דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מוצ"ש ינואר 18, 2020 11:07 pm

רואיג! האט געשריבן:וועלכע ת''ת עפענט זיך?

כלל חסידי דרך הממוצע חסידיש בארא פארק סטייל. בערך אזוי ווי די באבאווער ישיבה נוסח. נישט וויליאמסבורג/מאנסי סטייל, און אויך נישט לעיקוואוד-חסידיש סטייל.

מימוני
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 6:19 pm

תגובהדורך מימוני » זונטאג ינואר 19, 2020 12:35 am

ס'איז ווארעם צום הארץ צו זען ווי די חסידישע עולם ציוואקסט זיך אין סטעטן איילענד.
מיר געדענקען נאך ווען די ערשטע פאר חסידישע משפחות האט זיך אריינגעצויגען אהין.
רוב ארטיגע איינוואוינער האבן זיך געפרייט אויף די אויסשפרייטונג פון חסידים קיין סטעטן איילענד, אבער אני הקטן האב געהאלטען אז ס'איז א חלום וואס וועט שנעל אויסוועפען, למעשה פריי איך מיך צי זען ווי אימגערעכט איך בין געווען.
דאס עפענונג פין א לאקאלע תלמוד תורה איז שוין לאנג אויווערדיו.
אויב איינער האט א געשעפט אין זיכט זיך אויסצישפרייטען קען היינט רואיג קוקען אויף סטעטן איילענד אלץ אן אפציע.

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » זונטאג ינואר 19, 2020 11:19 am

די סיבות פארן הצלחה פון סטעטן איילענד זענען פשוט, און ווי פאלגענד:
א. לאקעישן. סאיז נאהנט קיין ברוקלין, מאנהעטן , און נוא דזשערסי, פאר פרנסה און שמחות.
ב. מוסדות. מקען זיין/בלייבן אין דעם מוסד פון טשויס אין אונטער א האלבע שעה טיר צו טיר. ממילא מוז מען נישט האבן מוסדות אויף דעי וואן.
ג. אידישקייט. די געגנד איז אידיש שוין פערציג יאהר מיט בתי מדרשים, מקוואות וכו׳, פאליטקל פאוער, וכו׳. ממילא איז נישט דא קיין אנטי סעמיטיזם. דער רבש״ע זאל ווייטער היטן.
ד. סיטילייף. סאיז נוא יארק סיטי פאר טעקסעס, און אויך פאר פאבליק הילף.
ה. מעטשארקייט. סוואוינען דא 450 היימישע, אייעדלע, סאלידע, משפחות וועלכער זענען געקומען דא נאר צו פארבעסרן זייערע אומשטענדן. אויך ציווישן זיי זענען געקומען א הונדערט פופציג חסידים פון גער וועלכער געבן צו צום ערענסטקייט פון דעם פלאץ. און מצד שני קאנטראלירן זיי נישט דעם פלאץ, נוסח פולין. אזוי אז סאיז דא ביידע מעלות, סיי סאיז ערענסט מיט דיירעקשאן, און סיי קיינער געוועלטיגט נישט איבער דעם צווייטען מיט מחאות און קול קוראס און סתם יענטעריי וכדו׳.
ו. די פרייזן פון הייזער זענען בערך 50% ביליגער פון בארא פארק
ז. סאיז א שיינער, קלינער, און ראויגער געגנט.
ח. סהערשט אן אחדות ציווישן די קהילות בנוגע די עירוב, מקוואות וכו׳
ט. דער עולם איז געמישט פון אללע סטעידשעס. פון כולל אינגעלייט נאך די חתונה, ביז עלטערע אינגעלייט וואס האבן שוין חתונה געמאכט א פאר קינדער. ממילא איז דא שמחות פון אויפרופן, שבע ברכותן, ברמצווהס, און בריתן קידושים און שלום זכרס.

staten island
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2017 11:11 am

תגובהדורך staten island » מיטוואך ינואר 22, 2020 9:40 am

קען איינער פליז ארויף לייגען ווי מ'קען דאווענען מנחה

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מיטוואך ינואר 22, 2020 10:10 am

ביי הרב פאללאק איז דא עטליכע מנינים, אזוי אויך אין מקילניץ
אין מקילניץ איז די וואך 5:45
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מיטוואך ינואר 22, 2020 11:42 am

staten island האט געשריבן:קען איינער פליז ארויף לייגען ווי מ'קען דאווענען מנחה

לוח הזמנים פון YISI
https://www.yisi.org/wp-content/uploads ... -17-20.pdf

staten island
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2017 11:11 am

תגובהדורך staten island » מיטוואך ינואר 22, 2020 4:33 pm

נישטא עפעס 5:15 ?

