דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד, ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

ווען אימער מען רעדט פון דירות פראבלעם אין וויליאמסבורג איז מען פארנימען ארויסברענגן די הימל שרייענדע רענט פרייזן, און אראפרייסן די באקוועמליכקייטן פון וואינען אין וויליאמסבורג, שוין צייט צו טוען פארקערט, וויליאמסבורג איז א שטאט וואס מען קען נישט ריפלעסן, היימיש באקוועם סעיף אלעס ציגעשטעלט נאנט צי די טיר פון משפחה דאקטאר חדר ישיבה מקוה ארבעט טרענספארטעישאן גראסערי און וואס נישט, שוין קאסט עס טאקע אפאר דאלאר אבער די באקוועמליכקייטן וועגן איבער.

דאס איז טאקע נאר ציניש גערעדט, למעשה מיין איך אז נייע שטעטליך קענען זיך נישט אויסארבעטן ווייל ס'מאכט נישט קיין סענס, מען חושט ארום דעם עולם מיט די פרייזן מיט קל וחומר און גזירה שוה'ס אנשטאט פאקטן, פרייזן ארבעטן מער ווייניגער אז וויבאלט אין וויליאמסבורג קאסט א דירה א מיליאן דאללער קימט אויס אז בלומינבורג איז א מציאה ווען עס קאסט נאר 400 טויזנט, איי די קל וחומר האט א פירכא ווייל די קענסט האבן אין לעיקוואד ביליגער איז דא א גזירה שוה פון מאנרא, איי מאנרא איז אויפגעבויעט און אלעס איז ציגעשטעלט, אבער למעשה איז עס ביליגער פון וויליאמסבורג וחזר הדין לא ראי זה כראי זה, הצד השוה שבהן אז ווי אימער איז דא דיוועלאפערס וואס ווילן רייך ווערן אופן ציבור.
ווילסט איך זאל מופען קיין בלומינבורג פארקויף פאר די פרייז עס קאסט א הויז אין בלומינבורג, גזירה שוה'ס און קל וחומר'ס ארבעטן נישט, איי די גייסט בויען מוסדות, בוי נישט. ס'וועט עניוועיז פאלן אויף די קונים סא טוה מיר נישט קיין טובות איך קען אליינס, די פארקויף נאר לויט די עכטע מארקעט וועליו.

אין שארט א דירה וואס קאסט אין וויליאמסבורג א מיליאן דאללאר איז ווערט א מיליאן, נאר איך קען עס נישט באצאלען, משא"כ א דירה אין בל"ב פאר 400 אלפים איז נישט ווערט די געלט, אפילו 200 אלפים איז שוין טייער און ממילא האלט איך נישט ביים עס צאלן.
.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

אלד, דו בלייב טאקע אין ווילי, (אבער נאר אין אלד ווילי, דאס האט נאך געהאט עפעס א שטיקל טעם, ניו ווילי סטינקס...) אבער דער מציאות קען מען טאקע נישט טוישן, ווילי איז באקוועם פאר די וואס ווילן דוקא דאס, און די וואס ווילן דוקא דאס וויל מען נישט ערגעץ אנדערש אויך נישט, זיין באלאנגען אין ווילי.

פאר די וואס קענען לעבן ערגעץ אנדערש אויך, און זיי ווילן ביליג, גייט אין די נעקסטע פאר וואכן ארויפקומען אויפן מארקעט דער נייער וואטערבערי פראיעקט, וועלכע גייט בעז"ה זיין גוט, שיין און יא, "ביליג". לויט די ארטיגע מארקעט וועליו.

