נייע אלטע שטעטל אין סטעטען איילענד

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
דניאל
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2013 10:02 pm

נייע אלטע שטעטל אין סטעטען איילענד

תגובהדורך דניאל » זונטאג אפריל 27, 2014 9:09 pm

ווי איך הער א באריכט פון מענטשען שמיסען אז און סטעטען איילענד איז דא לעצטענס אסאך אידען וואס מופן אהין איינער זאגט שוין דא דארט איבער 1000 אידען משפחת נישט אזוי ווייט היימישע

ווי איינער קען עס זיין איין טאג וועט זיך יעדער ארויס ציען פון ווילאמסבורג קיין סעטען איילענד
אזוי ווי מען האט זיך פאר יארן צוריק געצויגען פון מאנהעטען קיין ווילאמסבורג

די מעלה פון דארט איז באלאנגט נישט פאר קיין איין חסידות און נישט פאר קיין יחידים
א הויז קאסט דארט נישט מער ווי 250K צו קויפן
זייער ביליג
מיר ווארטן ארויס אויף די מערערע פרטים

galitzyana
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 01, 2013 1:52 pm

תגובהדורך galitzyana » זונטאג אפריל 27, 2014 9:21 pm

Where is a house in staten island 250000 please give me names of brokers

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:10 am

סאיז דא א באקאנטע מעשה מיטן רבין ז"ל איבער א שטעטל אין סטעיטן איילענג און די ווערעזאנא בריק

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג אפריל 28, 2014 10:48 am

פאטאקי08 האט געשריבן:סאיז דא א באקאנטע מעשה מיטן רבין ז"ל איבער א שטעטל אין סטעיטן איילענג און די ווערעזאנא בריק


אז?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » מאנטאג אפריל 28, 2014 11:42 am

דניאל האט געשריבן:
א הויז קאסט דארט נישט מער ווי 250K צו קויפן
זייער ביליג

איך בין נישט באקאנט אין ריעל עסטעט, אבער איך האב אלץ געוויסט אז סטעטן איילענד איז זייער טייער, האב איך פשוט געהאט א טעות?
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג אפריל 28, 2014 11:54 am

נישט קיין 1000 מענטשן, נישט קיין מאסן מופעריי און נישט קיין הויז פאר 250K.

עטליכע גור'ע אינגעלייט און עטליכע בעלזע אינגעלייט פלאנען אהינצומופן, מ'קען דארט באקומען א הויז פאר 400K און די מעלה איז אז ס'איז שוין דא דארט א אידישע קאמיוניטי מיט שוהל'ן און געשעפטן, ס'איז נאנט צו בארא פארק און זיי פלאנען צו שיקן די קינדער לערנען אין בארא פארק.
אויך איז דא גרופע סאטמארע אינגעלייט וואס נעמען זיך צוזאם און פלאנען אהינצומופן, ונזכה ונחי'.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:25 pm

I hate to say it, אבער מיר קוקט נישט אויס ווי עס גייט זיך נאך אמאל אויסארבייטן אן ארויסוואנדערונג פון ווילי. אויב האט עפעס געהאט א מעגליכקייט איז דאס געווען בלומענבערג און דאס איז אויך ליידער דורכגעפאלן. עס זענען שוין אויפגעקומען אזויפיל פלענער, פלעצער, איך געדענק ווען 50 אידן האבן שוין געגעבן א 5 טויזענט דאלערדיגער דעפאזיט קיין מידעלטאון, אבער דארט האט זיך עס אפגעשטעלט.

וואס גייט יא געשעהן? אה!

דושינסקי, זעליג ווייס, אלעזר סטרולאוויטש און יודל ליכטענשטיין גייען אי"ה בויען יעצט - פונקט ווי ביז היינט - אסאך דירות אין ווילי, און קיין איין דירה גייט נישט שטיין ליידיג פאר א טאג! אלעס גייט אי"ה פארקויפט ווערן פאר די טייערסטע - היינטיגע וויליאמסבורגער מארקעט - פרייזן און דער עולם גייט ווייטער שרייבן דא אין קרעטשמע און אויך עפענען נייע אשכולות, יעדע וואך איבער א צווייטע לעזונג פון ביליגע דירות, יעדע חודש אין א צווייטע געגענט, פון נאורט קארליינע ביז מאנסיעלאו.

עס איז געזונט צו חלום'ן, אבער ביטע נישט נעמען זאכן ערענסט ווייל "עס געשעהט נישט"!!!

הצלחה מרובה!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:37 pm

ואני הקטן אומר אז א אויסוואנדערינג פון ווילי איז אומפארמיידבאר. פינטל. די שאלה איז נאר ווען עס וועט געשען און ווי מ'וועט צום סוף לענדן ודו"ק כי קצרתי

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:42 pm

הוא היה אומר, אל תהי בז לכל אדם, ואל תהי מפליג לכל דבר, שאין לך אדם שאין לו שעה ואין לך דבר שאין לו מקום.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15713
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:44 pm

צייטליך האט געשריבן:I hate to say it, אבער מיר קוקט נישט אויס ווי עס גייט זיך נאך אמאל אויסארבייטן אן ארויסוואנדערונג פון ווילי. אויב האט עפעס געהאט א מעגליכקייט איז דאס געווען בלומענבערג און דאס איז אויך ליידער דורכגעפאלן. עס זענען שוין אויפגעקומען אזויפיל פלענער, פלעצער, איך געדענק ווען 50 אידן האבן שוין געגעבן א 5 טויזענט דאלערדיגער דעפאזיט קיין מידעלטאון, אבער דארט האט זיך עס אפגעשטעלט.

וואס גייט יא געשעהן? אה!

דושינסקי, זעליג ווייס, אלעזר סטרולאוויטש און יודל ליכטענשטיין גייען אי"ה בויען יעצט - פונקט ווי ביז היינט - אסאך דירות אין ווילי, און קיין איין דירה גייט נישט שטיין ליידיג פאר א טאג! אלעס גייט אי"ה פארקויפט ווערן פאר די טייערסטע - היינטיגע וויליאמסבורגער מארקעט - פרייזן און דער עולם גייט ווייטער שרייבן דא אין קרעטשמע און אויך עפענען נייע אשכולות, יעדע וואך איבער א צווייטע לעזונג פון ביליגע דירות, יעדע חודש אין א צווייטע געגענט, פון נאורט קארליינע ביז מאנסיעלאו.

עס איז געזונט צו חלום'ן, אבער ביטע נישט נעמען זאכן ערענסט ווייל "עס געשעהט נישט"!!!

הצלחה מרובה!

גר8 ;l;p-

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:46 pm

א מאסן ארויסוואנדערונג טאקע נישט, דהיינו וויליאמסבורג גייט נישט איין טאג זיך צוזאמפאקן פעק א_ווי דאנערשטאג ווען מ'פארט אין קאנטרי און זיך אויסליידיגן, נאר צוביסלעך גייט דער און יענער ארויסמופן, אין פאקט ווערט די איינצעלע מופעריי מער און מער.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:47 pm

איך האלט אז מען וועט נישט אזוי שנעל אויסוואנדערן, אבער א נייע געגנט וועט יא געשעהן, משיח זאל קומען פריער..

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:48 pm

צייטליך, איך בין מיט דיר אויף איין פעידזש, און איך האלט אז מיין פלאן פון אויפהערן צו צאלן רענט וועט די בעסטע ארבעטן, די לענדלארדס וועלן מוזן רענטן קארס צו קענען בלאקן אלע טענענטס וואס צאלן נישט...
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:02 am

תגובהדורך והנה און נון » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:52 pm

אויב וואלט מען געטון ווי בעלז און זיך געמאכט א אייגענע קריה'לע אין לעקוואד וואלט עס סיא געקענט ארבעטן. מידעלטאון אדער אנדערע פלעצער ווי אידן האבן נאך קיינמאל געוואוינט איז שווערער ס'זאל ארבעטן

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג אפריל 28, 2014 1:03 pm

איך האב אמאל געהערט אדער געלייענט אז א סאטמארער אינגערמאן וואס האט געמופט קיין לעיקוואד האט פרובירט צו שטופן אז מען זאל מאכן דארט א שטעטל

א שטיק צייט צוריק האט ער געמאכט א ברית, און ער האט מכבד געווען אדמו"ר מהרי"י מ'סאטמאר מיט סנדקאות, ביים ברית סעודה האט ער צוגעשטעלט א פיינעם מילכיגן פרישטאג

א צייט שפעטער האט דער רבי אים געזאגט אז ער וויל ענדערש אנדערע פלעצער ווי לעיקוואד, ווייל אויב עס געלונגט נישט מוז מען צוריק מופן און פארטיג, אבער אויב שיקט ער דעם עולם אויף לעיקוואד און עס ארבעט זיך נישט אויס די שטעטל, גייען די אינגעלייט דארט בלייבן און געבן מילכיגס ביים ברית...

