דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מוצ"ש מארטש 14, 2020 11:29 pm

כראפעץ האט געשריבן:לויט דער בוללעטין זעה איך אז עס איז שוין צןגעקומען העכער א האלבע מנין אידן אין די פארגאנגענע דריי וואכן, אויך עטליכע קינדער קע"ה.
פון ווי קומען עפ"י רוב די נייע תושבים?

יא, בעזהשי"ת איז שטארק ניכר דאס געוואוקס פונעם היימשען ציבור אין ווילאוברוק און אין מענאר הייטס. די בתי מדרשים זענען געפאקט עד אפס מקום מיט אנשים, בחורים, וילדי תשב"ר. חסידי גער זוכן צו עפענען א דריטן שטיבל! סקווער פלאצט ארויס פון זייער איצטיגן געדונגענעם בית מדרש. חסידי בעלזא, בימ"ד מקולינץ, ביהמ"ד ערבי נחל- הרב מיללער, אין בימ"ד קאפיטשניץ זענען פילע געפאקטע שוהלן. ב"ה סטעטן איילענד שטייגט בגשמיות וברוחניות (ת"ת, מקוואות, וכו').

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2851
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

קאראנע

תגובהדורך פיטום » דינסטאג מארטש 17, 2020 11:00 pm

פאללאק - מיללער און מקילניץ האבן געמאלדן די שליסונג פון די בתי מדרשים
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2851
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך פיטום » זונטאג מארטש 22, 2020 5:25 pm

אין ליכט פון די קאראנא ווירוס ביטע שטעלט ארויף וועלכע געשעפטן דעליווערן יעצט קיין סטעטן איילענד.
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג אפריל 23, 2020 1:41 pm

קען מען שוין באקומען די כשר'ע מיעלס וואס די סיטי פארטיילט? און ווי נאנט איז דאס צו די היימישע געגענט?

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2851
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך פיטום » דאנארשטאג אפריל 23, 2020 1:42 pm

דריידל האט געשריבן:קען מען שוין באקומען די כשר'ע מיעלס וואס די סיטי פארטיילט? און ווי נאנט איז דאס צו די היימישע געגענט?


אנגעהויבן פון קומענדיגע מאנטאג ביי די PS 54 אויף 1060 Willowbrook Rd נעבן די יאנג איזריעל צענטער
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2851
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

ברכת אילנות

תגובהדורך פיטום » דאנארשטאג אפריל 23, 2020 1:47 pm

מען קען מאכן ברכת אילנות ביי די ווינקל פון וועסטוואד און גרעווס
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

FREEDOM
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

Re: ברכת אילנות

תגובהדורך FREEDOM » דאנארשטאג אפריל 23, 2020 2:41 pm

פיטום האט געשריבן:מען קען מאכן ברכת אילנות ביי די ווינקל פון וועסטוואד און גרעווס


Staten Island
134 Bloomingdale Rd. Left Side Pear Tree
1870 Drumgoole East Yeshiva-Left Side Cherry Tree
792 Westwood Ave. Plum Tree
מי כעמך ישראל!

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מיטוואך מאי 27, 2020 4:42 pm

דער נייער ת"ת בהנהלת הרב הלבערשטאם בן הרבי מגריבאוו שליט"א עפנט זיך צום נייעם זמן ביז כיתה ב' אין וועסטערלי געגנט.

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » דאנארשטאג מאי 28, 2020 11:09 am

קאפיטשניץ'ער שוהל אין מענאר הייטס געגנד ענדיגט באלד בויען די נייע מקוה לרחבת הציבור.

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » זונטאג יולי 05, 2020 9:04 am

נייעס:
א. ס׳האלטן ב״ה אין איין אריין מופען נייע משפחות.
ב. סקווערער חסידים האבן געפייערט א הערליכער הכנסת ספר תורה בהשתתפות רבני העיר ובהשתתפות הרה״צ רא״מ שליט״א.
ג. עטליכע דעי קעמפס פונקציענירען קנאקעדיק דעם זומער אין שטאט.
ד. גריבאווער חדר, ס׳ערשטער חסידישע חדר אין סטעטן איילענד, האט בה א שיינע ענראללמענט. סוועט אי״ה אויך נאכקומען א ביהמ״ד מיט א חצר פארן נייעם רבין.
ה. גערער חסידים זענען אריבער דעם 150 משפחות מארק. כן ירבו.
ו. בעלזער חסידים פלאנען דאס בויען א מקווה אין זייער שטיבל אי״ה קומענדיגן ווינטער.
ז. טאטאל שטריימל-בעקיטשע משפחות האלט ביי קרוב צו 500. אומגלויבלעך!
ללמדך אז דער גרעסס-רוטס (grassroots) מהלך פון בויען א ישוב, ווי יעדער איינציגע משפחה ארבעט פאר זיך, און איז זיין אייגענע עסקן, ארבעט דאס בעסטע. לעומת זה, אויב א קהילה בויעט עס מיט עסקנים און געלט-מאכערס ממינים שונים, נעמט עס לאנג, די קוואליטי איז נישט דאס זעלבע, און מען
איז אנגעהאנגען אויפן כלל ללא שום צורך.

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך נישטאמת » זונטאג יולי 19, 2020 1:05 pm

ווייסט אפשר איינער פין א פארק אויף סטעטן איילענד ווי מען קען ארויס גיין מיט די קינדער? כאפן א בייק און א גריל.

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » זונטאג יולי 19, 2020 2:04 pm

Greenbelt
Clove lake park
Silver lake park

נישטאמת
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך נישטאמת » זונטאג יולי 19, 2020 2:11 pm

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:Greenbelt
Clove lake park
Silver lake park


שכח הרב ריטשמאנדער!

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 5:53 pm

גערער בחורים שפיעלען בעיסבאלל מיטן לבוש אין יאנג איזראעל בעיסבאלל פילד.
צוגעלייגטע
6CB84645-CE40-410E-A1BD-F2EE60D6F1BC.jpeg
6CB84645-CE40-410E-A1BD-F2EE60D6F1BC.jpeg (157.18 KiB) געזעהן 1237 מאל
9BE28ACD-27ED-4E6F-A910-10BE42534558.jpeg
9BE28ACD-27ED-4E6F-A910-10BE42534558.jpeg (161.57 KiB) געזעהן 1237 מאל

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » פרייטאג אוגוסט 28, 2020 12:33 pm

שמועות טובות:
סקווערער חסידים מאפן אריין אין זייער נייגעקויפטער בנין אויף די ימים טובים הבעל"ט
חדר צאנז עפנט איהרע טויערן בעז"ה קומענדיגע וואך ביז כיתה ב'
גערער חסידים עפענען א פערטער שטיבל אויף ר"ה.
שבת אין ווילאוברוק פיהלט זיך ממש ווי אין עני אנדערע אידישער שטאט
ילד וילדה עפנט קומענדיגע וואך א העדסטארט פראגרעם פאר פריסקול אין בנין פון יאנג איזראעל

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8281
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג אוגוסט 30, 2020 12:35 am

וואס איז געווארן מיטן בנין פון ישיבת נהרדעא? שטייט ליידיג?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
לעבט אין לאכט
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 13, 2016 10:20 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך לעבט אין לאכט » זונטאג אוגוסט 30, 2020 12:55 am

חמרא טבא האט געשריבן:וואס איז געווארן מיטן בנין פון ישיבת נהרדעא? שטייט ליידיג?

וואס איז די אדרעס פון די ישיבה?
אז מען לאכט לעבט מען

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מאנטאג אוגוסט 31, 2020 4:54 pm

לויט ווי איך פארשטיי האט אנאנדערער בארא פארקער ישיבה, מתיבתא מבקשי תורה, וועלכער האט זיך צוזאמען געשטעלט מיט הרב גיפס׳ן שליט״א איבערגענומען דעם בנין. א חלק פון דעם בנין וועט אויך דינען אלץ צאנזער ת״ת.

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

Re: דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 3:56 pm

גער ליווינגסטאן שטיבל האבן געקלאוזט אויף א גרויסן בנין אויף העראלד און ראוזוועלט גאס. כן ירבו!


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט