דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

לעורר לב
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2021 7:04 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך לעורר לב » דינסטאג ינואר 26, 2021 11:33 pm

פארוואס זעהט מען נישט דייני בעלז פון שטאט?
הרב באב"ד פון סטעטן איילענד?
צאנזע רבי?

אוועטאר
ווערעזאַנא
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2021 11:35 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ווערעזאַנא » דינסטאג ינואר 26, 2021 11:37 pm

לעורר לב האט געשריבן:פארוואס זעהט מען נישט דייני בעלז פון שטאט?
הרב באב"ד פון סטעטן איילענד?
צאנזע רבי?

זיי מיט נאך אנדערע זענען געזעצן אויפן אנדערע זייט, דערווייל גייען די בילדער ארויף זייער שטייט, כ'האף מארגן אי"ה ארויפצולייגן אלע.

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מיטוואך ינואר 27, 2021 12:35 am

פון דער קעמפעין הויפט בלאט:

סטעטן איילענד איז וואונדערליך

אשריכם סטעטן איילענד! כלל ישראל קוקט מיט שטאלץ און שטוינונג ווי אין געציילטע יארן האט זיך סטעטן איילענד אנטוויקלט אלס אן עיר גדולה לאלוקים און הערליכע חסידישע פעסטונג ועיר התורה, וואו הונדערטער ראשי המשפחה ערציען זייערע קינדערלעך בדרך ישראל סבא און זענען מגדל בתים נאמנים לה' ולתורתו.

אנשי חיל סטעטן איילענד! כלל ישראל איז מכיר טובה די העלדישע יונגעלייט וואס האבן פארלאזט די ישיבת כרכים קשה און געבויעט א ישוב פונדאסניי, איבערגעקומען דעם כל התחלות קשות און אונטערגענומען דער שווערער רייזע, צו פארזיכערן א בעסערן עתיד פאר זיך און די קינדער און זיי ערציען אין א שטאט מיט ריינערע און לופטיגערע גאסן.

סטעטן איילענד פיאנירט
ישר כח סטעטן איילענד! כלל ישראל איז דאנקבאר פאר סטעטן איילענד פאר'ן געבן א נייע מעגליכקייט פאר אזויפיל הונדערטער משפחות זיך צו קענען בויען אן אייגענעם רואיג ווינקל, מיט הרחבת הדעתת און מנוחת הנפש און דערמיט מזכה זיין דעם גאנצן יהדות החרדית צו העלפן נידערן די אבנאראמאלע דירות קריזיס און אלץ שטייגנדע ריעל עסטעיט פרייזן אין די היימישע געגענטער.

תשואות חן חן לו סטעטן איילענד! כלל ישראל איז מכיר טובה סטעטן איילענד פאר'ן ווייזן דעם וועג און עפענען די טירן און טויערן פאר פאטענציאלע נייע ישובים זייענדיג די ערשטע צו ברעכן די דיקע שיכטן פון אייז און איבערצייגן אלעמאן אז יא, מ'קען איבערלאזן וויליאמסבורג און בארא פארק און אוועקשטעלן נייע געגנטער מיט סוקסעס.

חזקו ואמצו סטעטן איילענד! אנדערש ווי פילע נייע ישובים האט זיך סטעטן איילענד געבויט אליין דורך די אייגענע מענטשן מיט בלוט און שווייס פון די העלדישע תושבים וואס האבן געהאט איין אינטערעסע, בויען א בעסערע צוקונפט פאר זיך און די קינדער און לעבן אן עקאנאמיש אויסגעהאלטענעם לעבן אן די אסטאראנאמישע הוצאות, און אז מ'מיינט אמת'דיג העלפט דער אויבערשטער.


סטעטן איילענד איז הייליג
כזה ראה וקדש סטעטן איילענד! סטעטן איילענד איז היינט דער מוסטער וויאזוי עס בויעט זיך א נייעם אידישן ישוב, מיט פלייס און גבורה, מיט חסידישן שטאלץ און מיט זריזות. ווי אומגלויבליך איז צו זען ווי אן קיין שום הילף פון סיי וועלכע זייטיגע אינטערעסן נאר מיט אן עזות דקדושה און אן אמת'ן רצון טוב, האט זיך סטעטן איילענד אנטוויקלט און וואקסט און בליט מיט יעדן פארבייגייענדן טאג לשם ולתפארת.

ה' עמכם סטעטן איילענד! יעצט ווען סטעטן איילענד טאנצט אריין אין דער גראנדיעזער אונטערנעמונג צו בויען אן עתיד של טהרה און אוועקשטעלן א מקוה נהדרה בכלילת יופי, מיט אלע חומרות והידורים למהדרין מן המהדרין מן המהדרין, כראוי וכיאות למען טהרתן וקדושתן של ישראל מיד ולדורות, זאגט כלל ישראל פאר סטעטן איילענד: מיר וועלן אייך נישט לאזן פאלן!

יעצט איינמאל פאר אלעמאל ווען סטעטן איילענד שטרעקט אויס א האנט וועט כלל ישראל צולייגן א פלייצע!

יעצט איינמאל ווען סטעטן איילענד איז אנגעוויזן אין דרויסנדע הילף וועט כלל ישראל אנטקעגנקומען בסבר פנים יפות!

די תורה הקדושה מאנט פאר סטעטן איילענד:

ווייל סטעטן איילענד בעט נישט פאר זיך נאר פאר טהרתן וקדושתן של ישראל!
ווייל סטעטן איילענד מאנט פאר די הייליגסטע וואס כלל ישראל פארמאגט!
ווייל סטעטן איילענד בויעט א יסוד היסודות לנו ולזרעינו מעתה ועד עולם.
ווייל סטעטן איילענד פלאנצט איין די צוקונפטיגע דורות בקדושה של מעלה פאר טויזנטער אידן יראים ושלמים ביז משיח'ס טאג.

כלל ישראל איז מיט סטעטן איילענד!

כלל ישראל וועט העלפן בויען א יסוד!


מקוה ישראל מושיעו בעת צרה! האנדלט אייך איין קנינים נצחיים וואס וועט אייך באגלייטן לעד ולקיימת און נעמט אנטייל אין דעם גרעסטן סארט זיכוי הרבים וואס איז נאר מעגליך און זייט מזכה א גאנצע שטאט בקדושתו העליונה.

הושענא למען קדושתך הושענא! עפנט אייער ברייטהארציגע הארץ און שליסט אייך אן אין דעם קריטישן קאמפיין מיט א נתונה הגונה ברוח נדיבה און ווערט געבענטשט מיט כל טוב וטוב ווי די הבטחה פונעם הייליגן זוהר הקדוש:

מקוה ישראל מושיעו בעת צרה -- וודאי!

פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך פיטום » מיטוואך ינואר 27, 2021 12:08 pm

לעורר לב האט געשריבן:פארוואס זעהט מען נישט דייני בעלז פון שטאט?
הרב באב"ד פון סטעטן איילענד?
צאנזע רבי?

בעלזא האט נישט געהאט קיין רבנים ביים מעמד
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!

אוועטאר
ווערעזאַנא
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2021 11:35 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ווערעזאַנא » מיטוואך ינואר 27, 2021 2:06 pm

טייל פונעם ציבור
צוגעלייגטע
rsz__x5a1807.jpg
rsz__x5a1807.jpg (427.66 KiB) געזעהן 1230 מאל

אוועטאר
ווערעזאַנא
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2021 11:35 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ווערעזאַנא » מיטוואך ינואר 27, 2021 2:07 pm

טייל פונעם ציבור
צוגעלייגטע
rsz__x5a1799.jpg
rsz__x5a1799.jpg (573.85 KiB) געזעהן 1225 מאל

אוועטאר
ווערעזאַנא
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2021 11:35 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ווערעזאַנא » מיטוואך ינואר 27, 2021 2:08 pm

דרשה פון הרה"ג יושף ישראל אייזענבערגער שליט"א
צוגעלייגטע
rsz__x5a1781.jpg
rsz__x5a1781.jpg (433.5 KiB) געזעהן 1223 מאל

אוועטאר
ווערעזאַנא
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2021 11:35 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ווערעזאַנא » מיטוואך ינואר 27, 2021 2:13 pm

דרשה פון הרב שמואל מרדכי וואלנער שליט"א ראש ישיבת נתיבות התלמיד אין שטאט

צווייטע האלב אויבן אן: ר' חיים יודא פאללאק
הרה"ג ר' יחזקאל באבאד אב"ד מקילניץ מרבני העיר
מרבני גור
הרב שלום יוסף כ"ץ א פאלטישאנער אייניקל לעצטענס אויך געפענט א ביהמ"ד אין שטאט

אויפן אנדערע זייט זעהט זיך אן דאס השתתפות פון הרה"ג רב פאללאק שליט"א מייסד הישוב מיט 40 יאר צוריק
אזוי אויף אדמ"ר מצאנז נשיא המוסד אין שטאט
צוגעלייגטע
rsz__x5a1837.jpg
rsz__x5a1837.jpg (406.57 KiB) געזעהן 1211 מאל
לעצט פאראכטן דורך ווערעזאַנא אום מיטוואך ינואר 27, 2021 2:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ווערעזאַנא
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2021 11:35 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ווערעזאַנא » מיטוואך ינואר 27, 2021 2:14 pm

ר' הערשל פערלשטיין
צוגעלייגטע
rsz__x5a1845.jpg
rsz__x5a1845.jpg (401.38 KiB) געזעהן 1210 מאל

אוועטאר
ווערעזאַנא
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2021 11:35 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ווערעזאַנא » מיטוואך ינואר 27, 2021 2:15 pm

פיטום האט געשריבן:
לעורר לב האט געשריבן:פארוואס זעהט מען נישט דייני בעלז פון שטאט?
הרב באב"ד פון סטעטן איילענד?
צאנזע רבי?

בעלזא האט נישט געהאט קיין רבנים ביים מעמד

די בעלזא קהילה האט נישט קיין אייגענע דיין אין סטעטן איילענד

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מיטוואך ינואר 27, 2021 2:49 pm

סאיז ניכר א געוואלדיגער אחדות'דיגער אטמאספערע, ווי ס'איז טאקע געווען. דאכצעך מיר אז זינט מ'האט געבויעט די 46 סטריט מקווה אין בארא פארק אין די שנות תש"כ יאהרין איז נאכנישט פארגעקומען אזא שיינער קאלארפולע ציבור למען טהרת המשפחה.

אוועטאר
חמרא טבא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9794
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג ינואר 28, 2021 12:48 am

ווערעזאַנא האט געשריבן:
פיטום האט געשריבן:
לעורר לב האט געשריבן:פארוואס זעהט מען נישט דייני בעלז פון שטאט?
הרב באב"ד פון סטעטן איילענד?
צאנזע רבי?

בעלזא האט נישט געהאט קיין רבנים ביים מעמד

די בעלזא קהילה האט נישט קיין אייגענע דיין אין סטעטן איילענד

רב שטעסל?
דביה תחדי נפשא

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » דאנארשטאג ינואר 28, 2021 7:25 am

נישט אלע רבנים זענען געווען. רבי משה מאיר ווייס פון אגודה, הרב כצמן פון לובאוויטש, הרב לעהרפילד פון יאנג איזראעל, און הרב שטעסל פון בעלזא האבן זיך באטייליגט ברוחם ובמחשבתם.
בד"וו ס'האלט שוין ביי איבער הונדערט טויזנט דאלער אין בלויז 36 שעה. די קעפעין גייט לייו אי"ה קומענדיגן דינסטיג און מיטוואך.
https://www.charidy.com/simikvah

פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך פיטום » דאנארשטאג ינואר 28, 2021 9:56 am

חמרא טבא האט געשריבן:
ווערעזאַנא האט געשריבן:
פיטום האט געשריבן:
לעורר לב האט געשריבן:פארוואס זעהט מען נישט דייני בעלז פון שטאט?
הרב באב"ד פון סטעטן איילענד?
צאנזע רבי?

בעלזא האט נישט געהאט קיין רבנים ביים מעמד

די בעלזא קהילה האט נישט קיין אייגענע דיין אין סטעטן איילענד

רב שטעסל?

ער וואוינט נישט אין סטעטן איילענד
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » זונטאג ינואר 31, 2021 11:33 am

דער קעמפעין איז נאכנישט לייוו, סגייט לייוו אי"ה דינסטיג. פרי-קעמפעין דאנעישנס האלט שוין איבער מאה וחמישים אלף דאלער. חזק ואמץ!

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך משיח » זונטאג ינואר 31, 2021 11:36 am

איז דא א בלעטל מיט די שמחות פון סטעטן איילענד?
איך האב א ידיד וואס מאכט חתונה, איך בין נישט זיכער וועלכע טאג
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך פיטום » זונטאג ינואר 31, 2021 11:03 pm

משיח האט געשריבן:איז דא א בלעטל מיט די שמחות פון סטעטן איילענד?
איך האב א ידיד וואס מאכט חתונה, איך בין נישט זיכער וועלכע טאג

מיר האבן פארגעסן ארויף צו לייגן פארגאנגענע וואך, געמיר א מינוט און כ'לייג עס ארויף, ס'האט אבער נישט קיין חתונות דערויף
לעצט פאראכטן דורך פיטום אום זונטאג ינואר 31, 2021 11:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!

פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך פיטום » זונטאג ינואר 31, 2021 11:04 pm

בוללעטין פון פרשת בשלח
צוגעלייגטע
563.PNG
563.PNG (147.82 KiB) געזעהן 716 מאל
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!

פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3047
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך פיטום » זונטאג ינואר 31, 2021 11:04 pm

בוללעטין פון פרשת בשלח
צוגעלייגטע
896.PNG
896.PNG (79.5 KiB) געזעהן 716 מאל
מיינע תגובות זענען לחדודי דברים בעלמא!

אוועטאר
ווערעזאַנא
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2021 11:35 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ווערעזאַנא » מאנטאג פאברואר 01, 2021 5:35 pm

סטעטן איילענד שומרים ביים ארויסהעלפן געשטאראנדעטע
צוגעלייגטע
6a06475efe7540beb57dd591983bcaef.jpg
6a06475efe7540beb57dd591983bcaef.jpg (113.45 KiB) געזעהן 578 מאל

אוועטאר
ווערעזאַנא
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2021 11:35 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ווערעזאַנא » דינסטאג פאברואר 02, 2021 8:18 pm

דער קאמפיין פארן מקוה טהרה קאמפיין האט זיך שוין אפאציעל געפענעט.

קליקט אויפן לינק און זוכט אויך די נעמען פון אייערע חברים, און זייט אייך משתתף!


https://www.charidy.com/simikvah/
צוגעלייגטע
bt.PNG
bt.PNG (64.09 KiB) געזעהן 459 מאל

אוועטאר
ווערעזאַנא
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2021 11:35 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ווערעזאַנא » דינסטאג פאברואר 02, 2021 8:20 pm

דער קאמפיין העדקוואטער איז אין ביהמ"ד ערבי נחל! קומט אריבער און העלפט ארויס מיט די ארבעט.

טעימה חמה איז צוגעשטעלט!


ובשם השם נעשה ונצליח

אוועטאר
ווערעזאַנא
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2021 11:35 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ווערעזאַנא » דינסטאג פאברואר 02, 2021 8:22 pm

דער קאמפיין האלט שוין ביי
$324,526
פון איר איין מיליאן דוללערדיגע ציהל

אוועטאר
ווערעזאַנא
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2021 11:35 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ווערעזאַנא » דינסטאג פאברואר 02, 2021 11:13 pm

ביים קאמענד סענטער יעצט ביינאכט.
צוגעלייגטע
21770efa9ee7517d69c20acb257d0ae8fcf13d2f-1.jpg
21770efa9ee7517d69c20acb257d0ae8fcf13d2f-1.jpg (232.42 KiB) געזעהן 388 מאל

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מיטוואך פאברואר 03, 2021 12:34 pm

דאס אחדות איז אין לשער!
ס'גאנצע שטאט ארבעט מיט אלע כוחות אנצוקומען צום גאול. גראססווארדיין, ערבי נחל, מקילניץ, סקווירא, גור, בעלזא, חב"ד, אגודה, פאלטיטשאן, בארדיטשעוו, עמך אידן, ליטוויש, אשכז'יש, און ספרד'יש, הכל למען רבות טהרה והרמת קרנם של ישראל המדקדקים על עצמם, הם ובני ביתם.
דער וואס האט שכל לאזט זיך קאסטן פאר אט אזאן הייליגע משימה. נישט יעדן טאג מאכט זיך אזא געלעגנהייט צו בויען א מקווה טהרה פאר אונזערע אידן וואס וועט גענוצט ווערן בס"ד לאורך ימים ביז משיח'ן.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט