Advertisement

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער
שרייב א תגובה

מיטוואך מאי 14, 2014 9:20 pm

ווי גייט נאר די לעגענדע:
צעהלים'ער רב זאל האבן געזאגט, איך האב אהער געשטעלט חלב ישראל; סאטמאר רב האט צוגעשטעלט ווער עס זאל עס טרונקן...

לענינינו,
ווער וועט עסן דאס געבעקס?

Advertisement

מיטוואך מאי 14, 2014 9:26 pm

יישר כח הרב צייטווייליג פאר אייערע באריכטן בכלל און פארן ענטפערן מיינע שאלות בפרט. לאמיר האפן אויף דאס בעסטע.

ביטע זייטס ממשיך צו ברענגן קראנטע אינפארמאציע פון אלעס ארום די פרוייקט.

מיטוואך מאי 14, 2014 9:40 pm

שטארק זיך האט געשריבן:ווי גייט נאר די לעגענדע:
צעהלים'ער רב זאל האבן געזאגט, איך האב אהער געשטעלט חלב ישראל; סאטמאר רב האט צוגעשטעלט ווער עס זאל עס טרונקן...

לענינינו,
ווער וועט עסן דאס געבעקס?


לאמיר איינטיילן די ארבייט, איך וועל ברענגן די פאקטן, אנדערע די שפעקולאציעס :smile:

מיטוואך מאי 14, 2014 10:58 pm

שלום עליכם צייטווייליג. א נחת צו ליינען אייערע קלארע באריכטן. קום אהער, לאמיך דיר אריין זאגן אין אויער א סוד, עס גייען זיין אידן וואס גייען פרעגן, זאגן, אפפרעגן, אפווענדן, וכו' וכו'. דו שרייב וואס דו ווייסט פראביר נישט צו ווערן פארשלעפט אין קיין קינדערישע טענה'רייען און זיי אונז מהנה מיט דיינע אינסייד אינפארמאציע. יישר כוח

דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:10 am

גם אנכי מצטרף, מיר האבן זייער הנאה, האלט אן

דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:15 am

איך האב אויך הנאה, זעה נאר זיך צו האלטן צו די פאקטן און ווייניגער אטאקירן דעם אנדערן צד.

דאנערשטאג מאי 15, 2014 8:42 am

בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:גם אנכי מצטרף, מיר האבן זייער הנאה, האלט אן

דאנערשטאג מאי 15, 2014 9:01 am

מי יודע האט געשריבן:רבי קארנפעלד
היינט צוטאג מיט 50 75 דאון פעימענט קענסטו נאך רואיג האבן א מארגעטש פאר בערך 1800 דאלער נאך טעקסעס -פארקינג טיקעטס


זייער בדוחק קען מען אזונס טרעפן אין מאנרא.

און כ'וויל נאר מוסף זיין וואס כאב פריער פארגעסן, אז אויב בארגט מען פארן דאון איז די עקספענס נאך העכער.

דאנערשטאג מאי 15, 2014 12:15 pm

איך גיי דא אריינווארפן מיינע צוויי צענט, איך האף אז צום לעצטן מאל, איבער דעם נושא.

צו די אלע וואס שרייען אויף די העכסטע טענער אז קיינער גייט נישט מופן, קיינער האלט נישט ביים מופן, איך וויל אייך זאגן אפאר ווערטער: איר רעדט ס"ה פאר זיך אליינס, איר קענט נישט רעדן פאר יענעם. אדרבה, ווייזט מיר איין פלאץ ווי מען האט פאקטיש צוגעשטעלט דירות און דער עולם איז נישט געגאנגען.

איך וועל דיר ווייזן פונקט פארקערט. ווי מען האט נאר גערעדט דערפון איז דער עולם געלאפן און געווען גרייט צו גיין. נאר וואס דען. עס איז נישט געווען ווי. אין קאנארסי (וועלכע איז געווען א פאליטישע זאך) איז נישט געווען קיין דירות. אין בעיסוואטער איז געווען פלאץ אפשר פאר הונדערט משפחות, און דארט איז מען טאקע געגאנגען און עס וואלט אפשר אפילו עפעס געווארן דערפון ווען נישט די פאליטיקע המפורסמת. אין פענסילוועניע האט מען למעשה קיינמאל נישט געבויעט, אין פילאדעלפיע איז רימינוב'ער רבי געבליבן ביים חלום און האט עס קיינמאל נישט גענומען אפילו איין שטאפל ווייטער.

אין באלטימאר איז קיינמאל נישט געווען קיין ערנסטער פלאן אפילו, ס"ה אפאר אידן האבן זיך משמח געווען אויפן חשבון פון די צובראכענע מאסן. קרית אברכים קענט איר אויפזוכן אין דעם באטרעפנדן אשכול, שלום קויפמאן האט ס"ה געהאט אין סוואן לעיק עטליכע אין דרייסיג הייזער פאר 360, לאק שעלדריק איז מען געגאנגען אפילו עס איז נישט געווען שייך אבער מען איז געגאנגען מיט מסירות נפש האפענדיג אז עפעס וועט זיך אויסקאכן, פאלסבורג, ווייט לעיק און נאך אפאר אזעלכע פראיעקטן אין קאנטרי איז אלעס געווען זאכן וואס מענטשן האבן געפלאנט פאר זימער און דערנאך עס געטרייעט צו מארקעטן פאר א גאנציאריגער פראיעקט, אבער קיין איינס האט נישט געהאט קיין געהעריגע מספר דירות מיט די אנדערע אמעניטיס וואס א גאנץ יאריגער קאמיוניטי דארף האבן.

אויף חזקת הבתים ווארטן מיר נאך זיי זאלן צוריק רופן די הונדערטער אידן וועלכע האבן איינגעגעבן אן אפליקאציע מיט דעם מינימאלן אפצאל (דאכצעך זיי האבן גערעדט פון אריינמופן אויף חנוכה תשע"ג...) הרחבת הדעת ווארט מען נאך זיי זאלן זיך מיישב זיין ווי זיי ווילן גיין און וויפיל זיי ווילן בעטן. הרחיבי.ארג דארף מען נאך קוקן צו דער דאמעין איז נאך אקטיוו פאר מען וועט אפילו האבן א געלעגענהייט אויסצופיגערן וואס זייערע חלומות זענען, אין הילבוירן איז פונקט דאן געווען בערך פינף און צוואנציג הייזער פאר סעיל אין פונקט דאן איז איינער געווארן זייער עקסייטעד און געהאט עפעס אויף וואס אויסצוגעבן געלט.

אין סקרענטאן, ווי עס איז ס"ה געווען די רעדע פון אפקויפן עקזיסטירנדע הייזער און זיי איבערבויען, און דאס איז אויך געווען זייער לימיטעד, זענען דאך אפאר היימישע אידן אהין געגאנגען און מקיים געווען דעם לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה, און מען האט שוין דארט אפילו געהאלטן ערנסטן אין מיטן אפקויפן א בנין פאר מוסדות, וועלכע איז דערנאך צושטערט געווארן דורך א לאקאלע גרופע ווועלכע האט פארפירט אז מען מוז דעם בנין זיי פארקויפן און מיט דעם האט זיך יענער פראיעקט געענדיגט. אין מידלטאון ווי עס איז געווען א האלב לייטישער פראיעקט איז טאקע דער עולם געווען גרייט צו גיין אין גרויסן, און דאן האט דער מארגעדש קריזיס עס אונטער געברענגט.

(אויב האב איך אויסגעלאזט נאך עפעס א פראיעקט זענט איר מכובד עס אריינצופילן...)

ווידער דא אין בלומינגבורג, זעהסטו דאך קלאר, ווילאנג עס האט געהייסן אז סאטמאר שטייט אונטער דעם, איז שוין געווען ניינציג גע'חתמ'טע קאנטראקטס, כאטש דער פרייז איז געווען טייער, און עטליכע משפחות זענען אפילו דארט אצינד, מיט די אמונה פשוטע אז עפעס גייט ווערן דערפון.

דער ס"ה פון די פאר אויבנדערמאנטע פאראגראפן איז אז דער עולם איז דוקא יא גרייט צו גיין.

איי וועט איר שרייען פארוואס גייט מען נישט אויף מאנסי, מאנראו און לעיקוואד. איז דער תירוץ צוויידייטיג. איינס, מען גייט דייקא יא. און צוויי, מען קען נישט גיין (איך ווייס איך בין מיך סותר, אבער ליינט וויייטער וועט איר זעהן אז איך רעד נישט פון היץ).

יעדע עטאבלירטע שטאט האט זיך זיין "טעיסט". זיין קולטור, זיינע אנגענמענע זאכן, זיינע רבנים, מוסדות, משוגעת'ן וכדו'. און אז דו מופסט אהין גייסטו זיך אויטאמטיש טוישן און צושטעלן צו די קולטור פון יענעם מקום. "שדרך האדם להיות נמשך בדעותיו ובמעשיו אחרי ריעיו וחבריו ונוהג כמנהג אנשי מדינתו" איז א הלכה (רמב"ם פ"ו הלכות דיעות) נישט קיין סברא. און דעריבער וואלט איך קיינמאל נישט געמופט נישט קיין לעיקוואוד און נישט קיין ק"י אדער שיכון סקווירא, אפילו איך וואלט געהאט די געלעגענהייט, און טייל פון די האב איך געהאט א גוטע געלעגענהייט צו מופן אהין במשך די יארן, אבער איך האב נישט געוואלט, ווייל איך וויל נישט וואוינען אין די פלעצער. די פלעצער זענען זייער גוטע פלעצער פול מיט וואוילע ערליכע אידן, און איך גלייב דאס באמת, אבער דאס איז נישט וואס איך וויל פאר מיר אין מיין לעבן.

אין א נייעם פלאץ אבער וואלט איך יא געמופט. און כאטש איך דארף נישט מער ווי נאך אפאר אידן פאר דעם, דארף אבער מיין אידענע יא מער. בין איך אלזא אין דעם זעלבן טאפ ווי רוב אנ"ש, אז איך קען נישט מופן סיי ווי, נאר ערגעץ ווי עס גייט זיך עטאבלירן א געהעריגע קאמיוניטי מיט מוסדות און אנדערע זאכן וואס אונזערע סארט היימישע אידן דארפן האבן.

עכ"פ, צוריק צום ענין. צוליב דעם אויבנדערמאנטן סיבה וועלן רוב מענטשן נישט מופן קיין מאנסי מאנרוי אדער לעיקוואוד, און דאס איז די סיבה פארוואס א גרויסער עולם קען נישט גיין. און פון די אנדערע זייט, גיב א קוק וועסטו זעהן וויפיל מענטשן מופן פאקטיש קיין מאנסי מאנרוי און לעיקוואוד יעדעס יאר. יא יעדעס איינציגע יאר מופן צענדליגער משפחות ארויס פון ברוקלין צו די ישובים. אלזא, מאנסי מאנרוי און לעיקוואוד זענען נישט געמאכט פאר יעדן, אויסער די פרייז, וועלכע איז נישט ביליג בלשון המעטה, און אויפן ברייטערן לשון איז עס היפש טייער, (נישט אין פארגלייך מיט אנדערע פלעצער), אבער פשוט צוליב געזעלשאפטליכע סיבות זענען די אויבנדערמאנטע פלעצער נישט געמאכט פאר יעדן.

פאר די ווידער פאר וועמען עס איז יא געמאכט, די מופן טאקע. ס"ה היוצא מדברינו איז זייער פשוט. דער ציבור איז העכסט גרייט צו מופן. נישט סתם, נאר אין די מאסן. איי פארוואס מופט מען נאך נישט, פשוט'ער פון פשוט. עס איז נאך נישט דא ווי.

אשר על כן, בין איך ביי די מיינונג אז אפגעזעהן פון דעם צו סאטמאר קומט אפיציעל אדער פשוט סאטמאר'ע מענטשן קומען אן די ארגאניזירונג פון די קהילה, דארף מען גיין ווייטער דערמיט, דער עולם גייט קומען, נאך ווי זיי וועלן קומען. אויף אלע פיר וועט מען קומען. אבער, און דא קומט דער גרויסער אבער. כלל ישראל ענדיגט זיך נישט ביי סאטמאר, עס זענען דא נאך אסאך אנדערע סארט סוגים חרד'ישע אידן וועלכע דארפן אויך האבן ווי צו גיין, און כאטש איך גלייב אז עווענטועל וועט בלומינגבורג ארייננעמען אין זיך אנדערע חסיד'ישע קהילות און קרייזן אויך, קוקט אבער אויס אז דער התחלה וועט זיין סאטמאר. ווידער פאר אלע אנדערע, אדער אפילו פאר סאטמאר'ע וואס האבן נישט קיין פראבלעם זיך איינצוגלידערן אין א כלל חסידי קהילה, פאר די אלע גייט אין די נאנטע טעג זיין אוועילעבל דער נייער וואטערבערי פראיעקט, אין וועלכן אין וועל נישט אריינגיין דא, ווייל דא איז דער אשכול פאר בלומינגבורג, און איך וויל אז בלומינגבורג זאל מעסיוו מצליח זיין.

פאר דעם וואטערבערי פראיעקט איז דא אן אנדערע אשכול און מען קען עס דיסוקסירן דארטן. אבער דער ס"ה פון מיין דרשה דא איז, אז דער עולם איז דוקא יא מוכן ומזומן צו גיין, צו לויפן, ארויס פון ברוקלין (און אפילו פון מאנסי) צו נייע ישובים.

יישר כח פארן אויסהערן און צום ווידערזעהן זיך אין דעם וואטערבערי אשכול (און אויך דא)

ביי

דאנערשטאג מאי 15, 2014 12:38 pm

wow!!! דאס איז א לאנגע געשמאקע קלארע אויסגעשמועסטע תגובה!!! בלייבט נאר איבער צו זען אויב דאס וועט אפשטעלן די אלע טענה'רייען אדער דאס וועט ברענגן נאך 85 בלעטער צו דיסקוסירן די איין תגובה.

שכח עני וועי!!

דאנערשטאג מאי 15, 2014 12:39 pm

;l;p-

דאנערשטאג מאי 15, 2014 12:42 pm

טהור, א געשמאק צו ליינען יעדע איינציגע ווארט

דאנערשטאג מאי 15, 2014 12:45 pm

בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:טהור, א געשמאק צו ליינען יעדע איינציגע ווארט

דאנערשטאג מאי 15, 2014 12:53 pm

טהור, געוואלדיג! דברים קילורין לעיניים
איין זאך בלייבט נאר איבער צו זעהן אויב די ק"י איינוואונער זענען נישט לכאורה געווארן אביסל געטראפן פון דעם תגובה, לכאורה וואוינן זיי (אונז) אין די בעסטע שטאט וואס עס איז געוועהן פאר אידן זייט די צווייטע חורבן הבית

דאנערשטאג מאי 15, 2014 12:55 pm

א איד אין גלות האט געשריבן:טהור, געוואלדיג! דברים קילורין לעיניים
איין זאך בלייבט נאר איבער צו זעהן אויב די ק"י איינוואונער זענען נישט לכאורה געווארן אביסל געטראפן פון דעם תגובה, לכאורה וואוינן זיי (אונז) אין די בעסטע שטאט וואס עס איז געוועהן פאר אידן זייט די צווייטע חורבן הבית


פאר די סקרענטאנער אידן אז זיי זענען געטראפן זארגט איר גארנישט...

-

ייש"כ הרב מטהור עינים (עפעס פאר לב טהור?), א באזונדערן דאנק פארן דערמאנען אונזער נאבעלן שטעטל דא אין סקרענטאן, נאר קומענדיגע מאל לייג אויך צו "וואס שטייט אין שפיץ פונעם חושב'ען רב שליט"א וואס איז פקיע שמיה כו' וכו'"

פישל לאהר,
משב"ק

דאנערשטאג מאי 15, 2014 1:01 pm

טהור עינים א געשמאק

דאנערשטאג מאי 15, 2014 2:58 pm

הערליך שיין און קלאר געשריבען הרב טהור עינים

נאך איין נקידה קען מען צולייגען,

ס'איז אסאך שווערע זיך אויף צו הייבען און מופען צו אןן עסטעבלישט פלאץ, או אונקומען ווי א גר דארט, און די קינדער און חדר זענען גרים, ווי ארויס מופען מיט נאך אסאך יודען אויף א נייע פלאץ ווי יעדער הייבט אן בערך צוזאמען,

דו"ק ותשכח ס'ליגט א שטארקע פוינט און דעם

מאנטאג מאי 19, 2014 11:54 am

וויאזוי איז אדורך ל"ג בעומר און שטעטל?

געווען א הדלקה?

מיטוואך מאי 21, 2014 11:05 am

פאריגע פרייטאג, האט דזשאדזש שיק גע׳פסק׳נט אז די בלומינגבערג פלענינג בארד איז אין קאנטעמפט אוו קארט פארן נישט פאלגן די קארט צו געבן א פערמיט פאר די סקול בילדונג (געדענק פאלגן די געזעץ דארפן נאר די ״האסידים״, און פארקערט איז עס ניטאמאל נייעס.....) אויב די קומענדיגער חודש באקומט מען נישט א פערמיט, קען די דזשאדזש זיי ארעסטירן (צו ער וועט? מסתמא נישט, מען רעדט נישטא פון חסידים וואס פאלגן נישט די געזעץ) אדער וועט דער דזאדזש אליינס געבן די פערמיט (דארף מען אויך רחמי שמים....)

ארבייטס געלעגנהייט: די בלומינגבערג - קרית יואל באס שאטעל איז עפראווד ביי די דעפארטמענט אויף טראנספארטעישאן, ווער עס זיכט ארבייט צו די דרייוון די באס זאל ביטע רופן 718-289-0777 און לאזן א מעסעדזש.

די רעסטאראנט איז פארטיג, מען האלט אינמיטן אויסארבייטן א דיעל מיט אן ערפארענער דעלי צו אנפירן די רעסטאראנט. בקרוב וועט זיין נייעס בעזר השם.

די ארבייט אויפן בעקעריי - גראסערי איז אין פולע שוואונג בשם השם נעשה ונצליח


אלעס, מיטן הילף פונעם אויבערשטן
לעצט פאראכטן דורך צייטווייליג אום מיטוואך מאי 21, 2014 11:09 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך מאי 21, 2014 11:06 am

ניק ניק האט געשריבן:
צייטווייליג האט געשריבן:יאפס, גלייך נאכן פסק איבער די אנעקסעישאן, - אויב מען הערט נישט פונעם וועד - וועלן די דירות קאסטן הונדערט און פיר דאללער א סקווער פיס (ס״ה צוויי הונדערט און ניינציג טויזנט דאללער)

טו בי קארעקט ס'איז 299000 און נישט 290000


גערעכט

מיטוואך מאי 21, 2014 11:19 am

טענקס פאר די אפדעיטס!!

מיטוואך מאי 21, 2014 12:30 pm

געזען נעכטען אדווערטייזט "בלומינגבערג אפלייענס" מיט א נאמבער, איז דער איינער פון די תושבים, אדער אס איז סתם א נאמען וואס מען וועט קוקען דערויף?

מיטוואך מאי 21, 2014 2:22 pm

צייטווייליג האט געשריבן:ארבייטס געלעגנהייט: די בלומינגבערג - קרית יואל באס שאטעל איז עפראווד ביי די דעפארטמענט אויף טראנספארטעישאן, ווער עס זיכט ארבייט צו די דרייוון די באס זאל ביטע רופן 718-289-0777 און לאזן א מעסעדזש.

דארף האבן CDL.

מיטוואך מאי 21, 2014 2:46 pm

וואס איז די אפיציעלע טענה פון די ווילידזש פארן נישט געבן א פערמיט ?

מיטוואך מאי 21, 2014 3:12 pm

אין נ.י. סטעיט איז דא א קאנדאמיניאום לאו אז ווען איינער וויל איבערבויען א קאנדא דארף ער בעטן רשות פון די בארד און זיי מוזן ענטפערן ביז דרייסיג טאג. אויב האט די באורד נישט געענטפערט האבן זיי אויטאמאטיש פארלוירן די רעט צו אבזשעקטן . אויב זיי האבן יא געענטפערט קען מען ציען עד ביאת גואל
שרייב א תגובה

Advertisement