בלאט 351 פון 430

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 10:32 pm
דורך יונה
היינט אין אווענט איז פארגעקומען א פלעיניג בארד מיטינג ווי מען האט באהאנדלט דאס בויען א נייע מקוה און פארגרעסערן די שול אויף טשערי קארט.

די פאבליק היערונג איז צוגעמאכט געווארן דורך די בארד, אבער מען האט נישט געקענט שטימען אויף די רעזעלוציע ווייל דער ווילידזש אטארני האָט עס נישט געהאט גרייט. ער האָט צוגעזאגט עס צו האָבן גרייט אין א חודש ארום ביים קומענדיגע מיטונג.

דער טשעירמאן ר' חיים לעבאוויטש האָט געזאָגט דעם אטארני אז ס'איז נישט קיין יושר צו לאָזן אפליקאציעס ווארטן אזוי לאנג נאך א חודש און נאך א חודש. נאך די אסיפה האָט דער אטארני מסכים געווען עס צו מאַכן גרייט אויף צוויי וואָכן אַרום דאנערשטאג נאך פורים בעז''ה.

דער אינזשעניר האָט פארגעשלאגן מען זאל זעהן צוצוגרייטן די פערמיטן אזוי אז מען זאל קענען אנהויבן בויען ווי נאר מען ענדיגט די עפפראוועלס.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 10:41 pm
דורך שמואל בארג
פון רעכטס צו לינקס, העלפט ארויס.

אטוירני?, ר' משה פריעד, ר' חיים לעבאוויטש, ר' משה גאנץ, ווער איז דער לעצטער?.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 10:42 pm
דורך שמואל בארג
עס האט נישט געלוינט פאר רינגאו די קלייט?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 11:14 pm
דורך ס'רעגענט ס'גיסט
שמואל בארג האט געשריבן:פון רעכטס צו לינקס, העלפט ארויס.

אטוירני?, ר' משה פריעד, ר' חיים לעבאוויטש, ר' משה גאנץ, ווער איז דער לעצטער?.

ר' חיים משה פעקעטע

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 11:29 pm
דורך יונה
דער ערשטער איז נישט קיין אטארני, ער הייסט דזשימי דזשאנסאן - א פלעיניג בארד מעמבער.

פון הונטער ר' חיים משה פעקעטע זעהט מען מיסטער טאם דער ווילידזש אינדזעניר.

אויף דעם בילד זעהט מען דעם עטארני (שטייענדיג)

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 11:30 pm
דורך שמואל בארג
אן איידעם ביי ר' עקיבא מרדכי מענדלאוויטש?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 11:31 pm
דורך יונה
שמואל בארג האט געשריבן:אן איידעם ביי ר' עקיבא מרדכי מענדלאוויטש?

יא. נעכטן געמאכט א ברית למז''ט.

געשריבן: פרייטאג פאברואר 23, 2018 1:38 pm
דורך ווארטסבארא
אין אנדערע נייעס איז ארויסגעשיקט געווארן א מעסעזש אז די שולע בלייבט פארשלאסן ביז צו א קומענדיגער מעלדונג.

געשריבן: פרייטאג פאברואר 23, 2018 2:11 pm
דורך יונה
Screenshot_20180223-141102.jpg
Screenshot_20180223-141102.jpg (156.32 KiB) געזעהן 2300 מאל

געשריבן: פרייטאג פאברואר 23, 2018 3:14 pm
דורך משה יענקל
ווארטסבארא האט געשריבן:אין אנדערע נייעס איז ארויסגעשיקט געווארן א מעסעזש אז די שולע בלייבט פארשלאסן ביז צו א קומענדיגער מעלדונג.

פון די פאזאטיווע קוק ווינקל.
אז די שולע איז געשלאסן שוקט עס א מעסעדזש צו די הנהלה און שטאט צו קומען צו הילף און העלפן אראפ שטעלן א געהעריגען פלאן אז די מוסדות זאל זיך שטעלן אויף די פיס.
עס איז אסאך בעסער ווען דאס געשעהט יעצט ווי איידער און אפאר יאהר ארום

געשריבן: זונטאג פאברואר 25, 2018 8:43 pm
דורך משה יענקל
די מאמעס ברויכען די מיידלעך אינדערהיים. צו העלפן לכבוד פורים.....

ווער דארף. יעצט סקול???

געשריבן: זונטאג פאברואר 25, 2018 9:59 pm
דורך ויש אומרים
יעצט געמאלדען געווארען בשם די הנהלת המוסדות אז מארגען גייט אלעס צוריק צום אלטען אי"ה

@SatmarBBG: Massage from Beis Ruchel; tomorrow all kids are going on regular schedule.

m.twitter.com/SatmarBBG

געשריבן: זונטאג פאברואר 25, 2018 10:04 pm
דורך משה יענקל
עס איז נאר צו האפען אז די אלע עלטערן וואס האבען קאמפלעינט וועלן נישט צוריקגיין צום אלטן נאר טוען אביסעלע עסקנות אז דאס זאל נישט פאסירען נאכאמאהל

געשריבן: זונטאג פאברואר 25, 2018 10:08 pm
דורך ויש אומרים
משה יענקל האט געשריבן:עס איז נאר צו האפען אז די אלע עלטערן וואס האבען קאמפלעינט וועלן נישט צוריקגיין צום אלטן נאר טוען אביסעלע עסקנות אז דאס זאל נישט פאסירען נאכאמאהל

אנטושלדיגט ר משה יאנקעל אבער עס ליגט נישט אויפ קיין עלטערן צו שאפען א יאר א מיליון דאלער.
מ'דארף צאלען שכ"ל אבער גרויסע געלטער ליגט אויפ די הנהלה אין אויפ גרויס קהל.

געשריבן: זונטאג פאברואר 25, 2018 10:20 pm
דורך משה יענקל
ויש אומרים האט געשריבן:
משה יענקל האט געשריבן:עס איז נאר צו האפען אז די אלע עלטערן וואס האבען קאמפלעינט וועלן נישט צוריקגיין צום אלטן נאר טוען אביסעלע עסקנות אז דאס זאל נישט פאסירען נאכאמאהל

אנטושלדיגט ר משה יאנקעל אבער עס ליגט נישט אויפ קיין עלטערן צו שאפען א יאר א מיליון דאלער.
מ'דארף צאלען שכ"ל אבער גרויסע געלטער ליגט אויפ די הנהלה אין אויפ גרויס קהל.

און אויב די הנהלה און גרויס קהל האט צוגעלאזט א סטרייק............

געשריבן: זונטאג פאברואר 25, 2018 10:21 pm
דורך שמואל בארג
אז די עלטערן וועלן נישט פארשטיין אז זיי זענען גרויס קהל, קען דאס ח"ו נאכאמאל פאסירן.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 10:34 am
דורך סידיראם
די עלטערן זענען נישט קהל

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 10:57 am
דורך גליקליכער
סידיראם האט געשריבן:די עלטערן זענען נישט קהל

אמת! מען קען נישט פארלאנגען פון די עלטערן צו זיין סיי עלטערן און סיי קהל און הנהלה, איך באשולדיג נישט קיינעם, אבער עס איז דא א הנהלה פון בעלי בתים אין שטאט, און עס איז דא א קהל און קהילה וואס זענען אחראי אויף די מוסדות, און עס קוקט אויס אז זיי זענען טיף געשלאפן אז זיי האבן געלאזט דעם וואגן אריינפארן אין וואלד און זיי האבן נישט געזען וואס קומט, באמת זענען זיי אונז גארנישט שולדיג, זיי זענען וואלונטירן און טוען שלא על מנת לקבל פרס, אבער למעשה זענען זיי די אחראים, און און עס איז געשען וואס איז געשען.

איין זאך וואס "איינער פון די אפיס" האט געזאגט שבת, אז אויב אלע שכר לימוד וואלט געווען אויסגעצאלט וואלט אויך נישט צוגעקומען צו דעם, ווי מ'שמועסט יעצט האט זיך די הנהלה אריינגעלייגט צו אנפולן דעם לאך, און עס איז צו האפן אז עס וועט בעזרת ה' שוין נישט פאסירן.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 10:58 am
דורך גליקליכער
מזל טוב בלומינגבורג אשכול!

אזוי קוקנדיג און רעדנדיג, מיר נישט דיר נישט, צווישן יא און ניין, בין יום ובין לילה, איז דער בלומינגבורג אשכול אומבאמערקטערהייט אריבער א "מיליאן" היטס.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 3:06 pm
דורך ווארטסבארא
הנהלת המוסדות האט אפגערופן די טראנספארטאציע קיין קרית יואל פאר די מיידלעך פון פערטע קלאס אין העכער.
די דארטיגע שולע לויפט ביז די דריטע קלאס.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 3:14 pm
דורך סעטינגס
יאצמעך האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:באלאנגט באמת נישטא די גאנצע שמועס פון יא קריזעס נישט קריזעס
אבער אז מען רעדט שוין
סידיראם אז מען צאלט נישט זעקס וואכן פאר איינגעשטעלטע קען קיין גרעסערע קריזעס ווי דעם נישט זיין
ביי מוסדות מהר"א וומ"ס בשעת זייער גרעסטע קריזעס איז מען שולדיג געווען 6 וואכן
צו א קריזעס מאכט ווייניגער מענטשן זאלן קומען וואוינען אהין איז לכאורה נישט אמת
אבער א נייע מוסד פון קוים 2 יאר דארף בדרך כלל קענען האבן פעסטע יסודות אין דעם פרט פון צאלן מלמדים

6 וואכן ++
נישט איבערטרייבן ס'געווען 4 וואכען נישט 6, אין ס'נישט געווען אין איין ציה נאר אפגעריקט + די סופלייערס וואס מ'האט געווארט אויף די לאנטש פראגראמען וואס איז שוין ב''ה מסודר, וויאזוי עס זאל נישט זיין צאלען שפעט איז נישט קיין קריזיס, ווענד זיך וואס שטייט אינטער דאס צאלען שפעט

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 3:19 pm
דורך סעטינגס
ווארטסבארא האט געשריבן:הנהלת המוסדות האט אפגערופן די טראנספארטאציע קיין קרית יואל פאר די מיידלעך פון פערטע קלאס אין העכער.
די דארטיגע שולע לויפט ביז די דריטע קלאס.
די ארטיגע מוסדות פלעגט צושטעלן טראנספארטעישאן ביז יעצט?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 4:06 pm
דורך איש חמודות
ווארטסבארא האט געשריבן:הנהלת המוסדות האט אפגערופן די טראנספארטאציע קיין קרית יואל פאר די מיידלעך פון פערטע קלאס אין העכער.
די דארטיגע שולע לויפט ביז די דריטע קלאס.

אבי גערעדט, א באס איז געווען צובראכן דעריבער איז פאר עטליכע טעג נישט געווען קיין באס קיין קר"י.
כ'מיין אז היינט איז שוין אלעס געווען מסודר.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 4:27 pm
דורך בענאק
גליקליכער האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:די עלטערן זענען נישט קהל

אמת! מען קען נישט פארלאנגען פון די עלטערן צו זיין סיי עלטערן און סיי קהל און הנהלה, איך באשולדיג נישט קיינעם, אבער עס איז דא א הנהלה פון בעלי בתים אין שטאט, און עס איז דא א קהל און קהילה וואס זענען אחראי אויף די מוסדות, און עס קוקט אויס אז זיי זענען טיף געשלאפן אז זיי האבן געלאזט דעם וואגן אריינפארן אין וואלד און זיי האבן נישט געזען וואס קומט, באמת זענען זיי אונז גארנישט שולדיג, זיי זענען וואלונטירן און טוען שלא על מנת לקבל פרס, אבער למעשה זענען זיי די אחראים, און און עס איז געשען וואס איז געשען.

איין זאך וואס "איינער פון די אפיס" האט געזאגט שבת, אז אויב אלע שכר לימוד וואלט געווען אויסגעצאלט וואלט אויך נישט צוגעקומען צו דעם, ווי מ'שמועסט יעצט האט זיך די הנהלה אריינגעלייגט צו אנפולן דעם לאך, און עס איז צו האפן אז עס וועט בעזרת ה' שוין נישט פאסירן.

און דאס אז די הנהלה אין די שטאט האבן אויפגענומען מענטשן וואס זאלן ראנען דעם מוסדף הייסט נישט געארבעט?
זיי האבן געטון וואס זיי האבן געדארפט און אויפגענומען ארבעטער, אז ס'ארבעט נישט איז עס די איינגעשטעלטע פעליאר,

ציוואס באשילדיגן הנהלה'ס?
מיינט מען טאקע אז זיי גייען גיסן געלט יעדן שני וחמישי?

די עלטערן דארפן זיך אליינס צוזאמנעמען און טון וואס מען דארף

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 4:51 pm
דורך ווארטסבארא
איש חמודות האט געשריבן: