בלאט 4 פון 11

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 1:43 am
דורך טהור-עיניים
עס איז א כלל ידוע אז עס איז זייער שווער איבערצואווייזן א נעגאטיוו. איך זאל דיר אבער ווייזן אז עס איז טאקע נישט מעגליך, דאס איז מיר זייער שווער. אבער אז איך זאל דיר ווייזן אז עס איז מעגליך, דאס קען איך יא. און אט ווייז איך עס דיר. דער דעוועלאפער זאגט קלאר, ער איז גרייט צו פארקויפן אזעלכע טאון הייזער פאר דעם פרייז.

למען הפונקטליכקייט וויל איך דיר זאגן אז איך האב נאך נישט גערעדט מיט דעם דעוועלאפער אליינס (איך האף בקרוב דאס צו טאהן), אבער איך האב יא גערעדט מיט איינעם פון די עסקנים און ער זאגט מיר אז מען רעדט פון א הויז פון א בעיסמענט מיט צוויי שטאקן, יעדער שטאק (בעיסמענט, ערשטע און צווייטע) וועלן זיין בערך 9-950 סקווער פוס, צוזאמען איז דאס איבער צוויי אהאלב אלפים פוס, פארן פרייז פון 189. אויב ער גיט דאס פאר דעם פרייז זעהט אויס אז עס איז מעגליך.

לכאורה מאכט ער נישט קיין סאך געלט אויף דעם, אבער ער האט מסכים געווען צו געבן די ערשטע צוויי הונדערט הייזער פאר ביליגער ווי דער געווענליכער פרייז.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 4:04 am
דורך חזקיהו המלך
טהור, גייט עס זיין געבויעט מענטשליך, מיט געהעריגע פראנט אין בעק יארדס, אדער גייען די דעוועלאפער'ס סקראוען דעם ציבור אין בויען ווי חזירים אזוי ווי אין מאנסי און אין ק"י, אבי צי מאכען א פאר דולר ?

כ'האף אז איינע פין די חרדישע עסקנים זאל אויפקלערען דעם מעיאר דארט זאל נישט לאזען די חרדישע דעוועלאפער בויען ווי חזירים, און זיך ענדרעש רעכענען מיט די קונים וואס גייען דארט וואוינען, ווי מיט די דעוועלאפער וואס רוב מאל זיכען זיי נאר די פאר דולר אין טרייען צי ניצען "עסקנות" צי קענען איגנארירען די געהעריגע בויען געזעצען, אין פארקויפען פאר'ן עולם "שטאלען", אין שרייען "ס'ביליג",

פארדעם קוקען אסאך חרדישע געגענטער אין אפסטעיט אויס ווי טרעילער פארקינג לאטס, לויט וויפעל כ'האב געקוקט, קוקט וואטערבורי אויס ווי נארמאל געבויעט, לאמיר האפען אז די חרדישע דעוועלאפער גייען עס נישט מאכען פאר א געטא,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 7:16 am
דורך Alien
חזקי', בלאז נישט אזוי. אז דו ווילסט ביליג קענסטו נישט פארלאנגען א ארמארי בילדינג. מען רעדט שוין פון די ביליגסטע אויף די וועלט, איז אויפגעקומען א נייע פראבלעם. ניין א ארמארי מיט א פראנט אין בעק יארד, א סווימינג פול מיט א אנדערגראוינד פארקינג קאסט אביסל מער ווי א פסח'יגע סעווען לעיער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 7:29 am
דורך חזקיהו המלך
Alien האט געשריבן:חזקי', בלאז נישט אזוי. אז דו ווילסט ביליג קענסטו נישט פארלאנגען א ארמארי בילדינג. מען רעדט שוין פון די ביליגסטע אויף די וועלט, איז אויפגעקומען א נייע פראבלעם. ניין א ארמארי מיט א פראנט אין בעק יארד, א סווימינג פול מיט א אנדערגראוינד פארקינג קאסט אביסל מער ווי א פסח'יגע סעווען לעיער.