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » דינסטאג ינואר 28, 2020 6:50 pm

מפי השמועה:
דער סטעטן איילענד שאטטל ווערט איבערגענומען דארך די קהילה כדי צו דעקן די קאסטן. לאקאלע רבנים האבן אינטערגעשריבן א בריוו צו שטיצן דעם שאטטל אפילו מיט צדקה געלט.

מימוני
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 6:19 pm

תגובהדורך מימוני » מיטוואך ינואר 29, 2020 2:06 am

כאב לעצטענס גערעדט מיט אן אלטן תושב אין סטעטן איילענד, זאגט ער מיר אז בדרך כלל איז יעדער צופרידן אז חסידישע משפחות האבן זיך אהין געצויגן, אבער וויט אלל דיו ריספעקט האבן גארנישט ציגעגבן צים יושב, חוץ הייבן די ריעל עסטעיט פרייזן.
נישט קיין נייע געשעפטן, נישט קיין מוסדות, זענען נישט אינוואלווד אין לאקאלע ארגענעזאציעס אדער צוועקן אא"וו.

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » דינסטאג פאברואר 04, 2020 6:55 pm

ווי איך הער פון די לאקאלע אידן איז פונקט קאפויער. בלויז פאר דעם אז דער געגנד בלייבט אידיש און ווערט נישט אן אינדיאנער, מוסלימענער, אדער כינעזישער געגנד איז שוין א מעלה פאר זיי.. נאכדעם ווי די אידישע ציבור האט אוועקגעשטעלט אינפעסטראקטשאר און ארגעניזאציעס פאר איבער 40 יאר האט דאס געהאלטען ביים אינטערגיין, ווייל רוב אינגערע מאדערנע אידן ציען זיך קיין טינעק, באוקא ראטאון, סילווער ספרינגס אדער פייו טאונס.
חוץ מזה, אז די פרייזן הייבן זיך איז דאס נאר א מעלה פאר די ארטיגע. מוסדות קומט שוין איבערס יאר.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2787
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

שחרית

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך פאברואר 05, 2020 1:20 pm

ביז וויפיל אזייגער איז דא מניני שחרית אין סטעטן איילענד?

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 2:12 pm

כמיין אז 9:30 אין גראסווארדיין. 98 ruppert

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

דרשו בחינות אין סטעטן איילענד

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » מוצ"ש פאברואר 08, 2020 11:16 pm

איבער דרייסיג אידן האבן זיך פארהערט דעם פארגאנגענעם דאנערשטיג מיט די בחינות אין ביהמ״ד ערבי נחל סטעטן איילענד. כמותם ירבו בישראל! א באווייז אויפן הויכע לעוועל פונעם נייעם ישוב.

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 4:10 pm

צוויי נייע תלמודי תורה עפענען זיך בקרוב אין געגנד בס"ד. איינס, מער חסידיש ווילי סטייל, בהנהלת הרב אהרן הלבערשטאם בהרב מגריבאוו. דער צווייטער איז בהנהלת וועד תושבי המקום בנוסח וויען. דער מנהל איז נאך נישט אנאנסירט געווארן.

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 4:17 pm

איר מיינט בהרב מצאנז מלפנים מגריבוב
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 4:36 pm

חמרא טבא האט געשריבן:איר מיינט בהרבי מצאנז מלפנים מגריבוב

ריטשמאנדער איד
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 5:16 pm

חמרא טבא האט געשריבן:איר מיינט בהרב מצאנז מלפנים מגריבוב

וואטעווער. באטאם ליין: דאס חסידישע עלעמענט וואקסט ב״ה.

