בלאט 7 פון 11
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 11:15 am
דורך טהור-עיניים
רבותי, איך רעד מיט די עסקנים, זיי זענען זייער אינטערעסירט צו הערן. אדרבה, ווער עס האט עפעס הערות לאזט מיר הערן דא איך וועל עס איבערגעבן פאר זיי. איך האב שוין אפאר זאכן זיי איבערגעגעבן (און געוויזן) וואס דער "המון עם" דער ציווילער בירגער, שרייבט דא, זיי הערן זיך צו. לאזט מיר הערן אלזא וואס דער עולם האלט, וואס ווילט איר זעהן און הערן ווען איר קומט אריין אין אזא אפיס.
זיי רעכענען זיך דערמיט.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 1:53 pm
דורך וואדקע
ווי קען מען זיך איינשרייבען צו ווערן א עסקן?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2014 6:46 pm
דורך babaganush
וואדקע האט געשריבן:ווי קען מען זיך איינשרייבען צו ווערן א עסקן?
איך האב די זעלבע קשיא
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 6:09 am
דורך יודל מענדלזאהן
וואדקע האט געשריבן:ווי קען מען זיך איינשרייבען צו ווערן א עסקן?
אן עסקן דארף מען געבוירן ווערן.
אז נישט, איז פארפאלן. אפשר נעקסטע גילגול...
דאס איז בדרך צחות. אבער אין אמת'ן גערעדט, ווער האלט אייך אפ פון עוסק זיין בצרכי ציבור? אדרבה!
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 12:41 pm
דורך geek
היינט גייט דארט פארקומען די יערליכע טאון מיטינג, ווער קומט?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 12:42 pm
דורך מחותן
geek האט געשריבן:היינט גייט דארט פארקומען די יערליכע טאון מיטינג, ווער קומט?
מיינסט זיכער די
חודש'ליכע טאון מיטינג?!
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 12:45 pm
דורך geek
Town of Woodbury residents are reminded that the Regular and Annual Town Meeting (has been properly noticed) will be held on Monday, May 19, 2014 at 8 p.m. in the Old Town Hall building, located at 5 Mountain Rd., Woodbury. The presentation and discussion of the proposed 2014/2015 Town Budget will be part of the agenda
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 4:43 pm
דורך פלאטשיגער
...ווארשיינליך מישט דא איינער צווישן וואדבארי און וואטערבארי
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2014 7:30 pm
דורך geek
רעכט רעכט, מנהל/ים ביטע מעקט דא מיינע תגובות
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 3:34 pm
דורך משה קארנפעלד
טהור-עיניים האט געשריבן:רבותי, איך רעד מיט די עסקנים, זיי זענען זייער אינטערעסירט צו הערן. אדרבה, ווער עס האט עפעס הערות לאזט מיר הערן דא איך וועל עס איבערגעבן פאר זיי. איך האב שוין אפאר זאכן זיי איבערגעגעבן (און געוויזן) וואס דער "המון עם" דער ציווילער בירגער, שרייבט דא, זיי הערן זיך צו. לאזט מיר הערן אלזא וואס דער עולם האלט, וואס ווילט איר זעהן און הערן ווען איר קומט אריין אין אזא אפיס.
זיי רעכענען זיך דערמיט.
די וויכטיגסטע פאר מיר איז;
א הענטל אויפן גאס-טיר געמאכט פון ריין גאלד.
א קליין גלאזל ביים טיר ארויס צו קוקן געמאכט פון ציכטיג קריסטאל.
א הייצונג סיסטעם אינטער די טרעפ אויפן גאס.
רויטע רויזן מיט בלויע בלומען.
א אינטערקאם מיט א מוזיק סיסטעם וואס זאל קענען ארבייטן אין די גאנצע הויז און אויך קענען ארבייטן אין איינצעלע צימערן.
א עסקלעיטער ארויף צום צווייטן שטאק.
א עלעוועיטאר אראפ צו גיין.
אויך פשוטע טרעפ פאר יום כיפור.
א קליין גארטן אויפן דאך.
א רייכערן צימערל.
אן אריין געבויטן וועקער זייגער סיסטעם.
א ספריים\אפיס צימער מיט א וואנט צו דרייען רינגס ארום, איין זייט וועט זיין די קאמפיוטער און די צווייטע די ספרים שראנק גרייט ווען די שווער שפאצירט אריין.
כאב נאך א לאנגע ליסטע, קודם קום צוריק מיט ענטפערס אויף אלע אויבנדערמאנטע, נאַכער וועל מיר ווייטער גיין.
יעצט לאמיך שרייען וואס איך דארף באמת:
א דירה פאר א ביליגע פרייז.
א דירה פאר א ביליגע פרייז.
א דירה פאר א ביליגע פרייז.
ווי זאגט גרונעם? "ווי זאגט טהור? ביי".
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 3:46 pm
דורך טהור-עיניים
משה קארנפעלד האט געשריבן:טהור-עיניים האט געשריבן:רבותי, איך רעד מיט די עסקנים, זיי זענען זייער אינטערעסירט צו הערן. אדרבה, ווער עס האט עפעס הערות לאזט מיר הערן דא איך וועל עס איבערגעבן פאר זיי. איך האב שוין אפאר זאכן זיי איבערגעגעבן (און געוויזן) וואס דער "המון עם" דער ציווילער בירגער, שרייבט דא, זיי הערן זיך צו. לאזט מיר הערן אלזא וואס דער עולם האלט, וואס ווילט איר זעהן און הערן ווען איר קומט אריין אין אזא אפיס.
זיי רעכענען זיך דערמיט.
די וויכטיגסטע פאר מיר איז;
א הענטל אויפן גאס-טיר געמאכט פון ריין גאלד.
א קליין גלאזל ביים טיר ארויס צו קוקן געמאכט פון ציכטיג קריסטאל.
א הייצונג סיסטעם אינטער די טרעפ אויפן גאס.
רויטע רויזן מיט בלויע בלומען.
א אינטערקאם מיט א מוזיק סיסטעם וואס זאל קענען ארבייטן אין די גאנצע הויז און אויך קענען ארבייטן אין איינצעלע צימערן.
א עסקלעיטער ארויף צום צווייטן שטאק.
א עלעוועיטאר אראפ צו גיין.
אויך פשוטע טרעפ פאר יום כיפור.
א קליין גארטן אויפן דאך.
א רייכערן צימערל.
אן אריין געבויטן וועקער זייגער סיסטעם.
א ספריים\אפיס צימער מיט א וואנט צו דרייען רינגס ארום, איין זייט וועט זיין די קאמפיוטער און די צווייטע די ספרים שראנק גרייט ווען די שווער שפאצירט אריין.
כאב נאך א לאנגע ליסטע, קודם קום צוריק מיט ענטפערס אויף אלע אויבנדערמאנטע, נאַכער וועל מיר ווייטער גיין.
יעצט לאמיך שרייען וואס איך דארף באמת:
א דירה פאר א ביליגע פרייז.
א דירה פאר א ביליגע פרייז.
א דירה פאר א ביליגע פרייז.
ווי זאגט גרונעם? "ווי זאגט טהור? ביי".
משה, אט די אלע זאכן ווערן צוגעשטעלט פאר די רייט פרייז.
אבער דאס וויכטיגעסטע ווי דו זאגסט אליינס.
א דירה פאר ביליג, א דירה פאר ביליג, א דירה פאר ביליג.
יעצט נעם דעם ליין און טאפל עס כמה פעמים, ווייל דא גייט זיין צוגעשטעלט הייזער און דירות אין א גרויסן קוואנטום. און פאר א ביליגן פרייז.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 3:59 pm
דורך משה קארנפעלד
כאב הנאה צו הערן, אדרבה זאל זיך עפעס רירן.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 2:25 am
דורך babaganush
טהור-עיניים האט געשריבן:היינט געהאט א שמועס מיט די עסקנים, זיי זאגן אז זיי זענען שוין ממש גרייט אנצוהייבן פאקטיש זיך טרעפן מיט פאטענציעלע קונים. אין די קומענדיגע טעג גייען זיי ארויסגיין מיט א מארקעטינג קאמפיין צום היימישן ציבור דער עולם זאל קומען זיך אנשליסן אין דעם נייעם פראיעקט וועלכעס ווערט וואס א טאג נענטער צו א רעאליטעט.
ווען?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 29, 2014 12:56 pm
דורך א איד אין גלות
עד אין בולעטין היינט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 29, 2014 2:08 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
טהור-עיניים האט געשריבן:רבותי, איך רעד מיט די עסקנים, זיי זענען זייער אינטערעסירט צו הערן. אדרבה, ווער עס האט עפעס הערות לאזט מיר הערן דא איך וועל עס איבערגעבן פאר זיי. איך האב שוין אפאר זאכן זיי איבערגעגעבן (און געוויזן) וואס דער "המון עם" דער ציווילער בירגער, שרייבט דא, זיי הערן זיך צו. לאזט מיר הערן אלזא וואס דער עולם האלט, וואס ווילט איר זעהן און הערן ווען איר קומט אריין אין אזא אפיס.
זיי רעכענען זיך דערמיט.
מאך זיכער מ'וועט קיין ירושלמי נישט לערנען דארט מיט די מיידלעך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 29, 2014 2:48 pm
דורך כרם
גייט דעיס קלאפן די פראז פון בלומנבערג?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 29, 2014 3:04 pm
דורך והמבין יבין
כרם האט געשריבן:גייט דעיס קלאפן די פראז פון בלומנבערג?
ער איז שוין נישט מעיאר

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 29, 2014 3:53 pm
דורך כרם
לא זכיתי להבין מה שהמבין הבין
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 29, 2014 6:02 pm
דורך babaganush
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 29, 2014 6:37 pm
דורך babaganush
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 29, 2014 6:56 pm
דורך אַבּערוואַס
וואס דארפן די בילדער צו ווייזן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 29, 2014 7:02 pm
דורך פיצי קעפעלע
דאכצעכמיר אז די בילדער זענען פון בלוי רידש עסטעיטס, וואס איז נישט די זעלבע דעוועלעפמענט פון וואס מיר רעדען דא.
הגם דאס איז איין דעוועלעפער, אזוי האב איך פארשטאנען פון זיי.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 29, 2014 7:05 pm
דורך אַבּערוואַס
סאו איז'ס די ראנג אשכול!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 29, 2014 7:16 pm
דורך זאכליך
Wow, וואס קאסט אזא פאלאץ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 29, 2014 9:24 pm
דורך טהור-עיניים
א איד אין גלות האט געשריבן:עד אין בולעטין היינט
דער עד איז נישט נאר אין בולעטין, עס איז אין א סאך אנדערע אויסגאבעס לכבוד שבועות