א דירה וואס איז נישט אינעם הארץ פון וויליאמסבורג' און אנשטאט צו באזינגען דעם איד פאר זיין מסירת נפש וואס אסאך זענען נישט בכח צו ביישטיין טוט מען אים גאר דערנידערן און אוועקנעמען דעם אפעטיט פון אנדערע צו פראבירן ארויסגעבן פאר אידן און דורך דעם ליידן מיר אלע ווייל אויב די גרעניצן וועלן זיך נישט אויסשפרייטן אין מען בלייבן קאנצענטרירט אינעם יעצטיגען געגנט וועלן די פרייזען זיך נאך מער הייבן.

אינטערשטער שורה:
דער צייטוויליגער לייזונג צום 'דירות' קריזיס: די נייע וויליאמסבורגער גאסן.
דער צייטוויליגער לייזונג צום 'רענט פרייזן' קריזיס: אפסטעיעט אדער א נייער ישוב

נאך אסאך געבליבען אין פענע... איך וועל אי"ה פראבירן צו זיין צירוק מיט א לענגערע אפהאנדלונג איבער דעם נושא סיי פונעם לענלארד'ס און סיי פונעם טענענט'ס פוינט אוו וויא.

הצלחה רבה
לאמפ

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » דאנארשטאג יוני 19, 2014 10:35 am

יישר כח הער "לאמפ" פאר'ן באלייכטן דעם ענין און ארויסברענגען די וויכטיגע נקודה.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג יוני 19, 2014 10:36 am

אריין אין דירות פארום...

ישר כח לאמפ פאר די אפדעיט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יוני 19, 2014 10:42 am

לאמפ האט געשריבן:אין די היימישע צייטונגען פונעם היינטיגן דאנערשטאג איז דא א קורצע באשרייבונג און מאפע פון די פרישע וויליאמסבורגער גאסן וואס זענען שוין באוואוינט דורך אריבער הונדערט משפחות מאחב"י ווי ווערנאן, ווילאבי, הארט, פולאסקי, טאמפקינס דיקאלב וכו' און איז יעצט לכאורה די איינציגסטע וועג ווי אזוי וויליאמסבורג קען ווייטער אויסשפרייטן אירע גרעניצען און געבן א געלעגענהייט פאר נאך קרוב צו פיר טויזענט אידישע משפחות צו וואוינען אין דעם חרדישער ישוב.


אפשר קען איינער אהערברענגען די מאפע?

-

ביז וואו גייט די "יאפי געגנט"? און איז דא פאטענציעלן צו גיין מיט נאך עטליכע גאסן אהינציר און פארט האבן א ביליגע געגנט?

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג יוני 19, 2014 10:56 am

דער געגנט גייט ביז קראון הייטס סא מען קען עס נישט איבערהיפן.

איר רופט עס אהן יאפי געגנט,אין דעם געגנט באלאנגט לכל הפחות פופציג פראצענט פון די פראפערטי'ס פאר היימישע אידן און מען ברויך עס פשוט באזעצן מיט אידישע קינדער אנשטאט געבן פאר גוים און מיט דעם אפשטעלן דעם וואוקס פון וויליאמסבורג.

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג יוני 19, 2014 12:43 pm

דא האט איר דעם מאפע

ווי זיי שרייבן אויפן מאפע האבן זיי נאר געלייגט פון פראפערטי'ס וואס זיי האבן קאנפירמד אז ס'באלאנגט צו אידן אבער ס'נאך דא אסאך אסאך מער לפי ידיעתי.
צוגעלייגטע
Williamsburg.pdf
(163.39 KiB) דאונלאודעד 421 מאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 19, 2014 12:50 pm

פארוואס נאר פון נאסטראנד ארויף צו בראדוועי?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג יוני 19, 2014 12:59 pm

ביז נאסטרענד איז שוין באזעצט וויפיל ס'איז מעגליך.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג יוני 19, 2014 1:10 pm

אויב די עבר לערענט אונז עפעס.. איז עס א לימוד אז נייע וויליאמסבורג איז ענדערש די חרבון ווי איידער א לייזנוג.

די וומסב"ג דעוועלאפערס און אינוועסטירער {רוב פון זיי} האבן געוויזען אז ווען עס קימט צו מאכען נאך א פעני דעמלאטס איז נישט דא קיין איד, נישט דא קיין תורה, נישט דא קיין מענטשליכקייט, און ניטאמאל קיין גוי'שקייט האבן זיי..
נייע וומסב"ג ליגט אין די הענט פון די וואס האבן זיך אזוי אויפגעפירט צו זייערע אייגענע ברידער ביז היינט, עס איז נישט שייך צו האפן אז זייער הארטץ איז ווייכער געווארען און אז זיי זענענן געווארען מער מענטשליך, דערפאר איז קלאר אז זיי זענענן נישט די צוקניפט, אויב עפעס זענענן זיי די חרבנות..

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יוני 19, 2014 1:22 pm

לאמפ האט געשריבן:דא האט איר דעם מאפע

ווי זיי שרייבן אויפן מאפע האבן זיי נאר געלייגט פון פראפערטי'ס וואס זיי האבן קאנפירמד אז ס'באלאנגט צו אידן אבער ס'נאך דא אסאך אסאך מער לפי ידיעתי.