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » דאנארשטאג פאברואר 20, 2020 11:23 am

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:צוויי נייע תלמודי תורה עפענען זיך בקרוב אין געגנד בס"ד. איינס, מער חסידיש ווילי סטייל, בהנהלת הרב אהרן הלבערשטאם בהרב מגריבאוו. דער צווייטער איז בהנהלת וועד תושבי המקום בנוסח וויען. דער מנהל איז נאך נישט אנאנסירט געווארן.
צוגעלייגטע
Annotation 2020-02-20 112304.jpg
Annotation 2020-02-20 112304.jpg (161.5 KiB) געזעהן 963 מאל

staten island
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2017 11:11 am

תגובהדורך staten island » דאנארשטאג פאברואר 27, 2020 9:11 am

יואלי קאכט האט געשריבן:נאכנישט געווען באריכטעט דא א נייע פליישיגע טשייניז (כינעזער) געשעפט האט זיך געפענט דא אין שטעטעל מיט טארנאפאל הכשר

איז אמת אז טארנאפאל האט אראפגענומען די הכשר ?

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

דער בוללעטין פרשת תצוה

תגובהדורך פיטום » פרייטאג מארטש 06, 2020 12:36 pm

דער בוללעטין פרשת תצוה
צוגעלייגטע
0002 (1).jpg
0002 (1).jpg (547.51 KiB) געזעהן 630 מאל
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

בוללעטין פרשת כי תשא

תגובהדורך פיטום » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 8:44 pm

דער בוללעטין פרשת כי תשא
צוגעלייגטע
כי תשא פ (1).jpg
כי תשא פ (1).jpg (122.66 KiB) געזעהן 405 מאל
כי תשא פ2.jpg
כי תשא פ2.jpg (113.9 KiB) געזעהן 405 מאל
כי תשא פ3.jpg
כי תשא פ3.jpg (119.09 KiB) געזעהן 405 מאל
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

דער בוללעטין פרשת תרומה

תגובהדורך פיטום » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 8:49 pm

דער בוללעטין פרשת תרומה
ברענג מיר דא ארויף דער בוללעטין פון די פארגאנגענע וואכן, בלעה"ר גיבט א קוק...
צוגעלייגטע
x43.jpg
x43.jpg (112.88 KiB) געזעהן 399 מאל
x42 (1).jpg
x42 (1).jpg (107.39 KiB) געזעהן 399 מאל
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

דער בוללעטין פרשת תץוה

תגובהדורך פיטום » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 8:50 pm

דער בוללעטין פרשת תץוה
ברענג מיר דא ארויף דער בוללעטין פון די פארגאנגענע וואכן, בלעה"ר גיבט א קוק...
צוגעלייגטע
x4 (1).jpg
x4 (1).jpg (134.67 KiB) געזעהן 396 מאל
x42 (1).jpg
x42 (1).jpg (107.39 KiB) געזעהן 396 מאל
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
כראפעץ
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 23, 2014 4:33 pm
לאקאציע: אונטערן דאכענע

תגובהדורך כראפעץ » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 8:54 pm

לויט דער בוללעטין זעה איך אז עס איז שוין צןגעקומען העכער א האלבע מנין אידן אין די פארגאנגענע דריי וואכן, אויך עטליכע קינדער קע"ה.
פון ווי קומען עפ"י רוב די נייע תושבים?
איינע פון די זאכן וועלכע קען אויפוועקן און נערווירן דיין שכן איז "כראפעצן"

מימוני
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 6:19 pm

תגובהדורך מימוני » פרייטאג מארטש 13, 2020 9:02 am

ריטשמאנדער איד האט געשריבן:ווי איך הער פון די לאקאלע אידן איז פונקט קאפויער. בלויז פאר דעם אז דער געגנד בלייבט אידיש און ווערט נישט אן אינדיאנער, מוסלימענער, אדער כינעזישער געגנד איז שוין א מעלה פאר זיי.. נאכדעם ווי די אידישע ציבור האט אוועקגעשטעלט אינפעסטראקטשאר און ארגעניזאציעס פאר איבער 40 יאר האט דאס געהאלטען ביים אינטערגיין, ווייל רוב אינגערע מאדערנע אידן ציען זיך קיין טינעק, באוקא ראטאון, סילווער ספרינגס אדער פייו טאונס.
חוץ מזה, אז די פרייזן הייבן זיך איז דאס נאר א מעלה פאר די ארטיגע. מוסדות קומט שוין איבערס יאר.

יא מיר ווייסען אז ס'איז יש ויש, איך האב איבערגעגעבן די פראספעטיוו פין איין לאקאלער איד, אבער ווי גאזאגט שוין אויבן איז די אלגעמיינע ציבור צופרידן פונעם וואוקס.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט