בלאט 4 פון 178
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 5:34 pm
דורך לכתחילה אריבער
לוי יצחק האט געשריבן:איז נישט בעיסוואטער געווען פון א חסידות?
דאס האבעך געמיינט, קאנארסי און בעיסוואטער. דארט איז געווען אנדערע סיבות.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 5:38 pm
דורך דער תהילים איד
לכתחילה, וועלכע שטעטל רעדט מען אין מאנטיסעלא?
(שוין גערעדט דערפון דא? לא ראיתי)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 5:46 pm
דורך לכתחילה אריבער
דער תהילים איד האט געשריבן:לכתחילה, וועלכע שטעטל רעדט מען אין מאנטיסעלא?
(שוין גערעדט דערפון דא? לא ראיתי)
כ'ווייס נישט צו מען האט דא גערעס צו אין מקוה, אבער ר' חיים הערש שווארץ האט געמאלדען איבער א נייעם שטעטעל וואס מ'וועט בויען אין מאנטיסעלא.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 5:51 pm
דורך פליגל
קאנארסי האט נאך א סיבה געהאט, די שכנים דארט האבן פארשטאנען אז אויב פארלאזט מען וומ"ס דאן מוז מען זיין פון די אפפאל.... ני זענען די הייזער געגאנגען צו די עליטע פון די סטאפ & פראסק געמיינדע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 5:56 pm
דורך sukoss
ערשט ייש"כ בערל פאר די אפדעיט
איין זאך איז מיר נישט קלאר און סשטימט נישט די חשבון
ווייל דאס איז קלאר אז כדי א פלאץ זאל קענען ווערן אויסגעארבעט מוז זיין צוגעשטעלט מוסדות התורה, נו איז ווער שטעלט צו מוסדות די דעוועלאפערס זענען דאך דא פאר געלט,
און אויב אין א עסטעבלישד שטאט דארף מען שאפן געלט פאר מוסדות כש"כ אין א נייע סביבה קאסט עס אסעך מער, איז אויב סקאסט אזוי סאך לוינט דאס נישט פאר די דעוועלאפערס,
איז כדי אז א שטעטל זאל קענען ארבעטן מוז זיין איינער זאל זיך אונטערנעמען מוסדות לשם מצוה, לכאורה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 6:04 pm
דורך lebediger berel
sukoss האט געשריבן:ערשט ייש"כ בערל פאר די אפדעיט
איין זאך איז מיר נישט קלאר און סשטימט נישט די חשבון
ווייל דאס איז קלאר אז כדי א פלאץ זאל קענען ווערן אויסגעארבעט מוז זיין צוגעשטעלט מוסדות התורה, נו איז ווער שטעלט צו מוסדות די דעוועלאפערס זענען דאך דא פאר געלט,
און אויב אין א עסטעבלישד שטאט דארף מען שאפן געלט פאר מוסדות כש"כ אין א נייע סביבה קאסט עס אסעך מער, איז אויב סקאסט אזוי סאך לוינט דאס נישט פאר די דעוועלאפערס,
איז כדי אז א שטעטל זאל קענען ארבעטן מוז זיין איינער זאל זיך אונטערנעמען מוסדות לשם מצוה, לכאורה.
דער ענטפער אויף די אלע פראגן שטייט אין מיין נ.ב. וד"ל, האומר לים עד פה תבא, אבער ס'איז דא א קראנטער ענטפער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 6:08 pm
דורך lebediger berel
לכתחילה אריבער האט געשריבן:דער תהילים איד האט געשריבן:לכתחילה, וועלכע שטעטל רעדט מען אין מאנטיסעלא?
(שוין גערעדט דערפון דא? לא ראיתי)
כ'ווייס נישט צו מען האט דא גערעס צו אין מקוה, אבער ר' חיים הערש שווארץ האט געמאלדען איבער א נייעם שטעטעל וואס מ'וועט בויען אין מאנטיסעלא.
הלואי, הלואי, אין די אידישע צייטונגען האב איך געזען אז הרה"ג ר' שמעי' גרינבוים און הנגיד ר' אברהם שמואל גראס פון טאראנטא האבן גערעדט דעריבער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 pm
דורך lebediger berel
פריי זיך האט געשריבן:אז מ'בויעט 400 דירות מיינט דאס אז זיי ווייסן שוין פון 400 משפחות וואס וויל אהינגיין?
דאס האב איך געוואלט קלאר שטעלן אז זיי זענען גרייט צו בויען אפילו זיי האבן נאך נישט קיין איין משפחה מיט די ערווארטונג אז 400 משפחות לכה"פ וועלן זיין גרייט אהינצומאפן ווען זיי וועלן עס זען פארטיג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:46 pm
דורך פריי זיך
יש"כ פאר די קלעריפיקעשען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:50 pm
דורך מעלות-חברינו
lebediger berel האט געשריבן: הלואי, הלואי, אין די אידישע צייטונגען האב איך געזען אז הרה"ג ר' שמעי' גרינבוים און הנגיד ר' אברהם שמואל גראס פון טאראנטא האבן גערעדט דעריבער.
ווי איז עס גשטאנען, אין די צייטונג אויך?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:58 pm
דורך lebediger berel
מעלות-חברינו האט געשריבן:lebediger berel האט געשריבן: הלואי, הלואי, אין די אידישע צייטונגען האב איך געזען אז הרה"ג ר' שמעי' גרינבוים און הנגיד ר' אברהם שמואל גראס פון טאראנטא האבן גערעדט דעריבער.
ווי איז עס גשטאנען, אין די צייטונג אויך?
כ'האב געבלעטערט היינט צופרי דא דארט האבעך עס ערגעץ געזען כברענג עס ארויס אלץ מעלה אז אנגענומענע מענטשן אחד בלמדנותו ואחד בנדבנותו האבן גערעדט פון א פראיעקט אין מאנטיסעלא בנוסף צו וואס מהאט פריער ערווענט א נאמען המפורסם בעסקנותו
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 8:29 am
דורך פריילאך
יישר כח בערל, פארן ענטפערן אזוי קלאר און פארשטענדליך, אפילו אויפן לעצטן שאלה..
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 9:35 am
דורך lebediger berel
כהאב שוין באריכות מסביר געווען אין מיין פאריגן גלגול דא אין אייוועלטל אז דער נושא פון דירות מוז אנגעקוקט ווערן אזוי ווי הצלה רופא חולים
בוני עולם וכו
סאיז נישט דומה צו וועלכע צייטונג מליינט אדער צו וועלכן רבין מפארט אויף שמחת תורה כגיי נישט איבערשרייבן די נושא נאכאמאל
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 02, 2013 5:49 pm
דורך משה יענקל
שוין נעכטען געמאלדען אפישיל וועגן דעים שטעטל דורך SATMA HQ
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 02, 2013 6:12 pm
דורך שוועמל
ארויסגעפארן עקסיט 116 און געזען טאקע פולע פאוסטערס "סטאפ 300" אלס לאקאלע מחאה אויף די דירות.
יעצט גייען זיי געוואור ווערן נישט נאר 300, נאר זשוס אויכעט... (ניין, דעם גוי איז קיין חילוק צי דו גיבסט פורים פאר אבני חסד אדער אבני צדק)
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 04, 2013 10:35 am
דורך lebediger berel
עקטשולי שטייט סטאפ 396 אזויפיל איז זיין סייט פלען. אם אפשר זאל מען בעטן ר' משה ער זאל נישט מאכן קיין שום אדווערטייזמענט פאר ער האט נישט די "סי אף אוי" אין טאש פאר כאטשיק הונדערט דירות.
לויט מיין קוואל האט דער בילדינג אינספעקטאר געגעבן "פאונדעישאן אנלי" פערמיטס, דאס מיינט ער קען דערווייל נאר בויען פונדאמענטן, קען זיין ער מאכט די הייזער ערגעץ אנדערש און מען וועט עס ברענגען אויף טרעילערס אזוי ווי ער באקומט דעם פערמיט. אדער האט ער שוין באקומען פערמיטן ממש יעצט.
על כל פנים ווילאנג עס איז נישט דורך און אדורך פארטיג און די שכנים זוכן נאך צו מאכן צרות קען מען קיינמאל נישט וויסן וואס ס'קען זיי איינפאלן. ס'איז מיר ברור כשמש אז די גאנצע זאך איז אין א סכנה אויב מ'מאכט פירסום דערפון, קענסט נישט וויסן ווער מיט א היימישן לבוש קען זיי העלפן מיט מיליאנען תירוצים און זיך איינרעדן אז מען מיינט גאר לשם שמים.
ממה נפשך
אויב איז אמת (דאס וואס די מנהיגי הקהלה האבן געזאגט) אז מען קען שוין האבן גרייט ארום הונדערט דירות חנוכה? דאן וואס איז די איילעניש.לאמיר ארויסקומען ווען ס'איז גרייט.
און אויב דארף מען נאך ווארטן א לענגערע צייט, איז דאך זיכער אז מפרסם זיין איז א סכנה.מען קען קיינמאל נישט וויסן מיט וואספארא טאקטיקן זיי קענען אויפקומען, דערווייל האט מען געהאט מזל אז די קעגנערס האבן נישט קיין געלט, אבער אז ס'וועט זיין קלאר אז די פארהאסטע "חסידים" קומען קענסטו נישט וויסן וויפיל געלט זיי קענען נאך שאפן, און שאדן מאכן קען א קאץ אויך. און רעד דיך נישט איין אז שרייען דיסקרימינעשאן וועט העלפן אויף אלעם אין קארט, והא ראי' ביים שכן האמאוואק, הגם זיי (סקווער) האבן טאקע אויך נישט געהאט קיין געלט צו גיין ווייטער, אבער די שכנים האבן זיי אויך גוט מסדר געווען (אויף דערווייל). וליתר שאת, קוק וויאזוי "טשיינע סיטי" האט ארויסגעבעקט פון מאמאקאטינג און זענען געבליבן ארבעטן נאר אין טאמפסאן, ווייל זיי האבן זיך נישט געקענט קיין עצה געבן מיט די חברה. (מיר ווייסן אז זיי זענען נישט אין ווילידזש, אבער דו זעסט פון דעם אז די געגנט ארגאניזירט זיך און וועקט זיך אויף קעגן דעוועלאפמענט און האבן פון צייט צו צייט קנאקעדיגע נצחונות אויך)
סייוויזוי דארף מען מתפלל זיין אויף א גאנצע ישועה איצט אין די הייליגע טעג און אויך אויפן "בגלותי לגאלני" אז ווילאנג מיר זענען נאך אין גלות זאל זיין א שטיקעלע ישועה אויף דערווייל, מ'זאל קענען לעבן מיט ישוב הדעת.
א כתיבה וחתימה טובה פאר גאנץ כלל ישראל ובפרט פאר די וואס פרובירן צו העלפן דעם עולם מיט דירות.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 08, 2013 1:16 am
דורך אבי.גערעדט
קרית יואל בולעטין באריכטעט איבער די העצערייען
קרית 'יטב לב'
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 17, 2013 9:31 am
דורך שאינו יודע
היינט איז ערשיינען אין 'דער איד' א ספעציעלע ביילאגע ווי עס איז עמטליך געמאלדן געווארן די פלענער פאר די נייע שטעטל 'יטב לב', מלפנים קרית שמילאוויטש.
400 דירות אפראווד, 2,800 ס.פ. א דירה.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 17, 2013 9:34 am
דורך האלץ האקער
שאינו יודע האט געשריבן:היינט איז ערשיינען אין 'דער איד' א ספעציעלע ביילאגע ווי עס איז עמטליך געמאלדן געווארן די פלענער פאר די נייע שטעטל 'יטב לב', מלפנים קרית שמילאוויטש.
400 דירות אפראווד, 2,800 ס.פ. א דירה.
פרייז שטייט ?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 17, 2013 9:39 am
דורך משזר
קוים ארויסגעשיקט א מעסעדזש און שוין איז דא א אשכול דערוועגן, זריזין מקדימין.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 17, 2013 9:47 am
דורך הערליך
פרייזן ?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 17, 2013 9:48 am
דורך שאינו יודע
מען רעדט שוין דעפון אזוי לאנג, אז עס איז שוין געווען גענטג צייט
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 17, 2013 10:33 am
דורך שנאפס
דעקל פון "דער איד" ערב סוכות אויסגאבע
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 17, 2013 10:35 am
דורך שנאפס
מעסעדזשעס פון סאטמארהק
(ליינט פון אונטן ארויף)
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 17, 2013 10:54 am
דורך ק.נ.א. וועטער
נישט בלומינגראוו?