דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך משיח » מיטוואך פאברואר 03, 2021 12:36 pm

איז נישטא קיין מקוה טהרה יעצט?
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך פראהביטש » מיטוואך פאברואר 03, 2021 12:51 pm

משיח האט געשריבן:איז נישטא קיין מקוה טהרה יעצט?

עפעס איז יא דא (דעכצעך יאנג איזרעל) אבער גאר קליין אין אלט

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מיטוואך פאברואר 03, 2021 12:54 pm

די היצטיגע מקווה איז בשעתו געבויעט געווארן מיט די השגחה פון הגאון הק' פוסה"ד בעל אגר"מ זצוק"ל. אבער, סאיז ווייט צו גיין פון אסאך שטובער. אויך איז עס שוין אלט.

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך דריידל » מיטוואך פאברואר 03, 2021 12:59 pm

דערקענט זיך אז ס'נישטא קיין סאטמערע קהילה דארט, זיי וואלטן שוין ארלעדיגט א מקוה. די סאטמורים האבן עפעס א תאווה צו בויען מקוואות.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך משיח » מיטוואך פאברואר 03, 2021 1:00 pm

ווי גייט מען בויען די נייע?
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך משיח » מיטוואך פאברואר 03, 2021 1:01 pm

דריידל האט געשריבן:דערקענט זיך אז ס'נישטא קיין סאטמערע קהילה דארט, זיי וואלטן שוין ארלעדיגט א מקוה. די סאטמורים האבן עפעס א תאווה צו בויען מקוואות.

מ'הלט יעצט טאקע אינמיטן ערלעידיגן א מקוה ... :roll:
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך דריידל » מיטוואך פאברואר 03, 2021 1:06 pm

משיח האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:דערקענט זיך אז ס'נישטא קיין סאטמערע קהילה דארט, זיי וואלטן שוין ארלעדיגט א מקוה. די סאטמורים האבן עפעס א תאווה צו בויען מקוואות.

מ'הלט יעצט טאקע אינמיטן ערלעידיגן א מקוה ... :roll:

ווייסמיר. כ'האב געמיינט צו זאגן אז זיי וואלטן שוין פארשאפט גרעסערע נדבנים און מ'וואלט נישט געדארפט די טשערידי קאמפיין צו צאמנעמען געלט פון גאנץ כלל ישראל

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מיטוואך פאברואר 03, 2021 1:35 pm

אין צדקה איז טאקע סאטמער נאמבער וואן! סאיז גראדע ב"ה דא פלענטי סאטמארער חסידים אין סטעטן איילענד. מ''דארף נאר האבן די ריכייגע קאננעקשענס. ..

פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך פיטום » מיטוואך פאברואר 03, 2021 2:03 pm

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:אין צדקה איז טאקע סאטמער נאמבער וואן! סאיז גראדע ב"ה דא פלענטי סאטמארער חסידים אין סטעטן איילענד. מ''דארף נאר האבן די ריכייגע קאננעקשענס. ..

די מסיבה פארגאנגענע וואך איז טאקע פארגעקומען אין א סאטמארע בילדינג...
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!

אוועטאר
ווערעזאַנא
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2021 11:35 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ווערעזאַנא » מיטוואך פאברואר 03, 2021 2:53 pm

דריידל האט געשריבן:דערקענט זיך אז ס'נישטא קיין סאטמערע קהילה דארט, זיי וואלטן שוין ארלעדיגט א מקוה. די סאטמורים האבן עפעס א תאווה צו בויען מקוואות.

נא: אפשר ברענגסטו איינעם צום טיש?....!

אוועטאר
ווערעזאַנא
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2021 11:35 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ווערעזאַנא » מיטוואך פאברואר 03, 2021 2:54 pm

דער קאמפיין פארט ב"ה אינעם גוטן ריכטונג, און האלט שוין ב"ה ביי %44 פונעם ציהל.

$444,641

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך סראלי » מיטוואך פאברואר 03, 2021 3:01 pm

פיטום האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:אין צדקה איז טאקע סאטמער נאמבער וואן! סאיז גראדע ב"ה דא פלענטי סאטמארער חסידים אין סטעטן איילענד. מ''דארף נאר האבן די ריכייגע קאננעקשענס. ..

די מסיבה פארגאנגענע וואך איז טאקע פארגעקומען אין א סאטמארע בילדינג...

גוט
ישראל אשר בך אתפאר

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך סראלי » מיטוואך פאברואר 03, 2021 3:02 pm

דריידל האט געשריבן:דערקענט זיך אז ס'נישטא קיין סאטמערע קהילה דארט, זיי וואלטן שוין ארלעדיגט א מקוה. די סאטמורים האבן עפעס א תאווה צו בויען מקוואות.

אין דזשערסי סיטי האבן זיי שיין אהערגעשטעלט?
ישראל אשר בך אתפאר

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך פאברואר 03, 2021 3:53 pm

משיח האט געשריבן:ווי גייט מען בויען די נייע?

