דאס היימישע ישוב אין סטעטן איילענד

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » זונטאג נובעמבער 03, 2019 2:50 pm

מתון מתון האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:פרייזען אין סטעטן איילענד זענען געפאלען אין די לעצטע זעקס חדשים. מ׳קען היינט טרעפן גוטע מציאות.

וואס הייסט געפאלן? געב נומערן אויב מעגליך.
און וואס איז די סיבה? ווייניגער אידן קויפן? מער גויים פארקויפן?

די פרייזען פאלען צוליב דעם אז די גוים ווילען אלע אוועק מאפען און באקומען גוטע פרייזען כ״ז די ריעל עסטעיט מארקעט איז נאך גאנץ הויעך. למעשה אבער פאלט גאנץ נוא יארק ממילא פאלט סטעטן איילענד אויך. איז אבער יעצט א גוטע צייט צו קויפען.

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » זונטאג נובעמבער 03, 2019 2:57 pm

פאלקס קיך האט געשריבן:
ריטשמאנדער איד האט געשריבן:סאטמער וואלט שיין מצליח געווען לדעתי. ספיציעל דער מידל קלעסס בארא פארקער עולם וואס זוכט א נוא יארק סיטי לייפסטייל און מיטן שטאט.

דארט איז דא גענוג סאטמארע , ביידע סאטמאר האבן גענוג קינדער וואס קומען טעגליך מיטן באס פון סטעטען איילענד

אבער וויבאלד ביידע סאטמאר האבן שטעטלעך און שטעלן צו פאר מענטשן צו מופן ווי למשל
לעיקוואד
בלומינגבורג
קרית יואל
ביידע סאטמאר מאנסי נעמט אויף בסדר פנים יפות זייערע חסידים וואס מופן

איז פילט נישט די חסידות קיין פרעשור אריינצוטאנצען צו שטיפן א פאריעקט אין די סיטי , די שכל זאגט אז די מופסט שוין יא , דאן מופ אוועק פון די סיטי , פאר די מענטשן וואס ווילן סיטי לייף דארפן נישט די חסידות צו שטעלן אדער פילן עס נישט פאר וויכטיג , אידישליך גערעדט נאכדערצו פאר די סאטמארע שיטה באלאנגט צו וואינען אינדרויסן פון שטאט , די וואס די רופסט אן מידעל קלעסס סאטמארע בארא פארקע ..מופן נישט קיין סטעטען איילענד, די וועלן זיכער מאכן זיך אנצו'חובת'ן צו וואינען אין בארא פארק , פאקט באווייזט נאך אלס אז די וואס האלטען זיך צו א חשוב'ע קלאס מופן נישט אזוי גרינג , און זיכער נישט צו קיין נייע פלאץ ווי סטעטן איילענד נאכדערצו אן מוסדות און א נארמאלע בית המדרש .

אינטרעסאנט, ווייל פון אנדערע קרייזען ווי למשל גער, באבאוו, סקווער, בעלזא און עמך חסידישע אידען איז דווקא יא דער בעלעבאטישער מידל קלעסס די וואס מאפען קיין סטעטן איילענד. סטעטן איילענד איז גענוי געמעטשט פארן עולם וואס איז בעלעבאטיש און תורה׳דיג חסידיש. אין סאטמער האט דער קלעסס א מקום בעיקר אין ברוקלין, בארא פארק און וויליאמסבורג.

ריטשמאנדער איד
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 12:29 pm

תגובהדורך ריטשמאנדער איד » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:35 am

מפי השמועה: סקווערער חסידים פון סטעטן איילענד האבן אפגעקויפט נאך א בנין וואס גרעניצט זיך מיט דעם ערשטער בנין זיי האבן געקויפט פאראיאר. זיי האפן און פלאנען צו בויען א ריזיגער בית מדרש אויפן פארגרעסערטן שטח בס״ד.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט