דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד, ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דגל יהודה »

joegreen האט געשריבן:ווייסט איינער מער פרטים?


וואספארא פרטים ווילסטו וויסען. ער איז אהין געשלעפט געווארן דורך א גרופע היימישע יונגערלייט. (אפאר סאטמערע) אין סיי זיכען א ערנסטע רב אין ער האט זיך ציגעכאפט דערצי. סאיז באמת א win win פאר ביידע צדדים. ער איז דורט געווען אויף שבת צוויי וואכן צירוק. מורידיג הנאה געהאט. אין יעצט פיינעלייזד ער פאר א הויז אין א שוהל מיט אלע פיטשיקוועס ווי עס דארף צי זיין.
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט
דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דגל יהודה »

איך זעה אז יעדע שטיק צייט וועקט זיך איינער אויף וויפעל יודן וואוינען שוין אין סטעטן איילענד. קימט אחר זעהן די לינק. סווערט אפדעיט יעדע שטיק צייט מיט אלע פרישע איינוואוינערס

https://www.google.com/maps/d/u/0/viewe ... 46772&z=16
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט
דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דגל יהודה »

סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט
דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דגל יהודה »

סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט
אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד אמיתי »

איך קום יעצט פון סטעטען איילענד
מיין פלעמעניק האט געמאכט וואך נאכט, בלי נדר אויב איך וועל האבען נערווען וועל איך מארגען אראפלייגען מיין חוות דעת אויף דעם מקום, גוטע נאכט
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

חסיד אמיתי האט געשריבן:איך קום יעצט פון סטעטען איילענד
מיין פלעמעניק האט געמאכט וואך נאכט, בלי נדר אויב איך וועל האבען נערווען וועל איך מארגען אראפלייגען מיין חוות דעת אויף דעם מקום, גוטע נאכט


מיר ווארטן יישר כח
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד אמיתי »

מזל טוב
די שווער זז״ג ב״ה געווארען א עלטער זיידע, די עלטסטע שוואגער א זיידע, מיין פלעמעניק -וואס איז געוועהן א זיס בחור׳ל ווען איך בין אריין געקומען אין משפחה- האט היינט מכניס געווען בבריתו של אברהם אבינו דאס ערשטע קינד ב״ה

צוריק צון ענין נעכטען נאכט בין איך געפארען קיין סטעטען איילענד צום וואך נאכט וואס איז פארגעקומען אין מיין נעפיא׳ס נייע הויז וואס זיין טאטע האט אים נארוואס געקויפט, און דאס איז מיין אפשאצונג:

קודם די וועג איז א מחיה! פון מיין טוהר אינמיטען די טשאלענט טרם פון בארא פארק ביז צום טוהר פון מיין נעפיא׳ס הויז פינקטליך 21 מינוט אויף׳ן האר, דאס אז עס איז אסאך נענטער פון וויליאמסבורג דאס איז א דבר פשוט מאד, אפילו אין בארא פארק צוצוגיין ביז 40 און 11 איז זיכער מער צייט ווי דעם

אבער נאכדעם קומט פארקינג.... צו וואוינען איז אפשר נישט קיין פארבלעם, אבער ווען דו מאכסט נמשל א וואך נאכט איז זייער שווער פאר דיינע געסט, און א געוויסע זוהן אפילו שווערער ווי אין בארא פארק, אזוי ווייט איך האב געהערט ווי א אינגערמאן וואס איז א סטעטען איילענד איינוואוינער האט געזאגט פאר א אנדערען דאס ער האט געוואקט פון זיין הויז ביז אהער ווייל עס איז א פיע״ן אי״ן די נע״ק ארויסצונעמען די קאר און זיכען פארקינג... יעדע הויז האט לכה״פ צוויי דרייוועס און צווישען איז נישט דא קיין פלאץ און צווישען די הייזער איז ווייטער א דרייוועי, אפשר בין איך אביסעל מגזם אבער נישט צו פיהל

די הויז גופא: גאנץ געשמאק אביסעל קאנטרי לאקינג, נידריגע דאך וכדומה, און בכלל נישט אזוי גרויס דריי בעדרומס אויך נישט שרעקליך רחוות׳דיג אבער אויך נישט קליין, די קאך איז אויך נישט וואס איך האב מיר גערישט אויף, אבער די דיינונג רום מיט ליווינג איז יא עפעס! גרויס, געשמאק אויסגעשטעלט (אבער פארגעסט נישט... נידריגע דאך) ביעסמענט איז געוועהן פאר פרויען האב איך נישט געקענט זעהן, אבער לויט ווי איך פארשטיי גענוג און נאך גרויס, ווייל לויט די פארקער האב איך נאר געזעהן אריין גיין און נישט ארויסגיין כמעט..... די בעק יארד גאנץ פיין, אבער אויך האב איך זיך גערישט אויף עפעס מער, און דאס אלעס איז 700 טויזענט דאללער

מיין אויספיר און ענגילטיגע אפשאצונג ... אביסעל שפעטער...המשך יבא:
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

לאמיר שוין הערן
אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

המשך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד אמיתי »

בקיצור לאמיר מסיים זיין:

די געגענט איז (קוקט אויס) א זייער געשמקע פלאץ צו וואוינען, נאכדערצו אויב מען האט ליעב (אלט) מאנסי סטייל, א שטייגער ווי מאנטריעל uptown אדער ווי פלעטבוש.. אויב די עולם כאפט וואס איך מיין, אבער לענ"ד קיין געווינס איז עס נישט, קודם כל 700 טויזענט דאללער איז נישט קיין קליין געלד, אבער לאמיר זאגען אז מען האט שוין יא ארויסגענומען די געלד, באקומסטו נישט קיין בארא פארק'ע שיינע הויז פשוט 20 מינוט ארויפציער, בכלל נישט, ווייט דערפון, און אויב ווילסטו יא א שיינע גרויסע בעטעמטע הויז וואס אין בארא פארק וואלט עס געקאסט 1.8 געגענט, קען מען עס דארט נישט קויפן פאר ווייניגער ווי איינס און האלב שלימים, און אפילו די סארט וואס וואוינט דארט איז אויך נישט כפי מיין געגענט קוקט אויס (אפשר די בעלזא חלקה איז בעסער.. איך בין נישט באהאווענט מיט זייער ציבור)

סך הכל:
700 טויזענט דאלער איז נישט 400 ווי אנדערע פלעצער ליעוואד, בלומענבורג, וכדומה
מוסדות איז נישט דא אויף'ן פלאץ, די עגמ"נ דארף מען נישט אויסשמוסען
די הייזער זענען ענדליך צו זוממער הייזער...
די סארט איז נישט געשמאק חסידיש געשטימט

אבער פאר "אזעלעכע" וואס זיכען עס, איז פאר די "אזעלעכע" וואלט איך ענדירש גערטאען טאמס ריווער אין ליעקוואד, אויף יעדע גשמיות'דיגע מעלה איז עס בעסער
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן
גלות אמעריקא
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 6:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות אמעריקא »

חסיד אמיתי האט געשריבן:בקיצור לאמיר מסיים זיין:



סך הכל:
700 טויזענט דאלער איז נישט 400 ווי אנדערע פלעצער ליעוואד, בלומענבורג, וכדומה

די סארט איז נישט געשמאק חסידיש געשטימט




וועגן אנדערע נקודות קען איך נישט מחולק זיין, אבער די צוויי זאכן ואס דו רעכנסט אויס ווייס איך די פאקטן, וועל איך זיך יא נעמען די מיה מתווכח צו זיין

אין מאנסי און לעיקוואוד איז די טעקס סאאאאך טייערער ווי סטעטן אילענד (נ"י סיטי) וואס מאכט די חודשליכע פעימענט די זעלבע פאר א 400K הויז אין מאנסי צו א 700K הויז אין סטעטן איילענד! (אפשר א משהו אנדערש, אבער קליינע ציפערן)

וועגן 'סארט', איך האב עטיליכע חברים וואס וואוינען דארט, נאכן זיך אריבערציען פון בארא פארק (איינער טאקע א גור'ער, אבער 2 אנדערע פון כלל חסידי), זייער א געשמאקע ציבור חסידישע אינגעליט פון אלע סארטן, טאקע נישט פון וויליאמסבורג און וועגן דעם הערט מען נישט צופיל דערוועגן אויף אייוועלט...

סטעטן איילענד האט שוין היינט איבער 300 חסידישע אינגעלייט פון בארא פארק (!), ווען אייוועלט וואלט געווען באלאנצירט צווישן אלע געגענטער וואלט דער אשכול געווען היבש מער אקטיוו ווי בלומינגבערג און זשערסי סיטי... וואס האבן אפשר א דריטל אדער ווייניגער איינוואוינער ווי דעיס
גלות אמעריקא
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 6:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות אמעריקא »

וועגן די הויז - איך שטעל זיך פאר אז פון דיין שוואגערס הויז איז אוממעגליך צו מאכן א גזירה שוה אויף סטעטן איילענד בכלליות, ווי ווייט איך ווייס איז דא דארט אלע סארטן הייזער [לאפוקי בלומענבערג און לעקוואוד וואס גייען אסאך מיט דעוועלאפמענטס]
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1728
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

וועמען קען איך איך רופען אויב איך וויל מיר אנהאנדלען א הייזקע?