כ'רעד פין די מציאות יעצט אין וואטערבורי, די הייזער דארט זענען ביליג, אין ס'האט פראנט אין בעק יארד'ס, סל הכל זאג איך אז די דעוועלאפער'ס זאלען נישט נעמען אדווענטעדזש פינעם עולם, נאר בויען די זעלבע ווי אנדערע געגענטער אין וואטערבורי, אין נישט מאכען א געטא, אין כ'זאג אז מען דארף מודיע זיין די פאליטישען'ס דארט צי שטיין אויף די זייט פין די קונים אין נידט לאזען די דעוועלאפער'ס ווילדעווען, לאמיר נישט פארגעסען, די דעוועלאפער'ס זענען דא פאר געלט, אין טאמער זיי האבען די געלעגענהייט גייען זיי אפריפלען דעם ציבור, סאו מען ברויך זיי האלטען אין די ראמען, פשוט זיי העלפען צי קאנטראלירען זייער יצר, דעטס איט,

די חסידישע עולם דארף דעוועלאפער'ס ווייל מען גייט אסאך אויף אמאל, אבער מען דארף וואטשען זיי זאלען נישט נעמען אדווענטעדש, רוב דעוועלאפער'ס ווערען פארבלענדעט פאר די געלט, אין דאס איז די איינציגע זאך וואס גייט זיי אן, ממילא דארפען זיין אנדערע וואס געבען אכטונג אז ס'זאל זיין לייטיש, כדי ס'זאל קענען ווערען א גוטע געגענט,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 7:34 am
דורך Alien
שטעל דיר פאר דו פארקויפסט א געוויסע דזשוס וטאס איז פאפולער. מאכסט שיין געלט. צוביסלעך גייען דיינע ווענדערס ארויף מיט די פרייז. דו באשליסט אז עס איז צייט נאכצוגיין און הייבן דיין פרייז. די קאסטעמערס קאמפלעינען. מאכסטו דיין באטל 56 אנסעס אנשטאט 64 אנסעס, גייסט צוריק אראפ מיט די פרייז. קומט אן א חכם, אה איך האב געכאפט דעם באנדיט, דא שווינדעלט ער מיר אויס. דיין ביזנעס הייבט אן הינקערען. דערזעסט זיך אז מען קען מאכן געלט ערגעץ אנדערש אן שרינקען באטלעך און זיך שפילן צו באלאסירען די פרייזען, נעמסט אראפ די אייטעם פון שעלף און זייטס מיר געזונט.
קענסט טרעפן גרויס פאר מער און קלענערע חלומות פאר ביליג. רעדט דיך נישט אפ ווען די אפשען איז אדער דאס אדער אראפ פון שעלף. ( ליין, זיצן אין וויליפעסט)

חזקי' האקט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 7:37 am
דורך אַבּערוואַס
מחותן האט געשריבן:מיין מיליאן דאלער פראגע: איז בכלל מעגליך צו בויען א טאון האוז פאר 189k?
אין בלומינגוברג האט מען געזאגט אז עס איז נישט מעגליך, און קר״י זאגט מען אז עס איז נישט מעגליך, איז דא צו קויפן אין קאנעטיקוט ספציעלע ביליגע מאטריאל אזוינס וואס מען קען נישט באקימען אין ניו יארק?

טאקע א מיליאן דאלער פראגע!

און אנטשולדיגט טהור'ל, איר קענט אפשר נישט די פרייזן, אבער די וואס זענען און דעם פעלד טענה'ן קלאר אזוי, די בילדונג מאטעריאל אליינס פאר אזא סייז דירה קאסטטעך בערך אזויפיל (אדער מער), נו, איז מהיכן דנתנו?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 10:04 am
דורך Good
Can you talk with them to come up on Kol M'vaser with an interview with all the details?

Or a written interview in the Tzitungan with all the details

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 10:18 am
דורך שנאפס
אַבּערוואַס האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:מיין מיליאן דאלער פראגע: איז בכלל מעגליך צו בויען א טאון האוז פאר 189k?
אין בלומינגוברג האט מען געזאגט אז עס איז נישט מעגליך, און קר״י זאגט מען אז עס איז נישט מעגליך, איז דא צו קויפן אין קאנעטיקוט ספציעלע ביליגע מאטריאל אזוינס וואס מען קען נישט באקימען אין ניו יארק?

טאקע א מיליאן דאלער פראגע!

און אנטשולדיגט טהור'ל, איר קענט אפשר נישט די פרייזן, אבער די וואס זענען און דעם פעלד טענה'ן קלאר אזוי, די בילדונג מאטעריאל אליינס פאר אזא סייז דירה קאסטטעך בערך אזויפיל (אדער מער), נו, איז מהיכן דנתנו?


אויב מען בעט טייער וויל מען נישט מופן ווייל עס איז צו טייער, דער מאכט צופיל געלט אויף אונז

אויב מען בעט ביליג וויל מען נישט מופן ווייל עס איז צו ביליג, דער לייגט פאום אנשטאט ביעמס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 10:19 am
דורך משה קארנפעלד
טהור, יש"כ פארן שיינעם און דעטאלירטן באריכט. מיר קוקן ארויס אויף פאזיטיווע נייעס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 10:20 am
דורך שנאפס
פארגעסן דעם עיקר

משה קארנפעלד האט געשריבן:טהור, יש"כ פארן שיינעם און דעטאלירטן באריכט. מיר קוקן ארויס אויף פאזיטיווע נייעס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 1:12 pm
דורך פיצי קעפעלע
ווי איך זעה איצט האלט מען זיך אינמיטען ארימשפילען מיטען אפדעיטען די וועב זייטעל.

איך האב פריערט אנגערופען דעם אנגעבענדער נומער און געלאזט א מעסעישז. איך ווארט צוריק צוהערען פון זיי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 1:19 pm
דורך אַבּערוואַס
גוט געזאגט שנאפס, אבער ס'דאך אמת!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 1:39 pm
דורך חזקיהו המלך
http://www.waterburyproject.com

ווי ס'שוין געשריבען געווארען, דערווייל שטייט דארט גארנישט קיין פרטים,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:13 pm
דורך היפאקריט
משה קארנפעלד האט געשריבן:טהור, יש"כ פארן שיינעם און דעטאלירטן באריכט. מיר קוקן ארויס אויף פאזיטיווע נייעס.

עקסטערן דאנק פאר בלייבן פאזאטיוו נאך מיינע נעגאטיווע קאממענטס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:16 pm
דורך green
חזקיהו המלך האט געשריבן:http://www.waterburyproject.com

ווי ס'שוין געשריבען געווארען, דערווייל שטייט דארט גארנישט קיין פרטים,


סניטאמאל דא א עכטע אמעיל, כהאב מורא אז סאיז א ספעם

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 3:15 pm
דורך איפה פייביש

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 3:41 pm
דורך פיצי קעפעלע
בין איצט ארויף אויף די ישיבה'ס וועב סייט. און פון דארט האבען זיי מיר געפירט צו בלוי רידזש עסטעיטס.

איך ווייס נישט אויב דאס האט א שייכות צו די איצטיגע עדווערטייזטער דעוועלעפמענט. אבער דארט איז דא א גאלערי. פעיזש מיט בילדער פון וואס זיי האבען און טיען בויען.

כאפט א בליק

http://www.blueridgewaterbury.com/

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 4:53 pm
דורך פיצי קעפעלע
איינער ווייסט וואס "דער" פלאן איז?

אויך עפעס א דעוועלעפמענט אין וואטערבערי.

http://www.ichuddevelopment.com/

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:00 pm
דורך דער תהילים איד
קע"ה, ס'גיסצעך פראיעקטן אין וואטערבארי ווי פארקינג טיקעט'ס אין ווילי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:31 pm
דורך האלץ האקער
דער תהילים איד האט געשריבן:קע"ה, ס'גיסצעך פראיעקטן אין וואטערבארי ווי פארקינג טיקעט'ס אין ווילי.

;l;p-

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 25, 2014 9:13 am
דורך babaganush
א גראסערי אין די געגנט

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 25, 2014 10:28 am
דורך צייטליך
אגב, די באס אויף דעם בילד קוקט אויס ווי א מאנסי טרעילס באס. #היימיש

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 25, 2014 10:47 am
דורך אויך מיר
ווייסט איינער די מארטגעדש רעיט, טעקס וכו' דארט? טייער \ ביליג?
אוי, שיעור פארגעסן... בענעפיטן... דער אכטער, פ"ס, וואוטשערס וכו' וכו'?

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 25, 2014 11:27 am
דורך babaganush
לעבן די ישיבה וואינען בערך 200 משפחות, ס'איז דא נאך קליינע געגנטער.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 25, 2014 1:10 pm
דורך ניק ניק
איך בין סתם נייגעריג, וויפיל פון די שרייבערס דא זענען גרייט צו שיקן די קינדער אין א "כלל'ישע" מוסד?

און אגב פון ווי נעמט מען די אינפארמאציע אז די עולם האלט נישט ביים מופן אז ס'נאכנישט געווען ווי?