אלעס איבער נייע היימישע געגנטער
זונטאג ספטמבר 29, 2013 4:00 pm
הערליך האט געשריבן:כוואלט געפייגערט אהין צוגיין, איך ווייס נאר נישט צו מען קען גלייבן די זאכן, סאיז צו פיל געלט, און אויב עס ארבייט זיך נישט אויס איז די דירה ווערט זירא, איך וואלט זייער געוואלט וויסן מער, מי ומי ההולכים.
שוין געהערט אזאנס אין וויליעמסבורג אויכעט......, יונגעלייט האבן זיך אריינגעלייגט די הויזן פאר א דירה, און עס דארט געלאזט...... יצאו נקי כפשוטו!!, און אויב אזוי פארוואדזשע נישט פראבירן אין בלאמינג?
Advertisement
זונטאג ספטמבר 29, 2013 4:03 pm
אין ווילי האבעך נישט געקויפט דערווייל, נאר געדונגען, אויב וואלט אין בלומינג געוועהן פאר רענט, וואלט איך פיל שנעלער מחליט געוועהן
זונטאג ספטמבר 29, 2013 4:07 pm
הערליך האט געשריבן:כוואלט געפייגערט אהין צוגיין
די טויטע וועט מען מסתם די ערשטע צייט טראגן אויף קר"י
זונטאג ספטמבר 29, 2013 4:09 pm
קודם זאל זיין לעבעדיגע דארט, דערנאך העט מען זיך זארגן פאר די טויטע
זונטאג ספטמבר 29, 2013 4:17 pm
הערליך האט געשריבן:אין ווילי האבעך נישט געקויפט דערווייל, נאר געדונגען, אויב וואלט אין בלומינג געוועהן פאר רענט, וואלט איך פיל שנעלער מחליט געוועהן
א קלענערע דירה פאר ביליגער למשל 1500 סקווער פיס פאר 200,000 וואלט איך ערנסט אין באטראכט גענומען פאר א זוממער הויז (נישט שיקן די קינדער אין קעמפ איז א ריזיגע סעיווינגס) אמאל אין קרית יואל איז געווען אין יעדע קלאס א 5-10 זוממער אינגלעך.
זונטאג ספטמבר 29, 2013 4:19 pm
זונטאג ספטמבר 29, 2013 6:36 pm
צווייפעל האט געשריבן:הערליך האט געשריבן:אין ווילי האבעך נישט געקויפט דערווייל, נאר געדונגען, אויב וואלט אין בלומינג געוועהן פאר רענט, וואלט איך פיל שנעלער מחליט געוועהן
א קלענערע דירה פאר ביליגער למשל 1500 סקווער פיס פאר 200,000 וואלט איך ערנסט אין באטראכט גענומען פאר א זוממער הויז (נישט שיקן די קינדער אין קעמפ איז א ריזיגע סעיווינגס) אמאל אין קרית יואל איז געווען אין יעדע קלאס א 5-10 זוממער אינגלעך.
און מן הסתם נאך א יאר צוויי געבליבן דארט וואוינען... ווי אסאך האבן שוין געטוהן און אין קר"י, מאנסי, .....
מאנטאג ספטמבר 30, 2013 12:37 am
למעשה קען מען האבען די זעלבע סייז דירה און אלט ק״י פאר ארום 450000..
ווי אזוי טוט מען דאס סעילעסן? 370000 און אן ארץ לא זרועה???
מאנטאג ספטמבר 30, 2013 12:56 am
די גרעסטע קשיא האב שוין געפרעגט אפאר בלאט צוריק פארוואס טוט מען נישט מארקעטן די פרייזן קלאר אפ-פראנט, אלע סייזעס דירות וכו' וכו' פרייז-ליסט, ירא הקהל וישפוט, חסידות און אייגענע פארטיי געפילן וועלן נישט גענוג זיין ארויסצוטרייבן דעם עולם, לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה האבן יודישע קינדער געטון נאר ביי משה רבינו.