איך דארף א נומ. פון א היימישע פארלעסליכע ריעל עסטעיט עזישענט אינעם געגענט איינער ווייסט?
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכאי »

Joshua Katz
Katz Realty
39 Boone Street
Staten Island, NY 10314
347-628-2819
[email protected]
License #: 10311206386
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איך זעה אז די ישיבה תפארת ירושלים געפינט זיך ביים אנדערן עק סטעטען איילענד, גאנץ אינטן.
איז דא דארט עפעס אידישקייט חוץ די ישיבה?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
גלות אמעריקא
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 6:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות אמעריקא »

אגב, אז מרעדט שוין, עס וואוינען שוין היינט צוטאגס העכער 350 היימישע פאמיליעס אין סטעטן איילענד! מען קען רואיג זאגן אז דערווייל איז עס די איינציגטסע 'נייע' געגענט וואס האט עכט מצליח געווען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

גלות אמעריקא האט געשריבן:אגב, אז מרעדט שוין, עס וואוינען שוין היינט צוטאגס העכער 350 היימישע פאמיליעס אין סטעטן איילענד! מען קען רואיג זאגן אז דערווייל איז עס די איינציגטסע 'נייע' געגענט וואס האט עכט מצליח געווען

עס איז בסך הכל א עקסטענשאן (טאקע א לאנגע עקסטענשאן ווייער, אבער פארט נישט מער) פון בארא פארק. נישט קיין תלמוד תורה, נישט קיין סקול, נישט קיין כולל, 75 פראצענט פון די נשים צדקניות דרייוון, עפעס איז עס א ברי' בפני עצמה, אודאי איז עס בעסער ווי גארנישט אבער ווייט נישט א נייע ישוב ווי ד.ס. בלומינגבורג וכדו'
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

קביעת מזוזה ביים נייעם בעלזא שטיבעל אין סטעטען איילענד בהשתתפות הרה״צ רא״מ שליטא
אטעטשמענטס
338A428F-AA5F-4C8F-AE2D-968B11E7361A.jpeg
338A428F-AA5F-4C8F-AE2D-968B11E7361A.jpeg (61.26 KiB) געזען 4266 מאל
695C9C4D-A53E-4603-833A-E6876342A4EB.jpeg
695C9C4D-A53E-4603-833A-E6876342A4EB.jpeg (99.09 KiB) געזען 4266 מאל
F8083E81-0C69-4F6A-8F51-6865D7DC9BEB.jpeg
F8083E81-0C69-4F6A-8F51-6865D7DC9BEB.jpeg (59.17 KiB) געזען 4268 מאל
סקאטש
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 7:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקאטש »

וויפיל חסיד׳ישע שולן איז שוין דא אין סטעטן איילענד?
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

איז דא א פערי צווישען סטעטן איילענד און ברוקלין?
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

דממה דקה האט געשריבן:איז דא א פערי צווישען סטעטן איילענד און ברוקלין?

צו מאנהעטן איז דא
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

סקאטש האט געשריבן:וויפיל חסיד׳ישע שולן איז שוין דא אין סטעטן איילענד?

גור
בעלזא
סקווירא
וויזשניץ
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

נחוניא האט געשריבן:
סקאטש האט געשריבן:וויפיל חסיד׳ישע שולן איז שוין דא אין סטעטן איילענד?

גור
בעלזא
סקווירא
וויזשניץ

עס איז דא אסאך מער
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
שרעבי
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:10 am

ווילט איר וויסן מער איבער סטעטן איילענד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרעבי »

ליינט די אינטערוויו די וואך אין קינדליין, ווי עס ווערט אייך באשריבן די היסטאריע פון די אידישע ישוב, די מעלות/חסרונות, און נאך אסאך אינפארמאציע
אטעטשמענטס
IMG_20190127_085546_665.jpg
IMG_20190127_085546_665.jpg (282.01 KiB) געזען 3690 מאל
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

ביהמ"ד אור מאיר קאפיטשניץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

דעם שבת ווערט געעפענט א קאפיטשניצער ביהמ"ד אין סטעטן איילענד.
אור מאיר.jpg
אור מאיר.jpg (26.28 KiB) געזען 3447 מאל
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2668
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

איך האב געזעהן א פעטיציע אז די ברוקלין פערי זאל מאכן א סטאפ אין סטעטן איילענד, איך גלייב אז דאס וועט שטארק צוהעלפן פאר די אידישען ישוב.

ווי מאדנע עס הערט זיך, האט סטעטן איילענד נישט קיין דירעקטע טראסנפערטאציע קיין ברוקלין, טראץ דעם וואס עס איז א שפאן אוועק.

https://www.change.org/p/nyc-mayor-bill ... o-brooklyn
בילד
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”