בלאט 5 פון 11

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 27, 2014 6:23 am
דורך חזקיהו המלך
די וועבסייט פין די בני שלום שול אין וואטערבורי:

http://www.bnaishalomwaterbury.com/

היסטאריע איבער אידען אין וואטערבורי:
https://www.mattatuckmuseum.org/collect ... merica.htm

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 3:53 pm
דורך פיצי קעפעלע
די חברה האבען זעך נאכנישט צוריק פארבינדען מיט מיר.

ביז דערווייל האבעך געגעבען א רעכען אויס די טעקסעס לויט ווי די סטעיט וועבסייט רעכענט דאס, בינעך אנגעקומען צו א חשבון פון אריבער $10,000

כ'האף אז איך האב עס נישט גוט אויסגערעכענט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 4:05 pm
דורך תמים תהיה
עס קיקט מיר אויס צי זיין היפש ווייט פין די שטאט, וואס איז די חשבון??

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 4:18 pm
דורך פיצי קעפעלע
וואס הייסט היבש ווייט? אין פארוואס זאל דאס זיין א צוריקהאלט פאר איינער וואס וויל באמת?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 6:40 pm
דורך טהור-עיניים
פיצי קעפעלע האט געשריבן:די חברה האבען זעך נאכנישט צוריק פארבינדען מיט מיר.

ביז דערווייל האבעך געגעבען א רעכען אויס די טעקסעס לויט ווי די סטעיט וועבסייט רעכענט דאס, בינעך אנגעקומען צו א חשבון פון אריבער $10,000

כ'האף אז איך האב עס נישט גוט אויסגערעכענט.


קעפל, מען האט ערשט די וואך אנגעהויבן צוריק רופן די אלע וואס האבן אריינגערופן. עס זענען דא שווערע הונדערטער קאללס צוריק צו רופן, לכאורה אין די קומענדיגע פאר טעג וועסטו באקומען א קאלל.

וועגן די טעקסעס איז אזוי. איך האב אליינס געהערט עטליכע קאנפליקטינג זאכן, האב איך מיך אריינגעלייגט אין דעם ענין. כהיום איז עס זייער הויך, עס פלעגט זיין אסאאאך נידריגער, אבער די לעצטע פאר יאר האבן זיי עס שטארק געהעכערט. היינטיגען טאג איז עס בערך די זעלבע ווי מאנסי. אבער די עסקנים צוזאמען מיט דעם דעוועלאפער ארבייט שווער מיט די שטאט עס צוריק נידריגער צו מאכן.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 6:40 pm
דורך טהור-עיניים
תמים תהיה האט געשריבן:עס קיקט מיר אויס צי זיין היפש ווייט פין די שטאט, וואס איז די חשבון??


די חשבון איז זיייער פשוט. היפש נאנט צו די שטאט קאסטן הייזער זייער טייער

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 6:43 pm
דורך מחותן
טהור-עיניים האט געשריבן: וועגן די טעקסעס איז אזוי. איך האב אליינס געהערט עטליכע קאנפליקטינג זאכן, האב איך מיך אריינגעלייגט אין דעם ענין. כהיום איז עס זייער הויך, עס פלעגט זיין אסאאאך נידריגער, אבער די לעצטע פאר יאר האבן זיי עס שטארק געהעכערט. היינטיגען טאג איז עס בערך די זעלבע ווי מאנסי. אבער די עסקנים צוזאמען מיט דעם דעוועלאפער ארבייט שווער מיט די שטאט עס צוריק נידריגער צו מאכן.



קאם אן.. דו דערמאנסט מיר ווי אזוי די עסקנים פון כינוס כלל ישראל האבן געארבייט אינאיינעם מיט די FAA צו פארקריווען די פליגער אז זיי זאלע זאלן נישט פליען העכער סיטי פעלד בשעת די כינוס... :oops:

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 6:44 pm
דורך טהור-עיניים
קעפל, פארגעס אבער נישט אז אפילו ביז מען וועט עס בעז"ה צוריק אראפדרייען גייט דיין מאגידש זיין ווייניגער ווי האלב פון ערגעץ אנדערש.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 6:49 pm
דורך פיצי קעפעלע
טהור, איך האב נישט געשריבען וועגען די טעקס אלץ א סיבה נישט צו קויפען. איך בין אלל אין.