ווער זענען די אחראים אז ס'וועט טאקע זיין מוסדות, ווער גייט צושטעלן די מוסדות, דאס קאסט דאך אפ א געוואלד, גייט טאקע דער דעוועלאפער לשם מצוה צושטעלן בנינים פאר מוסדות וואס קאסט אפ נארמאל מיליאנען דאלארן, ווער גייט טראגן דעם בוזשעט פון חדר סקול ישיבה קטנה, וכו', כ'קוק זייער ארויס אויף די הצלחה פון די זאך אבער כ'בין זייער ס'קעפטיש ווילאנג כ'זעה נישט קיין קלארע תשובות אויף די אלע ספיקות, און תשובות מיין איך נישט דא אויך אייועלט, נאר אפיציעלע מעלדונגען פונעם דעוועלאפער וכו'
מאנטאג ספטמבר 30, 2013 10:08 am
אין גרויסן סאטמארער ביהמ"ד אויף ראדני סט. האט דעם פארגאנגענעם יום טוב געהאנגען א ריזיגער שילד איבער די נייע קריה אין בלומינגבורג, עס איז שטארק משמע אז אין די קומענדיגע עטליכע חדשים וועט זיך אנגהייבן א שטארקע ארבייט צו לייגן די יסודות פארן נייעם שטעטל בראשות ובנשיאות כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א.
פון א היסטארישען שטאנדפונקט וועט דאס זיין גאר אן אינטערעסאנטע אנטוויקלונג, ווייל זינט תשל"ד ווען קרית יואל איז געגרינדעט געווארן, ד.ה. פערציג יאר צוריק, איז נאכנישט אויפגעקומען קיין איין מאסשטאבליכער שטעטל/געגנט פאר חרדישע אידן, ממילא וועט דאס טראגן גאר א שטארקע געוויכט אינעם אנטוויקלונג פון 'אידישקייט אין אמעריקא' היינט זיבעציג יאר נאכן חורבן.
זייער אסאך פראגעס זענען נאך דערווייל שטארק אומפארענטפערט, וואס איך פארלאז מיך אז בקרוב וועט אלעס ווערן אויסגעקלארט כשמלה, די שווערסטע פראגע דערווייל איז די פרייז. איך האב געשמועסט מיט עטליכע ערנסטע פאראינטערעסירטע פון וומ"ס וועלכע זיכען די טעג איבער פארשידענע אפציעס זיך אוועקצוציען פון די שטאט, דאס נעמט אריין קיין; מאנסי, קרית יואל און קרית יטב לב, דער הויפט פראבלעם וואס זיי ברענגען ארויס איז, אז דאס פארלירען די 'וואוטשערס' ווערט בשום אופן נישט ערזעצט מיט די ביליגערע דירות פרייזן אין די דערמאנטע געגענטן.
אין אנדערע ווערטער; דער דיפרענץ אין פרייז פאר רענט פאר א משפחה מיט 6-10 קינדער צווישען וומ"ס און אפסטעיט, איז ביילייפיג 700-1000 א חודש, וואוושערס פאר 5-7 קינדער איז 'אסאך' מער פון דעם.
עס זענען פארהאן שפעקולאציעס אז סאטמאר וועט ארייננעמען עטליכע מעצענאטן און נגידים אינעם פראיעקט א שטייגער ווי; האחים יאקאבאוויטש, האחים זופניק, הרב קעסטנבוים, און אנדערע מיליאנערן, וואס אינאיינעם וועלן זיי פארמירען א פאנד פון עטליכע מיליאן דאלאר פארן שטעטל, אז די ערשטע 50-100 משפחות זאלן באומען די דירות פאר חצי-בחנם, און אזוי ארום לייגן די קערנדליך פאר וואס וועט בעזהשי"ת זיין דער נייער סאטמארער שטעטל.
אזוי צו אזוי, ברויך מען האבן אסאך סיעתא דשמיא. וואס ברויך מען מער פון דעם וואס קרית יואל שטייט שוין פערציג יאר, און פארמאגט אלע צוגעהערן וואס א געגנט ברויך צו האבן, און פארט איז דער יערליכער וואוקס 98% נאטורליך פון קרית יואל'ע חתונות. א קארגע דרייסיג משפחות ציען זיך א יאר קיין קרית יואל, כאטש אסאך האב דארט עלטערן/געשוויסטער און אנדערע געברויכען.
דאס זעלבע איז לגבי מאנסי, דאס איז נענטער צו די שטאט, נישט קיין מצוממ'דיגער פלאץ אזוי ווי קר"י, און מיט דעם אלעם זענען די ארויסציער ציפערן זייער קליין קעגן דעם הימל-שרייענדן דירות פראבלעם אין די שטאט.
מאנטאג ספטמבר 30, 2013 10:54 am
לויט ווי איך האב געהערט פון די חברי הועד, זאגן זיי אז די פרייז וועט זיין 130 פאר א ספ פאר די ערשטע צוויי אהאלב טויזענט דירות, ביזדערווייל איז געווארן אפראווד נאר די גרויסע דירות, אוןמען האפט בקרוב ממש צו האבן די קלענערע דירות אפראווד, וואס וועט אויסקומען ביליגער
מאנטאג ספטמבר 30, 2013 11:06 am
דעס איז לכאורה זיכער אז טאמער דאס פאלט ח"ו וועט נישט אזוי שנעל ארויף קימען נאך עפעס
מאנטאג ספטמבר 30, 2013 11:24 am
האלץ האקער האט געשריבן:דעס איז לכאורה זיכער אז טאמער דאס פאלט ח"ו וועט נישט אזוי שנעל ארויף קימען נאך עפעס
לכאורה זיכער? (=אקסי-מאראן)
גארנישט איז נישט זיכער, און עס האלט נאך ווייט פון א דורכפאל.
מאנטאג ספטמבר 30, 2013 1:35 pm
עקבי הצאן האט געשריבן:די גרעסטע קשיא האב שוין געפרעגט אפאר בלאט צוריק פארוואס טוט מען נישט מארקעטן די פרייזן קלאר אפ-פראנט, אלע סייזעס דירות וכו' וכו' פרייז-ליסט, ירא הקהל וישפוט, חסידות און אייגענע פארטיי געפילן וועלן נישט גענוג זיין ארויסצוטרייבן דעם עולם, לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה האבן יודישע קינדער געטון נאר ביי משה רבינו.
ווער זענען די אחראים אז ס'וועט טאקע זיין מוסדות, ווער גייט צושטעלן די מוסדות, דאס קאסט דאך אפ א געוואלד, גייט טאקע דער דעוועלאפער לשם מצוה צושטעלן בנינים פאר מוסדות וואס קאסט אפ נארמאל מיליאנען דאלארן, ווער גייט טראגן דעם בוזשעט פון חדר סקול ישיבה קטנה, וכו', כ'קוק זייער ארויס אויף די הצלחה פון די זאך אבער כ'בין זייער ס'קעפטיש ווילאנג כ'זעה נישט קיין קלארע תשובות אויף די אלע ספיקות, און תשובות מיין איך נישט דא אויך אייועלט, נאר אפיציעלע מעלדונגען פונעם דעוועלאפער וכו'
אפיציעל איז דער דעוועלאפער פארנומען צו לייקענען אז היימישע אידן קומען דארט וואוינען..
מאנטאג ספטמבר 30, 2013 2:37 pm
איך בין זיכער 'דער יוד' ספעשעל אויסגאבע וועט אנקומען צו זיי גאר שנעל, דארך א פארביטערטע מאחב"י.
לעצט פאראכטן דורך
פריילאך אום מאנטאג ספטמבר 30, 2013 2:51 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מאנטאג ספטמבר 30, 2013 2:49 pm
א שמייכאל אויף יענעםס בלוט מאכט מיר נאכניש פריילאך.
מאנטאג ספטמבר 30, 2013 3:07 pm
ווען ווערט די ערשטע פאזע וואוינבארע דירות פארטיג?
מאנטאג ספטמבר 30, 2013 4:06 pm
פריילאך האט געשריבן:איך בין זיכער 'דער יוד' ספעשעל אויסגאבע וועט אנקומען צו זיי גאר שנעל, דארך א פארביטערטע מאחב"י.
ביי א טאון האלל מיטינג פאריגע וואך, האט איין פראטעסטירער געהאלטן די ביילאגע פון "דער איד"
דער דעוועלאפער זאגט אבער אז די אידן חלומען הויעך אז זיי גייען דארט וואוינען
מאנטאג ספטמבר 30, 2013 4:07 pm
תרגום יונתן האט געשריבן:ווען ווערט די ערשטע פאזע וואוינבארע דירות פארטיג?
לויט די פלענער וועלן די ערשטע דירות פארטיג זיין אויף פורים צייט
מאנטאג ספטמבר 30, 2013 4:25 pm
מיללער האט געשריבן:אזוי צו אזוי, ברויך מען האבן אסאך סיעתא דשמיא. וואס ברויך מען מער פון דעם וואס קרית יואל שטייט שוין פערציג יאר, און פארמאגט אלע צוגעהערן וואס א געגנט ברויך צו האבן, און פארט איז דער יערליכער וואוקס 98% נאטורליך פון קרית יואל'ע חתונות. א קארגע דרייסיג משפחות ציען זיך א יאר קיין קרית יואל, כאטש אסאך האב דארט עלטערן/געשוויסטער און אנדערע געברויכען.
