בלאט 174 פון 178

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2015 2:13 pm
דורך אן פרעשער
איך ווייס נישט פון וועלכע זייט די קוקסט דערויף, אבער א פלאץ וואס האט ביז לעצטנס געהאט ערענסטע ליגאלע פראבלעמען און האט ניטאמאל א c/o זאל אנקומען ווי זיי האלטן יעצט איז א גרויס סוקסעס.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2015 2:14 pm
דורך שנאפס
מ'האט שוין געבעטן די C/O?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2015 2:22 pm
דורך בוידעם
איז דאס קראנט אז סאטמאר האט זיך צוריק אנגעשלאסן אינעם פראיעקט, אדער איז עס סתם גאסן שמועסעריי?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2015 2:27 pm
דורך שנאפס
העי, קודם וויל איך א ענטפער אויף מיין פראגע

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2015 2:30 pm
דורך SPUSMN
אן פרעשער האט געשריבן:איך ווייס נישט פון וועלכע זייט די קוקסט דערויף, אבער א פלאץ וואס האט ביז לעצטנס געהאט ערענסטע ליגאלע פראבלעמען און האט ניטאמאל א c/o זאל אנקומען ווי זיי האלטן יעצט איז א גרויס סוקסעס.

איך קוק פון די זייט אז ווי גרויס עס איז דער סוקסעס (און איך זאג נישט אז עס איז נישט א סוקסעס), וואלט עס געווען א סאך א גרעסערע סוקסעס ווען עס וואלט זיך געבויעט מיטען געבען די ערשטע הונדרעט איינוואוינער דאס גרעסטע אינסענטיוו אהין צו לויפען. עס וואלט געדארפט זיין א ליין (אזוי ווי אין מאנטיסעלאו, אדער צום כולל אין באלטימאר) און יעדער וואלט זיך געיאגט צו זיין פון די ערשטע הונדרעט.

איך זאג נישט אז מען זאל נישט מאכען קיין געלט, און איך פארגין יעדען איינעם; אבער מיין ערשטע עלידשזענס איז צו כלל ישראל.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2015 2:32 pm
דורך מיסטעריעז
אן פרעשער האט געשריבן:א פלאץ וואס האט ביז לעצטנס געהאט ערענסטע ליגאלע פראבלעמען און האט ניטאמאל א c/o זאל אנקומען ווי זיי האלטן יעצט איז א גרויס סוקסעס.

און וואו האלטן זיי יעצט? :lol:

שנאפס, סארי פארן אריינהאקן

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2015 2:41 pm
דורך אן פרעשער
SPUSMN האט געשריבן:
אן פרעשער האט געשריבן:איך ווייס נישט פון וועלכע זייט די קוקסט דערויף, אבער א פלאץ וואס האט ביז לעצטנס געהאט ערענסטע ליגאלע פראבלעמען און האט ניטאמאל א c/o זאל אנקומען ווי זיי האלטן יעצט איז א גרויס סוקסעס.

איך קוק פון די זייט אז ווי גרויס עס איז דער סוקסעס (און איך זאג נישט אז עס איז נישט א סוקסעס), וואלט עס געווען א סאך א גרעסערע סוקסעס ווען עס וואלט זיך געבויעט מיטען געבען די ערשטע הונדרעט איינוואוינער דאס גרעסטע אינסענטיוו אהין צו לויפען. עס וואלט געדארפט זיין א ליין (אזוי ווי אין מאנטיסעלאו, אדער צום כולל אין באלטימאר) און יעדער וואלט זיך געיאגט צו זיין פון די ערשטע הונדרעט.

איך זאג נישט אז מען זאל נישט מאכען קיין געלט, און איך פארגין יעדען איינעם; אבער מיין ערשטע עלידשזענס איז צו כלל ישראל.


מיט דעם ביסטו גערעכט

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2015 4:34 pm
דורך סראלי
SPUSMN האט געשריבן:
Greeneryid האט געשריבן:דא האט גארנישט צו טוהן מיט חכמה עס אלעס נאר וועגן געלט. מר לאם וועט טוהן וואס עס לוינט זיך אים צו פארדינען. נישט געזארגט, אויב ער שטעלט זיך נאכאמאל צאם מיט סאטמאר איז ווייל ער פארדינט גענוג מיט די אלע ליידן.

און וועגען דעם ארבעט עס זיך נישט אויס, ווייל "עס אלעס נאר וועגן געלט". מען בעהט צופיל פאר צו ווייניג. ווען מען וואלט אוועק געגעבן די ערשטע 100 דירות חצי בחנם! וויל מען דאך אבער שוין.

מען האט שוין געהערט אז "פארוואס זאל איך צאלען טיייער וויל יענקל וואוינט דארטען, זאל יענקל צאלען טייער ווייל איך וואוין דארטען"; אבער נישט אז "יענקל זאל יעצט צאלען טייער ווייל איך גיי וואוינען דארטען".


איך זע נישט די לויפעניש צו דזשערסי סיטי וואו ס׳איז ביליגער און נענטער...

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2015 4:57 pm
דורך SPUSMN
זעהט אויס, אויך נישט "גענוג" ביליגער און "גענוג" נענטער.

בלומינגבורג האט איין מעלה איבער דזשערסי סיטי אז עס "איז" נענטער; נענטער צו די קאנטרי וואס יעדער איז דארט היימיש, און מען מוז עס דורך פארען אויפען וועג צום קאנטרי.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2015 5:01 pm
דורך סראלי
SPUSMN האט געשריבן:זעהט אויס, אויך נישט "גענוג" ביליגער און "גענוג" נענטער. בלומינגבורג האט איין מעלה איבער דזשערסי סיטי אז עס "איז" נענטער; נענטער צו די קאנטרי וואס יעדער איז דארט היימיש, און מען מוז עס דורך פארען אויפען וועג צון קאנטרי.


אז דזשערסי סיטי איז נישט גענונג ביליג, דאן מיט וואס וועט מען יא זיי צופרידן?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2015 5:04 pm
דורך SPUSMN
דזשערסי סיטי איז יא ביליג, אבער נישט גענוג ביליגער, ווייל ווי אויס געשמועסט (אויב איך געדענק ריכטיג) רעדט מען פון האלצערנע הייזער, און מען דארף אריין באכען געלט.

למשל, צו מיר איז דזשערסי סיטי אין יופיץ, און דער ווייטער בלומינגבורג איז אין "די קאנטרי".

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2015 5:08 pm
דורך סראלי
SPUSMN האט געשריבן:דזשערסי סיטי איז יא ביליג, אבער נישט גענוג ביליגער, ווייל ווי אויס געשמועסט (אויב איך געדענק ריכטיג) רעדט מען פון האלצערנע הייזער, און מען דארף אריין באכען געלט.

למשל, צו מיר איז דזשערסי סיטי אין יופיץ, און דער ווייטער בלומינגבורג איז אין "די קאנטרי".


אוקעי

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:53 pm
דורך babaganush
SPUSMN האט געשריבן:דזשערסי סיטי איז יא ביליג, אבער נישט גענוג ביליגער, ווייל ווי אויס געשמועסט (אויב איך געדענק ריכטיג) רעדט מען פון האלצערנע הייזער, און מען דארף אריין באכען געלט.

ברעיקינג: די שטאט איז ארויסגעקומען מיט א נייע גרענט וואס צאלט איבער צומאכן הייזער ווי ניי!

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2015 9:09 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
SPUSMN האט געשריבן:
Greeneryid האט געשריבן:דא האט גארנישט צו טוהן מיט חכמה עס אלעס נאר וועגן געלט. מר לאם וועט טוהן וואס עס לוינט זיך אים צו פארדינען. נישט געזארגט, אויב ער שטעלט זיך נאכאמאל צאם מיט סאטמאר איז ווייל ער פארדינט גענוג מיט די אלע ליידן.

און וועגען דעם ארבעט עס זיך נישט אויס, ווייל "עס אלעס נאר וועגן געלט". מען בעהט צופיל פאר צו ווייניג. ווען מען וואלט אוועק געגעבן די ערשטע 100 דירות חצי בחנם! וויל מען דאך אבער שוין.
.


זייער גוט געזאגט.. ווען עס וואוינען שוין דארט 200 אידן איז איין זאך, אבער ביז דעמאלס פארוואס איז עס מיט איין פרוטה מער ווי א הויז אין וואדרידזש אדער מאנטיסעלא..

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2015 9:16 pm
דורך מיסטעריעז
babaganush האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:דזשערסי סיטי איז יא ביליג, אבער נישט גענוג ביליגער, ווייל ווי אויס געשמועסט (אויב איך געדענק ריכטיג) רעדט מען פון האלצערנע הייזער, און מען דארף אריין באכען געלט.

ברעיקינג: די שטאט איז ארויסגעקומען מיט א נייע גרענט וואס צאלט איבער צומאכן הייזער ווי ניי!

אמת?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 17, 2015 10:56 pm
דורך נא_שכל
והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
Greeneryid האט געשריבן:דא האט גארנישט צו טוהן מיט חכמה עס אלעס נאר וועגן געלט. מר לאם וועט טוהן וואס עס לוינט זיך אים צו פארדינען. נישט געזארגט, אויב ער שטעלט זיך נאכאמאל צאם מיט סאטמאר איז ווייל ער פארדינט גענוג מיט די אלע ליידן.

און וועגען דעם ארבעט עס זיך נישט אויס, ווייל "עס אלעס נאר וועגן געלט". מען בעהט צופיל פאר צו ווייניג. ווען מען וואלט אוועק געגעבן די ערשטע 100 דירות חצי בחנם! וויל מען דאך אבער שוין.
.


זייער גוט געזאגט.. ווען עס וואוינען שוין דארט 200 אידן איז איין זאך, אבער ביז דעמאלס פארוואס איז עס מיט איין פרוטה מער ווי א הויז אין וואדרידזש אדער מאנטיסעלא..


ווייל ס'ליגט שוין דארט נייע סוער און שווערע יארן פארהאנדלונגען און געלט.
הגם איך האלט אויך אז ס'זייער טייער, און הלוואי וואלט עס געוון סאך ביליגער, עכ"פ סאך גרעסער פאר דעם פרייז. אבער זאגן אז ס'דארף קאסטן די זעלבע ווי א הויז אין מאנטיסעלא איז אבסורד.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2015 7:58 am
דורך מיסטעריעז
קאורט האט נעכטן ארויסגעווארפן די קאונטי'ס פארלאנג צו ארויסווארפן די קלאגע אקעגן זיי אז זיי האבן דיסקרימינירט אקעגן די אידן דורך אומגעזעצליך זיי פסל'ן צו וואוטן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:30 am
דורך אן פרעשער
נא_שכל האט געשריבן:
והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
Greeneryid האט געשריבן:דא האט גארנישט צו טוהן מיט חכמה עס אלעס נאר וועגן געלט. מר לאם וועט טוהן וואס עס לוינט זיך אים צו פארדינען. נישט געזארגט, אויב ער שטעלט זיך נאכאמאל צאם מיט סאטמאר איז ווייל ער פארדינט גענוג מיט די אלע ליידן.

און וועגען דעם ארבעט עס זיך נישט אויס, ווייל "עס אלעס נאר וועגן געלט". מען בעהט צופיל פאר צו ווייניג. ווען מען וואלט אוועק געגעבן די ערשטע 100 דירות חצי בחנם! וויל מען דאך אבער שוין.
.


זייער גוט געזאגט.. ווען עס וואוינען שוין דארט 200 אידן איז איין זאך, אבער ביז דעמאלס פארוואס איז עס מיט איין פרוטה מער ווי א הויז אין וואדרידזש אדער מאנטיסעלא..


ווייל ס'ליגט שוין דארט נייע סוער און שווערע יארן פארהאנדלונגען און געלט.
הגם איך האלט אויך אז ס'זייער טייער, און הלוואי וואלט עס געוון סאך ביליגער, עכ"פ סאך גרעסער פאר דעם פרייז. אבער זאגן אז ס'דארף קאסטן די זעלבע ווי א הויז אין מאנטיסעלא איז אבסורד.


אהה איינער רעדט שוין צום זאך דא.

טרעף מיר איינער וואס אינטרעסירט בלומנבערג צו ער וואלט געגאנגן "נאר צוואנציג מינוט" ארויפציר פאר 100k ווייניגער!

די מציאות איז אז אויב איינער דארף נאך עפעס א קאנעקשן צו די סיטי פאר פרנסה אד"ג איז דאס די ווייטסטע ווי ער וואלט געגאנגען.

נאך אלעם, ביסטו נאר צוואנציג מינוט פונעם טאל-בוט, וואס ווען די פארסט קיין ק"י נעמט דיר אויך א 10 מינוט אנצוקומען צו דיין הויז.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2015 7:44 pm
דורך עקבי הצאן
האט איינער די ראולינג פון פעדעראל קאורט איבער די דיסקרימינעישאן אנקלאגע?

פארעפענטליכט: שבת יוני 20, 2015 11:20 pm
דורך ווייסע זאקן
הרב_שלום האט געשריבן:איך זיך צו דינגען א הויז אין בלומינגבערג פארן זומער, אויב איר ווייסט עפעס ביטע לאזן וויסען


קאנטאקט מיך אין אישי

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 21, 2015 10:32 am
דורך ביבער היט
אויף זימער גייען זיין מער משפחות אין בלומינגבורג ווי איבערן יאר?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 21, 2015 11:59 am
דורך הרב_שלום
עס פארט ארוס א פאר משפחת סאיז נישט קיין קאנטרי ווי די פרויען פאברענגן ביז אינדערנאכט אריין
אין די דבר יום האס איך געזעהן א הויז פאר 4000 פארן זומער האלב וויפיל מצאלט אין די קאנטרי

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 21, 2015 12:50 pm
דורך ביבער היט
פארוואס 4000??
רענט איז דארט 2000?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 21, 2015 12:55 pm
דורך מיסטעריעז
די סדר העולם איז אז רענט איז איין זאך, זומער איז א צווייטע זאך.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 21, 2015 1:49 pm
דורך הרב_שלום
פארוואס צאלט מען אין קאנטרי 10000