בלאט 8 פון 11

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 29, 2014 9:26 pm
דורך טהור-עיניים
די אלע בילדער דא זענען טאקע נישט ממש אין ריכטיגן אשכול, אבער דאס איז אן אנדערען דעוועלאפמענט וואס דער זעלבער דעוועלאפער האט געבויעט, דערפאר טאקע האבן די עסקנים אויסגעוועלט דעם דעוועלאפער, סאו כאטש דאס איז נישט ממש דאס, אבער פון דעם קענסטו זעהן אז דער דעוועלאפער האט שוין באוויזן אהערצושטעלן גאר שיינע קוואליטעט זאכן, און בעז"ה וועט דער פראיעקט זיין פי כמה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 29, 2014 11:13 pm
דורך מחותן
טהור׳לש וואס איז געבליבען בנוגע פראפעטי טעקס?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:30 am
דורך טהור-עיניים
וואס דארף בלייבן?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 30, 2014 7:24 am
דורך מחותן
טהור-עיניים האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:טהור׳ל וואס איז געבליבען בנוגע פראפעטי טעקס?
וואס דארף בלייבן?


האסט געשריבען עטליכע וואכען צירוק:
טהור-עיניים האט געשריבן:וועגן די טעקסעס איז אזוי. איך האב אליינס געהערט עטליכע קאנפליקטינג זאכן, האב איך מיך אריינגעלייגט אין דעם ענין. כהיום איז עס זייער הויך, עס פלעגט זיין אסאאאך נידריגער, אבער די לעצטע פאר יאר האבן זיי עס שטארק געהעכערט. היינטיגען טאג איז עס בערך די זעלבע ווי מאנסי. אבער די עסקנים צוזאמען מיט דעם דעוועלאפער ארבייט שווער מיט די שטאט עס צוריק נידריגער צו מאכן.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 30, 2014 11:33 am
דורך משה קארנפעלד
מחותן האט געשריבן:טהור׳לש וואס איז געבליבען בנוגע פראפעטי טעקס?


סיז געבליבן דארט ווי אלע פראפערטי טעקס זיצן.

ווען אין די לעצטע טויזנט יאר האסטו געזעען פראפערטי טעקס אראפ גיין ערגעצוואו אויפן ערד-קוגל?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 30, 2014 11:48 am
דורך טהור-עיניים
דאס פאסירט נישט איבער נאכט, עס איז א פראצעדור וואס נעמט צייט. גראדע האט דער מעיאר געוויזען אז עס איז שוין אראפ אסאך פון וואס עס איז געווען מיט אפאר יאר צוריק, אבער די עסקנים ווילן נאך, מען ארבעט אויף דעם, האפענטליך וועט עס גיין. דערווייל איז עס בערך אזוי ווי אין מאנסי. וואס דאס מיינט אז נאך מארגגעדש און נאך טעקסעס וועט עס נאך אלס זיין ביליגער ווי רענט איז היינט, אפילו אין מאנסי.

--
קארנפעלד האקט, דארט אין וועטערבערי איז עס שוין אראפ, דער מעיאר האט עס אויפגעוויזן, אבער ווי געזאגט, די עסקנים זענען נישט צופרידן, זיי ווילן נאך.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 30, 2014 11:55 am
דורך משה קארנפעלד
ממש א פלא.

גיי מיר גיין נאכזיכן אויב סיז טאקע ריכטיג.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:00 pm
דורך שנאפס
לאז וויסן דיינע טרעפונגען

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:09 pm
דורך משה קארנפעלד
כ'בין נישט קיין שטייער אדער בודזשעט עקספערט און כא געקלערט סעט מיר נעמען אסאך לענגער צו טרעפן, אבער פון וואס איך טרעף קוקט אויס אז וואטערבארי האט יא געהעכערט די פראפערטי טעקס אין פיסקל יאר 2014.

דריי יאר פריער איז עס געשטאנען אויף איין פלאץ.

http://www.ct.gov/opm/cwp/view.asp?a=2987&q=385976

אין דעם לינק קען מען דאנלאודן עקסעל שיטס וואס אנטהאלט די שטייער ראטע אין יעדע קאנעטיקעט געגענט די לעצטע פאר יאר. דאונלאוד די 2012 Grand List Year 2014 Fiscal Year דאקומענט, קוק ביי ליין נומער 263 אדער טאון קאוד 151.

אויך אין די מעיאר'ס בודזשעט שרייבט ער ארויס אז ער איז געצווינגן צו העכערן שטייער אין 2014.

http://www.waterburyct.org/filestorage/ ... _Final.pdf

דאס איז א לינק פונעם בודזשעט. קוק אויף זייט 7.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:11 pm
דורך שנאפס
מעגליך אז דער מעיאר האט געמיינט צו זאגן אז לויט די אינפלאציע איז עס אראפ...

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:13 pm
דורך משה קארנפעלד
ברענג אראפ דעם מעיאר... לאמיר הערן פון אים פונקטלעך וואס ער מיינט.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:44 pm
דורך ווינקל
קאוד:
Town Code   Municipality   Millrate   Grand List Year   Assesment   Tax Bill
151            Waterbury   39.9202                2007    50,000.00     1,996.01
151            Waterbury   39.9202                2008    50,000.00     1,996.01
151            Waterbury   41.8184                2009    50,000.00     2,090.92
151            Waterbury   41.8184                2010    50,000.00     2,090.92
151            Waterbury   41.8184                2011    50,000.00     2,090.92
151            Waterbury   56.9800                2012    50,000.00     2,849.00

זע דא למעשה איז עס יא אראפ
Property taxes go down in Waterbury
Aldermen approve city budget
BY PENELOPE OVERTON REPUBLICAN-AMERICAN

WATERBURY — The average city homeowner will pay $157 less in property taxes next fiscal year under a new budget that was adopted by the Board of Aldermen on Thursday.

That average resident, who lives in a home with a $122,600 market value, will pay $4,890 in real estate taxes next fiscal year. Last year, that same homeowner would have paid $5,047 in property taxes.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:51 pm
דורך משה קארנפעלד
דא זע איך פארקערט.

Waterbury residents received a tax bill increase, which is the result of the state mandated property re-evaluation.

City officials said it had no other option than to raise the mill rate by 15 points. Waterbury Mayor Neil O'Leary said the increase is not to raise additional tax revenue.

"Residential values in Waterbury have plummeted approximately 30 percent, and commercials values are down 20 percent," O'Leary said. "However, with the economy improving, we're hopeful we will see a positive impact on property values, and that will allow us to adjust the mill rate in the future."

This tax bill increase came as a surprise to some homeowners.

"I've been beside myself," said Waterbury resident Sharon Trainor. "It went up almost $1,000. You know I have to pay taxes, but I wasn't counting on that."

This means homeowners will now pay nearly $57 for every $1,000 their house is worth.

"My thought was its really high," said Larry Lawrence, a Waterbury resident. "It went up higher than I thought it would, and I was a little surprised at that."

Officials said the tax bills must be paid by Aug. 1, or residents will have a penalty.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:55 pm
דורך ווינקל
חחחח! קוק נאר די קאמענטס אויף די לינק וואס כ'האב געברענגט... דער עולם שיסט פולווער אויף קעפס....

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:57 pm
דורך משה קארנפעלד
יא, יעצט געקוקט, דער עולם לעבט אריין.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 01, 2014 1:26 am
דורך טהור-עיניים
אקעי, איך מוז זיך אנטשולדיגן. נאך א שמועס מיט די עסקנים טענה'ן זיי אז איך האב זיי נישט ריכטיג פארשטאנען. זיי זאגן אז זיי האבן געזאגט אז דער מעיאר טענה'ט אז ווען מען וועט אויפבויען די אלע נייע הייזער און די נייע איינוואוינער וועלן קומען וועט מען קענען נידערן דעם מיללרעיט (דאס איז דער רעיט וואס דעצידירט דעם ווערט פון דעם הויז וואס לפי זה צאלט מען טעקס) וועלכע איז זייער הויך די לעצטע פאר יאר צוליב דעם שווערן עקאנאמיע און דאס טוט ארויפטרייבן די טעקס אזוי הויך.

זיי זאגן אז זיי האבן מיר נישט געזאגט אז מען האט שוין גענידערט, נאר אז ער טענה'ט אז ער גייט קענען נידערן דעם מיללרעיט מיט די נייע הייזער און בעסערע עקאנאמיע.

אבער נאכאמאל, אפילו מיט דעם הויכן רעיט, ווען איך זאל קויפן דעם טאונהאוז פאר 189, נאך אלע פי'ס און קאסטן, נאך דעם מארגעדש און טעקס, וועט עס נאך אלס זיין אסאאך ביליגער ווי די רענט וואס איך צאל יעצט פאר א קלענערע דירה.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 02, 2014 10:50 pm
דורך כרם
עטעטשמענט

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 02, 2014 10:52 pm
דורך כרם
עטעטשמענט

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 03, 2014 10:09 am
דורך שאינו יודע
געווען אין בתי מדרשים

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 03, 2014 11:48 am
דורך משה קארנפעלד
אין די שולן איז געווארן אויסגעלייגט א בראשער פון 4 זייטן אין אידיש איבער די וואטערבארי שטעטל(מאנכע רופן עס "וואטערבארי פראיעקט", אבער מיר דערמאנט עס פון אטאם באמבעס).

דאס הארץ האט מיר געפריידט עס צו זעען.

ווי זאגט געלעגער

געלעגער האט געשריבן:יעדעס מאל איך הער פון נאך א שטעטל גייט מיין פרייד לעוועל ארויף און צוזאמען דערמיט גייט מען סקעפטיזעם...
איך באוואונדער די געדולד און גאטס וואס די אינוועסטערס האבן צו פלאנען פון אזאנע פראיעקטן נאכן האבן אזויפיל פלאפס אינעם עבר

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 03, 2014 12:13 pm
דורך yid
אפשר קען איינער ארויפלייגן די אידישע בראשור

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 03, 2014 12:52 pm
דורך כרם
yid האט געשריבן:אפשר קען איינער ארויפלייגן די אידישע בראשור

איך פראביר ס'זאגט ס'צו גרויסע פייל

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 03, 2014 1:46 pm
דורך מיללער
פון א שפראכן באמערקונג איז דער נאמען וואטערבורי נישט וואטערבערי

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 03, 2014 3:21 pm
דורך טהור-עיניים
מיללער האט געשריבן:פון א שפראכן באמערקונג איז דער נאמען וואטערבורי נישט וואטערבערי


אפילו אין ענגליש זאגט מען וואטערבערי, כאטש מען שרייבט עס מיט א U

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 03, 2014 5:03 pm
דורך חזקיהו המלך
כרם האט געשריבן:
yid האט געשריבן:אפשר קען איינער ארויפלייגן די אידישע בראשור

איך פראביר ס'זאגט ס'צו גרויסע פייל


שיק מיר עס איך וועל עס לייגען,