איך האלט נישט מיט וואס טוט זיך אין סטעטן איילענד מידי יום ביומי, א חוץ פון וואס איך ליין דא, און פון וואס איך רעדט פון צייט צי צייט מיט חברים וואס וואוינען דארט. סא איך טראכט נאר הויעך. איך קען גוט די גלילות פון די אידישע געגענט דארט, און איך טראכט אז מן הסתם איז די אלטע מקוה אין די Willowbrook געגענט און יעצט גייט מען מאכן די נייע מער צי די Manor Heights געגענט.

טאקע א וויכטיגע און חשובה זאך.

אוועטאר
ווערעזאַנא
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2021 11:35 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ווערעזאַנא » מיטוואך פאברואר 03, 2021 3:59 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:ווי גייט מען בויען די נייע?

איך האלט נישט מיט וואס טוט זיך אין סטעטן איילענד מידי יום ביומי, א חוץ פון וואס איך ליין דא, און פון וואס איך רעדט פון צייט צי צייט מיט חברים וואס וואוינען דארט. סא איך טראכט נאר הויעך. איך קען גוט די גלילות פון די אידישע געגענט דארט, און איך טראכט אז מן הסתם איז די אלטע מקוה אין די Willowbrook געגענט און יעצט גייט מען מאכן די נייע מער צי די Manor Heights געגענט.

טאקע א וויכטיגע און חשובה זאך.

די אלטע איז טאקע געווען אין ווילאברוק, און די נייע גייט זיין אין מענאר הייטס, אבער עס גייט זיין ביים ווינקל פון ווילאוברוק, ב"ה אז די לאקאציע איז ממש אינדערמיט פונעם ישוב.

פון וועסטערלי איז עס א היפשע מהלך, אבער א געס דאס איז געווען די בעסטע אפציע

אוועטאר
ווערעזאַנא
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2021 11:35 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ווערעזאַנא » מיטוואך פאברואר 03, 2021 4:09 pm

דער קאמפיין האט אצינד געגרייכט %50 פון איר ציהל, און האלט אצינד ביי:

$500,000

אוועטאר
ווערעזאַנא
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2021 11:35 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ווערעזאַנא » מיטוואך פאברואר 03, 2021 4:25 pm

קאמפיין אין שוואונג ב"ה
צוגעלייגטע
unnamed.jpg
unnamed.jpg (273.85 KiB) געזעהן 392 מאל

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6350
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך דריידל » מיטוואך פאברואר 03, 2021 4:26 pm

ווערעזאַנא האט געשריבן:דער קאמפיין האט אצינד געגרייכט %50 פון איר ציהל, און האלט אצינד ביי:

$500,000

עצה טובה זאלסט שטעלן א לינק צום קאמפיין ביי יעדע תגובה וואס די שרייבסט אין די אשכול, אין פאל ס'כאפט איינעם א ווארעמקייט צו שטיצן זאל ער קענען גלייך אהינגיין - עד שתחפץ. קענסט עס אויך אריינלייגן אין דיין חתימה

אוועטאר
ווערעזאַנא
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2021 11:35 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ווערעזאַנא » מיטוואך פאברואר 03, 2021 4:41 pm

דריידל האט געשריבן:
ווערעזאַנא האט געשריבן:דער קאמפיין האט אצינד געגרייכט %50 פון איר ציהל, און האלט אצינד ביי:

$500,000

עצה טובה זאלסט שטעלן א לינק צום קאמפיין ביי יעדע תגובה וואס די שרייבסט אין די אשכול, אין פאל ס'כאפט איינעם א ווארעמקייט צו שטיצן זאל ער קענען גלייך אהינגיין - עד שתחפץ. קענסט עס אויך אריינלייגן אין דיין חתימה

אומר ועושה...

דא האט איר א לינק צום "בונים בטהרה קאמפיין!
https://www.charidy.com/simikvah

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך פאברואר 03, 2021 4:43 pm

ווערעזאַנא האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:ווי גייט מען בויען די נייע?

איך האלט נישט מיט וואס טוט זיך אין סטעטן איילענד מידי יום ביומי, א חוץ פון וואס איך ליין דא, און פון וואס איך רעדט פון צייט צי צייט מיט חברים וואס וואוינען דארט. סא איך טראכט נאר הויעך. איך קען גוט די גלילות פון די אידישע געגענט דארט, און איך טראכט אז מן הסתם איז די אלטע מקוה אין די Willowbrook געגענט און יעצט גייט מען מאכן די נייע מער צי די Manor Heights געגענט.

טאקע א וויכטיגע און חשובה זאך.

די אלטע איז טאקע געווען אין ווילאברוק, און די נייע גייט זיין אין מענאר הייטס, אבער עס גייט זיין ביים ווינקל פון ווילאוברוק, ב"ה אז די לאקאציע איז ממש אינדערמיט פונעם ישוב.

פון וועסטערלי איז עס א היפשע מהלך, אבער א געס דאס איז געווען די בעסטע אפציע

שוין זעהסט, איך האב דאס פון קיינעם נישט געהערט אבער אליינס פארשטאנען און טאקע ציגעטראפען ב״ה. קלוגע שריט.

אגב איך פלעג אלטס זייער מתנגד צי גיין וואוינען אין סטעטן איילענד. וועגן די lack of מוסדות קאנטראל און סביבה.

