חסיד אמיתי האט געשריבן:בקיצור לאמיר מסיים זיין:
סך הכל:
700 טויזענט דאלער איז נישט 400 ווי אנדערע פלעצער ליעוואד, בלומענבורג, וכדומה
די סארט איז נישט געשמאק חסידיש געשטימט
וועגן אנדערע נקודות קען איך נישט מחולק זיין, אבער די צוויי זאכן ואס דו רעכנסט אויס ווייס איך די פאקטן, וועל איך זיך יא נעמען די מיה מתווכח צו זיין
אין מאנסי און לעיקוואוד איז די טעקס סאאאאך טייערער ווי סטעטן אילענד (נ"י סיטי) וואס מאכט די חודשליכע פעימענט די זעלבע פאר א 400K הויז אין מאנסי צו א 700K הויז אין סטעטן איילענד! (אפשר א משהו אנדערש, אבער קליינע ציפערן)
וועגן 'סארט', איך האב עטיליכע חברים וואס וואוינען דארט, נאכן זיך אריבערציען פון בארא פארק (איינער טאקע א גור'ער, אבער 2 אנדערע פון כלל חסידי), זייער א געשמאקע ציבור חסידישע אינגעליט פון אלע סארטן, טאקע נישט פון וויליאמסבורג און וועגן דעם הערט מען נישט צופיל דערוועגן אויף אייוועלט...
סטעטן איילענד האט שוין היינט איבער 300 חסידישע אינגעלייט פון בארא פארק (!), ווען אייוועלט וואלט געווען באלאנצירט צווישן אלע געגענטער וואלט דער אשכול געווען היבש מער אקטיוו ווי בלומינגבערג און זשערסי סיטי... וואס האבן אפשר א דריטל אדער ווייניגער איינוואוינער ווי דעיס