נייע אלטע שטעטל אין סטעטען איילענד

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג פאברואר 17, 2019 3:38 pm

פומפדותא האט געשריבן:איך האב געזעהן א פעטיציע אז די ברוקלין פערי זאל מאכן א סטאפ אין סטעטן איילענד, איך גלייב אז דאס וועט שטארק צוהעלפן פאר די אידישען ישוב.

ווי מאדנע עס הערט זיך, האט סטעטן איילענד נישט קיין דירעקטע טראסנפערטאציע קיין ברוקלין, טראץ דעם וואס עס איז א שפאן אוועק.

https://www.change.org/p/nyc-mayor-bill ... o-brooklyn

די אידישע ישוב איז דען לעבן די וואסער?
ווען איינער וויל פארן פון ב"פ קיין ס"א וועט מען דארפן נעמען א באס/אובער צום שיף און אין ס"א וועט מען ווייטער דארפן א באס/אובער.

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3478
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג פאברואר 17, 2019 3:44 pm

דריידל האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:איך האב געזעהן א פעטיציע אז די ברוקלין פערי זאל מאכן א סטאפ אין סטעטן איילענד, איך גלייב אז דאס וועט שטארק צוהעלפן פאר די אידישען ישוב.

ווי מאדנע עס הערט זיך, האט סטעטן איילענד נישט קיין דירעקטע טראסנפערטאציע קיין ברוקלין, טראץ דעם וואס עס איז א שפאן אוועק.

https://www.change.org/p/nyc-mayor-bill ... o-brooklyn

די אידישע ישוב איז דען לעבן די וואסער?
ווען איינער וויל פארן פון ב"פ קיין ס"א וועט מען דארפן נעמען א באס/אובער צום שיף און אין ס"א וועט מען ווייטער דארפן א באס/אובער.


לויט ווי ער שרייבט סאיז צוויי שעה פון איבעראל אין ברוקלין וועט עס שניידן די צייט כאטש אין האלב
אז מ'לעבט דערלעבט מען

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג פאברואר 17, 2019 4:33 pm

lebediger berel האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:איך האב געזעהן א פעטיציע אז די ברוקלין פערי זאל מאכן א סטאפ אין סטעטן איילענד, איך גלייב אז דאס וועט שטארק צוהעלפן פאר די אידישען ישוב.

ווי מאדנע עס הערט זיך, האט סטעטן איילענד נישט קיין דירעקטע טראסנפערטאציע קיין ברוקלין, טראץ דעם וואס עס איז א שפאן אוועק.

https://www.change.org/p/nyc-mayor-bill ... o-brooklyn

די אידישע ישוב איז דען לעבן די וואסער?
ווען איינער וויל פארן פון ב"פ קיין ס"א וועט מען דארפן נעמען א באס/אובער צום שיף און אין ס"א וועט מען ווייטער דארפן א באס/אובער.


לויט ווי ער שרייבט סאיז צוויי שעה פון איבעראל אין ברוקלין וועט עס שניידן די צייט כאטש אין האלב


ער מיינט טאקע אז דיבלאזיא קען נישט טשעקן גוגל מעפס? א שנעלע סורטש האט געוויזן אז די וועג אריין צופרי אכט אזייגער נעמט צווישן א האלבע שעה און 1:25 שעה. צוריק קיין ס"א נאכמיטאג אום פינעווע נעמט צווישן 22 און 50 מינוט. מיט א שיף וועט עס זיכער דויערן לענגער.
צוגעלייגטע
Screenshot_2019-02-17-16-30-37-1.png
Screenshot_2019-02-17-16-30-37-1.png (250.98 KiB) געזעהן 1186 מאל
Screenshot_2019-02-17-16-30-15-1.png
Screenshot_2019-02-17-16-30-15-1.png (255.47 KiB) געזעהן 1186 מאל

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג פאברואר 17, 2019 5:24 pm

@דריידל ער זאגט אויך אז מיט א קאר קען עס נעמען 20 מינוט, אבער מיט פאבליק טראנספערטעישאן נעמט עס יעצט צוויי שעה.

