בלאט 172 פון 178

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 12:13 am
דורך סראלי
א שיינעם דאנק בלושטיין

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 7:03 am
דורך שנאפס
א דאנק אייך פאר די נייעס

איך הער ס'איז געווען שבת א גרויסע קידוש לכבוד די באווארפן פונעם טראסטי

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 8:45 am
דורך בוידעם
מ'האט געווארפן דעם טראסטי?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 1:02 pm
דורך בעל דעת
זיעט אויס אז און בלומענבערג נעמט מען בחורים פאר קאנסלערס צי אנפירען דע אקטיוועטיס

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 5:54 pm
דורך הרב_שלום
א גרוש און האט חתונה נאך שבועות

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 6:04 pm
דורך א גוט מארגן
הרב_שלום האט געשריבן:א גרוש און האט חתונה נאך שבועות

האט חתונה די וואך דאנערשטאג אין עטרת חיה שרה

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 6:11 pm
דורך זאכליך
כ'מיין ס'שוין די 2'טע באווארפן אין בלומינגבורג.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 2:31 pm
דורך געב_מיר_כח
FBI דרייט זיך ארום אין קרית יואל
זיכן די מענטשן וואס האבן געוואוט אין בלומינגבורג צו זעהן ווי זיי וואוינען

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 3:40 pm
דורך אברך
שרעקעדיג. האבן זיי געפונען עפעס ?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 4:20 pm
דורך ווייסע זאקן
געב_מיר_כח האט געשריבן:FBI דרייט זיך ארום אין קרית יואל
זיכן די מענטשן וואס האבן געוואוט אין בלומינגבורג צו זעהן ווי זיי וואוינען


Details?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 4:39 pm
דורך שמעלקא טויב
געב_מיר_כח האט געשריבן:FBI דרייט זיך ארום אין קרית יואל
זיכן די מענטשן וואס האבן געוואוט אין בלומינגבורג צו זעהן ווי זיי וואוינען


עף בי איי אדער די שעריפ'ס דעפארטמענט?

מיין שכן האט געמופט אהין און היינט האט די שעריף געקלאפט ביי מיר אין שטוב.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 6:14 pm
דורך נאטרוליסט
שמעלקא טויב האט געשריבן:
געב_מיר_כח האט געשריבן:FBI דרייט זיך ארום אין קרית יואל
זיכן די מענטשן וואס האבן געוואוט אין בלומינגבורג צו זעהן ווי זיי וואוינען


עף בי איי אדער די שעריפ'ס דעפארטמענט?

מיין שכן האט געמופט אהין און היינט האט די שעריף געקלאפט ביי מיר אין שטוב.


ווי קומט די FBI אהער?
שטימען איז א סטעיט פראבלעם, נישט קיין פעדעראל פראבלעם, ווי ווייט איך בין באקאנט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 6:51 pm
דורך מיסטעריעז
איך זעה אז איינער פון די הנהלה האט זיך היינט ארומגעפלאגט מיט די קעפל פון דעם אשכול, געשריבן און געמעקט, געמעקט און געשריבן...

מיין פארשלאג [אן אריינצוגיין פארוואס די יעצטיגע טויג נישט...]: "נייעס איבער די אויפבוי פונעם (נייעם) שטעטל אין בלומינגבורג"

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 7:13 pm
דורך זאכליך
כ'האב מיך אויך געפלאגט צו אפליינען דעם קעפל.

אויפבוי איז זיכער בעסער ווי געבוי

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 8:14 pm
דורך סעלצער
איך וואלט עס גערופן "נייעס און קירשקלעך פון בלומינגבורג"

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 8:18 pm
דורך גערעכטער
סעלצער האט געשריבן:איך וואלט עס גערופן "נייעס און קירשקלעך פון בלומינגבורג"

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 8:41 pm
דורך זאכליך
viewtopic.php?f=6&t=21973

שוין אויסגעכאפט...

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 9:04 pm
דורך מיסטעריעז
גערעכטער האט געשריבן:
סעלצער האט געשריבן:איך וואלט עס גערופן "נייעס און קירשקלעך פון בלומינגבורג"

מיסטעריעז האט געשריבן:עס איז דא צוויי אשכולות פאר נייעס אין בלומינגבורג
viewtopic.php?f=6&t=20605

viewtopic.php?f=6&t=21973

די סיבה איז אבער פשוט, איינס האט מען געעפנט פאר נייעס איבער דעם "שטעטל", די צווייטע פאר נייעס "אינעם" שטעטל.

נאר לעצטענס האט מען געטוישט דעם קעפל פון "נייע שטעטל (מלפנים: קרית יטב לב) בלומינגבורג נ.י." צו "נייעס פונעם שטעטל אין בלומינגבורג (מלפנים: קרית יטב לב)" און דערפאר איז געווארן אז עס איז דא צוויי די זעלבע אשכולות.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2015 7:42 am
דורך גליטשעדיג
דעם יו״ט האב איך געהאט א געלעגנהייט צו פארברענגען א לענגערע צייט מיט אן איינוואוינער פון בלומינגבורג. און געשפירט זיין געוואלדיגע הנאה פון מאכן דעם באשלוס אהין צו מופן. עס האט זיך געהערט ווי איינער וואס איז אויסגעלייזט געווארן פון א געפערליכן דרוק. און האט אנגעהויבן לעבן פון דאסניי.
במשך די לעצטע פאר חדשים - זאגט ער - קומען יעדע וואך ממש פרישע שינויים לטובה, זאכן ווערן מער מסודר. און עס זעט זיך אן א שטארקע אנטשלאסנקייט צו טאן אלעס וואס פעלט אויס אז ס׳זאל ווערן אן עיר ואם בישראל.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2015 11:57 am
דורך SPUSMN
ברוך השם; זאל דער אייבערשטער ווייטער העלפען.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2015 2:02 pm
דורך געב_מיר_כח
אין די ק"י יעזורו

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2015 3:23 pm
דורך מחותן
בלושטיין האט געשריבן:די אינספעקטער האט אויך פארלאנגט עקסטערע וואסער מיטערס פאר יעדע הויז באזונדער, עס איז באלד דערנאך באשטעלט געווארן און ווערט אינסטאלירט אין די טעג.


איך פארשטיי דאס נישט, "עקסטערע וואסער מיטערס" אדער איז א אזאך וואס מען שמיעסט אויס מיט די באהערדע איידער מען הייבט אן בויען, עס איז נישט עפעס וואס דער אינספעקטער באשליסט אויף די מינוט לויט זיין גיסטע..

וואס פשט פון די פלוצים'דיגע פארלאנג? און אויב האט עס געדארפט דארט זיין פארוואס איז עס נאך נישט געווען??

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 26, 2015 4:00 pm
דורך געב_מיר_כח
מחותן האט געשריבן:
בלושטיין האט געשריבן:די אינספעקטער האט אויך פארלאנגט עקסטערע וואסער מיטערס פאר יעדע הויז באזונדער, עס איז באלד דערנאך באשטעלט געווארן און ווערט אינסטאלירט אין די טעג.


איך פארשטיי דאס נישט, "עקסטערע וואסער מיטערס" אדער איז א אזאך וואס מען שמיעסט אויס מיט די באהערדע איידער מען הייבט אן בויען, עס איז נישט עפעס וואס דער אינספעקטער באשליסט אויף די מינוט לויט זיין גיסטע..

וואס פשט פון די פלוצים'דיגע פארלאנג? און אויב האט עס געדארפט דארט זיין פארוואס איז עס נאך נישט געווען??

די קשיא איז אסאך שטערקער זייט ווען איז דא איין מיטער פאר מער ווי איין דירה?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 27, 2015 7:49 am
דורך נארפאקטן
דא צאלט מען נישט עקסטער די וואסער ביל, וויבאלד אלע ניצן איין וואסער טאנק (ס'איז א Home Owners Association) וואלט מען נישט געדארפט עקסטערע מיטערס, אבער די געזעץ פארלאנגט עקסטערע מיטערס ווייל אויב העטיך פעטיך וועלן די הייזער ווערן אפגעטיילט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 27, 2015 8:21 am
דורך נא_שכל
ס'האט למעשה א שטארקע מעלה פארן קויפער, אז ער האט גלייך פון אנהייב גרייט אן אייגענע מיטער אויב העטיך פעטיך מען וועט זיך קענען אפטיילן, וועט ער נישט זיין צוגעבינדן צו אנדערע, און דאס טוט פארמערן די וועליאו פונעם הויז.