Advertisement

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער
שרייב א תגובה

דינסטאג דצמבר 24, 2013 11:24 am

מיר זאגט נעכטן א איד און ק"י וואס האט קינדער און די וועלט בארימטע וומ"ס געטא אז זיין זין איז פון די 50 וואס האבן זוכה געווען בגורל ער האט שוין געגבען די 500 דיפאזיט

Advertisement

דינסטאג דצמבר 24, 2013 11:31 am

יהיה כן האט געשריבן:אין מיין שכנות רעדט מען פון דריי אידן וועלכע זענען אין פלאן זיך אריבער ציפעקלען אהין
די ווייבערשול און די קינדער פלוידערן שוין דערפון אינגרויסן...

בושרה טובה תדשן עצם!

-

איך מיין אז רוב תגובות אין דעם בלעטערפולען אשכול, זענען מלא וגדוש מיט געקייטע וואסער, והאי תנא לא חש לקימחיה, קימחא טחינה טחון, ומחזירן למכתשת כדי שתהא דקה מן הדקה, הדק היטב היטב הדק, מפני שהקול יפה להשטעטל.

עניוועי, ווי עס קוקט אויס פארט ב"ה דער באן אן אפשטעל, און די אלע אידן דא וועלן אויפאיינמאל אויסטאן די שווארצע זון-ברילען און זיך דערזעהן מיט אן אור חדש, בהגלות לעיניהם עיר על תלה במהרה!

כולנו לבלומינגבורג!

דינסטאג דצמבר 24, 2013 11:44 am

מיללער האט געשריבן: מפני שהקול יפה להשטעטל.

געוואלדיג!! ;l;p- ;l;p-

דינסטאג דצמבר 24, 2013 11:52 am

מיט א ריכטיגע בּליק האט געשריבן: אין דאַן איז די ריסק "אפס" נאָל .

אזא זאך עקזעסטירט נישט אויף די וועלט. פינטל. וואס מ'לייגט אוועק פארן עולם הנצחי דאס איז ריסק פריי, דא קומט אלעס מיט א ריסק, דאס איז א כלל וואס האט נישט קיין חוץ. #דרך אגב

דינסטאג דצמבר 24, 2013 11:55 am

ניק ניק האט געשריבן:
מיט א ריכטיגע בּליק האט געשריבן: אין דאַן איז די ריסק "אפס" נאָל .

אזא זאך עקזעסטירט נישט אויף די וועלט. פינטל. וואס מ'לייגט אוועק פארן עולם הנצחי דאס איז ריסק פריי, דא קומט אלעס מיט א ריסק, דאס איז א כלל וואס האט נישט קיין חוץ. #דרך אגב

עולם הנצחי איז אויך נישט ריסק פריי, גיב אבאכט אויף א קליין לשון הרע'לע כידוע

נחזור להענין

דינסטאג דצמבר 24, 2013 11:59 am

איך הער די פופציג זענען שוין גרייט צו גיין

דינסטאג דצמבר 24, 2013 1:10 pm

ניק ניק האט געשריבן:
מיט א ריכטיגע בּליק האט געשריבן: אין דאַן איז די ריסק "אפס" נאָל .

זייער א איבערגעטריבענע סטעיטמענט. ווילאנג ס'וואוינען נישט דארט כאטש א הונדערט געקויפטע איז אלץ דא א ריסק. יכלה הזמן והם לא יכלו, אבער אפילו נאר אז ס'זאל מאיזה סיבה שהוא טראסקענען דירות ארום מאנסי אזאך וואס איז (א ווייטע- אבער נאך אלץ) א מציאות, און דער עולם מאכט דארט א גרופע און מופט אנשטאט אהין. אדער אז ס'זאל זיך אודאי נישט מאכן א אומגערישטע ליגעל פראבלעם און מ'קען נישט בויען נאך דירות, דאן וואס געשעט ? יעדער לויפט אוועק, וכו' וכו' אזוי קען זיך מאכן סיבות עד אין שיעור.
אודאי לוינט זיך צו נעמען א געוויסע ריסק
לויט ווי איך פארשטיי וויל יעצט יעדער סיי די קונים און סיי די דעוועלאפער זען וויאזוי די פופציג אינגעלייט ארבעט זיך אויס ומכאן הקריאה יוצאות זייט מתפלל והשם יהי' בעוזרכם.

דינסטאג דצמבר 24, 2013 1:14 pm

נאך א וויכטיגע זאך,
כאשר הסברנו לעיל קצת בארוכה אז די פופציג אינגעלייט טוען זיכער א וויכטיגע קלוגע שריט, אלזא איז א מצוה גדולה פאר אלע זייערע משפחה מיטגלידער חברים און באקאנטע, מחזק צו זיין זיי און זייערע בני בית, זיי צו געבן מאראלישע שטיצע אז זיי זאלן זיך פילן דערהויבן מיטן קאפ ארויף נישט קיין לוזערס חלילה, און דאס וועט העלפן זיי זאלן קענען דורכגיין די חבלי לידה וואס זיי גייען מיטמאכן לטובת הציבור, (און זיי בענעפיטירן דערפון אויך כמבואר לעיל) חזקו ואמצו אל תראו ואל תערצו, און זאגט פאר די שוויגער וואס וועט "מיסן" איר טאכטער ביי סאפער אז זי קען באשטייערן פופציג זעכציג אלפים בלייבט איר דא.

דינסטאג דצמבר 24, 2013 1:26 pm

lebediger berel האט געשריבן:
ניק ניק האט געשריבן:
מיט א ריכטיגע בּליק האט געשריבן: אין דאַן איז די ריסק "אפס" נאָל .

זייער א איבערגעטריבענע סטעיטמענט.

ער מיינט צו זאגן אז אפילו חלילה עס ארבעט זיך נישט אויס, האבן זיי דערלייגט נול.

דינסטאג דצמבר 24, 2013 1:29 pm

אויב חס ושלום ס'ארבעט זיך נישט אויס האבן זיי (די קונים) דערלייגט אלעס, קיין שום גוי וועט דאס נישט קויפן, און צו פארדינגען וועט קאסטן טייערער דאס אויפצוהאלטן.
לעצט פאראכטן דורך lebediger berel אום דינסטאג דצמבר 24, 2013 1:36 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג דצמבר 24, 2013 1:32 pm

עס איז דא נאך א ריסק אז אפילו ער וועט באווייזען צו בויען און אנפילען אלע 400 דירות אויף וואס ער האט יעצט פערמיטס איז יתכן אז ער וועט דארפן ווארטען זייער לאנג צו באקימען נייע פערמיטס, עס וועט נעמען צייט איבערצינעמען די ווילעדעש כדי צו קענענן בויען כאוות נפשו, און א שטעטעל פון 400 משפחות קען זיין א דיפרעסיע פאר מענטשן וואס קימען פון די גרויסע שטאט.

אמת אז מען באקימט א שיינע באקוועמע דירה פאר צוגעגענליכע פרייז, אבער די חבלי לידה וואס די ערשטע 200 - 300 תושבים גייען מיטמאכען איז נישט קיין עוה"ז עס איז אינגאנצען עולם הבא, מען וועט קייען שטרוי פאר יעדע סערוויס וואס מען האט צי די האנט און א שטאט, אבער עס איז ווערט לעומת די פרייז פון בלייבען אין די סיטי אן א לייטישע דירה.

דינסטאג דצמבר 24, 2013 1:38 pm

מחותן האט געשריבן:עס איז דא נאך א ריסק אז אפילו ער וועט באווייזען צו בויען און אנפילען אלע 400 דירות אויף וואס ער האט יעצט פערמיטס איז יתכן אז ער וועט דארפן ווארטען זייער לאנג צו באקימען נייע פערמיטס, עס וועט נעמען צייט איבערצינעמען די ווילעדעש כדי צו קענענן בויען כאוות נפשו, און א שטעטעל פון 400 משפחות קען זיין א דיפרעסיע פאר מענטשן וואס קימען פון די גרויסע שטאט.

מחותן איר האלט אפשר יעצט פאר'ן חתונה מאכען?

ביטע מאך נישט דעפרעסט די וואס האבען די שטארקייט צו גיין און פאר די פילע טויזענטער וואס קוקען ארויס להצלחתם

מען רעדט נישט אזוי בעת טויזענטער אידען זענען במצוקה נוראה, סארי פאר אזא ראצער ווי מיר אזוי צו פארהאלטען

דינסטאג דצמבר 24, 2013 1:39 pm

די ריסק איז פערצופאל נישט דא ווייל ער וועט האבן גענוג וויילער וואס זאלן אים געבן קאנטראל אויפן ווילעדזש, עס איז נאך אלץ דא א קליינע ריסק פון לעגאל און ענווייראמענטל סארט פראבלעמען,
כ'וויל נישט שרייבן סתם דמיונות, אבער נאך הונדערט געקלאויזטע דירות פיל איך אז די ריסק איז "מענעדזשעבל" ווילאנג מ'האט נישט געצאלט אין אלף הששי אריין. ביז אהין איז גאר א שטארקע ריסק.

דינסטאג דצמבר 24, 2013 1:40 pm

איך מיין דער עולם דא באגרייפט נישט אינגאנצען וואס נארמאלע משפחות אין שטאט מאכען מיט מיטען דירות פראבלעם

זאל זיי איינער מסביר זיין

חבלי ערשטע איז א וויץ אנטקעגן דריי טויזענט דאלער רענט אין מען באקומט דריי לעכער מיט א גרויסע לאך

דינסטאג דצמבר 24, 2013 1:43 pm

חסיד נלהב האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:עס איז דא נאך א ריסק אז אפילו ער וועט באווייזען צו בויען און אנפילען אלע 400 דירות אויף וואס ער האט יעצט פערמיטס איז יתכן אז ער וועט דארפן ווארטען זייער לאנג צו באקימען נייע פערמיטס, עס וועט נעמען צייט איבערצינעמען די ווילעדעש כדי צו קענענן בויען כאוות נפשו, און א שטעטעל פון 400 משפחות קען זיין א דיפרעסיע פאר מענטשן וואס קימען פון די גרויסע שטאט.

אמת אז מען באקימט א שיינע באקוועמע דירה פאר צוגעגענליכע פרייז, אבער די חבלי לידה וואס די ערשטע 200 - 300 תושבים גייען מיטמאכען איז נישט קיין עוה"ז עס איז אינגאנצען עולם הבא, מען וועט קייען שטרוי פאר יעדע סערוויס וואס מען האט צי די האנט און א שטאט, אבער עס איז ווערט לעומת די פרייז פון בלייבען אין די סיטי אן א לייטישע דירה.

מחותן איר האלט אפשר יעצט פאר'ן חתונה מאכען?

ביטע מאך נישט דעפרעסט די וואס האבען די שטארקייט צו גיין און פאר די פילע טויזענטער וואס קוקען ארויס להצלחתם

מען רעדט נישט אזוי בעת טויזענטער אידען זענען במצוקה נוראה, סארי פאר אזא ראצער ווי מיר אזוי צו פארהאלטען

חסיד זיי נישט אזוי נלהב, ס'איז נישט קיין עוולה אויסצושמועסן, ליין גוט די תגובה וועסטו זען אז דער מחותן איז טאטעלי פאר מופן, ער שמועסט נאר אויס אז לשיטתו איז עס עולם הבא נישט עולם הזה, נא וויאזוי זינגט מען עולם הבא איז א גוטע זאך, ועוד, ער ענדיגט צו אז ס'איז ווערט.

למעשה, צו זיין פון די ערשטע קויפערס איז א שטארקע זאך, וואס פאדערט קוראזש מוט און נעמען ריסק, כ'האף נאר אז די מוכרים/דעוועלאפערס נעמען דאס גוט אינאכט.

דינסטאג דצמבר 24, 2013 1:44 pm

לויט ווי איך האב פארשטאנען, האבן זיי א קראנטע פלאן וועגן די איבריגע פערמיטן, דייקא אן דעם וואס מ'זאל האבן א ווילידזש, האב איך איהם געפרעגט וויאזוי, פרעגט ער מיר צוריק, וואס נאך זאל איך דיר ארויסגעבן? למה זה תשאל, ויברך אותו שם.

-------------------------

עולם האקט אין מאסן, אהא ווי איך האב שוין אויבן ערוועינט א קליגער איד גייט נישט פון בערן גריב צום לייבן גריב, "און" חבלי ערשטע איז נישט קיין וויץ, די מיינסט אזוי.

דינסטאג דצמבר 24, 2013 1:47 pm

AHA האט געשריבן:איך מיין דער עולם דא באגרייפט נישט אינגאנצען וואס נארמאלע משפחות אין שטאט מאכען מיט מיטען דירות פראבלעם

זאל זיי איינער מסביר זיין

חבלי ערשטע איז א וויץ אנטקעגן דריי טויזענט דאלער רענט אין מען באקומט דריי לעכער מיט א גרויסע לאך

ס'איז בכלל נישטא וואס צו קאמפעירען צו ברוקלין, ברוקלין איז אויס, פיניש פאר דעם קומענדיגן דור, מ'קען נישט דא בלייבן, די איינציגע זאך וואס איז שייך צו דעבאטירן, שפעקולירן, און קאמפעירן בלומינגבורג איז מיט אנדערע ישובים צב"ש מאנסי לעיקוואד קרית יואל וכו'

דינסטאג דצמבר 24, 2013 1:50 pm

מען דארף אריינלייגען מחשבה אבער אויסדריקליך נישט קיין געפיל

געפיל האב איך ערגערס אין שטאט

אדרבה, במחשבה איז וויכטיג צו שמועסן
מוסדות
שוהל
עסן
קליידונג
קאמפעני
זשאב
ועוד

דאס איז אבער נאר אויב מען שמועסט שכלדיג צו עס גייט זיין אהערגעשטעלט אדער נישט

דינסטאג דצמבר 24, 2013 1:54 pm

און איך האב פריער פארגעסן ציצילייגן א וויכטיגע פרט

איינער פון די דריי אידן וועלכע זענען אין פלאן זיך אריבער צי פעקלען קיין בלומינגבערג, האט זיין לענדלארד עם געהעכערט די רענט מיט טויזנט דאלער א חודש! (נאכדעם וואס זיין ליעס פון פינף יאר איז אפגעלאפן)
און ער וואוינט ביי איינע פון די 'עקן' פון וויליע, (גאר ווייט פון 'הארץ' פון שטאט, ערגעץ צווישן די שפיץ פוס פינגער און נעגל פון ניי וויליאמסבורג....)

דינסטאג דצמבר 24, 2013 1:56 pm

די עיקר ציל פונעם שטעטל איז פאר אידן וואס זענען צוגעבינדן צו די השקפה און קאמיונעטי און לבוש און סביבה פון וויליאמסבורג, וואס איז דערווייל נישט דא אין ערגעץ אין אמעריקע, אפי' נישט אין קר"י. און אז מ'מיינט לשם שמים העלפט דער אייבערשטער הרבה דרכים למקום, מ'טוט השדלות דורך בויען א שטעטל און די ישועה קען קומען פון אן אנדערע ריכטונג, אבער צו זאגן אז מ'נעמט נישט קיין ריסק אין א נייע פלאץ אדער אז ס'איז א וויץ קעגן צאלן טייער רענט איז קלאר נישט אמת.

דינסטאג דצמבר 24, 2013 1:57 pm

AHA האט געשריבן:מען דארף אריינלייגען מחשבה אבער אויסדריקליך נישט קיין געפיל

געפיל האב איך ערגערס אין שטאט

אדרבה, במחשבה איז וויכטיג צו שמועסן
מוסדות
שוהל
עסן
קליידונג
קאמפעני
זשאב
ועוד

דאס איז אבער נאר אויב מען שמועסט שכלדיג צו עס גייט זיין אהערגעשטעלט אדער נישט

מוסדות, שול, עסן, וועט זיין איבערגענוג אויב דו ספאנסאר קהלה איז דיר צופרידנשטעלנד, קליידונג אויפן טאג טעגליכן וועט אויך זיין גענוג אויב ער פארקויפט די פיר הונדערט, זשאב, קאמפעני דאס איז דיין אייגענע דאגה, אויב ארבעסטו אין ברוקלין מאנהעטן איז עס נישט קיין אפציע, אויב ביזט א מלמד און ר' משה נעמט דיך אריין כאפ און לויף. קאמפעני איז די שווערסטע נושא וואס קיינער קען דיר נישט העלפן מיט.

דינסטאג דצמבר 24, 2013 1:59 pm

ניק ניק האט געשריבן:די עיקר ציל פונעם שטעטל איז פאר אידן וואס זענען צוגעבינדן צו די השקפה און קאמיונעטי און לבוש און סביבה פון וויליאמסבורג, וואס איז דערווייל נישט דא אין ערגעץ אין אמעריקע, אפי' נישט אין קר"י. און אז מ'מיינט לשם שמים העלפט דער אייבערשטער הרבה דרכים למקום, מ'טוט השדלות דורך בויען א שטעטל און די ישועה קען קומען פון אן אנדערע ריכטונג, אבער צו זאגן אז מ'נעמט נישט קיין ריסק אין א נייע פלאץ אדער אז ס'איז א וויץ קעגן צאלן טייער רענט איז קלאר נישט אמת.

השקפה פון גאר א גרויס טייל וויליאמסבורג וועלן זיי ווארשיינליך האבן, אבער קאמיוניטי, לבוש, סביבה, וועלן זיי האבן גאר אנדערש, בדוק ומנוסה, יעדע פלאץ ווערט אנדערש געפארעמט, לעיקוואוד איז אנדערש פון יעדע אנדערע ליטווישע קאמיוניטי, און פונקט ווי קרית יואל איז אנדערש ווי וויליאמסבורג וועט דער פלאץ זיין אזוי פי כמה.

דינסטאג דצמבר 24, 2013 2:00 pm

די אויבערשטע תגובה איז כלל נישט נעגאטיוו אין זין, עס איז פשוט פאקט אז ס'וועט זיין אנדערש, און וויאזוי סוועט זיין אנדערש איז אוממעגליך פאראויס צו זאגן.

דינסטאג דצמבר 24, 2013 2:01 pm

קאמפעני מיין איך קאמפעניען

היינט איז עס נאר וויכטיג שבת ווייל א גאנצע וואך איז מען דאך קאנעקטעד

זשאב קען זיין א אישו פאר סערטען מענטשען, יא

דינסטאג דצמבר 24, 2013 2:02 pm

נאכן איבער גיין די ליסטע פון מיינע קאלעגער, בין איך ב"ה מיט יעדן באקוועם, און איך קען זאגן ס'יגייט אי"ה זיין חניאקיש סאטמאריש קנאיש מיט אלעס וואס איך האב דא בעזהי"ת
שרייב א תגובה

Advertisement