דאס זעלבע איז לגבי מאנסי, דאס איז נענטער צו די שטאט, נישט קיין מצוממ'דיגער פלאץ אזוי ווי קר"י, און מיט דעם אלעם זענען די ארויסציער ציפערן זייער קליין קעגן דעם הימל-שרייענדן דירות פראבלעם אין די שטאט.
יתכן, אז ארויסציאונג פון פרעמדע גייט אן שטארק נאר כל זמן דער שטאט אדער שטעטל איז אין די פרישע פאזעס, וואס דאן זענען אלע מער ווייניגער אייניגע געסט. ווען עס קומט צו א פונקט וואס די זאך ווערט עטוואס געסעטלט, וויל זיך נישט פאר'ן געווענליכן משפחה זיך שפירן פרעמד אין א פלאץ ווי דער עולם איז שוין איינגערדנט און באקוועם
דאס איז אויך א שטיקל הסבר פארוואס דארף מען נייע שטעטלעך, איר קענט דאך גיין קיין מאנרא אדער מאנסי.
נאך א קלייניקייט, מענטשן וואס קומען צו א נייעם פלאץ זענען נישט דוקא אנגעוויזן זיך צו דארפן צופאסן צו א געוויסן לעבנס שטייגער, דער לעבנס שטייגער ווערט פארמירט דורך די פרישע איינוואוינער, משא"כ אין אלטע געגענטן טראכטן מענטשן איך קען מיך נישט זעהן זיין א מאנרויער אדער מאנסיער
מאנטאג ספטמבר 30, 2013 4:56 pm
שנאפס האט געשריבן:תרגום יונתן האט געשריבן:ווען ווערט די ערשטע פאזע וואוינבארע דירות פארטיג?
לויט די פלענער וועלן די ערשטע דירות פארטיג זיין אויף פורים צייט
דאס איז גיט, ווייל אזוי עפענט זיך די שטעטל פונקט פאר זוממער, וואס דעמאלטס איז די פאסיגסטע צייט וואס מענטשען וועלן ענדערשט גרייט זיין צי פארלאזען די שטיקיגע שטאט אין זיך ארויסציען צי א לופטיגע רחבותדיגע פלאץ
מאנטאג ספטמבר 30, 2013 5:28 pm
וואס איז די פלאן . וויסאך דירות פלאנט מען צו בויען דארטען נאך די ערשטע 400.
מאנטאג ספטמבר 30, 2013 8:42 pm
שנאפס האט געשריבן:עקבי הצאן האט געשריבן:די גרעסטע קשיא האב שוין געפרעגט אפאר בלאט צוריק פארוואס טוט מען נישט מארקעטן די פרייזן קלאר אפ-פראנט, אלע סייזעס דירות וכו' וכו' פרייז-ליסט, ירא הקהל וישפוט, חסידות און אייגענע פארטיי געפילן וועלן נישט גענוג זיין ארויסצוטרייבן דעם עולם, לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה האבן יודישע קינדער געטון נאר ביי משה רבינו.
ווער זענען די אחראים אז ס'וועט טאקע זיין מוסדות, ווער גייט צושטעלן די מוסדות, דאס קאסט דאך אפ א געוואלד, גייט טאקע דער דעוועלאפער לשם מצוה צושטעלן בנינים פאר מוסדות וואס קאסט אפ נארמאל מיליאנען דאלארן, ווער גייט טראגן דעם בוזשעט פון חדר סקול ישיבה קטנה, וכו', כ'קוק זייער ארויס אויף די הצלחה פון די זאך אבער כ'בין זייער ס'קעפטיש ווילאנג כ'זעה נישט קיין קלארע תשובות אויף די אלע ספיקות, און תשובות מיין איך נישט דא אויך אייועלט, נאר אפיציעלע מעלדונגען פונעם דעוועלאפער וכו'
אפיציעל איז דער דעוועלאפער פארנומען צו לייקענען אז היימישע אידן קומען דארט וואוינען..
אינעם זעלבן קאלירטן בראשור מיט אלע הוילע לופטיגע ארטיקלען וואלט געקענט זיין איין בלאט מיט פונקטליכע פרייזן און דעטאלן ....
דאנערשטאג אוקטובר 03, 2013 11:34 am
דאנערשטאג אוקטובר 03, 2013 11:41 am
שנאפס האט געשריבן:מען בויט אין גרויסן
הערליך!
עס פרייעט דאס הארץ, בונים היכל לה' ולתורתו, השי"ת איז ווייט נישט באנקראט, והשכינה אומרת כן ירבה, אידישקייט וואקסט און בליעט.