א שנעלער חשבון קימט אויס אז מארגעיזש מיט טעקס און אינשורענס צוזאמען וועט נישט זיין מער ווי א $1400

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 6:53 pm
דורך טהור-עיניים
מחותן האט געשריבן:
טהור-עיניים האט געשריבן: וועגן די טעקסעס איז אזוי. איך האב אליינס געהערט עטליכע קאנפליקטינג זאכן, האב איך מיך אריינגעלייגט אין דעם ענין. כהיום איז עס זייער הויך, עס פלעגט זיין אסאאאך נידריגער, אבער די לעצטע פאר יאר האבן זיי עס שטארק געהעכערט. היינטיגען טאג איז עס בערך די זעלבע ווי מאנסי. אבער די עסקנים צוזאמען מיט דעם דעוועלאפער ארבייט שווער מיט די שטאט עס צוריק נידריגער צו מאכן.



קאם אן.. דו דערמאנסט מיר ווי אזוי די עסקנים פון כינוס כלל ישראל האבן געארבייט אינאיינעם מיט די FAA צו פארקריווען די פליגער אז זיי זאלע זאלן נישט פליען העכער סיטי פעלד בשעת די כינוס... :oops:


מחותן לעבן, לאמיך דיר עפעס מסביר זיין. די סיטי אוו וואטערבערי איז נישט די עף עי עי. איך בין די וואך געזעסן מיט די עסקנים און איבערגעגאנגען אסאך דעטאלן, אייינס פון די זאכן וועלכע מען האט באהאנדלט איז געווען די הויכע טעקסעס.

דער סיסטעם גייט אזוי, יעדע פינף יאר מאכט די סיטי א נייע עסעסמענט אויף די הייזער (דער פראסעס הייסט ריעוועליועישן), און לויט דעם עסעסמענט רעכנט זיך די טעקסעס (א פאר יאר צוריק ווען בלומבערג האט געוואלט נאכאמאל הייבן ריעל עסטעיט טעקס איין יאר נאכן אנדערן האט דער עולם פארפירט, האט ער זיך אן עצה געגעבן, ער האט נישט געהויבן דעם טעקס רעיט, ער האט נאר געהויבן די עסעסמענט...). א פאר יאר צוריק האט די סיטי אוו וואטערבערי זיך ארום געזעהן אז צוליב דעם נאציאנאלען ריעל עסטעיט קראך האבן זיי געהאט גאר א גרויסן שאדן, האבן זיי עס ערזעצט דורך גאר הויך עסעסן אלע הייזער אין שטאט, אויטאמטיש האט עס גאר שטארק געהויבן די טעקסעס.

אצינד האבן די עסקנים צוזאמען מיט דעם דעוועלאפער געבעטן ביי די שטאט, היות אז זיי ווילן דאך אז די אידן זאלן קומען, זיי קוקן דוקא גאר שטארק ארויס אויף דעם און זיי ארבעטן צוזאמען מיט די עסקנים און דעם דעוועלאפער אויף טריט און שריט, אבער אזעלכע הויכע טעקסעס קען אפשרעקן מענטשן פון קומען. האט מען זיי געבעטן נישט צו ווארטן ביז די סוף פון די פינף יאר צו מאכן דעם נייעם עסעסמענט, נאר עס שוין מאכן, אבער דאס איז נישט קיין זאך וואס געשעהט איבער נאכט.

אלזא, יא, מען ארבעט אויף דעם. איך קען אייך נישט צוזאגן אז עס וועט גיין איבערנאכט, אבער לכאורה, ווי עס קוקט יעצט אויס, וועט מען קענען נידערן דעם אסעסמענט און דורך דעם נידערן די ריעל עסטעיט טעקסעס.

