אנטדעקט "אמעריקע"! – די ענדגילטיגע לעזונג פארן דירות פראבלעם

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווען איר דארפט זיך ווען אוועקציען פון אייער וואוין-ארט, צו וועלכע סארט געגנט וואלט איר געגאנגען?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג מארטש 25, 2014 7:05 pm

בלויז אינאיינעם מיט אידן פון אנדערע חסידי'שע קהלות/קרייזן, אין צוגאב צו אידן פון מיין קהילה/קרייז
34
71%
בלויז מיט מיין אייגענע קהילה/קרייז
5
10%
איך וואלט געגאנגען וואו עס וואלט זיך געלאזט; עס איז מיר נישט קיין חילוק
9
19%
 
סך הכל שטימען: 48

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

אויף די שטארקע קשיות וואס דער עולם פרעגט איז דער תירוץ תיקו. עס האט נישט קיין תירוץ, אבער ווי זאגט דער רב ווילסט הערן אדער פרעגן, איז אזוי.

דער מציאות איז אז ווען מ'האט גערעדט פון בלומינגבערג זענען עטליכע אפילו פון מיין משפחה פון ווילי געווען פון די איינגעשריבענע און פון די ערנסט אינטערסירטע,
פארוואס? ווייל זיי ווילן יא מופן, און זענען גרייט פאר א נייע געגנט וואס האט א רוקן ביין וואס וועט זיי נישט לאזן הפקר אויפן וואסער.

וואס דען מופן זיי נישט קיין מאנסי.
עס איז דא א קרענק וואס הייסט חן מקום על יושבו, און מ'וויל בלייבן ליידן דא, אזוי ווי קיינער וויל נישט מופן צו קיין אנדערע ווייטע סטעיט לכתחלה.
ביין אונז זעט אויס אביסל אוועק אויך ווייט אוועק.
אבער אז יעדער גייט, און די אלע מענטשן וואס גייען זענען מיינע שכנים און גוטע פריינט און עס איז דא א ווינט און עס איז ביליג אויך, נא געגענגען.
פרעג מיך נישט אפ ווייל כ'האב שוין געזאגט עס איז נישט קיין תירוץ עס איז א מציאות אז עס איז געווארן א ווינט און מענטשן זענען יא גרייט צו גיין צו נייע פלאץ.

עטליכע רביים אריינגערענט רז"ל מסאטמאר האב איך געהערט פון נאנטע אז ער איז גרייט אויסצוהערן און אריינצושפרינעגן און סיי וועלכע געגנט וואס האט פאטענשאל.
איז די זאך אזוי, דער טבע איז אז עס איז זייער ווינציג טיער'ס רוב מענטשען ווערן געפירט און האבן עס ליב, זיי רעדן זיך נאך איין זיי האבן א אויסוואל ווייל עס איז דאך צוויי אפציעס אדער קאמפעטישן, סא קען ער דאך באשליסן מיט וועם צו גיין, אבער דער מציאות איז אז רוב מענטשן קענען נישט טוען נאר נעמען אפשאנס וואס מ'שטעלט זיי צו.

און יעצט האט מען צוגעלייגט נאך א פאונט אז מיט א גוטער נדבן וואס לכאורה וואלטן זיך מענטשען ארויף געכאפט דערויף איבערהויפט אויב הייבט זיך עס אן מיט א קהלה קען גיין .

איז יעצט די שאלה איז דא א טויגליכער מענטש וואס פארשטייט אביסל צו ריעל עסטעיט, וואס איז גרייט אויסצוטשעקן עטליכע געגנטן, רעדן צו א רבי'ן און מאכן אסאך געלט דערנאך, (אינוועסטערס. נדבנים איז פארט 2)

לכאורה איז דאס דער תמצית פון דעם שמועס.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד,

זעהנדיג ווי אלע שטעט דעוועלאפמענט פלענער די לעצטע יארן זענען נישט אנגעקומען אין ערגעץ, בין איך האראפאשנער יונגערמאן געקומען צום החלטה אז קיין נייע היימישע געגנט קען זיך נישט גרינדן בכלל פונעם צוגאנג דורך דעוועלאפערס, ריעל עסטעיט סוחרים, בעלי בתים, אפילו עסקנים, וואס אימער אין די קאטעגאריע.

אז מען וועט באטראכטן "אלע" היימישע שטעט אויסער וויליאמסבורג און בארא פארק, וועט מען זעהן אז זיי זענען געגרינדעט געווארן ארגינעל, אדער "היימיש געווארן," דורך גדולי ומנהיגי ישראל זי"ע, ארום די מטרה פון תורה און אידישקייט, אן קיין "ברעקל" שמעק פון ריעל עסטעיט אדער דעוועלאפמענטס.


- שיכון סקווירא, מרן הגה"ק מסקווירא זצ"ל
- קרית יואל, מרן רביה"ק מסאטמאר זצ"ל
- לעיקוואוד, הגאון הגדול מקים עולה של תורה רבי אהרן קאטלער זצ"ל
- מאנסי, הגאונים הצדיקים ראשי ישיבות וכוללים זצ"ל

בזעיר אנפין אויך נייטרא, קאשוי, טאהש, וכו' וכו'.

עס עקזיסטירט נישט אזא זאך, לעת עתה, צו גרינדן א שטאט דורך בעלי בתים. עס האט נישט געארבייט פאר זעכציג יאר, און וועט לכאורה ווייטער נישט ארבייטן.

קען זיין מען דארף העלפן די גדולי ישראל בעצה ותשוי', טרייבן דעם ענין, נושא ונותן זיין אזוי און אנדערש מיט וויכוחים און לעזונגען, אבער די אונטערשטע שורה איז, ווילאנג אזא נייע-שטאט פראיעקט האט נישט "ביים שפיץ" ממש, און טאקע מיט פול אויטאריטעט און אחריות, ווי מ'זאגט אויף ענגליש THE BUCK STOPS ביי אים אליינס בכבודו ובעצמו, וועט לכאורה זייער שווער אויב בכלל אנקומען אזא מציאות אין נאנטן צוקונפט.

איי דער עולם קאכט און קייכט אזוי וועגן די דירה פרייזן? וויל מען פארט נישט גיין אליינס פאראויס, ווייל מען פארשטייט אליינס אז אן גדולי ישראל ביים שפיץ האט אזא פראיעקט שווערע שאנסן מצליח צו זיין ריכטיג ברוחניות און בגשמיות.

וואס איז דעמאלט די עצה? די אלע כוחות וואס עסקנים און דעוועלאפערס לייגן אריין צו גרינדן אליינס א נייע שטאט, אדער זיך אריבערציען אין די מאסן ערגעץ וואו, זאל מען ענדערש לייגן אויף איין איינציגן ציל, זוכן-טרעפן-באאיינפלוסן אן אויסגערופענעם גדול, גאון, רב, רבי, וועלכער זאל זיך אריינלייגן מיט'ן גאנצן הארץ און לעבן, בחרב ובחנית עד הסוף, צו גרינדן אזא נייע שטאט, און דעמאלט וועט עס בס"ד מצליח זיין.

און עס מוז נישט זיין א "גרויסער רבי." למשל, איך וואלט געזאגט בדעתי העני', אז אויב למשל אזא סארט פריוואטער באשיידענער אבער פארט העכסט-רעספעקטירטער צדיק ווי כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, פון וויליאמסבורג, זאל דערקלערן א פראיעקט צו מופן קיין ראטשעסטער (סתם אנגעכאפט א שטאט) מיט אפאר יחידים צוזאמען, און גיין דערמיט עד הסוף, וועט עס "איבערנאכט" ווערן א הצלחה'דיגער פראיעקט, אן קיין ברעקל מישעכץ פון ריעל עסטעיט דעוועלאפערס. יעדער וועט געטרויען אזא געשעצטער רב-רבי אז עס וועלן זיין מוסדות, שוהלן, מקואות, און מינימאלע גשמיות'דיגע געברויכן, און מען וועט ארויספארן מיט הרחבת הדעת אן קיין שום פרעשור און דאגות, און קויפן א דירה'לע מכל הבא ליד.

און גלייבט מיר, מען וועט "פליען."

אז מען האט די צוטרוי, אז מען ווייסט מען האט אן ערליכן געהויבענעם "עמוד האש" ביים שפיץ, דארף מען נישט מער ווי א קליינע גראסערי, א לאנדראמאט, א באס צוויי מאל א טאג אפשר, און עס איז גענוג. מען וועט זיך טרעפן עפעס א פרנסה'לע, פריער אדער שפעטער. נישט די מאנגעל אין גשמיות'דיגע באקוועמליכקייטן ארום און ארום מאכט די החלטה נישט צו גיין. עס איז דער ספק צי מען טוט גוט, צי מען זאל זיך אריינלאזן, ווער ווייסט... אבער מיט א פראמינענטן גדול בישראל פאלן אוועק אלע ספיקות, און די שוידערליכע אומגעהויבענע דרוק פונעם דירות קריזיס איז גענוג ברענשטאף צו טרייבן ביז יענע עק וועלט.

און איך קלער אז עס מוז אפילו נישט זיין אזא פראמינענטער גדול.

לאמיר אננעמען אז מען נעמט א יונגערן גאון, אבער א "גאון" מיט אלע מפרשים, און טאקע אן ערליכער געהויבענער יונגערמאן וואס קען ווען זיין א שטאטס רב אין דער אלטער היים, מען קלייבט זיך ארום אים א 20-30 אידן, און מען פארט ארויס צוזאמען צו א שטאט, פילאדעלפיע, פאסעאיק, איטענטאון, סלאוטסבורג, און, "בינגא," מען האט א "נייע" שטאט.

ווער דארף די "העווי" ריעל עסטעיט גערעדעכץ, הונדערטער הייזער, טויזנטער מוסדות, דיינע, זיינע, מיינע?

אין איין ווארט: עס דארף זיין ארום תורה און אידישקייט, פינטל.

עס קען זיין דורך א שטארקן רב וואס שמעו הולך לפניו, ווי למשל קאלובער רבי שליט"א, וואס מיט אזא קאליבער "עמוד האש" פון פאראויס דארף מען נישט צולייגן "גארנישט" און דער עולם וועט פליען אין די מאסן, אדער קען עס זיין אויף א קלענערע פארנעם דורך א חבורה ארום א יונגערן גאון פון א קאליבער וואס קען זיין א שטאטס רב "ווי אמאל," א ריכטיגער מרא דאתרא פון אפאר צענדליגער משפחות (וואס איז ליידער היינט כמעט נישטא ווייל מען וואוינט נאר אין ריזיגע שטעט, ואכמ"ל), און משפחות וועלן זיך ארויסציען דארט מער צושטאטעלעך.

דער עיקר, דער רבוש"ע זאל העלפן וואס אימער מען טוט.
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

פיינע פינטעל רבי יום טוב
אבער אין דיינע שורות אליינס זעהט מען אז עס ארבייט זיך נישט אלס אויס
?וואס איז טאקע מיט קאשוי אין נייטרא

אויך גלייב איך נישט אז צופיל מענטשן וועלן נאכגיין אזא פלאן
איך מיין גארנישט קעגן קאלובער רבי אבער
וויפיל וועלן שוין מיטגיין מיט אים
?
30 50 משפחות?
דאס איז נאכנישט די ענדגילטיגע סאלושן
מעגליך אבער אז אויב איין רב וועט דאס טוען אין מצליח זיין מיט זיינע 50 משפחות וועלן אנדערע רבנים אויך נאכטוען
ווער ווייסט אפשר וועט אמעריקע צוריק ווערן ווי די אלטע היים
פיפצוג יודן און סלאוטסבורג
זיבעציג און גושן
צוויי הונדערט אינעם גרויסען בלומינבורג

איין זאך געדענקען ברויך מען איז אז גאט פירט די וועלט
אונז וועלן נאר אנקומן ווי ער וועט אונז פירן
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הקטן »

א גרויסע יישר כח במקום, איין גאר שטארקע נקודה האב איך ארויסגענומען אז ס'טאר נישט זיין איינער וואס זאל מאנאפאלירן די ריעל עיסטעיט, דאס איז לכאורה איינס פון די וויכטיגסטע זאכן.

אגב, איך קלער שוין לאנג, אולי וואלט כדאי געווען מ'זאל בלייבן אין די מאונטענס א גאנץ יאר, מ'דארף שוין גארנישט בויען, ס'זענען דא מקוואות טהרה, גראסעריס, וואל מארט, ווינטערייזט הייזער, מ'קען ווינטערייזן נאך אביסל הייזער, בויען נאך סטארס וכו'. שטעל דיך פאר די מאונטענסט זאל אויסזעהן א גאנץ יאר אזויווי די צוויי זומער חדשים, וואלט אזוי שלעכט געווען צו וואוינען דארט, עס איז אלעס אהערגעשטעלט, ס'וועט זיין זייער אסאך פרנסה אפערטונעטיס, אפילו היטשעס וועט זיין צו באקומען די גאנצע צייט...
איך מיין אז אויב עס וועט זיך אויסארבעטען וועט עס ווערן כמו צענדליגע אדער הונדערטער ''שטעטליך'' ממש אזויווי אינדערהיים, אהן קיין שום מאנגל צוצובויען, יעדע שטעטל וועט האבן א רב א דיין, די באסעס וועלן טראגן די קינדער צו די גרעסערע קעמפס [שטעטליך] יעדן טאג צו לערנען, וואס קען זיין שלעכט? אינדערהיים האבן רוב מענטשן געוואוינט אזוי, עס זענען געווען גרויסע שטעט אזויווי ווארשע [היינט וויליאמסבורג, בארא פארק] אבער רוב כלל ישראל האבן געוואוינט אין די קאנטריס.

גיבערס איז די ערשטע קאנטרי צו בלייבן א גאנץ יאר דארט, ווער איז נעקסט?

שלעכט?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך זעה נאך אלס דערווייל אז בלומינגבורג ווי נאר די וואלן-סאגא איז פאראיבער, אויב האט מר. לאם געווינען די וואלן, האט דער דעלאטינער רב א פאטענציעל צו ווערן דער קומענדיגער "נייער שטערן" אלס נחשון פון א שטעטל וואס וועט וואקסן און בליען ביז משיח'ס טאג.

און פון דארט אז עס זאלן אויפגעקומען נאך ישובים אין סאליווען קאונטי וואס איז ווארשיינליך דאס גרינגסטע און ביליגסטע אויפצשוטעלן, וועט שוין נישט נעמען צו לאנג.

אונזער פרעדיקשאן; ראקלענד קאונטי, אראנזש קאונטי און סאליווען קאונטי זענען די צוקונפט פאר יוצאי וויליאמסבורג-בארא פארק, גיב עס נאך אפאר יאר.
אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הקטן »

מיללער האט געשריבן:אונזער פרעדיקשאן; ראקלענד קאונטי, אראנזש קאונטי און סאליווען קאונטי זענען די צוקונפט פאר יוצאי וויליאמסבורג-בארא פארק, גיב עס נאך אפאר יאר.

;l;p-
סולת
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2012 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סולת »

במקום שאין איש... האט געשריבן:9. און מען קען העלפן מיט פרובירן מעורר צו זיין אן עושר/עשירים, זיי זאלן זיין די נדבן/נדבנים פונעם אנהויבן א נייע געגנט. – און געדענקט: עס איז באמת, כפי ערך, נישט אזוי קאסטבאר ווי מען מיינט.

כ'מיין אז טערעפי ארויסצונעמען "וויליאמ-סבורג דיסארדער" איז נאך ווייניגער קאסטבאר
אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הקטן »

עס זעהט נישט אויס צו זיין די וויליאמסבורגער פראבלעם, דער עולם וויל גיין, דערווייל זענען אלע נייע שטעטליך געמאכט געווארן דורך געלט גייציגע דעוועלאופערס, דערפאר איז עס נישט געווען פראקטיש פארן עולם, דוק ותשכח, און דערפאר ארבעט זיך עס נישט אויס, מ'קען נישט באשילדיגן דעם עולם
אוועטאר
בנחיים_שמואלסאן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנחיים_שמואלסאן »

מען קען יא באשולדיגן דעם עולם, ווייל זיי לאזן זיך טרינקן דאס בלוט פון די דעוועלעפארס אין בראקלין וואס זענען פיל מער געלט גייציג ווי די אפסטעיטערס, דוק ותשכח
אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הקטן »

קען זיין, אבער פארט די אלע וואס האבן געבויעט שטעטליך האבן עס דערווייל נישט געמאכט גענוג עפארדעבל אז עס זאל האבן געלוינט איינצושטעלן ארויסצוגיין אין א מדבר, אזוי ווי במקום שאין איש האט געשריבן אז עס איז נישטא קיין קאמפעטישאן קען עס נישט זיין צו ביליג
אוועטאר
בנחיים_שמואלסאן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנחיים_שמואלסאן »

גענוג ביליג! גראסערי! מוסדות! וואל מארט! האמדיפאו, וואס נאך דארפסטע?
אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הקטן »

גארנישט חוץ ביליג, ביליג ביליג ביליג!! דאס איז עס! אז א דירה קאסט 350,000 + נאך 100000 פאר קלאוזן מופן וכו', הייבט זיך עס נישט אויף אזוי שנעל
אוועטאר
בנחיים_שמואלסאן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנחיים_שמואלסאן »

קען זיין, וואס הייסט יא ביליג? 0?
עין גדי
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2014 2:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין גדי »

בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:קען זיין, וואס הייסט יא ביליג? 0?

לדעתי, א $200,000 וואלט נאך געפּעסט.

עס גייט זיך נאר ווען מען האט אפעטיט. אז עס איז גוט אהערגעשטעלט. אנדערש קורטשעט מען זיך נאך מער איין אין די וויליאמסבורגער מייזן-לעכער - און מען שטופט און שטופט ביז...
עין גדי
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2014 2:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין גדי »

במקום שאין איש... האט געשריבן:איז די עצה אז מען וועט מוזן שטעלן אן אויטאריטעט וואס זאל זיין דער מכריע, און מאכן אלע רוחניות'דיגע באשלוסן פאר דעם מוסד. אן אויטאריטעט אין וועמען "רוב" האבן צוטרוי (איך פערזענליך, וואלט פארגעשלאגן דעם... רבי שליט"א, פון בארא פארק), און 'על פיו ישק כל דבר' אין די מוסדות.

וועלכע רבי מיינט ער?
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

איך וואלט געזאגט אז ער מיינט קאסוב ב"פ.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

אליינס צוגעטראפן?..

ס'איז אזוי געשטאנען, און פארמעקט געווארן. (מסתמא צוליב וואס מ'האט אנגעהויבן דעבאטירן נעמען)
רבינו שאג בקול גדול וגו'
קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינקעפיק »

איך מיין אז די איינציגסטע וועג מזאל גיין איז סזאל מער נישט זיין קיין דירות און סקוקט אויס אז סגעשעט שוין
און אויב וועט זיך ארויסשטעלן אז סאיז יא דא אביסל ארויס פון וויליאמסבורג פאר משוגענע פרייזן וועט מען על פי רוב בלייבן
הלוואי בין איך נישט גערעכט
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

די אשכול איז שיעור נישט געווארן פארדרייט מיט א אדר'דיגע איידיע איבער מאביל היימען. שכוח פאר די מנהלים פארן עס אפטיילן, אבער זייט דעמאלס איז די אשכול אראפגעפאלן זייער טיף.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
במקום שאין איש...
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 04, 2014 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך במקום שאין איש... »

אזוי גייען די זאכן...
אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הקטן »

די פראבלעם איז אז ווען מ'רעדט אבי גערעדט באקומט די אשכול אסאך עטענטשען, ווען מ'האלט די אשכול נאר אויף זאכליכע זאכן זעהט מען אזוי אויס...
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

בלא בלא
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
עין גדי
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2014 2:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין גדי »

נו תכלית... ווער האט א גוטן פארשלאג וואו צו גיין?
אוועטאר
משה הקטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה הקטן »

דו מיינסט תכלית אדער ארויפצוברענגן דעם אשכול, קענסט זאגן קלאר אז דו ברענגסט עס ארויף דארפסט זיך נישט שעמען... :roll:
במקום שאין איש...
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 04, 2014 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך במקום שאין איש... »

ארומזוכענדיג אויף דעם געוועב פאר א ישוב האב איך זיך אנגעשטויסן אין דעם פאלגנדן ניו יארק טיימס ארטיקל איבער אידן אין וואטערבערי קאנעטיקוט. עס הויבט מיר אן געפעלן. איך וועל דאס מיטטיילן מיטן ציבור:

Orthodox Jews Come to a Well-Worn City, Pleased to Find a Piece of Paradise

Christopher Capozziello for The New York Times
Joe Taub, 27, walked to the yeshiva before the start of the Sabbath last Friday in Waterbury, Conn.
• TWITTER
• LINKEDIN
• SIGN IN TO E-MAIL OR SAVE THIS
• PRINT
• SINGLE PAGE
• REPRINTS
• SHARE

By JENNIFER MEDINA
Published: May 17, 2007
Correction Appended
WATERBURY, Conn. — The 7-Eleven on Cooke Street in this centralConnecticut city now offers kosher Slurpees. A deli offering Shabbat specialties like cholent and kishke sits on a blighted street where the police frequently block off vandalized homes. An abandoned synagogue that was nearly sold to a church about seven years ago is now a bustling yeshiva where 200 young men study the Talmud.
Enlarge This Image

Christopher Capozziello for The New York Times
An afternoon prayer service at the yeshiva in Waterbury, where more than 100 families shape a community.
Just north of downtown in this struggling city of 107,000, the Hillside neighborhood is a mix of boarded-up windows and pristine views of the green and lakes of Fulton Park below. Lately, there have been rumors of a police sting operation for prostitution.
Increasingly, the streets are filled with men in skullcaps and dark suits and women in wigs and long skirts as about 100 Orthodox Jewish families, many from the Flatbush section of Brooklyn, have moved in.
“We are building from scratch, from the very beginning we have to establish everything,” said Rabbi Avrohom Krohn, 35, who spent a decade in Jerusalem before moving here with his wife, Genendel, and four children three years ago. “Everyone has to take some responsibility.”
If anyone would have suggested a decade ago that this heavily Roman Catholic city whose best-known religious landmark is a large steel cross on a hill would become an Orthodox Jewish enclave, they would have been laughed out of shul.
Back then, there was little more than a shell of a Jewish community in Waterbury: the synagogue that was not sold to a church had dwindled to a handful of congregants. Now, plans are under way to build a second Orthodox synagogue among a new development of dozens of homes in the hills being marketed to Jewish families.
There is a ritual bath, a Jewish bookstore and cooperative exchanges for used appliances and furniture. There is a Waterbury branch of Hatzolah, a volunteer Jewish ambulance service, and a communal emergency locksmith.
Rabbi Ahron Kaufman, who spearheaded the migration here, said that while growing up in New York, he had “never even heard of Waterbury, and Connecticut — what was that?”
Now he talks of it as the golden land, a sly smile spreading across his face, as if he were letting an interloper in on a secret. “This is the best of every world,” he said. “A city, the suburbs and the bungalows in the Catskills, all wrapped into one.”
Religious Jewish communities have migrated across the New York region for decades, generally either settling in suburban areas or creating new enclaves in empty expanses. In the 1950s, a group followed a charismatic rabbi to Lakewood, N.J., and today Orthodox Jews make up a major part of the community there. In the late 1970s, Hasidic Jews migrated to Orange County from Williamsburg, Brooklyn, setting up the insular town of Kiryas Joel. And on Long Island, secular Jews have recently sparred with their more religious counterparts in the Five Towns.
But it is practically unheard of for Orthodox Jews to flock to dilapidated midsize cities like Waterbury, a place few people have lately seemed interested in moving to, and where there is virtually no other Jewish presence.
A former industrial hub about a two-hour drive from either Boston or Manhattan, Waterbury has grappled for years with an eroding business base and declining property values. Once-resplendent homes have long been vacant and tarnished by graffiti. Though an influx of immigrants from Latin America and development projects have helped the economy in recent years, downtown still has scars of decades of decay.
Enter Rabbi Kaufman and his followers. With the help of real estate developers in 2001, the city’s political leadership courted the Jewish leaders, offering a $60,000 lease on a former campus of the University of Connecticut in exchange for a promise to bring in 100 families by this summer.
That goal was reached a year ahead of schedule. The kindergarten-through-eighth-grade school expanded from one to two buildings on the university campus, and is expected to soon fill all five buildings there. The high school will award its first batch of diplomas next summer. And the yeshiva, the adult religious school that is the heart of Jewish life here, is moving its dormitories into a 10-story apartment building in the center of town later this year.
The families who move here are drawn in large part by economics — Yisroel Weinreb, 23, who originally came from Brooklyn to study at the yeshiva as a teenager, bought a six-bedroom house for $160,000 in 2005. Now he is remodeling the basement.
• 1
• 2
NEXT PAGE »
(Page 2 of 2)
“I couldn’t get even a closet for that in Brooklyn,” said Mr. Weinreb, who is in charge of maintenance at the schools. “And here I know my neighbors, I talk to them, I say good morning. In New York I wouldn’t even look at the guy.”
Enlarge This Image

Christopher Capozziello for The New York Times
Moishe Bernstein watched Betzalel Brecher, left, Duvie Bronstein, center, and Yehuda Bernstein enjoy the Jewish elementary school’s playground.
Many of the community’s adult men study full time, teaching classes at the schools to earn money; women generally teach the elementary classes. People run the small businesses that sustain Jewish life here, or work locally as lawyers, real estate brokers or developers and the like; very few commute. The growth has been financed with significant fund-raising among the wider Jewish community.
In many ways, the Jewish influx in Waterbury is similar to that of the immigrant groups that have settled in declining cities in upstate New York or the South. And by following religious dress codes — women are rarely seen in pants, and men wear beards and hats — the Jews in Waterbury look different enough to invite stares.
But apart from a few derogatory shouts from cars whizzing by the Jewish neighborhood, there has been little conflict, according to residents and officials. Still, after a sudden rash of vandalism and robberies last month, several people in the community are suddenly skittish.
On one Friday night, a group of boys broke into Malky Kolodny’s car, putting it into neutral, then rolling it into a fence.
Now, Ms. Kolodny, 28, and her family have put their home on the market — though they are hoping to move just a few blocks away. “We love it here, but something like that scares you a little bit,” she said.
Longtime Waterbury residents have also had their challenges accepting the change. Last year, the city’s zoning commission received dozens of complaints about the dormitories surrounding the yeshiva, where more than a dozen young men were piled into each house. Neighbors said that the school was violating occupancy codes, and that the young men were loud at night and drove dangerously through the area.
Yet in a sign of how important the growing Orthodox community has become, the response from city officials was tempered.
“We’re in a pickle,” Giuseppe N. Pisani, the zoning commissioner, said at the time. “It’s like a cop giving a parking ticket to his grandmother.”
After some negotiations, the yeshiva agreed to buy an apartment building down the road for $4 million and give up the houses where the young men live now. As Rabbi Kaufman sees it, almost any price would be worth avoiding prolonged troubles with city officials.
“We want to be welcome, to reach out and to be a part of the entire community,” he said. “We don’t want to just be to ourselves.”
Though the Jews who live here frequently use shorthand to refer to any place outside Brooklyn as “out of town” — Flatbush is “town,” and “out” can mean Florida or Stamford or Boston — Rabbi Kaufman imagines the day when everyone considers Waterbury the nucleus of New England Jewish life.
While members of the community are strict in their religious observance, they have also embraced interacting with the outside world and encourage students to pursue secular activities.
Rabbi Kaufman, 48, an ebullient man who sees the building of the Orthodox community in Waterbury as a personal mission, takes particular pride in Ingenious Productions, a fledgling film company that has made movies for several Jewish organizations and a three-part spoof called “Rabbis” for t[img]/http://www.nytimes.com/imagepages/2007/05/17/nyregion/17jews_CA0.ready.html[/img]he yeshiva.
As Yossi Reichmann, 23, and Moshe Bree, 22, two filmmakers, sat in his office one afternoon, Rabbi Kaufman prodded them a bit about their future.
“You know, you could really make it,” Rabbi Kaufman said, another grin on his face.
“We know, we know,” Mr. Bree said.
“And,” Rabbi Kaufman said, his eyes gleaming, “you could set up a film company in Waterbury, bring in all kinds of business.”
Mr. Reichmann looked far more skeptical.
“Um, well,” he said, “I don’t know that Waterbury will ever be the center of the film industry.”

Correction: May 23, 2007
An article on Thursday about a recent migration of Orthodox Jews to Waterbury, Conn., a struggling and heavily Roman Catholic city, misidentified the New York county that is home to the town of Kiryas Joel, another Orthodox enclave. It is Orange, not Rockland.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”