יישר כח
צוגעלייגטע
Untitled.png

אוועטאר
הירשל ציג
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 12:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך הירשל ציג » דאנארשטאג יוני 19, 2014 1:25 pm

נאך ווי לאנג ביז מ'קומט אהן קיין אידישען קראון הייטס?
הירשל ציג
בעל הבלוג "צירק געצעלט"
http://hirsheltzig.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 19, 2014 1:30 pm

מחותן, אביסל רואיגער ביטע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

Gevald Geshrigen
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג יוני 19, 2014 1:35 pm

אגב קרוין הייטס איז אויך גאר טייער און לויט די מארקעט טרענדס גייען דירות צופיל ביליגער נישט ווערן . די געגנט ווערט איבערגענומען מיט גוים און נישט מיט אידן און דאס איז די מציאות. פאר יעדע פינף משפחות האסטו צוויי הונדערט גוים

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג יוני 19, 2014 1:36 pm

די פראגע צו מ'קען זיך טאקע אזוי שטארק אויסברייטערן דארט ווי מ'האט געטוהן אויף סקילמאן, היצטערט באשטייט די אלע גאסן פון בראונסאונס, צוויי-דריי פאמילע הייזער.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 11:28 am

תגובהדורך משה הקטן » דאנארשטאג יוני 19, 2014 1:39 pm

הירשל ציג האט געשריבן:נאך ווי לאנג ביז מ'קומט אהן קיין אידישען קראון הייטס?

די לעצטע בערך פופצן יאר האט מען זיך גערוקט א עווריטש פון א בלאק א יאר, נאך דא בערך 20 בלאקס ביז קראונהייטס.
שטייצעך מ'זאל פריער מצליח זיין צו בויען א נייע שטעטל און משיח זאל פריער קומען

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג יוני 19, 2014 1:41 pm

אויב שוין קראוינהייטס קען מען ענדערש גיין קיין בלומינבורג אדער לאק שעלדריק

אוועטאר
הירשל ציג
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 12:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך הירשל ציג » דאנארשטאג יוני 19, 2014 1:42 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:אויב שוין קראוינהייטס קען מען ענדערש גיין קיין בלומינבורג אדער לאק שעלדריק


און אפשר גאר צו די אררט בערג
הירשל ציג
בעל הבלוג "צירק געצעלט"
http://hirsheltzig.com

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג יוני 19, 2014 1:43 pm

הירשל ציג האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:אויב שוין קראוינהייטס קען מען ענדערש גיין קיין בלומינבורג אדער לאק שעלדריק


און אפשר גאר צו די אררט בערג

סאך בעסער פלאס סאיז ביליגער

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג יוני 19, 2014 1:44 pm

דארט איז שוין אפילו דא איין גרויסע געבויטע בנין פון דריי שטאק רעדי אריינצומופן....
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 11:28 am

תגובהדורך משה הקטן » דאנארשטאג יוני 19, 2014 1:45 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:
הירשל ציג האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:אויב שוין קראוינהייטס קען מען ענדערש גיין קיין בלומינבורג אדער לאק שעלדריק


און אפשר גאר צו די אררט בערג

סאך בעסער פלאס סאיז ביליגער

דאס האט אבער נישט קיין שייכות מיט אויב שוין וכו', פאקט איז אז ווילאנג מ'בויעט נישט קיין שטעטל שפרייט זיך וויליאמסבורג אויס, ווי זאכן לויפן וועט מען לכאורה מערזשן מיט קראונהייטס ביז 20-25 יאר בערך

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » דאנארשטאג יוני 19, 2014 1:46 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:דארט איז שוין אפילו דא איין גרויסע געבויטע בנין פון דריי שטאק רעדי אריינצומופן....

נאר איין פופציג פיסיגע האלץ פעלט דארט.

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג יוני 19, 2014 2:17 pm

מחותן האט געשריבן:די וומסב"ג דעוועלאפערס און אינוועסטירער {רוב פון זיי} האבן געוויזען אז ווען עס קימט צו מאכען נאך א פעני דעמלאטס איז נישט דא קיין איד, נישט דא קיין תורה, נישט דא קיין מענטשליכקייט, און ניטאמאל קיין גוי'שקייט האבן זיי..
נייע וומסב"ג ליגט אין די הענט פון די וואס האבן זיך אזוי אויפגעפירט צו זייערע אייגענע ברידער ביז היינט, עס איז נישט שייך צו האפן אז זייער הארטץ איז ווייכער געווארען און אז זיי זענענן געווארען מער מענטשליך, דערפאר איז קלאר אז זיי זענענן נישט די צוקניפט, אויב עפעס זענענן זיי די חרבנות..


די מעלה פון דעם געגנט איז אז ס'רוב איז קליינע הייזקעלעך וואס באלאנגען צו פריוואטע בעל בתים און נישט צו דעוועלאפער אבער פון די אנדער זייט מאכט דאס אסאך אסאך שווערער ווייל עס איז א הויז ביי הויז שלאכט ספעציעל אזוי ווי דער מחותן האט געשריבן זענען ליידער דא אידישע דעוועלאפער וואס פרובירן אינטערצולייגן פיסלעך אז דער געגנט זאל נישט ווערן אידיש פאר זייער אייגענע אינטערעס.

