אלעס איבער נייע היימישע געגנטער
מאנטאג ספטמבר 08, 2014 5:28 pm
משה קארנפעלד האט געשריבן:עבודת_הבורא האט געשריבן:מיסטעריעז האט געשריבן:זאגן
די שטאט ווירבלט מיט חסידישע אידן ווי מען גייט אין ווי מען שטייט
דארף מען קענען...
האב איך געפרעגט ווי בויעט מען די נייע דירות האט ער מיר געוויזן איך זאל מיך דרייען א לינקס ווי ער וועט מיך אנווייזן ווי צוגיין, למעשה ביז איך בון אנגעקומען צו די נייע דירות האב איך שוין געזעהן ווי יעדע צווייטע הויז (ביי געוויסע רייען איז דא איינס נאכן אנדערן) איז בהערשט דורך אידן, נאכאמאהל קיינער זאהל מיר נישט גלייבן נאר אהין פארן אליין אין זעהן.
וועלכע נייע דירות רעדסטו? די דירות צו פארקויפן פון די גרויסע דעוועלאפמענט?
יא
Advertisement
מאנטאג ספטמבר 08, 2014 7:15 pm
Jewish Community In Bloomingburg Files $25M Lawsuit Against Village, Town Of Mamakating.
The Orthodox Jewish community in Bloomingburg, Upstate NY, on Monday filed a civil rights lawsuit against the leaders of the village of Bloomingburg and the town of Mamakating, in what they describe is a continuous onslaught of government-sponsored religious discrimination in the Village of Bloomingburg and the Town of Mamakating.
“Just 75 miles north of New York City, public officials are engaged in a shocking campaign of anti-Semitism reminiscent of racial discrimination in the South generations ago,” the 66-page lawsuit reads.
“They are abusing their authority to erect roadblocks to stop Hasidic Jews from buying houses, establishing a private school, and operating businesses in their community.”
The lawsuit is directed at Bill Herrmann, the Supervisor of the Town of Mamakating, who has said that “the people elected him to stop the Jewish infiltration,” and Frank Gerardi, the new Mayor of Bloomingburg,who’s claim to fame is that he was elected to prevent more of “those people” – Hasidic Jews – from moving into Bloomingburg.
The group accuses the mayor and supervisor of engaging “in a civil rights conspiracy to prevent Hasidic people from moving into Bloomingburg and to prevent them from opening institutions to support their growing community .. and repeatedly issued stop work orders and imposed innumerable, frivolous demands upon Jewish-owned businesses.”
The group, representing the Hasidc community, is requesting compensation of $25 million for the loss of fair housing, free exercise of religion, freedom of association and expenses for the legal fight.
מאנטאג ספטמבר 08, 2014 7:24 pm
דער לאם איז א גאון אין עקשנות....
מאנטאג ספטמבר 08, 2014 8:14 pm
ווער איז די "אידישע קאמיוניטי"? בעסער געפרעגט ווער שרייבט אונטער די פאפירן?
מאנטאג ספטמבר 08, 2014 8:39 pm
א איד אין גלות האט געשריבן:ווער איז די "אידישע קאמיוניטי"? בעסער געפרעגט ווער שרייבט אונטער די פאפירן?
דער לויער שרייבט אינטער,הבשם עטליכע קאפארעשענס
(קענסט זען די פאפירען אויף JP) און עס איז דא דארט איבער צוויי מנינים אידן, און אידישע אקטיוועטי.. מען דארף נישט מער ווי דעם.
מאנטאג ספטמבר 08, 2014 9:01 pm
איך טראכט אזוי צו מיר, וואסערע מזל מיר האבן אז די יונייטעד מאנרא חברה זענען נאך נישט אויפגעקומען מיט די איידיע, פארוואס זאל נישט קאנווערס זיך קויפן א דירה אויף געצל בערגער? אפאר גוים און גויטעס ברויכן נאר פרובירן זיך צו באזעצן אין סאמע קרית יואל, און זיך ארום דרייען דארט מיטן הינטל און אנגעטון וויאזוי זיי גייען..
ממ"נ אויב דיסקרימינירט מען קעגן זיי און מען לאזט זיי נישט קויפן קיין הייזער, וועלן זיי גיין אין קאורט מיט א דיסקרימינעישאן קלאגע, און אויב יא, האבן זיי סוקסעספול באוויזן חרוב צו מאכן א שטעטל.
דער נמשל איז: דאס איז אקוראט וואס מיר טוען צו די גוישע קהילות, שטעטלעך און יישובים.
מאנטאג ספטמבר 08, 2014 9:09 pm
די נמשל........
די גוי האט ווי צו גיין. די איד ווי ער גייט וויל מען איהם נישט
ממילא דארף מען טוהן וואס מ'טוט
מאנטאג ספטמבר 08, 2014 9:19 pm
מי חכם.
שלום לאאם האט דא א גיטע קעיס, סיוויל רייטס געזעצן זענענן זייער שטארק אין אמעריקע, און עס איז געווארען נאך שטערקער אינטער קלינטן, און האלדער האט ער נאך מער אויסגעברייטערט.
עס איז נישט משנה צו די שכנים ווילן יא אדער נישט די אידן.. אמעריקע איז א לאנד פון געזעצן און מען טאר נישט דיסקרימינטען קעגן קיינעם צילוב זיין רעליגיע אדער עטנישע גרופע.
מאנטאג ספטמבר 08, 2014 10:29 pm
מי חכם האט געשריבן:איך טראכט אזוי צו מיר, וואסערע מזל מיר האבן אז די יונייטעד מאנרא חברה זענען נאך נישט אויפגעקומען מיט די איידיע, פארוואס זאל נישט קאנווערס זיך קויפן א דירה אויף געצל בערגער? אפאר גוים און גויטעס ברויכן נאר פרובירן זיך צו באזעצן אין סאמע קרית יואל, און זיך ארום דרייען דארט מיטן הינטל און אנגעטון וויאזוי זיי גייען..
ממ"נ אויב דיסקרימינירט מען קעגן זיי און מען לאזט זיי נישט קויפן קיין הייזער, וועלן זיי גיין אין קאורט מיט א דיסקרימינעישאן קלאגע, און אויב יא, האבן זיי סוקסעספול באוויזן חרוב צו מאכן א שטעטל.
דער נמשל איז: דאס איז אקוראט וואס מיר טוען צו די גוישע קהילות, שטעטלעך און יישובים.
סארי באט איר רעדט נישט צום זאך,
ע"ע מאנסי,
מאנטאג ספטמבר 08, 2014 10:31 pm
מי חכם האט געשריבן:איך טראכט אזוי צו מיר, וואסערע מזל מיר האבן אז די יונייטעד מאנרא חברה זענען נאך נישט אויפגעקומען מיט די איידיע, פארוואס זאל נישט קאנווערס זיך קויפן א דירה אויף געצל בערגער? אפאר גוים און גויטעס ברויכן נאר פרובירן זיך צו באזעצן אין סאמע קרית יואל, און זיך ארום דרייען דארט מיטן הינטל און אנגעטון וויאזוי זיי גייען..
ממ"נ אויב דיסקרימינירט מען קעגן זיי און מען לאזט זיי נישט קויפן קיין הייזער, וועלן זיי גיין אין קאורט מיט א דיסקרימינעישאן קלאגע, און אויב יא, האבן זיי סוקסעספול באוויזן חרוב צו מאכן א שטעטל.
דער נמשל איז: דאס איז אקוראט וואס מיר טוען צו די גוישע קהילות, שטעטלעך און יישובים.
הדא היא דכתיב סעלף העיטינג.
מאנטאג ספטמבר 08, 2014 10:47 pm
מחותן האט געשריבן:מי חכם.
שלום לאאם האט דא א גיטע קעיס, סיוויל רייטס געזעצן זענענן זייער שטארק אין אמעריקע, און עס איז געווארען נאך שטערקער אינטער קלינטן, און האלדער האט ער נאך מער אויסגעברייטערט.
עס איז נישט משנה צו די שכנים ווילן יא אדער נישט די אידן.. אמעריקע איז א לאנד פון געזעצן און מען טאר נישט דיסקרימינטען קעגן קיינעם צילוב זיין רעליגיע אדער עטנישע גרופע.
דו ביסט הונדערט פראצענט גערעכט. די זעלבע טריק האט שוין געארבעט פערציג יאר צוריק ביי קרית יואל. און עס וועט אויך ארבעטן אויב יונייטעד מאנרא וועט פאלן אויף די המצאה. (דער אמת איז מען דארף עס שוין אויסמעקן, א צייט צוריק האסטו גע'טענה'ט אז יונייטעד מאנרא נעמט זאכן פון דא...).
לעצט פאראכטן דורך
מי חכם אום מאנטאג ספטמבר 08, 2014 10:48 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מאנטאג ספטמבר 08, 2014 10:47 pm
מי חכם האט געשריבן:איך טראכט אזוי צו מיר, וואסערע מזל מיר האבן אז די יונייטעד מאנרא חברה זענען נאך נישט אויפגעקומען מיט די איידיע, פארוואס זאל נישט קאנווערס זיך קויפן א דירה אויף געצל בערגער? אפאר גוים און גויטעס ברויכן נאר פרובירן זיך צו באזעצן אין סאמע קרית יואל, און זיך ארום דרייען דארט מיטן הינטל און אנגעטון וויאזוי זיי גייען..
ממ"נ אויב דיסקרימינירט מען קעגן זיי און מען לאזט זיי נישט קויפן קיין הייזער, וועלן זיי גיין אין קאורט מיט א דיסקרימינעישאן קלאגע, און אויב יא, האבן זיי סוקסעספול באוויזן חרוב צו מאכן א שטעטל.
דער נמשל איז: דאס איז אקוראט וואס מיר טוען צו די גוישע קהילות, שטעטלעך און יישובים.
א סיוויל רייטס קלאגע דארף זיין באזירט אויף דיסקרימענאציע אויף א ראסע אדער רעליגיע וכו', במילא סתם אז מ'שפייט אויס א מענטש פון א פלאץ איז נישט קיין סיוויל רייטס אישו, חוץ אז ס'זאלן זיך באזעצן שיקסעס און קענען אויפווייזן אז מ'מיינט דא דיסקרעמינאציע קעגן פרויען, אבער ווען א שטעטל פירט א מערכה קעגן א רעליגיעזע גרופע איז דאס קלאר דיסקרעמינאציע.
און סתם עמך פויערען ווייסן זיך נישט אבאכט צו געבן דעם צונג, וועלן זיי זיך פאררעדן קעגן יודן אפען, ויה"ר אז ס'זאל טאקע זיין זייער מפלה דערמיט.
מאנטאג ספטמבר 08, 2014 10:50 pm
מי חכם האט געשריבן:איך טראכט אזוי צו מיר, וואסערע מזל מיר האבן אז די יונייטעד מאנרא חברה זענען נאך נישט אויפגעקומען מיט די איידיע, פארוואס זאל נישט קאנווערס זיך קויפן א דירה אויף געצל בערגער? אפאר גוים און גויטעס ברויכן נאר פרובירן זיך צו באזעצן אין סאמע קרית יואל, און זיך ארום דרייען דארט מיטן הינטל און אנגעטון וויאזוי זיי גייען..
ממ"נ אויב דיסקרימינירט מען קעגן זיי און מען לאזט זיי נישט קויפן קיין הייזער, וועלן זיי גיין אין קאורט מיט א דיסקרימינעישאן קלאגע, און אויב יא, האבן זיי סוקסעספול באוויזן חרוב צו מאכן א שטעטל.
דער נמשל איז: דאס איז אקוראט וואס מיר טוען צו די גוישע קהילות, שטעטלעך און יישובים.
אלי ואלי װאלט מען עס געקענט זאגען ביי אנדערע פלעצער װי מען איז אריין אין געטוישט זאוינינג וכדו׳ (איך זאג דאס אויך נישט נאר לפי דעתך) אבער דא איז די ניי דװעלפמענט געװען געװאלדיג גוט ביז מען האט געװיסט װער די קונדען זענען!
מאנטאג ספטמבר 08, 2014 10:58 pm
מיללער האט געשריבן:מי חכם האט געשריבן:איך טראכט אזוי צו מיר, וואסערע מזל מיר האבן אז די יונייטעד מאנרא חברה זענען נאך נישט אויפגעקומען מיט די איידיע, פארוואס זאל נישט קאנווערס זיך קויפן א דירה אויף געצל בערגער? אפאר גוים און גויטעס ברויכן נאר פרובירן זיך צו באזעצן אין סאמע קרית יואל, און זיך ארום דרייען דארט מיטן הינטל און אנגעטון וויאזוי זיי גייען..
ממ"נ אויב דיסקרימינירט מען קעגן זיי און מען לאזט זיי נישט קויפן קיין הייזער, וועלן זיי גיין אין קאורט מיט א דיסקרימינעישאן קלאגע, און אויב יא, האבן זיי סוקסעספול באוויזן חרוב צו מאכן א שטעטל.
דער נמשל איז: דאס איז אקוראט וואס מיר טוען צו די גוישע קהילות, שטעטלעך און יישובים.
הדא היא דכתיב סעלף העיטינג.
דער אמת איז, אז איך האב געשריבן מיין תגובה סתם, נאכדעם האב איך מיר געכאפט א זייטיגע נקודה אז בעצם טוה מיר אונז די זעלבע זאך [און באמת די נושא גופא האט מען שוין אויסגעדראשן אין דעם אשכול עטליכע צענדליגער בלעטער צוריק]. (הגם איך פארשטיי אז ס'איז משמע אז דער גאנצער ציל פון די תגובה איז געווען די לעצטע שורה). ובכל אופן, איז דאס דען נישט גערעכט? פארוואס עפעס איז דאס סעלף העיטינג? מה דעלך סני לחברך לא תעביד
מאנטאג ספטמבר 08, 2014 11:05 pm
מי חכם,
מיר טוען דאס "נישט" נישט אין ראקלענד, נישט אין אראנזש און נישט אין קינגס.
ערליכע אידן שפרייטן זיך אויס און אפשר איז דאס אויפן חשבון פון די שכנים בעקיפין, אבער איינאר מאכט געזעצן אדער דיסקרימינירט בפועל אקעגן א שכן נאר ווייל ער איז נישט קיין איד?
יו אר ראנג, דאס איז א קאמפלעקס
מאנטאג ספטמבר 08, 2014 11:21 pm
בקיצור זאגסטו אז עמילי קאנווערס קען זיך קויפן א דירה אויפן דריטן שטאק אין איינע פון די נייע פעסטונגען הנקראים ווייניארד?
מאנטאג ספטמבר 08, 2014 11:27 pm
פארוואס דען נישט? קרית יואל האט נישט קיין געזעץ וואס פארבאט צו פארקויפן דירות פאר גוים.
א גוי דארף אבער זיין משוגע צו צאלן אזויפיל געלט פאר א דירה צווישן חסידים.
דינסטאג ספטמבר 09, 2014 12:15 am
מי חכם האט געשריבן:בקיצור זאגסטו אז עמילי קאנווערס קען זיך קויפן א דירה אויפן דריטן שטאק אין איינע פון די נייע פעסטונגען הנקראים ווייניארד?
עמילי קאנווערס קויפט א הויז "אין" קרית יואל אנשטאט די טויזנטער הייזער אוועילעבל אינדרויסן, איז די זעלבע אימשולדיג ווי א חסידישער איד קויפט א הויז אין א גויש'ער געגנט... כוועל עס נישט רופן סעלף העיטינג וויל דאס האסטעך נישט ליב, ענדערש וועל איך זאגן אז איך האב נישט קיין ווערטער אויף אזא מהלך המחשבה.
דינסטאג ספטמבר 09, 2014 12:38 am
מי חכם האט געשריבן:איך טראכט אזוי צו מיר, וואסערע מזל מיר האבן אז די יונייטעד מאנרא חברה זענען נאך נישט אויפגעקומען מיט די איידיע, פארוואס זאל נישט קאנווערס זיך קויפן א דירה אויף געצל בערגער? אפאר גוים און גויטעס ברויכן נאר פרובירן זיך צו באזעצן אין סאמע קרית יואל, און זיך ארום דרייען דארט מיטן הינטל און אנגעטון וויאזוי זיי גייען..
ממ"נ אויב דיסקרימינירט מען קעגן זיי און מען לאזט זיי נישט קויפן קיין הייזער, וועלן זיי גיין אין קאורט מיט א דיסקרימינעישאן קלאגע, און אויב יא, האבן זיי סוקסעספול באוויזן חרוב צו מאכן א שטעטל.
דער נמשל איז: דאס איז אקוראט וואס מיר טוען צו די גוישע קהילות, שטעטלעך און יישובים.
ווען א נישט איד וויל קויפן א הויז דוקא אין קרית יואל טאר מען אים נישט לעגאל שטערן. און די ווילידזש פארמאגט נישט אזעלכע געזען און אויב אזוינס וועט פאסירן וועט קרית יואל נישט חרוב ווערן!
דינסטאג ספטמבר 09, 2014 8:34 am
איז דא א חילוק צווישען א יחיד און רעגירונג?
אין בלומענבורג האט די טאון/ווילידש אונטער געשטעלט פיסלעך און געלאזט פאלו אנטיסעמיטישע סטעיטמענטס, במילא קען מען זיי קלאגען, און די זעלבע וואלט ווען געווען אויב 'ווילידש אוו קעי דשעי' מאכט ווען א געזעץ אז מען טאר נישט פארקויפן א הויז פאר א גוי. אבער אויב יחיד וויל נישט פארקויפן א דירה אין די פראדשעקט וואס ער האט געבויט קען מען אים קלאגן?
איך פרעג נאר?
דינסטאג ספטמבר 09, 2014 9:04 am
בעצם טאר קיינער נישט דיסקרימינירן אפילו א פריוואטער בויער. אויב א גוי וויל דוקא וואוינען אין א אידישע בילדונג וואס מען פארקויפט פאר מוז מען אים פארקויפן
דינסטאג ספטמבר 09, 2014 9:58 am
פארשטייט זיך נאר אויב ס'איז נאכנישט פארקויפט...
דינסטאג ספטמבר 09, 2014 10:13 am
א איד מעג קויפן אין שאפרייט, און א גוי מעג קויפן קרית יואל'ע פלייש אויב האלט ער ביים צאהלן די פרייז....
יעצט עפליי עס צו האוזינג
דינסטאג ספטמבר 09, 2014 11:00 am
מיללער האט געשריבן:מי חכם,
מיר טוען דאס "נישט" נישט אין ראקלענד, נישט אין אראנזש און נישט אין קינגס.
ערליכע אידן שפרייטן זיך אויס און אפשר איז דאס אויפן חשבון פון די שכנים בעקיפין, אבער איינאר מאכט געזעצן אדער דיסקרימינירט בפועל אקעגן א שכן נאר ווייל ער איז נישט קיין איד?
יו אר ראנג, דאס איז א קאמפלעקס
ביין נונז אין ווילי האט מען געמאכט פראטעסטן, יא פראטעסטן, אקעגן די ארטיסטן וואס קומען מטמא זיין אונזער שטאט, כ'דענק נישט אויב ביי די גרעטש בילדינג אדער ערגעץ אנדערש. מיר ווילן אן אנדער סארט געגענט,
נו, מעגליך זיי אויך.
ואולי יש לחלק אז מיר ווילן פשוט נישט אונזער געגנט זאל ארויפגיין.
און בלומענבערג רעזידענטס טענה'ן אז זייער געגנט פאלט פון ווען די פראיעקט האט זיך אנגעהויבן.
גיי גלייב זיי אבער מאלן וואסער קענען זיי פונקט ווי אונז, זיי נייען ח"ו נישט אידן, עס וועל ווי יונייטעד מאנרא מיינט נישט אונזער ראסע חלילה.
דינסטאג ספטמבר 09, 2014 11:02 am
מי חכם האט געשריבן:בקיצור זאגסטו אז עמילי קאנווערס קען זיך קויפן א דירה אויפן דריטן שטאק אין איינע פון די נייע פעסטונגען הנקראים ווייניארד?
דו זאגסט/פרעגסט און פארענטפערסט און נאכדעם פרעגסטו וואס איך זאג.
דאס מציאות איז אז נישט קרית יואל און נישט קיין איין אנדערע אידישע געגנט האט בעוולה'ט קיין שום גוי, דאס אז דער גוי שפירט זיך אומבאקוועם ווען דער איד קומט אהין וואונען, איז "דעמאקראטיע" און ער האט א ברירה צו אנטלויפן אזוי ווי אונזערע עלטערן זענען אנטלאפן פון; בראנזוויל, איסט סייד, סאוט סייד-וומ"ס, פראזשעקטס, דורכאויס די לעצטע 70 יאר.
אמעריקא ארבייט אזוי, א קאמיוניטי באזעצט זיך און ווער עס איז אומבאקוועם פארקויפט זיין הויז און זוכט זיך א נייער מקום. נאכמער, די אלע שכנים האבן "פארדינט" זיי האבן פארקויפט זייערע הייזער אין; מאנרא, וואודבורי, ספרינג וואלי, מאנסי, טשעסנאט רידזש און עירמאנט פאר טאפ דאללער, און דאס גייט זיין זייער סוף אין מאמעקעיטינג/בלומינגבורג.
לעומת זה, ווען דער גוי איז מחוקק חוקי סדום און מאכט געזעצן וואס זאל נישט דערלויבן פאר אידן דארט צו וואונען, טוען זיי דערמיט פארלעצן דעם ערשטן אמענדמענט און דאס איז קעגן "דעמאקראטיע", אזוי האט קרית יואל געווינען זייער ווילעדזש סטאטוס אין תשל"ז ווען זיי האבן געקלאגט און די געריכטן און אזוי וועט אי"ה בלומינגבורג ווערן די קומענדיגע חרד'ישע אידישער ישוב.
און דו מיינטס אז יונייטעד מאנרא האט "עכטע" טענות, ביסטו אדער נאיאיוו אדער פארנערט דורך אנדערע, אדער אגענדע געטריבן.