ודפח"ח
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג אפריל 28, 2014 1:04 pm

עמער בארגען א סטעטמעינט וואס פרעזידענט בוש האט געזאגט זיבן יאר צירוק לגבי די מדנ"י פאלסטינער פייט/שלום פלענער: עס דארף נאך ווערן ערגער איידער ביידע זייטען וועלן איינזען אז מען דארף מאכען שלום.

לענ"ד איז די זעלבע מיט די גזירות וומסב"ג, עס איז בלי שום ספק אז עס גייט קימען צו א א טויש, אבער ווי עס זעט אויס דארף עס נאך ליידער ווערן ערגער איידער עס וועט ווערן בעסער און מען וועט אנהייבען צו אנטלויפן,

מיט מיין שכל זעט עס אויס אז די בעסטע זאך וואס קען געשען אז דער עולם זאל ווערן געהאלפן פון די וומסב"ג צרה איז: 1} מען זאל צירוק איינפירען שליסעל געלט 2} מער בייק לעינס אז מען זאל ניטאמאל און חלום האבן ווי צו פארקען די אדעסיס 3} העכערע רענט פרייזען 4} ערלויבען אז די אידישע דעוועלעפארס זאלן בויען און פארקויפן פאר גוים.

וואס קען מען טיען אז אנדערש האלט מען זיך נישט ביים רירען?
די מצב איז ערגער ווי שלעכט, אבער דער עולם רירט זיכט נישט וויבאלד מען כאפט זיך אן א שטרוי, מען דארף איבער שניידען די שטרוי און זיך לאזען דעם דערטרינקען אויב זיי פאקען נישט פעקליך און ציען נישט אפ פון דא.

אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:02 am

תגובהדורך והנה און נון » מאנטאג אפריל 28, 2014 1:05 pm

שנאפס האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אדער געלייענט אז א סאטמארער אינגערמאן וואס האט געמופט קיין לעיקוואד האט פרובירט צו שטופן אז מען זאל מאכן דארט א שטעטל

א שטיק צייט צוריק האט ער געמאכט א ברית, און ער האט מכבד געווען אדמו"ר מהרי"י מ'סאטמאר מיט סנדקאות, ביים ברית סעודה האט ער צוגעשטעלט א פיינעם מילכיגן פרישטאג

א צייט שפעטער האט דער רבי אים געזאגט אז ער וויל ענדערש אנדערע פלעצער ווי לעיקוואד, ווייל אויב עס געלונגט נישט מוז מען צוריק מופן און פארטיג, אבער אויב שיקט ער דעם עולם אויף לעיקוואד און עס ארבעט זיך נישט אויס די שטעטל, גייען די אינגעלייט דארט בלייבן און געבן מילכיגס ביים ברית...

ודפח"ח

גוט, אבער דער אינגערמאן דארט איז א שה אחד, איז ער נשפע געווארן... אז מ'וועט גיין צוזאמען א עולם וועט מען זיך האלטן

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » מאנטאג אפריל 28, 2014 1:07 pm

מחותן האט געשריבן:עמער בארגען א סטעטמעינט וואס פרעזידענט בוש האט געזאגט זיבן יאר צירוק לגבי די מדנ"י פאלסטינער פייט/שלום פלענער: עס דארף נאך ווערן ערגער איידער ביידע זייטען וועלן איינזען אז מען דארף מאכען שלום.

לענ"ד איז די זעלבע מיט די גזירות וומסב"ג, עס איז בלי שום ספק אז עס גייט קימען צו א א טויש, אבער ווי עס זעט אויס דארף עס נאך ליידער ווערן ערגער איידער עס וועט ווערן בעסער און מען וועט אנהייבען צו אנטלויפן,

מיט מיין שכל זעט עס אויס אז די בעסטע זאך וואס קען געשען אז דער עולם זאל ווערן געהאלפן פון די וומסב"ג צרה איז: 1} מען זאל צירוק איינפירען שליסעל געלט 2} מער בייק לעינס אז מען זאל ניטאמאל און חלום האבן ווי צו פארקען די אדעסיס 3} העכערע רענט פרייזען 4} ערלויבען אז די אידישע דעוועלעפארס זאלן בויען און פארקויפן פאר גוים.

וואס קען מען טיען אז אנדערש האלט מען זיך נישט ביים רירען?
די מצב איז ערגער ווי שלעכט, אבער דער עולם רירט זיכט נישט וויבאלד מען כאפט זיך אן א שטרוי, מען דארף איבער שניידען די שטרוי און זיך לאזען דעם דערטרינקען אויב זיי פאקען נישט פעקליך און ציען נישט אפ פון דא.

;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2897
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » מאנטאג אפריל 28, 2014 1:09 pm

שנאפס האט געשריבן:צייטליך, איך בין מיט דיר אויף איין פעידזש, און איך האלט אז מיין פלאן פון אויפהערן צו צאלן רענט וועט די בעסטע ארבעטן, די לענדלארדס וועלן מוזן רענטן קארס צו קענען בלאקן אלע טענענטס וואס צאלן נישט...

יאפס געשען היינט אין ווילי
נישט געוויסט די וואוינסט אויף קליימער....

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג אפריל 28, 2014 1:12 pm

שנאפס האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אדער געלייענט אז א חסידשער אינגערמאן וואס האט געמופט קיין לעיקוואד האט פרובירט צו שטופן אז מען זאל מאכן דארט א שטעטל,
א שטיק צייט צוריק האט ער געמאכט א ברית, און ער האט מכבד געווען זיין רבי מיט סנדקאות, ביים ברית סעודה האט ער צוגעשטעלט א פיינעם מילכיגן פרישטאג,
א צייט שפעטער האט זיין רבי אים געזאגט אז ער וויל ענדערש אנדערע פלעצער ווי לעיקוואד, ווייל אויב עס געלונגט נישט מוז מען צוריק מופן און פארטיג, אבער אויב שיקט ער דעם עולם אויף לעיקוואד און עס ארבעט זיך נישט אויס די שטעטל, גייען די אינגעלייט דארט בלייבן און געבן מילכיגס ביים ברית...


איך בין שוין לאנג מיט מיין קאנסיפראציע אז געוויסע וואס שטייען ביים רידער און זיי האבן אינוועסטירט אין וומסב"ג זייערהאב און גוטס, מאכט און כבוד, זענענן די וואס מישען א קאשע אז אלעס זאל בלייבען ווי עס איז,
פאר די וואס האבן אויסגעצאלטע בנינים אין וומסב"ג און עסטאלבישט זייער ביזנעס/כבוד/געלט אין וומסב"ג וועט זיין א קאסטראפע אויב אנדערע פלעצער ארבייט זיך אויס, פאר זיי איז גוט אזוי ווי עס איז יעצט, און דער עמך יונגערמאן וואס דערטרינקעט זיך קען זיך סיי ווי נישט אליינס העלפן דערפאר וועט זיך די רעדל ווייטער דרייען אויפן זעלבן אויפן ווי ביז יעצט.

אוועטאר
והמבין יבין
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

תגובהדורך והמבין יבין » מאנטאג אפריל 28, 2014 1:33 pm

איך קען שוין קוים ווארטן אויפן קומענדיגן שטעטל אשכול

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אפריל 28, 2014 2:30 pm

מחותן טייערע, איין ג-ט זאל אפהיטן אז עס זאלן נישט פאסירן קיינע פון די 4 זאכן וואס די רעכענסט אויס. אויב עס וועלן פאסירן די זאכן וואס די שרייבסט וועלן בלויז אידן ליידן און קיינער וועט נישט געהאלפן ווערן (חוץ די לענדלארדס) ווייל קיינער האלט נישט ביים מופן! נאכאמאל, חזר דיך עס גוט איין נאכמאל. די מצב איז שוין יעצט גענוג שלעכט אז מ'זאל "מוזן" מופן. עכ"ז מופט מען נישט, ווייל מ'וויל נישט! זה הוא.

עס דארף דען פאסירן וואס די שרייבסט?! מ'האלט מיר ממש דא. 1) רענט איז שרעקליך הויעך, עס איז באריכטעט נישט נאר אין קרעטשמע נאר אין אלע בלאגס און גויאישע צייטונגען די לעצטע פאר חדשים אז מיר וואוינען אין די טייערעסטע געגענט. (אייגענטליך, ס'נישטא קיין רענטעלס בכלל) 2) מ'דארף מער ערלויבן צו בויען פאר גיום?? יעדער וואס האט הענט און פיס און האט די מעגליכקייט צו בויען פאר א גוי טוט דאס. די גיום קומען אריין מער און מער ארום אונז. 3) שליסל געלט... הממ... דערווייל טאקע נישט, - וויפיל איך ווייס, אבער גלייב מיר, טויזענטער משפחות זענען נעבעך גרייט צו צאלן די שליסל געלט צו וואוינען אין ווילי. 4) בייק לעינס/פארקינג. ס'קען ארגער נישט ווערן. פינטל.

מיין שכל און לאגיק זאגט אויך ווי אנדערע דא אז פריער אדער שפעטער וועט דאס פאסירן אז דער עולם וועט ארויסמופן. אין ריאליטי זעה איך אבער אז עס גייט נישט, וויפיל מ'האט שוין פראבירט. אין פאקט, יעדע יאר קומען צו פרישע עטליכע הונדערט דירות אין ווילי און דער עולם קויפט עס פאר ריזיג געלט. אנשטאט מופן אויף מאנסי און מאנראו ווי מ'קען היינט האבן שיינע גרויסע דירות פאר נארמאלע אנשטענדליכע פרייזן וואס יעדער נארמאלער ארבייטער קען עפפארדן. און נישט אין קיין מדבר ווי מ'עפענט נייע מוסדות וכדו', ניין, געסעטעלטע געגענטער פאר נארמאלע פרייזן און... גארנישט! יעדער בלייבט אין וויליאמסבורג.

ס'יז קעגן שכל געווען פאריאר, עס איז היינט קעגן לאגיק און שכל און דעריבער האלט איך אז דער עולם וועט שוין קלוגער נישט ווערן און אלעמאל פארט טרעפן א וועג צו וואוינען אין וויליאמסבורג.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6352
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג אפריל 28, 2014 2:43 pm

איך פארשטיי נישט די יאוש דא..

איז דען בלומינבורג צוזאמגעפאלן צוליב מאנגל אין מופער'ס? קען זיין איך ווייס נישט אלעס, אבער לויט ווי מען ווייסט אז די פלאן בטל געווארן צוליב רייבערייען מיטן דעוועלאפער. אם כן דינט דאס נישט אלס באווייז אז עפעס אנדערש גייט זיך נישט אויסאררבעטן.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5316
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג אפריל 28, 2014 2:48 pm

צייטליך מיין גוטער אלטער פריינד: הלואי זאלסטו נישט זיין גערעכט!

דו וועסט ווערן אויס גערעכט ווען ס'וועט ארויסגיין פון אונזערע קעפ אז מ'דארף וואוינען לעבן די מאמע און מ'קען נישט איבערלאזן די "סאנדעי שאפינג" וכו'.

אין בלאט איז געווען פסח א אינטערוויאו מיט צוויי אידן וואס האבן געמופט קיין קרית יואל, כ'קען זיי אלע ביידע, זיי זענען ביידע אויפגעראכטן געווארן ווען זיי האבן געמופט.

איינמאל מ'וועט אנאקסירן די נייע שטחים האלט איך אז נאך אסאך וועלן ארויסמופן אין די קומענדיגע פאר יאר, משיח זאל נאר קומען פריער.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » מאנטאג אפריל 28, 2014 2:49 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די יאוש דא..

איז דען בלומינבורג צוזאמגעפאלן צוליב מאנגל אין מופער'ס? קען זיין איך ווייס נישט אלעס, אבער לויט ווי מען ווייסט אז די פלאן בטל געווארן צוליב רייבערייען מיטן דעוועלאפער. אם כן דינט דאס נישט אלס באווייז אז עפעס אנדערש גייט זיך נישט אויסאררבעטן.

איך האב א פילינג אז די זייגער און בלומענבערג גייט זיך צוריק דרייען..... לאמיר עס געבן צייט....


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 9 געסט