פאר מער, האלט מיט מיט די וואטערבערי אשכול.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לא להשאיר התגובה חלק, אלד ווילי דיין קל וחומר איז זיס, איי לאווד איט...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

אזוי ווי דאס איז די סטעטן איילענד אשכול וועל איך שרייבן נאר וועגן סטעטן איילענד און נישט איבער די פראבלעם פון וויליאמסבורג און בלומענבערג וכו'.
עס איז אויפגעקומען א פלאן בערך א יאר צוריק דורך אפאר גור'ער יונגעלייט צו מופען קיין סטעטן איילענד, זיי האבען זיך אינטערעסירט דערין און לעת עתה האלט עס ביי 13 יונגעלייט וואס מופען בעז"ה אהין, רוב דערפין האבן שוין געקויפט הייזער, בערך דריי חדשים צוריק האט א סקווירא יונגערמאן אויפגעברענגט די פלאן פאר סקווירא'ער יונגעלייט צו מופען אהין, נאכן אסאך דורך רעדן מיט די גור'ער יונגעלייט, און עס זענען שוין דא דריי סקווירא'ער יונגעלייט וואס האבען געסיינט קאנטראקט, און נאך אפאר וואס זענען זייער ערענסט און קוקען שוין אויף הייזער.
יעצט די פאקטן:
סאיז דא דארט בערך 800 - 900 יודישע משפחות, בערך 150 ישיבישע משפחות און בערך 700 יאנג איזריעל משפחות.
די הייזער (אין די יודישע געגענט) זענען בערך 25 יאר אלט, אזוי ווי אין יעדע געגענט זענען דארט אויך דא הייזער צו פארקויפען, א חלק דערפון ווייל די ישיבישע עולם מופען לעבן זייערע קונדער קיין לעיקוואד אד"ג און די יאנג איזריעל מאכן עלי' קיין אר"י.
די הייזער זענען בערך 2500 סקווער פוס צוטיילט אין צוויי שטאק, בערך 26 פוס ברייט ביי 48 פוס טיף, די לאטס זענען 40 ביי 100.
סאיז דא: א בית המדרש פון הרב פאללאק וואס איז די היימישע ביהמ"ד, מקוה טהרה, עירוב, חברה הצלה.
די קינדער וועלן ווייטער לערנען אין מוסדות אין בארא פארק אזוי ווי ביז יעצט, ממילא פאר איינער וואס וואונט אין וויליאמסבורג איז דאס אביסל שווערער ווייל ער דארף טוישן די מוסדות אויך און סאיז נישט אין זעלבן שטאט.
סאיז דא אסאך גוישע הייזער דארט אין געגענט צו פארקויפען וואס זענען ביליגער אבער איך ווייס נישט קיין פרטים.

די גאנצע זאך האט גארנישט מיט עסקנים אדער דעוועלאופערס, סך הכל אפאר יונגעלייט צווישן זיך האבן זיך צוזאמען גענומען.

נ.ב. די אלע נומבערס זענען בערך.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדינער »

ווי איז דאס? קען איינער אפשר לינקן צו google view?
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

Exit 11 on staten island expressway, Bradly Ave.
Willowbrook Area
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

צייטליך איז פולשטענדיג גערעכט!

דער עולם האלט נישט ביים מופן, רוב מענטשן מאכן נישט קיין לאנג טורם חשבונות, מען קוועטשט ארויס דעם חודשליכן רענט און מען האלט זיך נישט ביים אנשטרענגען און אויפריכטיג טראכטן איבער דעם עתיד.
חזק׳ל
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 25, 2014 7:45 am

נייע חסידישע געגענט אין סטעטן איילענד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזק׳ל »

שטיקל גבאי האט געשריבן:אזוי ווי דאס איז די סטעטן איילענד אשכול וועל איך שרייבן נאר וועגן סטעטן איילענד און נישט איבער די פראבלעם פון וויליאמסבורג און בלומענבערג וכו'.
עס איז אויפגעקומען א פלאן בערך א יאר צוריק דורך אפאר גור'ער יונגעלייט צו מופען קיין סטעטן איילענד, זיי האבען זיך אינטערעסירט דערין און לעת עתה האלט עס ביי 13 יונגעלייט וואס מופען בעז"ה אהין, רוב דערפין האבן שוין געקויפט הייזער, בערך דריי חדשים צוריק האט א סקווירא יונגערמאן אויפגעברענגט די פלאן פאר סקווירא'ער יונגעלייט צו מופען אהין, נאכן אסאך דורך רעדן מיט די גור'ער יונגעלייט, און עס זענען שוין דא דריי סקווירא'ער יונגעלייט וואס האבען געסיינט קאנטראקט, און נאך אפאר וואס זענען זייער ערענסט און קוקען שוין אויף הייזער.
יעצט די פאקטן:
סאיז דא דארט בערך 800 - 900 יודישע משפחות, בערך 150 ישיבישע משפחות און בערך 700 יאנג איזריעל משפחות.
די הייזער (אין די יודישע געגענט) זענען בערך 25 יאר אלט, אזוי ווי אין יעדע געגענט זענען דארט אויך דא הייזער צו פארקויפען, א חלק דערפון ווייל די ישיבישע עולם מופען לעבן זייערע קונדער קיין לעיקוואד אד"ג און די יאנג איזריעל מאכן עלי' קיין אר"י.
די הייזער זענען בערך 2500 סקווער פוס צוטיילט אין צוויי שטאק, בערך 26 פוס ברייט ביי 48 פוס טיף, די לאטס זענען 40 ביי 100.
סאיז דא: א בית המדרש פון הרב פאללאק וואס איז די היימישע ביהמ"ד, מקוה טהרה, עירוב, חברה הצלה.
די קינדער וועלן ווייטער לערנען אין מוסדות אין בארא פארק אזוי ווי ביז יעצט, ממילא פאר איינער וואס וואונט אין וויליאמסבורג איז דאס אביסל שווערער ווייל ער דארף טוישן די מוסדות אויך און סאיז נישט אין זעלבן שטאט.
סאיז דא אסאך גוישע הייזער דארט אין געגענט צו פארקויפען וואס זענען ביליגער אבער איך ווייס נישט קיין פרטים.

די גאנצע זאך האט גארנישט מיט עסקנים אדער דעוועלאופערס, סך הכל אפאר יונגעלייט צווישן זיך האבן זיך צוזאמען גענומען.

נ.ב. די אלע נומבערס זענען בערך.

עיקר חסר מן הספר, די פרייז!
די פרייזן זענען היבש טייער בערך $600,000. און צוגאב וואס עס גייט קיינמאל נישט זיין גענוג הייזער פאר סעיל.
ווי באקאנט זענען די זאונינג געזעצן דארט זייער שטרענג ממילא איז נישט דא קיין אפשען פון בויען פאר די מאסן. בסך הכל קען מען אפקויפען עקזעסטירנדע הייזער וואס איז היבש לימיטעד אין די ווילאברוק געגענט.
מיט דעם אלעם, פאר איינער וואס איז אנגעוויזן אויף בארא פארק צו ווייל ער האט זיין job דארט אדער ווייל ער וויל דווקא שיקן זיינע קינדער צו די מוסד פון זיין חסידות פאר אזא איינעם איז עס א מציאה ווייל פארט איז עס האלב די פרייז פון וויפיל עס קאסט אין ב״פ, און צו פארן איז עס נישט מער פון 20 מינוט פון ב״פ.
און דאס איז אויך נאר גוט פאר די ערשטע 100 מענטשען ווייל וויבאלד, ווי אויבן ערווענט, איז די געגענט גאנץ לימיטעד מיט הייזער פאר סעיל, איז צו ערווארטן אז די פרייזן זאלן זיך דראסטיש הייבן איינמאל עס ווערט א געזוכטע געגענט פאר חסידים.
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

חזק׳ל האט געשריבן:

גערעכט טאקע עיקר חסר, סארי איך האב פארגעסן
הייזער קאסטן בערך צווישן 450,000 און 550,000 דאללער (די גוישע געגענט וואס איז אפאר גאסן אראפ קאסט אסאך ביליגער).
זאונינג קען מען טאקע נישט בויען אזוי הויעך אווי די דור הפלגה און מקען אויך נישט אויסבויען די גאנצע לאט (אפשר א מעלה ווייל אזוי קען מען האבען אביסל גרינס ארום די הויז).
סטעטן איילענד איז נישט לימיטעד און מקען זיך רוקען אסאך גאסען ארויף אויך.
דאס וואס דו זאגסט אז ביי 101 מענטשן גייט זיך די פרייזען הייבען, קען טאקע זייער מעגליך זיין אבער איך ווייס נישט.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

חזק׳ל האט געשריבן:...און צו פארן איז עס נישט מער פון 20 מינוט פון ב״פ.

אן טרעפיק...
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

והנה און נון האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אדער געלייענט אז א סאטמארער אינגערמאן וואס האט געמופט קיין לעיקוואד האט פרובירט צו שטופן אז מען זאל מאכן דארט א שטעטל

א שטיק צייט צוריק האט ער געמאכט א ברית, און ער האט מכבד געווען אדמו"ר מהרי"י מ'סאטמאר מיט סנדקאות, ביים ברית סעודה האט ער צוגעשטעלט א פיינעם מילכיגן פרישטאג

א צייט שפעטער האט דער רבי אים געזאגט אז ער וויל ענדערש אנדערע פלעצער ווי לעיקוואד, ווייל אויב עס געלונגט נישט מוז מען צוריק מופן און פארטיג, אבער אויב שיקט ער דעם עולם אויף לעיקוואד און עס ארבעט זיך נישט אויס די שטעטל, גייען די אינגעלייט דארט בלייבן און געבן מילכיגס ביים ברית...

ודפח"ח

גוט, אבער דער אינגערמאן דארט איז א שה אחד, איז ער נשפע געווארן... אז מ'וועט גיין צוזאמען א עולם וועט מען זיך האלטן

פערצופאל האב איך שוין מיטגעהאלטן א ברית אין לעיקוואד ווי מען האט יא געגעבן פלייש..
האסטו פרובירט צי פרעגן אן אמתן דעת תורה וואס עס איז ענדערש, דארפ'ן גנב'ענען פון די רעגירונג סעקשאן 8 למשל אדער געבן מילכיגס ביי א ברית.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

פרעג אן ביים רבין שליט"א
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

שנאפס האט געשריבן:פרעג אן ביים רבין שליט"א

קודם באלאנג איך צו אן אנדערע קרייז אבער עס מאכט נישט אויס.
פערצופאל ווייס איך אז סאטמאר רבי (מהרז"ל) שליט"א האט יא געגעבן רשות פאר איינעם טאקע צוליב די סיבה, אז ענדערש זאל מען נישט זיין קיין נצרך.

איך טענה שוין לאנג אזוי ווי מחותן זאגט

מחותן האט געשריבן:איך בין שוין לאנג מיט מיין קאנסיפראציע אז געוויסע וואס שטייען ביים רידער און זיי האבן אינוועסטירט אין וומסב"ג זייערהאב און גוטס, מאכט און כבוד, זענענן די וואס מישען א קאשע אז אלעס זאל בלייבען ווי עס איז,
פאר די וואס האבן אויסגעצאלטע בנינים אין וומסב"ג און עסטאלבישט זייער ביזנעס/כבוד/געלט אין וומסב"ג וועט זיין א קאסטראפע אויב אנדערע פלעצער ארבייט זיך אויס, פאר זיי איז גוט אזוי ווי עס איז יעצט, און דער עמך יונגערמאן וואס דערטרינקעט זיך קען זיך סיי ווי נישט אליינס העלפן דערפאר וועט זיך די רעדל ווייטער דרייען אויפן זעלבן אויפן ווי ביז יעצט.

לויט ווי איך האב מיטגעהאלטן מיט סאטמאר מהרי"י ליגט עפעס אמת אין דעם, נישט פונעם רבי'ן נאר די וועד וכדו'.
(פארגעס נישט די רבי האט געוואוינט נאנט צו דרייסיג יאר אין ב"פ וואס אמאל איז ב"פ געווען ערגער ווי היינט לעיקוואד)
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

לעיקוואוד, דו זאגסט זייער שיין. אבער צו מאכן אזא חשבון, דארף מען צוערשט... וואוינען אין לעיקוואוד!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לעיקוואוד וואספארא צושטעל איז איין פערזענליכע מעשה צו א סיטעמאטישע "שיקען דעם עולם". און כ'מיין סיי דער אינגערמאן וואס האט יא געגעבן פלייש, און זיי דעס אז האדמו"ר מהרי"י האט געוואונט אין בארא פארק?