אבער ראה זעה חדש, עטס האטס א רבי די צאנז (גריבוב) סטעטן איילענד רבי וואס מאכט מוסדות און האלט שוין טיף אינמיטן זיך מסדר זיין מיט א בהמ״ד און גייט האבן טישן און באטע׳ס וכדו׳ א אמת׳ע עהרליכע חסידישע הויף, קלער איך אז ווער ס׳שיקט צי זיין חדר און גייט דאווענען ביי איהם אין בית מדרש זעה איך פאר א גוטע עתיד פון האבן אי״ה א גוטע סביבה און גוטע און עהרליכע קינדער אי״ה. איך קען נישט דא אלעס שרייבן. אבער וואס איך שרייב ווייס איך פון וואס איך רעדט. אוודאי ס׳דא דארט נאך גוטע שוהלן וואס חסידות׳ן האבן דארט דאס איז עפעס אנדערש ווייל די יעניגע חסידות געבט אכטונג אפען סביבה. איך רעד פון דער וואס איז נישט דארט פון איינע פון די חסידות׳ן וואס האבן דארט א שטיבעל, איז פאר אזא איינער די צאנז סטעטן איילענד רבי ממש ווי א ברכה פון הימעל פאר זיי. זיך צי משתתף זיין מיט איהם און מקבל זיין מרות פון איהם, זעה איך פאר אזא איינער פאר באמת א גוטע עתיד.

אוועטאר
ווערעזאַנא
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2021 11:35 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ווערעזאַנא » מיטוואך פאברואר 03, 2021 4:52 pm

ברוך השם!

דאס האט שוין דער קאפיטשיניצער אויך געברענגט צום טיש, און איז ב"ה זייער מצליח.

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך פאברואר 03, 2021 4:53 pm

ער האט אבער נישט קיין מוסדות. ס׳איז אין גאנצע א אנדערע זאך.

דא רעדט מען פון א רבי וואס גייט כנראה האבן אלעס וואס מען דארף נאר האבן פאר א חסידות און צי האבן א קאנטראל און אוועק שטעלן א גוטע סביבה.

אוועטאר
ווערעזאַנא
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2021 11:35 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ווערעזאַנא » מיטוואך פאברואר 03, 2021 4:54 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:ער האט אבער נישט קיין מוסדות. ס׳איז אין גאנצע א אנדערע זאך.

דא רעדט מען פון א רבי וואס גייט כנראה האבן אלעס וואס מען דארף נאר האבן פאר א חסידות און צי האבן א קאנטראל און אוועק שטעלן א גוטע סביבה.

א שיינע נקודה

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מיטוואך פאברואר 03, 2021 5:10 pm

כבין נישט זיכער אז סזענען פארהאן צופיעל אומפארטייאישע חסידים וואס וועלען קלעבן אין צאנזער רבין. דער עולם זוכט סערוויס, אין א געשמאקער אטמאספערע, נישט מער. אפילו די חסידים אין די אייגענע שטיבלעך אין סטעטן איילענד זענען בדרך כלל סערוויס זוכערס. און נישט קיין אינגעלייט וואס זוכן דביקות אין צדיקי אמת. דער דארכשניטליכער ראש משפחה אין סטעטן איילענד איז ציווישן 35 און 40, מידל אינקאם מיט שווערע בילס און חובות. קיינער זוכט נישט דארט קיין רבין.

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2226
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך פאברואר 03, 2021 5:19 pm

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:כבין נישט זיכער אז סזענען פארהאן צופיעל אומפארטייאישע חסידים וואס וועלען קלעבן אין צאנזער רבין. דער עולם זוכט סערוויס, אין א געשמאקער אטמאספערע, נישט מער. אפילו די חסידים אין די אייגענע שטיבלעך אין סטעטן איילענד זענען בדרך כלל סערוויס זוכערס. און נישט קיין אינגעלייט וואס זוכן דביקות אין צדיקי אמת. דער דארכשניטליכער ראש משפחה אין סטעטן איילענד איז ציווישן 35 און 40, מידל אינקאם מיט שווערע בילס און חובות. קיינער זוכט נישט דארט קיין רבין.

די מאכסט א טעות. די רבי האט שוין צענדליגע קינדער אין זיין חדר און אלע פון גוטע און עהרליכע שטובער, אזאלכע וואס ווילן יא זיין מקושר מיט איהם און מיט דעם גוטע פלאץ וואס ער שטעלט ב״ה אוועק.

נאך א זאך כאפסט מסתמה נישט אז די צאנז׳ע רבי שלעפט מיט זיך מיט א נייע עולם אהין as we speak

למשל די וואך האב איך געטראפן א אלטע גוטע חבר און בתוך השמיעס האט ער מיר געזאגט אז ער קלערט צי מויפען צי סטעטן איילענד ציזאמען מיט די צאנז׳ע רבי. און ער האט מיר אפען געזאגט אז אן איהם איז נישט דא פון וואס צי רעדן צי גיין דארט וואוינען, ווייל ער וויל נאר אזא סארט זאך.

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טשעירמאן און 14 געסט