יישר כח פארן אויסהערן.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 6:57 pm
דורך מחותן
איך פארשטיי, און אנטשולדיגט פאר מיין תגובה, איך האב געמיינט אז עס הוילע רעטאריק וויבאלד טעקס איז געווענליך א 1 WAY אויף ארויף.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 7:32 pm
דורך טהור-עיניים
אמת געווענליך איז אזוי, אבער אמאל לוינט זיך פאר זיי עס צו נידערן

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 29, 2014 9:42 pm
דורך חברותה
פארענדיג אהיים היינט פון מעסעטשוטשעס לצורך פרנסה האט מיר אנגעכאפט די תאוה האכילה זייענדיג אויפן 84 לעבן הארטפארד קענעטוקעט האב איך אריינגעלייגט אין מיין קאושער דזשי פי עס עפפ פאר עפעס כשר'ס געט ער מיר אפאר אויסוואלן, איך געב א קאל די ערשטע סטאר איך גיב א פרעג אויב זיי האבן כשר ענפערט מיר יענער: יעס, ווי העוו קאושער ענד נאו קאשער פוד דזאסט קאם אין ענד יאו קען טשוס..
טריי איך די נעקסטע נאמבער אין איך פרעג יאו סעל קאושערס? ענפערט מיר יענער: ווי דידנט רינאו די העכשר דיס יער, פרעג איך אים צו ער ווייסט אין די געגנט צו איינער פארקויפט כשרס ער לייגט מיר אויף האלד, נאך א מינוט קומט ער צוריק אין זאגט: איי דזאסט טשעקט ווי דיד רינאו די העכשר סאו יאו קען קאם..
האב איך באשלאסן סאיז גענוג נאך א האלבע שעה בין איך ביי וואטערבארי ווי עס איז דא א ישוב, והך כוה איך לייג אריין פאר קאושער ניער מי אין עס געט מיר א פיצא סטאר אינגאנצן אפאר מינוט ארויס פון וועג איך פאר ארויס עקזיט 22 נאך צוויי מינוט פארן בין איך געווען היימיש איך האב געזעהן א אמעריקארד סמארט קאר געפארקט נעבן די ישיבה,.. נאך א מינוט פארן קום איך אן צו די סטאר עס איז צוזאמען מיט די גראסערי מיט איין ארבעטער, ער זאגט מיר אז ער שפארט שוין אבער ער קען מיר נאך אנווארעמען א פיצא, אזוי שמועסנדיג מיט די ארבעטער זאגט ער מיר אז ס'וואונען 160 אידישע משפחות און אז סמופןיעצט ארויס אסאך חסידישע משפחות, איך האב אים געפרעגט צו סאיז דא א פליישיגע רעסטוראנט זאגט ער מיר אז נישט, איין סטאר האב איך שוין צו עפענען.. שפאצירענדיג אין גראסערי זעה איך שטערנס קופעלעך פרעג איך אים צו עס איז פון נאך פסח, האט ער מיר געזאגט בעליוו איט אר נאט שטערנס/קארן'ס דעליווערט יעדן טאג פרישע ברויט מיט קיפעלעך פאר זיי עד כאן פון מיין צען מינוטיגע באזוך אין איינע פון די צוקניפטע חסידישע שטעטלעך

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 29, 2014 9:46 pm
דורך געלעגער
יישר כח פארן ערשט האנטיגן באריכט

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 29, 2014 10:22 pm
דורך חזקיהו המלך
חברותה האט געשריבן:פארענדיג אהיים היינט פון מעסעטשוטשעס ..... וכו'
עד כאן פון מיין צען מינוטיגע באזוך אין איינע פון די צוקניפטע חסידישע שטעטלעך


וואס פאר א רושם מאכט דאס פלאץ ?
צאמגענומען ? שמוציג ? גראפיטי ?,
שטאטיש ? דארפיש ?,
שיין ? נישט אזוי שיין?


די וואס וואוינען דארט האבען עס ליב ?
די פיצא איז גוט געווען ?
האסט געמאכט א נאך ברכה ?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 12:40 am
דורך babaganush
געלעגער האט געשריבן:יישר כח פארן ערשט האנטיגן באריכט