איך האב פערזענליך מיטגעהאלטן עטליכע מאל ווי אידן האבן געקויפט פראפערטי אין די געגנט כדי צו בויען פאר אידן אבער נאכן קומען אונטער דרוק פון די דעוועלאפער'ס האבן זיי געברויכט טוישן די פלענער און איך גלייב אז דאס איז וואס שטייט אונטער דעם מאפע איז צו ברענגען אן אויפוואכונג ביים ציבור אז דא בויעט זיך א הערליכע עקסטענשיאן צו וויליאמסבורג אבער איז אים א סכנה פון אינטערגיין צוליב עטליכע מיט אינטערעסן.

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » דאנארשטאג יוני 19, 2014 2:39 pm

מחותן האט געשריבן:אויב די עבר לערענט אונז עפעס.. איז עס א לימוד אז נייע וויליאמסבורג איז ענדערש די חרבון ווי איידער א לייזנוג.

די וומסב"ג דעוועלאפערס און אינוועסטירער {רוב פון זיי} האבן געוויזען אז ווען עס קימט צו מאכען נאך א פעני דעמלאטס איז נישט דא קיין איד, נישט דא קיין תורה, נישט דא קיין מענטשליכקייט, און ניטאמאל קיין גוי'שקייט האבן זיי..
נייע וומסב"ג ליגט אין די הענט פון די וואס האבן זיך אזוי אויפגעפירט צו זייערע אייגענע ברידער ביז היינט, עס איז נישט שייך צו האפן אז זייער הארטץ איז ווייכער געווארען און אז זיי זענענן געווארען מער מענטשליך, דערפאר איז קלאר אז זיי זענענן נישט די צוקניפט, אויב עפעס זענענן זיי די חרבנות..

אזא 'אקופיר וואל סטריט' סטיל תגובה קריצט מיר אין די אויערן, עס קען זיין אז אלץ א מחותן האסטו געהאט א שלעכטע עקספיריענס מיט א דעוועלאפער, אבער פאר דו גייסט העצן אויף אידישע ברודער ביטע גיי מאך ריסוירטש וויפיל א עס קאסט פאר דעם דעוועלאפער צו קויפן א סקווער פיס און אירע air rights, וויפיל עס קאסט צו בויען און רעכן אויך צו אלע tax, fees, and intrest וואס קומט צו, דערנאך קוק וויפיל מען בעט פון א איד און ווילאנג דער דעוועלאפער ארבייט אויף דעם פראיעקט.

למשל, אויב די אלע אויבנדערמאנטע קאסטען קומען אן צו בערך 300$ א סקווער פיס און דער דעוועלאפער פארקויפט עס פאר 430$ נאכן ארבעטן אויף דעם 2 יאר, קלער איך אז דאס איז א יושר'דיגע פרייז און דאס מאכט א מארקעט פרייז. מען קען נישט פארלאנגען אז פאר א ספעציפישע דעוועלאפמענט וואס האט נישט געהאט איינס אדער עטליכע פון די אויבנדערמאנטע קאסטען - אדער ווייל מען האט נישט געדארפט האבן קיין לאון אדער אויב דער לאט איז שוין געווארן אפגעקויפט אסאך יאר צוריק - אז דער דעוועלאפער זאל בעטן ביליגער ווי די מארקעט פרייז.

siechel hausher
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2013 3:36 pm

תגובהדורך siechel hausher » דאנארשטאג יוני 19, 2014 2:41 pm

לאמפ, איך ווייס נישט אויב די ביסטו אינגאנצן גערעכט ווייל די שטאטישע הייזער אויף פלאשינג, עלערי, און האפקינס גלייב איך נישט אז דעוולעפארס קענען דארט עפעס טון. די פראבלעם דארט איז סופליי און דימענד. סאיז דא זייער ווייניג אויף די מארקעט און ווען עפעס קומט ארויף ווערט א בידינג וואר צווישען היימישען עולם אז סהייבט זיך שנעל די פרייז

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8685
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג יוני 19, 2014 2:45 pm

די גענגנט דא ווערט ביטער טייער אין די מארקעט וועליו, צוליב דעם דערמאנטן סיבה, ברוקלין ובפרט דאון טאון ברוקלין, ווערט מער און מער באזעצט מיט די יאפי'ס, וועלכע צאלן אין די שחקים אריין,
זעה איך נישט וואס די גדולה צו באוואוינען דא מיט נאך אידן (אלס די פרייז אויס),
מיר האבן זיך דא איינגעגעסן ווי א ווארים אין די קרויט, און ביז מען וועט אונז נישט אפשינדן די הויט, פשוטו כמשמעו, וועט מען זיך נישט רירן פון דא (צום וויפילטן מאל לייענסטו שוין דאס דא?....)
ווער ס'וויל זיך איבערצייגן זאל א קוק טון אין די ריעל עסטעיט נייעס...
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט