קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2610
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 1:03 pm

די פרייז איז געוואנדען לויט סקווער פוס. און יא, האמיר שוין אין לעצטע פאר היום יום'ס אז די רענט דארט זיינען שוין הויך כמעט אוואו אין די באוואוינטע שטעט
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 2:52 pm

צו געזונט האט געשריבן:די פרייזן זיינען היינט צוטאג אנאנסירט ביי ארום 2500-2700 טאללער א מאנאט אויף צו דינגען א דירה.
ביי 2500 א מאנאט קומט עס אויס אין די 24 מאנאט 60,000
ביי 2700 א מאנאט קומט עס אויס צו 64,800
און דאס איז נאר רענט.

אפציע צו רענטן און דאס זעלבסט אפקויפן איז 3000 א מאנאט
דאס איז 72000 פאר און די קריגסט 24,000 אויף צו קלאוזען
דאס קומט אויס צו 48,000 די רענט פאר די צוויי יאהר

איי פארוואס אזוי טייער די רענט? ווייל זיי זיינען שוין מיעד פון די קורצטערמיניגע איינוואוינער, און ווער עס וויל דארט בלייבן און נאכער קויפן, וועט ווארשיינליך זיין גרייט דאס צו צאלען

אויב איז אמת וואס דו זאגסט, גייט דאס מאכן די סתימות הגולל פון דעם שטעטל.

בלומענבערג האט נישט קיין שום מעלה אז איינער זאל דארט מופן, חוץ אז מען זוכט ביליג, אויב איז עס אויך נישט ביליג קען מען פארמאכן דאס געשעפט.

ווידער דער וואס קומט פאר סעקשאן 8, איז דאך עס צייטווייליג, האט ער נישט קיין פראבלעם צו צאלן, נאר די טאג וואס זיין צייט וועט זיך ענדיגען גייט ער פאקן פעק, ווייל פאר די זעלבע געלט קען ער באקומען אין אנדערע שטעט (אן די חבלי לידה פון א נייע שטעטל )

קוק מיר אויס אז דער דיוועלעפער האט די מענטעלעטי פון א וויליאמסבורגער בילדער, ער כאפט נישט אז זיין קלייענטעל איז אנטלאפן פון שטאט פאר אט די סיבה.

רעסטאראנט
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 3:29 pm

פומפדותא האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:די פרייזן זיינען היינט צוטאג אנאנסירט ביי ארום 2500-2700 טאללער א מאנאט אויף צו דינגען א דירה.
ביי 2500 א מאנאט קומט עס אויס אין די 24 מאנאט 60,000
ביי 2700 א מאנאט קומט עס אויס צו 64,800
און דאס איז נאר רענט.

אפציע צו רענטן און דאס זעלבסט אפקויפן איז 3000 א מאנאט
דאס איז 72000 פאר און די קריגסט 24,000 אויף צו קלאוזען
דאס קומט אויס צו 48,000 די רענט פאר די צוויי יאהר

איי פארוואס אזוי טייער די רענט? ווייל זיי זיינען שוין מיעד פון די קורצטערמיניגע איינוואוינער, און ווער עס וויל דארט בלייבן און נאכער קויפן, וועט ווארשיינליך זיין גרייט דאס צו צאלען

אויב איז אמת וואס דו זאגסט, גייט דאס מאכן די סתימות הגולל פון דעם שטעטל.

בלומענבערג האט נישט קיין שום מעלה אז איינער זאל דארט מופן, חוץ אז מען זוכט ביליג, אויב איז עס אויך נישט ביליג קען מען פארמאכן דאס געשעפט.

ווידער דער וואס קומט פאר סעקשאן 8, איז דאך עס צייטווייליג, האט ער נישט קיין פראבלעם צו צאלן, נאר די טאג וואס זיין צייט וועט זיך ענדיגען גייט ער פאקן פעק, ווייל פאר די זעלבע געלט קען ער באקומען אין אנדערע שטעט (אן די חבלי לידה פון א נייע שטעטל )

קוק מיר אויס אז דער דיוועלעפער האט די מענטעלעטי פון א וויליאמסבורגער בילדער, ער כאפט נישט אז זיין קלייענטעל איז אנטלאפן פון שטאט פאר אט די סיבה.


ווי קענסטו באוקמען א דירה ,טאון האוז פאר 325? לייג אוועק אלע אזשענדעס און נעגעטיוויטי אין א זיצט, ווי קענסטו האבן אזא גרויסע דירה פאר אזוי ביליג א סקווער פיס? דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן זענען געגאנגען און פארוואס מענטשן זאלן גיין , נאך אלע מעשות פאר פער סקווער פיס און וואס די באקומסט איז נישדא אין ערגעץ

נאר וואס דען יא סאיז חבלי חידה , ביזט גערעכט , באט פאר 325 א ברענד ניו אפ ענד דאון מיט א אייגענע בעק יארד און דרייוו וועי האסטו נישט אין ערגעץ

אבער דאס קומט מיט א פרייז אז די וואינסט אין א שטאט מיט 120 משפחות , איינמאל דארט וואינען 400 משפחות וועט די דירה זיין ווערט אוטאמאטיש 450 טויזענט

עניוועי מיט באשעפערס הילף קען די שטעטל פיין מצליח זיין , אלעס איז דא, נאר עס ברויך אביסעלע מזל

אבער ברוך השם אז די שטעטל ווערט יעצט געפירט דורך עסקנים , כאב געשריבן דא באלד צוויי יאר צוריק אז די מקום דארף עסקנים צו קומען מצליח זיין און ווי עס זעט אויס איז דא עסקנים יעצט וואס לייגט זיך אין לענג אין די ברייט צו מצליח זיין

עס קומען ארויף 150 רענטאל דירות דורך א פריוואטע אינטערנעמונג

30 דירות פון א אנדערע דעוועלעפער

8 פריוואטע נייע הייזער אין אזוי ווייטער

די מקום וועט מצליח זיין וועגן די יודענטום מערט זיך קע"ה
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 3:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יונה
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 3:35 pm

פומפדותא האט געשריבן:בלומענבערג האט נישט קיין שום מעלה אז איינער זאל דארט מופן, חוץ אז מען זוכט ביליג, אויב איז עס אויך נישט ביליג קען מען פארמאכן דאס געשעפט.

איר לעבט אין א גרויסן טעות, בלומענבערג האט גאר אסאך מעלות חוץ דאס זיין ביליג.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1446
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:07 pm

יונה האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:בלומענבערג האט נישט קיין שום מעלה אז איינער זאל דארט מופן, חוץ אז מען זוכט ביליג, אויב איז עס אויך נישט ביליג קען מען פארמאכן דאס געשעפט.

איר לעבט אין א גרויסן טעות, בלומענבערג האט גאר אסאך מעלות חוץ דאס זיין ביליג.

יונה,
גא"מ צו דיינע קליגע רייד. ווי נאריש צו זאגן אז בלומענבערג האט נאר די מעלה אז עס איז ביליג?
ניין, עס האט נישט 10 מינוטיגע רויט לייטס ווי לי קאר וואלעבאויט.
ניין, עס האט נישט פייפעריי א גאנצע טאג און א האלבע נאכט.
ניין, עס האט נישט די מעלה אז מען ציטערט ארויסלאזען א קינד שפיהלן.

בין איך געוועהן צוויי וואכן צירוק און ווילאמסבורג מיטן גאנצע משפחה. האט מיין צעהן יעריג אינגעל מיך געפרעגט, טאטי וויאזוי וואוינען דא אידן???
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:36 pm

יונה האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:בלומענבערג האט נישט קיין שום מעלה אז איינער זאל דארט מופן, חוץ אז מען זוכט ביליג, אויב איז עס אויך נישט ביליג קען מען פארמאכן דאס געשעפט.

איר לעבט אין א גרויסן טעות, בלומענבערג האט גאר אסאך מעלות חוץ דאס זיין ביליג.

:roll:

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:40 pm

@koshertravel איר זענט אפשר obsessed מיט קארס אין טראפיק? קוק דיר אליין אין שפיגל האסט נישט געטראפן קיין שום מעלה חוץ קארס.
אויב דאס באדערט אייך גיי וואוין אין א פארם אין מאנטיסעלאו.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1446
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 5:46 pm

פומפדותא האט געשריבן:@koshertravel איר זענט אפשר obsessed מיט קארס אין טראפיק? קוק דיר אליין אין שפיגל האסט נישט געטראפן קיין שום מעלה חוץ קארס.
אויב דאס באדערט אייך גיי וואוין אין א פארם אין מאנטיסעלאו.

אוי... וואס איז מיט לייטישע דירות?
וואס איז אז מען דארף נישט וויינען ווען די שכן שניידט צוויבל?
וואס איז אז נישט אלע שכינים דארפן מיט האלטן ווען מען קומט און ווען מען גייט?
וואס איז מיט מה טובו אהליך יעקב?
וואס איז אז קינדער (און טאטעס!) זעען נישט ראויות אסורות אגאנצן טאג?
עס איז נאר מעלות! און אויך ביליג. נישט נאר ביליג און קיין מעלות.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

I don't know
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 28, 2018 8:10 pm

תגובהדורך I don't know » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 6:15 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:@koshertravel איר זענט אפשר obsessed מיט קארס אין טראפיק? קוק דיר אליין אין שפיגל האסט נישט געטראפן קיין שום מעלה חוץ קארס.
אויב דאס באדערט אייך גיי וואוין אין א פארם אין מאנטיסעלאו.

אוי... וואס איז מיט לייטישע דירות?
וואס איז אז מען דארף נישט וויינען ווען די שכן שניידט צוויבל?
וואס איז אז נישט אלע שכינים דארפן מיט האלטן ווען מען קומט און ווען מען גייט?
וואס איז מיט מה טובו אהליך יעקב?
וואס איז אז קינדער (און טאטעס!) זעען נישט ראויות אסורות אגאנצן טאג?
עס איז נאר מעלות! און אויך ביליג. נישט נאר ביליג און קיין מעלות.


מען קען אויף אלעם מגיה זיין אבער אויפ דעם וואס די זאגסט אז "די שכינים האלטען נישט מיט ווען מען גייט אין ווען מען קומט" דאס איז שוין אבסעלוט מהפך קערה על פיה
אויב איינער וויל מ'זאל מיט האלטען פינקטליך ווען ער שטייט אויף ווי אין ווען ער דאווענט ווי אין ווען דאס ווייב גייט נאר איז די ריכטיגע פלאץ די דיוועלאפמענט אין בלומינגבורג

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 2:33 am

Kosher Travel האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:@koshertravel איר זענט אפשר obsessed מיט קארס אין טראפיק? קוק דיר אליין אין שפיגל האסט נישט געטראפן קיין שום מעלה חוץ קארס.
אויב דאס באדערט אייך גיי וואוין אין א פארם אין מאנטיסעלאו.

אוי... וואס איז מיט לייטישע דירות?
וואס איז אז מען דארף נישט וויינען ווען די שכן שניידט צוויבל?
וואס איז אז נישט אלע שכינים דארפן מיט האלטן ווען מען קומט און ווען מען גייט?
וואס איז מיט מה טובו אהליך יעקב?
וואס איז אז קינדער (און טאטעס!) זעען נישט ראויות אסורות אגאנצן טאג?
עס איז נאר מעלות! און אויך ביליג. נישט נאר ביליג און קיין מעלות.

איך פרעג די זעלבע אויף בלומענבערג.
אוי... וואס איז מיט לייטישע דירות?
וואס איז אז מען דארף נישט וויינען ווען די שכן שניידט צוויבל?
וואס איז אז נישט אלע שכינים דארפן מיט האלטן ווען מען קומט און ווען מען גייט?
וואס איז מיט מה טובו אהליך יעקב?

וואס איז אז קינדער (און טאטעס!) זעען נישט ראויות אסורות אגאנצן טאג? פארדעם זאלסטו ענדערש וואוינען אין פארם אין מאנטיסעלאו, אזוי וועסטו גארנישט זעהן.

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 3:19 am

@רעסטאראנט איך דארף דיר באדאנקען אויף דיין אויפריכטיגקייט וועגן די חבלי לידה, ליידער איז דא ניקים וואס זייער אגענדע איז וויכטיגער ווי די אמת.

איך בין א גרויסער שטיצער פון אלע נייע ישובים, אין איך האף אז יעדע נייע ישוב זאל זיך אויסארבעטן, גראדע ווען בלומענבערג איז געוועהן די איינציגע נייע ישוב האב איך געקלערט פון זיך אהין ציען.

אבער וואס באדערט מיר מיט דעם ישוב איז, אז די פירער זענען נישט גרייט צו טוהן שריט וואס גייט קאסטן אביסל זייער טאש פאר די הצלחה פון דעם שטעטל, אפילו עס גייט זיך זיי אפאר מאל אויסצאלן.

פון אנפאנג ווען די מאומענטום איז געוועהן מיט זיי האט דער עולם גע'טענה'עט אז פאר די ערשטע 100 נחשונים קומט זיך א בעסערע פרייז, אבער זיי האבן נישט געהאלטן ביים מקריב זיין עפעס פאר די הצלחה פון דעם שטעטל, אנשטאט האט מען געזונגען א ניגון וואס מען זיגט נאך יעצט, אז ווען עס גייט זיך אויס ארבעטען גייען די פרייזן זיין העכער...

לעינינו, וואו עס האלט יעצט קען די דיוועלעפער נישט קלאוזן אויף די הייזער, האט מען פראקלעמירט כאילו מען טוט דא א סערוויס פאר'ן ציבור, מען בעט $32,000 דיפאזיט, מיט דריי אלפים א חודש רענט (אן אלף מער ווי די פרייז, און נאך שיין מען געט צוריק קרעדיעט פאר דעם טויזענטער) און מען וועט האבן די זכות צו קויפן אויף די אלטע פרייז...ווען די דיוועלעפער וועט זיין גרייט...

יעצט לאמיר מאכן א חשבון וויפיל אזא הויז קאסט נארמאל:
א הויז וואס קאסט 300,000 און מען לייגט אראפ 5% ($15,000), די טעקס ווייס מיר נישט, אבער אינשורענס איז 1,000 אויפן יאר, pmi איז בערך 100 א חודש, סכה"כ רעדט מען פון חודשליכע פעימענט פון $1,732
לאמיר זאגן אז טעקס איז 8,000 א יאר, צוטייל אין 12 איז 666, האלט מען ביי 2,400

יעצט לאמיר זעהן די חילוק נאך צוויי יאר פעימענטס:
דער וואס קויפט גלייך האט געצאלט $72,500
ליעס אפשען צו קויפן האט געצאלט $104,000

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1717
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 3:45 am

נישט ריכטיג טעקס איז ליידער יעצט אסאך טייערער בערך 13 טויזענט...
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1717
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 3:46 am

פאפפפפפדותאאאאא
איך גלייב דיר נישט אז די האסט געוואלט אהין מופן...
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1717
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 3:53 am

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:די פרייזן זיינען היינט צוטאג אנאנסירט ביי ארום 2500-2700 טאללער א מאנאט אויף צו דינגען א דירה.
ביי 2500 א מאנאט קומט עס אויס אין די 24 מאנאט 60,000
ביי 2700 א מאנאט קומט עס אויס צו 64,800
און דאס איז נאר רענט.

אפציע צו רענטן און דאס זעלבסט אפקויפן איז 3000 א מאנאט
דאס איז 72000 פאר און די קריגסט 24,000 אויף צו קלאוזען
דאס קומט אויס צו 48,000 די רענט פאר די צוויי יאהר

איי פארוואס אזוי טייער די רענט? ווייל זיי זיינען שוין מיעד פון די קורצטערמיניגע איינוואוינער, און ווער עס וויל דארט בלייבן און נאכער קויפן, וועט ווארשיינליך זיין גרייט דאס צו צאלען

די גלייבסט באמת אז מען קען בעטן מער רענט אין בלומינגבורג דערפל ווי מאנסי און קרית יואל?


דאס מציאות איז אז מענטשן צאלן יעצט דארט בערך 24/25
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 11:24 am

שכל'דיג האט געשריבן:נישט ריכטיג טעקס איז ליידער יעצט אסאך טייערער בערך 13 טויזענט...

צוטיילט עס אויף צוועלף חדשים איז 1,083 א חודש, קומט אויס אז סכה"כ חודש'ליכע פעימענטס מיט מארטגעזש גייט זיין 2,815

אין צוויי יאר האט מען געצאלט 82,500
ווערסעס ליעס אפשען צו קויפן 104,000

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 12:23 pm

די שמועס דא איז אביסל פארפארן.
די נקודה איז נישט, אויב בלומענבערג איז א שיין שטאט, מיר אלע דא האלטן אז בלומענבערג איז די שענסטע שטאט וואס כלל ישראל האט געהאט זייט בריאת העולם, נישטא קיין ריאות אסורות, נישטא קיין טרעפיק, מען ווייסט נישט וואס טוט זיך ביים שכן, ביליגסטע דירות, נישטא בעסערס.

די נקודה איז אז די דיוועלעפער האט א פראבלעם אז ער קען נישט קאלוזען, צוליב די HOA און די אטורני זשענערעל דארף אפראווען יעדע סעיל.
דעם פראבלעם איז נישט אונזערס, עס איז די דיוועלעפערס, ער קען נישט קלאוזען.
אנשטאט די דיוועלעפער זאל ארויסקומען און זאגן, איך האב א פראבלעם, און אשר על כן אפער איך פאר'ן ציבור א גוטע דיל, וואס איז בעסער ווי ווען מען קלאוזט גלייך.
האט מען פארקויפט א לאקשען פארן ציבור, אז עסקנים האבן ערלעדיגט.... א דיל וואס בענעפעטירט נאר דעם דיוועלעפער.

יונה
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 12:57 pm

יונה האט געשריבן:נאופ, דער פראגראם האט נישט קיין שום שייכות מיטן דיוועלאפער אדער מיט די עי-דזי עפפראוועל'ס, עס איז א פריוואטע אינטערנעמונג פון קהל יטב לב וואס איז געווארן ערמעגליכט דורך עטליכע וואוילטעטיגע עסקנים.

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 1:56 pm

יונה האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:נאופ, דער פראגראם האט נישט קיין שום שייכות מיטן דיוועלאפער אדער מיט די עי-דזי עפפראוועל'ס, עס איז א פריוואטע אינטערנעמונג פון קהל יטב לב וואס איז געווארן ערמעגליכט דורך עטליכע וואוילטעטיגע עסקנים.

פון דעי נאן סענס רעד איך, עסקנים, קהל יטב לב, וכו', וכו'.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 2:15 pm

פומפדותא האט געשריבן:
יעצט לאמיר מאכן א חשבון וויפיל אזא הויז קאסט נארמאל:
א הויז וואס קאסט 300,000 און מען לייגט אראפ 5% ($15,000),

איך ווייס נישט אויב איר האט שוין אמאל געקויפט א הויז, אבער אונטער נארמאלע אומשטענדן לייגט מען אראפ 25% וואס דאס קומט אויס און בלומינגבערג'ס פאל $75,000

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 2:27 pm

דאס איז נישט ווען מען קויפט א הויז צו וואוינען (פריימערי רעזידענס בלע"ז).

מען קען גרינגערהייט קריגן א מארטגעדזש, אויב די פוירטשעס פרייז איז נישט צו הויעך (ברוקלין בלע"ז), מיטן אראפלייגן פינף פראצענט, פאר א פוירסט טיים האום בייער.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 2:41 pm

צולייגער האט געשריבן:מען קען גרינגערהייט קריגן א מארטגעדזש, אויב די פוירטשעס פרייז איז נישט צו הויעך (ברוקלין בלע"ז), מיטן אראפלייגן פינף פראצענט, פאר א פוירסט טיים האום בייער.

אדער גאר 3 אהאלב פראצענט מיט א גאווערמענט מארטגעדזש.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 2:47 pm

ווייסעך דען נישט פון אן FHA?כ'האב באטאנט גרינגערהייט, ווארום מיט אן FHA איז נישט אזוי גרינג זיך אן עצה צו געבן, עס פארלאנגט אסאך פעיפערווארק, און איז נאך אלע מעשיות א גאווערנמענט פראגראם...
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 2:51 pm

כאפצעם האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:מען קען גרינגערהייט קריגן א מארטגעדזש, אויב די פוירטשעס פרייז איז נישט צו הויעך (ברוקלין בלע"ז), מיטן אראפלייגן פינף פראצענט, פאר א פוירסט טיים האום בייער.

אדער גאר 3 אהאלב פראצענט מיט א גאווערמענט מארטגעדזש.

ריכטיג מען קען, סתם אזוי איז עס אבער גאר שטארק נישט רעקאמענדירט דורך אלע מארגעזש בראקערס, צוליב די הויכע חודש'ליכע פעימענטס דערנאך, שטייצעך אויב איינער האט נישט קיין אנדערע וועג איז אן אנדערע מעשה..

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 2:58 pm

אין דאס ביסל צייט וואס כ'האב עוסק געווען אין די סוגיא, האבן אלע מארטגעדזש בראקערס זייער שטארק רעקאמענדירט דאס יא צו טוהן, און אנדערש ווי ביי אן FHA ווערט מען נישט ביי א קאנווענשענאל 90 פראצענט געלאקט מיט א הויכע PMI פאר צו לאנג. עכ"פ דער נומבער 25 פראצענט איז זיכער נישט אקוראט ביי פריימערי רעזידענשל, אויב עפעס איז דאס 20 פראצענט.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2301
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 3:22 pm

און בלומינגבורג קען מען אויך קלאויזען מיט א 95% מארטעגעטש
זיי בעטן צען ביים דיפאזיט און זיי געבן צוריק די איבעריגע ביים קלאויזען


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: police, בילדער, ברעחדך קאפ, קליינקעפיק און 17 געסט