האט דען נישט רבינו מסאטמאר זי"ע נישט געזאגט פאר געוויסע אז זיי האט ער נישט געמיינט מיטן נישט פארן צו ארץ ישראל? (עכ"פ אזוי גייט די מעשה, די נקודה איז זיכער ריכטיג.)

די "נערוועזיקייט" צו שיקען קיין לעיקוואוד "סיסטעמאטיש" איז לענ"ד א גערעכטע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

אבעארוואס ;l;p-
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

סאיז דא א טאנעל וואס מען האט אנגעהויבן בויען צו קאנעקטן די D N און R טרעין צו גיין קיין סטעטן איילענד, די טונעל איז שוין געגראבן 150 פיס לאנג אינטערן וועריזאנא וואסער, די פראדשעקט שימעלט שוין 70-80 יאר, פון צייט צו צייט וועקט זיך א פאליטישאן אויף און פארלאנגט מען זאל עפעס טוען צו ענדיגן דעם טונעל, אויב ווערט דער טונעל גע'ענדיגט קען דאס זיין א מוראדיגע פארלייכטערונג צו פארן צווישן ב"פ און סטעטן איילענד.

http://en.m.wikipedia.org/wiki/Staten_Island_Tunnel
.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

פארוואס האט זיך עס בכלל אפגעשטעלט?
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

געהערט היינט ווי א ווילאמסבורגער דיוועלאפער וואס האלט אינמיטן בויען האט געהויבען די פרייזען אויף 510.00 א סקווער פיס, פאר וועם ?
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
babaganush
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך babaganush »

הרב פאללאק'ס ביהמ"ד

98Rupert Ave Staten Island NY 10314
הורוויץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 16, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הורוויץ »

דארפסמאן האט געשריבן:געהערט היינט ווי א ווילאמסבורגער דיוועלאפער וואס האלט אינמיטן בויען האט געהויבען די פרייזען אויף 510.00 א סקווער פיס, פאר וועם ?

ר - - ע וואס ער איז! (אויב איז עס בכלל אמת)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

babaganush האט געשריבן:הרב פאללאק'ס ביהמ"ד

98
Rupert Ave Staten Island NY 10314

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

הורוויץ האט געשריבן:
דארפסמאן האט געשריבן:געהערט היינט ווי א ווילאמסבורגער דיוועלאפער וואס האלט אינמיטן בויען האט געהויבען די פרייזען אויף 510.00 א סקווער פיס, פאר וועם ?

ר - - ע וואס ער איז! (אויב איז עס בכלל אמת)

איר האט א ברירה. פאר $1.3 מיליאן קענט איר קויפן דעם פאלאץ אין נארמאדי, פראנקרייך.

בילד
א קורצע דעסקריפשען:
Chateau Blavou is a 10-bedroom, 8-bathroom castle set in a peaceful 27-acre section in Normandy. This property comes complete with a vaulted cellar, a dining room that seats 60+ guests, a cellar/bar area with access to the garden, a wine cellar, food preparation room, two greenhouses, a caretaker’s house, a guest house, and a function room that seats 210 people.

ווייניגער פון צוויי שעה נסיעה ביז פאריז. א פאלאץ מיט אלע פיטשיווקעס. מ'קען אפילו פירן טיש (און האלטן א מנין בטלנים)...

אדער קענט איר פאר די געלט קויפן א טונקעלע לאך אויפ'ן פיפטן שטאק "אין הארץ פון ניי-וויליאמפעסט."
לעצט פארראכטן דורך יודל מענדלזאהן אום מאנטאג מאי 05, 2014 8:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

זוי ביליג???
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

עקבי הצאן האט געשריבן:זוי ביליג???

וואס איז ביליג? די פאלאץ, אדער די טונקעלע לאך אויפ'ן פיפטן שטאק "אין הארץ פון ניי-וויליאמפעסט?"
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”