אוועטאר
יעקל אלטמאן
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:01 pm

תגובהדורך יעקל אלטמאן » זונטאג פאברואר 17, 2019 5:28 pm

איך בין געווען פאריגע וואך אויפן פערי וואס פארט פון וויליאמסבורג צו מאנהעטן און אויפן סקרין איז געווען געשריבן אז זיי גייען אנהייבן סערוויס צו סטעטן איילענד,
איך האב נישט געזען מער פרטים צ.ב. ווען עס גייט זיך אנהייבן אדער די פונקטליכע ראוטס.

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג פאברואר 17, 2019 5:42 pm

האסט נישט גוט פארשטאנען.
מען גייט צולייגן א צווייטע פערי פון סטעטן איילענד צו די וועסט סייד פון מאנהעטן.
ברוקלין וואס איז אסאך נענטער האט ניטאמאל איין פערי.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג פאברואר 17, 2019 5:50 pm

פומפדותא האט געשריבן:@דריידל ער זאגט אויך אז מיט א קאר קען עס נעמען 20 מינוט, אבער מיט פאבליק טראנספערטעישאן נעמט עס יעצט צוויי שעה.

נישט אינאכט גענומען. אבער ווילאנג וועט געדוירן מיט פאבליק טרענספארטעישן איינמאל ס'איז דא א פערי? איך רעדט פון בארא פארק ביז די אידישע געגענט אין ס"א. לכאורה וועט מען גארנישט פארדינען חוץ טאמער האלט יענער אז די פערי וועט אביסול פארמינערן די טרעפיק פאר די וואס פארן ביי קאר אדער באס

ערבי נחל
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 12:46 pm

תגובהדורך ערבי נחל » זונטאג פאברואר 17, 2019 6:13 pm

געווען די וואך זייער א שיינע שבת אין סטעטן איילענד. ר׳ אראלע סאמעט מיט א שיין קבוצה מנגנים צווישן זיי חנא דייטש מיט די שפריי ברודער פון די שירה קווייער זענען געקומען אויפלעבן די שטאט.
אנגעהויבן האט זיך עס מיט די הערליכע ווארעמע קבלת שבת און די בעלזער שטיבל אויף וועלברוק עוועניו דערנאך איז די קבוצה ווייטער געגאנגען צום ישיבה נתיבות התלמוד אויף ברעדלי עוועניו צו פיהרן א הערליכע באטע ווי די בחורים האבן זיך געקאכט אין דעם שבת מיט שירות ותשבחות ביז צו די פריע פארטאגס שעות. די המשך פון די שבת איז ווייטער געווען און בעלזער שטיבל. גענדיגט האט זיך די שבת מיט די סעודת מלוה מלכה כסעודת שלמה בשעתו צוזאמען מיט א קומזיץ מיט פארמאכטע לעקטער ווי ס׳האבן זיך געגאסן טייכען טרערן פון אלע באטייליגטע מרוב התרגשות....

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג פאברואר 17, 2019 6:18 pm

דריידל האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:@דריידל ער זאגט אויך אז מיט א קאר קען עס נעמען 20 מינוט, אבער מיט פאבליק טראנספערטעישאן נעמט עס יעצט צוויי שעה.

נישט אינאכט גענומען. אבער ווילאנג וועט געדוירן מיט פאבליק טרענספארטעישן איינמאל ס'איז דא א פערי? איך רעדט פון בארא פארק ביז די אידישע געגענט אין ס"א. לכאורה וועט מען גארנישט פארדינען חוץ טאמער האלט יענער אז די פערי וועט אביסול פארמינערן די טרעפיק פאר די וואס פארן ביי קאר אדער באס

די מרחק פון סטעטען איילענד צו מאנהעטען איז פיר מאל ווייטער ווי סטעטן איילענד צו ברוקלין, די מאנהעטען פערי מיט אלטע שיפן נעמט 25 מינוט, לויט דעם חשבון דארף ברוקלין נעמען 5 - 10 מינוט.
צו בעסער פארשטיין לייג איך דא ארויף א מעפ.
New-York-boroughs.gif
New-York-boroughs.gif (184.73 KiB) געזעהן 1095 מאל


די פעטיציע:
https://www.change.org/p/nyc-mayor-bill ... o-brooklyn
לעצט פאראכטן דורך פומפדותא אום זונטאג פאברואר 17, 2019 7:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ערבי נחל
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 12:46 pm

תגובהדורך ערבי נחל » זונטאג פאברואר 17, 2019 6:55 pm

גראדע האט עס א שטארקע מעלה אז ס׳נישט דא געהעריגע פאבליק טראנספארטאציע קיין סטעטן איילענד. ווייל אזוי ווי ס׳איז ברייט באקאנט זענען אפילו די גויים דארט נישט פון די נידריגע עלעמענטן וואס מ׳זעט טייל מאל אין ברוקלין. עס זענען דא וואס צייגן אהן די סיבה דערפון אז כדי אנצוקומען קיין סטעטן איילענד גרינגערהייט ברויך מען האבן א אייגענע קאר מיט איבריגע פאר דאלער אין טאש צו קענען באצאלן די הויכע טאלס וואס דרך אגב ווערט עס ביליגער איינמאל מ׳מופט......

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1614
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג פאברואר 17, 2019 9:00 pm

די עלעמענטען פון וואס דו רעדסט, קוקן נישט בעיקר אויף דעם, זיי ווילן וואוינען אין רוישיגע מאדערן סיטיס, וואס סטעטן איילענד איז ווייט פון זיין אזוי..

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג פאברואר 17, 2019 9:34 pm

דאס האב איך געשריבן מיט א צייט צוריק.

אבער איך גלייב שווער עס וועט נאך ווערן.

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:סאיז דא א טאנעל וואס מען האט אנגעהויבן בויען צו קאנעקטן די D N און R טרעין צו גיין קיין סטעטן איילענד, די טונעל איז שוין געגראבן 150 פיס לאנג אינטערן וועריזאנא וואסער, די פראדשעקט שימעלט שוין 70-80 יאר, פון צייט צו צייט וועקט זיך א פאליטישאן אויף און פארלאנגט מען זאל עפעס טוען צו ענדיגן דעם טונעל, אויב ווערט דער טונעל גע'ענדיגט קען דאס זיין א מוראדיגע פארלייכטערונג צו פארן צווישן ב"פ און סטעטן איילענד.

http://en.m.wikipedia.org/wiki/Staten_Island_Tunnel
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג פאברואר 17, 2019 10:37 pm

ערבי נחל האט געשריבן:גראדע האט עס א שטארקע מעלה אז ס׳נישט דא געהעריגע פאבליק טראנספארטאציע קיין סטעטן איילענד. ווייל אזוי ווי ס׳איז ברייט באקאנט זענען אפילו די גויים דארט נישט פון די נידריגע עלעמענטן וואס מ׳זעט טייל מאל אין ברוקלין. עס זענען דא וואס צייגן אהן די סיבה דערפון אז כדי אנצוקומען קיין סטעטן איילענד גרינגערהייט ברויך מען האבן א אייגענע קאר מיט איבריגע פאר דאלער אין טאש צו קענען באצאלן די הויכע טאלס וואס דרך אגב ווערט עס ביליגער איינמאל מ׳מופט......

די טיאריע שטימט נישט אינגאנצן ווייל ס'דאך דא די ס"א פערי וואס איז גענצליך פריי פון אפצאל

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » דינסטאג פאברואר 26, 2019 3:55 pm

עסקנים אין סטעטן איילענד האבן אונטערגענומען א פעטיציע-קאמפיין אז די MTA זאל עפענען אן Express Routh פון די היימישע געגענט אין סטעטן איילענד קיין בארא פארק, א זאך וואס וועט שטארק פארגרינגערן די טראנספארטאציע אהין און צוריק

http://chng.it/cbLW8hkW
תורה איז די בעסטע סחורה.

ערבי נחל
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 12:46 pm

תגובהדורך ערבי נחל » פרייטאג מארטש 01, 2019 10:15 am

עס דרייען זיך שמיעות אז ר' שלום מרדכי רובאשקין קומט אויף שבת קיין סטעטן איילענד. ווייסט איינער מער דעטאלן?

ערבי נחל
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 12:46 pm

תגובהדורך ערבי נחל » פרייטאג מארטש 01, 2019 11:00 am

עס דרייען זיך שמיעות אז ר' שלום מרדכי רובאשקין קומט אויף שבת קיין סטעטן איילענד. ווייסט איינער מער דעטאלן?


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט