Advertisement

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער
שרייב א תגובה

דינסטאג ספטמבר 02, 2014 6:08 pm

Elmo האט געשריבן:אמת א שטארקע פוינט אבער מיט וואס בין איך דארט מער פאר זיכערט אלץ פון די ערשטע פאר איינוואינערס אז איך זאל צאלן טאפ טאפ דאלער ווי כאילו סע איז א שטאט א שעה אדער ווייניגער אוועק פון די סיטי ווי עס ווירבעלט טויזענטער יודישע משפחות

פון אינדרויסן ק"י קען דיין גרויסע יונגעל גיין אליין אין חדר?
דיין גרויסע מיידל גיין אליין אין גראסערי?

Advertisement

מיטוואך ספטמבר 03, 2014 4:30 pm

מי יודע האט געשריבן:
פשוט'ער אידל האט געשריבן:דארט געעוען זינטאג. זייער נתפעל געווארן. ס'איז א 'שטאט 'מיט מנוחת הנפש ווי אין א 'דערפל'. איך האב באזוכט די פיצא סטאר. ס'געווען פול.
הלוואי קומט סאטמאר צוריק אין בילד. איך לעכצט אהינצוגיין.

זיי דו דער סאטמאר, איינער גייט, דער צווייטער גייט ווען נאך איינער איז דארט, דער דריטער גייט נאר ווען צוויי זענען דארט, וחוזר חלילה

אפשר קען איינער מיר ערקלערן אויפן שפיץ גאפל פארוואס סאטמאר האט ארויסגעבעקט? (כ'האב נישט קיין צייט יעצט איבערצוליינען אלע פריערדיגע 109 פעידזשעס)

מיטוואך ספטמבר 03, 2014 4:33 pm

עפעס ענדליכ'ס צו 'דעפרעסט'ער תגובה פון פריער, ערשיינט דיעזער וואך אין 'די צייטונג', (כ'האב עס נישט דורכגעליינט, נאר געזעהן די פראנט פעידזש...)

מיטוואך ספטמבר 03, 2014 6:02 pm

Elmo האט געשריבן:געב מיך א נאכט איבערצוטראכטן דריי הינדערט טויזענט גייט נישט אזוי מיט א תגובה

?

מיטוואך ספטמבר 03, 2014 7:47 pm

האב איך גערעדט מיט איינעם וואס איז היינט געווען קוקן א הויז, איז ער זייער אנציקט, ס'איז הערליך זאגט ער מיר און ער מיט'ן בני בית נויגן שטארק צו קויפן.

ער זאגט מיט לפי ידיעתו קומען כסדר מענטשן זעען די הייזער און ס'איז שוין דא צען קאנטראקטן וואס מופן אויף סוכות.

נעכטן האט מען געעפנט די וואסער פאר די הייזער, און די סי אוו או באקומט מען אין צוויי וואכן אי"ה

מיטוואך ספטמבר 03, 2014 7:53 pm

על בשורות טובות אומר ברוך הטוב והמטיב.

מיטוואך ספטמבר 03, 2014 7:58 pm

גראדע אויך פון קרית יואל, סקוקט עפעס אויס אז פאר די קרית יואל'ער איז עס אויך א מציאה. אינטערעסאנט

מיטוואך ספטמבר 03, 2014 8:04 pm

אין ק"י קאסט שוין היינט אויכעט מער א ס"פ

דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 1:12 am

green האט געשריבן:אין ק"י קאסט שוין היינט אויכעט מער א ס"פ


ווען ס'קאסט ווען אויכעט "אסאך מער" וואלט איך דיך פארשטאנען.

דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 10:45 am

IMG-20140904-WA000.jpg

דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 11:11 am

רעדט מער ווי טויזענט ווערטער

דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 8:27 pm

אין צייטונג שטייט אז הרה"ג ר' ברוך נתן הב"ש האט זיך אריבערגעצויגן. איז דא דערין א שמץ אמת? כ'האב עם אקוראשט יעצט געזען אין וומסב"ג ביי מעריב.

דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 8:48 pm

וואו אזוי האט יענער געזאגט !?!
די צייטונגען זענען א שטיק שקר , ניטאמאל די דאטם איז אמת , קומט ארויס מיטוואך / דארנעשטאג שטיין שטייט אבער פרייטאג !

דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 9:02 pm

פשוט'ער אידל האט געשריבן:אין צייטונג שטייט אז הרה"ג ר' ברוך נתן הב"ש האט זיך אריבערגעצויגן. איז דא דערין א שמץ אמת? כ'האב עם אקוראשט יעצט געזען אין וומסב"ג ביי מעריב.

אפשר דא אויף א בלומינבורגער סידור קידושין

דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 9:15 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:
פשוט'ער אידל האט געשריבן:אין צייטונג שטייט אז הרה"ג ר' ברוך נתן הב"ש האט זיך אריבערגעצויגן. איז דא דערין א שמץ אמת? כ'האב עם אקוראשט יעצט געזען אין וומסב"ג ביי מעריב.

אפשר דא אויף א בלומינבורגער סידור קידושין

אין סתם באזוכען זיין מאמע טאר ער נישט?

דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 9:20 pm

ס'איז נישט קיין ראי' אז ער איז דא יעצט אז ער האט זיך נישט אריבערגעצויגן, ס'איז דא ב"V א מנין חתונות דא היינט.

מיין שאלה איז ווייל ס'איז מיר געעוען "צו גוט צו זיין אמת" דאס נייעסל, זעהנדיג עם ביי מערב האב איך זיך דערמאנט דערין. און אויב איינער קען קאנפארמען. אפילו נאר אויב איז ער דארט בקביעות אויף די וויקענד איז שוין אויך א דורכברוך.
שאלה איז צו ס'איז אמת.

דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 9:27 pm

וואס איז די גרויסע דורכברוך אויב ס'איז אמת?

ער דארף קודם קענען ווייזן פארן עולם אז ער וועט קענען דורכפירן דארט מיט די ווילידש-טאון-קאורטס, ןואס ביז דאן איז די עתיד פון שטעטל פארנעפלט, און נאכדעם קענען ווייזן אז ער דיליווערט און שטעלט צו אלע געברויכן פארן עולם, נישט נאר פראפעגאנדע אונטערוויוס פול מיט דמיון אויף קול מבשר.

#מינינגפול פעסט

דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 9:51 pm

ס'א שטארקע דורכברוך אז א רעספעקטפול מענטש שטעלט זיך מיט זיי. דערווייל האבן זיי געהאט קוים כולל אינגעלייט. און ער איז נאך א בארימטע דיין ומורה הוראה.

דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 10:31 pm

ער שטעלט זיך מיט פאר פרנסה, און ער לייגט נישט אריין קיין קאפיטאל דארטן, במילא דאס דארף לכאורה נישט צוגעבן קיין קאנפידענץ.

פרייטאג ספטמבר 05, 2014 1:08 am

גיי שוין גיי האט געשריבן:וואו אזוי האט יענער געזאגט !?!
די צייטונגען זענען א שטיק שקר , ניטאמאל די דאטם איז אמת , קומט ארויס מיטוואך / דארנעשטאג שטיין שטייט אבער פרייטאג !

כלומר אז פרייטאג וועט ער האבן געמופט...

זונטאג ספטמבר 07, 2014 8:46 am

געהערט פון איינעם וואס מופט בקרוב אריין אין ר' בנ"ה'ס דירה אין וויליאמסבורג, ער האט אים געזאגט אז ער מופט קיין בלומענבערג

זונטאג ספטמבר 07, 2014 9:52 am

בקרוב? נישט פאר קומענדער חודש חשון רבנ''ה בלייבט נאך אין ווילי אויף די ימים נוראים, ער גייט נאר אהין מזמן לזמן

זונטאג ספטמבר 07, 2014 10:00 am

ווען וויס איך נישט און דאכטסעך ער ווייסט אויך נישט קלאר, אבער סאיז אין פלאן אויף אזוי ווייט אז זיין דירה דאהי איז שוין געסיינט פאר א צווייטן טענענט

זונטאג ספטמבר 07, 2014 11:38 am

גראדע האב איך געהאט ערנסט קאנסידערט צו קויפן דארט א הייזקע מיט נאך געשוויסטער. איך ווער נישט עקסיידעט פון אזעלכע נייעסלעך ווי אז רבנ״ה מופט. איך וויל וויסן דעם פלאן פון מוסדות מי ומי ההולכים. וכדומה. די פיצא סטאר רייצט מיך נישט אן.

הלוואי ארבעט זיך עס אויס עפעס נארמאל.

זונטאג ספטמבר 07, 2014 11:39 am

עקבי הצאן האט געשריבן:וואס איז די גרויסע דורכברוך אויב ס'איז אמת?

ער דארף קודם קענען ווייזן פארן עולם אז ער וועט קענען דורכפירן דארט מיט די ווילידש-טאון-קאורטס, ןואס ביז דאן איז די עתיד פון שטעטל פארנעפלט, און נאכדעם קענען ווייזן אז ער דיליווערט און שטעלט צו אלע געברויכן פארן עולם, נישט נאר פראפעגאנדע אונטערוויוס פול מיט דמיון אויף קול מבשר.

#מינינגפול פעסט


אין איין ווארט: אז א רב וגדול בתורה וואוינט דארט, דאס געט נאך א סיבה אז א מענטש זאל טראכטן אז ער קען אהינגיין וואוינען.

די ווילעדזש און טאון קאורטס איז אויך זייער וויכטיג, אבער פון א רוחניותדיגער שטאנדפונקט איז פונקט אזוי וויכטיג אז מ'וועט דארט נישט זיין אליין נאר האבן אזא קאליבער גדול בתורה ווי הגאון ר' ברוך נתן שליט"א אינעם שטעטיל.
שרייב א תגובה

Advertisement