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 7:51 am
דורך חברותה
די פלאץ דארט איז אזוי, איך בין נאר געפארן אויף צוויי-דריי גאסן די הייזער דארט איז אלעס פרייוועט הייזער אבער קוקט אויס אלט בערך אזוי ווי די הייזער אין הארץ פון אלט וויליאמסבורג..
קעגן איבער די ישיבה איז דארט א שיינע וואסער מיט א פלאץ צו שפאצירן.
צאמגענומען? ווי אזוי הייסט ביי דיר וויליאמסבורג, צאמגענומען..?
דארפיש? סקוקט אויס שטאטיש, אויף די ערשטע גאס איז דא דארט א גרויסע שפיטאל קאמפלעקס, אבער 6:30 מאכן זיי צו די פיצא סטאר און די גראסערי זיבן אזייגער, די פיצא איז געווען אויסערגעווענדליך גוט און קריספי אבער סייד דישעס האט ער מיר נישט געוואלט געבן ווייל סאיז שוין געווען אוועקגעפאקט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 8:25 am
דורך חזקיהו המלך
חברותה האט געשריבן:די פלאץ דארט איז אזוי, איך בין נאר געפארן אויף צוויי-דריי גאסן די הייזער דארט איז אלעס פרייוועט הייזער אבער קוקט אויס אלט בערך אזוי ווי די הייזער אין הארץ פון אלט וויליאמסבורג..
קעגן איבער די ישיבה איז דארט א שיינע וואסער מיט א פלאץ צו שפאצירן.
צאמגענומען? ווי אזוי הייסט ביי דיר וויליאמסבורג, צאמגענומען..?
דארפיש? סקוקט אויס שטאטיש, אויף די ערשטע גאס איז דא דארט א גרויסע שפיטאל קאמפלעקס, אבער 6:30 מאכן זיי צו די פיצא סטאר און די גראסערי זיבן אזייגער, די פיצא איז געווען אויסערגעווענדליך גוט און קריספי אבער סייד דישעס האט ער מיר נישט געוואלט געבן ווייל סאיז שוין געווען אוועקגעפאקט.


גוט, סאו ס'בערך אזוי ווי וויליאסבורג, נאר די פיצא איז בעסער ....

אקעי נעקסטיים קנאק א פאר בילדער,

אין ביי דע וועי ווען עפענסטע די פליישיגע רעסטאראנט ?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 8:40 am
דורך מי יודע
חברותה, דו קומסט פון מאסאטשוסעס זוכן כשר'ס און קאניטעקוט, און מאסאטשוסעס אליין איז דא א ריזיגע סופער מארקעט מיט איינס אדער עטליכע איילס פון כשר'ע עסן, דארט דארפן צו וואוינען א שיינע פאר אידעלעך, איך ווייס נישט אויב ס'איז דא א רעסטוראנט, אבער כשר עסן אין סטאר פון אונזערע היימישע דיסטריביטארס איז דארט דא

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 9:44 am
דורך חברותה
חזקיהו איך פלאן צו עפענען א מילעכיגע רעסטוראנט פון 6:30 ביז צוויי אזייגער פאר די וויליאמסבורגע אידן ווען זיי מאפן ארויס.

מי יודע די געגנט ווי איך בין געווען איז א האלבע שעה ווייט פון די אידישע געגנט אין באסטאן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 9:49 am
דורך מי יודע
חברותה האט געשריבן:חזקיהו איך פלאן צו עפענען א מילעכיגע רעסטוראנט פון 6:30 ביז צוויי אזייגער פאר די וויליאמסבורגע אידן ווען זיי מאפן ארויס.

מי יודע די געגנט ווי איך בין געווען איז א האלבע שעה ווייט פון די אידישע געגנט אין באסטאן.

איך רעד נישט פון באסטאן, איך רעד פון לאונג מידאו מאס.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 9:55 am
דורך חזקיהו המלך
חברותה האט געשריבן:חזקיהו איך פלאן צו עפענען א מילעכיגע רעסטוראנט פון 6:30 ביז צוויי אזייגער פאר די וויליאמסבורגע אידן ווען זיי מאפן ארויס.


אקעי וואס גייט זיין די מעניו ?

גייסט האבען סושי (טויטע פיש)?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 10:19 am
דורך home
[quote="חזקיהו

גייסט האבען סושי (טויטע פיש)?[/quote]

;l;p-

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 10:25 am
דורך שנאפס
וואסי שלעכט מיט לעבעדיגע פיש?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 12:00 pm
דורך אַבּערוואַס
"לעבעדיגע" איז א טרעידמארק פאר "עופות" עשי"ת!