אלעס איבער נייע היימישע געגנטער
דאנערשטאג אוקטובר 03, 2013 12:56 pm
אויפן ערשטן בילד איז צים באמערקן די פלאכע - גראדע שטח, א ככר, אדער א פלוין ווי מיין רבי פלעגט טייטשען. דאס איז א גרויסע מעלה קעגן קר"י
Advertisement
דאנערשטאג אוקטובר 03, 2013 5:40 pm
דאנערשטאג אוקטובר 03, 2013 5:43 pm
היינט אנגעקומען א שיפמענט פון טראָסעס, וואס מען נוצט צו בויען די דעכער
דאנערשטאג אוקטובר 03, 2013 5:43 pm
עס קוקט אויס ווי דאס מאל מיינט מען ערענסט
זונטאג אוקטובר 06, 2013 12:47 pm
הערליך, אוואו זעהט מען דא די ערענסטקייט ? אפשר אינעם אייוועלט וואלקן וואס שוועבט העכער'ן חלום ?
זונטאג אוקטובר 06, 2013 12:57 pm
שנאפס האט געשריבן:אין דער איד פון די וואך:
1.JPG
באשטעטיגט אלץ אפליקאנטן....חחח
מאנטאג אוקטובר 07, 2013 11:44 am
דאס וואס די חז״ל זאגען: מאן דביש ליה בהאי מתא, ליזל למתא אחריתא״, מיינט דאס נאר דעם מענטש, וואס איז א מחוסר לחם, האט ניט קיין פרנסה. דער מענטש אבער, וואס מאכט א לעבען און וויל ענדערען זיין מקום־דירה, כדי נאך מעהר צו פארבעסערען זיין פרנסה, איז ״שב ואל תעשה עדיף״. (יוד הקדוש).
--------
ועי' בח' חתם סופר לפסחים ובח' שם לסי ב״מ דף ע"ה, דקאמר שם קונה אדון לעצמו מאי הוא א"ד דביש ליה בהא מתא ולא אזיל למתא אחריתא ז"ל הק׳ מהרש״א מה שייך בלא אזיל למתא אחריתי קונה אדון לעצמו ופשוט הוא דטעם שינוי מקום משום שינוי מזל ר״ל השר והכוכב המשפיעים באותו המקום אינו טוב לו וילך למקום אחר כי טוב לו אז מעתה ואם אינו עושה כן ונשאר תחת אותו השר הרי הוא קונה אדון לעצמו.
ומכלל זה נ״ל נמי ההיפך מאן דטב ליה בהאי מתא לא ליזל למתא אחריתא בלי טעם הבין כי טוב לו עתה ומי יודע מה יהיה שמה ע"כ ישאר בטוב עכ"ל
מאנטאג אוקטובר 07, 2013 12:19 pm
מאן דטב לי' בהאי מתא מיינט וויליאמסבורג? א שיין פשט!...
מאנטאג אוקטובר 07, 2013 12:44 pm
הא לן והא להו...!
יא! עס זענען דא אידן וואס זענען צופרידן אין וויליאמסבורג! א מענטש וואס איז מסודר מיט א פיינעם דירה א גוטע פרנסה צופרידן מיט די שכינות און סביבה א.א.וו. מה טוב ומה נעים! וויליאמסבורג נאך אלעם איז א ירושלים ד'אמעריקע!
מאנטאג אוקטובר 07, 2013 1:03 pm
פלאטשיגער האט געשריבן:הא לן והא להו...!
יא! עס זענען דא אידן וואס זענען צופרידן אין וויליאמסבורג! א מענטש וואס איז מסודר מיט א פיינעם דירה א גוטע פרנסה צופרידן מיט די שכינות און סביבה א.א.וו. מה טוב ומה נעים! וויליאמסבורג נאך אלעם איז א ירושלים ד'אמעריקע!
פארגעסען צולייגען די וויכטיגסטע, האט שמונה מי יודע.... אן דעם איז ואנחנו לא נדע מה נעשה...
מאנטאג אוקטובר 07, 2013 4:09 pm
פלאטשיגער האט געשריבן:וויליאמסבורג נאך אלעם איז א ירושלים ד'אמעריקע!
מיט וואס פונקליך???
לדעתי איז בארא פארק ירושלים דעמא-ריקא מיט איר אויסוואל פון חסידישע, ליטווישע, רבישע, משוגענע, כאניאקישע, מאדערענע, אידן.....
מאנטאג אוקטובר 07, 2013 4:10 pm
בערקא האט געשריבן:פלאטשיגער האט געשריבן:וויליאמסבורג נאך אלעם איז א ירושלים ד'אמעריקע!
מיט וואס פונקליך???
לדעתי איז בארא פארק ירושלים דעמא-ריקא מיט איר אויסוואל פון חסידישע, ליטווישע, רבישע, משוגענע, כאניאקישע, מאדערענע, אידן.....
זייט וויסען, אז ירושלים אליין איז שוין נישט ירושלים.
מאנטאג אוקטובר 07, 2013 4:18 pm
הוא אשר דברנו!
די היינטיגע ירושלים איז מער דומה צו בורו פארקע, מיט די שפראך, קולטור, וכו'
מאנטאג אוקטובר 07, 2013 4:19 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:בערקא האט געשריבן:פלאטשיגער האט געשריבן:וויליאמסבורג נאך אלעם איז א ירושלים ד'אמעריקע!
מיט וואס פונקליך???
לדעתי איז בארא פארק ירושלים דעמא-ריקא מיט איר אויסוואל פון חסידישע, ליטווישע, רבישע, משוגענע, כאניאקישע, מאדערענע, אידן.....
זייט וויסען, אז ירושלים אליין איז שוין נישט ירושלים.
העי, און די אראבערס אין די שכינות'דיגע געגענט...
___
בערקא האקט;
גערעכט.
מאנטאג אוקטובר 07, 2013 4:32 pm
דער תהילים איד האט געשריבן:מאן דטב לי' בהאי מתא מיינט וויליאמסבורג? א שיין פשט!...
פארוואס נישט? בהאי מתא גייט ארויף אויף א געוויסע שטאט? ס'גייט אויף יעדע מענטש ספעציפיש אין זיין מצב הפרנסה ווי אימער ער וואוינט.
מאנטאג אוקטובר 07, 2013 4:36 pm
בערקא האט געשריבן:פלאטשיגער האט געשריבן:וויליאמסבורג נאך אלעם איז א ירושלים ד'אמעריקע!
מיט וואס פונקליך???
מיט איר פרומקייט.
בערקא האט געשריבן:לדעתי איז בארא פארק ירושלים דעמא-ריקא מיט איר אויסוואל פון חסידישע, ליטווישע, רבישע, משוגענע, כאניאקישע, מאדערענע, אידן.....
זייט ווען איז "ירושלים" אן אויסדריק פאר אויסוואל?
מאנטאג אוקטובר 07, 2013 6:05 pm
איצטערט באקומען א אימעיל, מיט א לינק צו דאונלאודן די ביילאגע פון דער איד פון ערב סוכות
http://satmarnews.wordpress.com/2013/10 ... ngburg-ny/
מאנטאג אוקטובר 07, 2013 6:28 pm
הארציגן יישר כח שנאפס.
מאנטאג אוקטובר 07, 2013 6:48 pm
שמן למאור האט געשריבן:הערליך, אוואו זעהט מען דא די ערענסטקייט ? אפשר אינעם אייוועלט וואלקן וואס שוועבט העכער'ן חלום ?
חלום ארויף חלום אראפ, דער עולם שטראמט אין די מאסן.
מאנטאג אוקטובר 07, 2013 8:26 pm
ניק ניק האט געשריבן:בערקא האט געשריבן:פלאטשיגער האט געשריבן:וויליאמסבורג נאך אלעם איז א ירושלים ד'אמעריקע!
מיט וואס פונקליך???
מיט איר פרומקייט.
בערקא האט געשריבן:לדעתי איז בארא פארק ירושלים דעמא-ריקא מיט איר אויסוואל פון חסידישע, ליטווישע, רבישע, משוגענע, כאניאקישע, מאדערענע, אידן.....
זייט ווען איז "ירושלים" אן אויסדריק פאר אויסוואל?
דאס איז נישט קיין אויסדרוק, דאס איז א מציאות.....
עס ליגט מיר נאך אין די ביינער מיין אנטוישונג די ערשטע מאל וואס איך בין אנגעקומען קיין ירושלים אלס קינד, "איז דאס ירושלים -האט מיר גענודזשעט די מחשבה און קאפ - די ערוב פון אלע סארט אידן, נאך ערגער ווי מען טרעפט ביי אונז אין וויליאמסבורג, ק"י...."
ווען כ'בין עלטער געווארן האב איך געכאפט אז ווען מען רעדט פון ירושלים, רעדט מען פון דעם שוק און די אונגארישע הייזער, און פארטיג!
מאנטאג אוקטובר 07, 2013 8:45 pm
געהערט זאגן, אז ער יאגט זיך געפערליך מיט די פראיעקט ווייל אויב וואוינען דארט נאך נישט די איינוואוינער ווען די וואלען קימען פאר דארט דארף ער ווארטען נאך א פיר יאר ביז מען קען איבערנעמען די פלאץ, אין דאס איז צי לאנג...
מאכט סענס?
מאנטאג אוקטובר 07, 2013 9:11 pm
מייקראסאפט האט געשריבן:געהערט זאגן, אז ער יאגט זיך געפערליך מיט די פראיעקט ווייל אויב וואוינען דארט נאך נישט די איינוואוינער ווען די וואלען קימען פאר דארט דארף ער ווארטען נאך א פיר יאר ביז מען קען איבערנעמען די פלאץ, אין דאס איז צי לאנג...
מאכט סענס?
איך האף אז זיי פלאנען נישט צו גיין אגרעסיוו און איבערנעמען דעם ווילידזש גלייך ביים אנהייב, קלוג וואלט געווען אז מען שטעלט אריין איינעם און די איבריגע לאזט זייערע חברה בלייבן.
לאמיר נישט פארגעסן: מיר זענען אין גלות!
לעצט פאראכטן דורך
בערקא אום מאנטאג אוקטובר 07, 2013 9:14 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מאנטאג אוקטובר 07, 2013 9:13 pm
דענקעך אז אפשר איז נישט וויכטיג צו זיין א ברייטער מחותן דא. אזנים לכותל.
מאנטאג אוקטובר 07, 2013 9:15 pm
רעדט מען דא עפעס אומלעגאל???
מאנטאג אוקטובר 07, 2013 9:43 pm
דיין אכטער איז לעגאל, איא?
רעד אבער נישט דערפון...