Advertisement

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער
שרייב א תגובה

מיטוואך מאי 14, 2014 10:26 am

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:ווי געזאגט פריער איך גלייך זייער די נייע עפראוטש, פארקויפן דירות פארן עולם אן קיין מעשר פאר עסקנים, פאר מארקעט וועליו וועט זיין א סוקסעס, אזוימיין איך

א געדאנק אין עי וועי. פראבלעם איז נאר ווער וועט ווילן גיין ווען ס'איז נישטא קיין שום פארזיכערונג פון אן אפיציעלע קהלה.

Advertisement

מיטוואך מאי 14, 2014 11:44 am

צייטווייליג האט געשריבן:
טהור-עיניים האט געשריבן:למעשה זעה איך אז מען קען נאך אפילו נישט אפלייען, עס איז נאך א מעשה פון נאך אפאר וואכן לפחות.

צייטווייליג, איך זעה אז דו ווייסט, לאמיך דיך אלזא א פרעג טאן, איך הער אז די אלע אידן וואס האבן פאקטיש געהאלפן לאםם ביי די וואלן (אויסער דער צוליב וועמען ער האט עס פארלוירן), האבן א פול מויל אויף אים. זיי זאגן אז ער האט נישט אייינגעהאלטן וואס ער האט זיי צוגעזאגט, (מיט די טענה אז אלעס איז נאר געווען אויב ער געווינט...) און אפילו פאר די דעלעטינער ישיבה האט ער נישט געגעבן וואס ער האט זיי צוגעזאגט.

איך ווייס נישט וואס די מיינסט מיט ״געהאלפן לאםם ביי די וואלן״ אויב רעדסטו פון אידן וואס האבן געשטימט ביי די וואלן? איך האב געשטימט און איך קען נאך צוואנציג פון די איבער הונדערט אידן וואס האבן געשטימט ביי די וואלן, לאם האט אונז גארנישט צוגעזאגט. לגבי די דעלאטינער ישיבה, איך ווייס נישט וואס - אדער אויב בכלל - לאם האט עפעס צוגעזאגט א חוץ א הויז, דארמיטארי און ביהמד״ר פאר די בחורים. א הויז האט ער, א דארמיטארי האט ער, די ביהמד״ר האט ער קודם געהאט צייטוויליג אין די סקול בילדונג וואס איז גאווארן צוגעשפארט דורך די נייע אדמיניסטראציע, יעצט איז עס אויף אנאנדערע פלאץ ביז מען באקומט די געהעריגע פערמיטן.

יא, מיר זענען אלע געווען זייער אנטוישט ווען לאם האט ארויסגעבעקט פון די וואלן. אבער נאך דעם וואס מיר האבט געהערט וואס דער דזשאדזש האט געזאגט ווי צב״ש: איך וועל פסק׳נען לויט יושר, נישט לויטן געזעץ. און מען האט געזען אז ער וועט פאר יעדן פרייז איינזעצן כאטש איינער פון די איבער הונדערט וויילער, האבן מיר פארשטאנען אז דאס איז געווען זייער אנ׳אחריות׳דיגער שריט.

טהור-עיניים האט געשריבן: האב איך מורא אז ער איז אויך א קרוק

איך בין נישט לאם׳ס אדוואקאט. פון מיין פערספעקטיוו איז לאם דא צו מאכן געלט, עסקנות? דאס באלאנגט פאר א רב און א קהלה און עס וואלט געדארפט געשען צען יאר פאר לאם איז אפיר געקומען. אויב האט סאטמאר געקענט לאזן פאלן אזא דיעל (ליין עקסנות פאר אומזיסט) איז נישט מער געבליבן ווי די ״ אם אין אני לי מי לי״ אלזא, ווילאנג די דירות זענען בעסער און ביליגער ווי ומסב״ג לוינט זיך צו מאכן דעם שפרינג.

דער פראבלעם וואס דו האסט איז אז דו דארפסט זיין ביליגער/בעסער ווי קרית יואל - מאנסי - לעיקוואד, נישט ביליגער ווי וויליאמסבורג, כ'האב שוין מאריך געווען בענין זה פריער. און איך שרייב עס נישט ווייל איך וויל אראפ רייסן פארקערט איך וויל ס'זאל מצליח זיין, שרייב איך וואס ער מוז זייער ערנסט באטראכטן כדי נישט דורך צו פאלן.
וזה נוגע גם לענין מער ווי הונדערט דאללער פער סקווער פיס, כ'בין נישט זיכער אז ער קען דאס קריגן. ספעציעל אז מוסדות איז נישט אינקלאדעד.

מיטוואך מאי 14, 2014 11:45 am

תיקון טעות: איך בין זיכער אז ער קען עס נישט קריגן ספעציעל נישט פון די ערשטע פאר הונדערט תושבים. עס איז א שאד די ארבעט.

מיטוואך מאי 14, 2014 12:03 pm

צייטווייליג האט געשריבן:יאפס, גלייך נאכן פסק איבער די אנעקסעישאן, - אויב מען הערט נישט פונעם וועד - וועלן די דירות קאסטן הונדערט און פיר דאללער א סקווער פיס (ס״ה צוויי הונדערט און ניינציג טויזנט דאללער)

טו בי קארעקט ס'איז 299000 און נישט 290000

מיטוואך מאי 14, 2014 12:03 pm

סאו די גאנצע אפהאלט איז די 4 דאלער פער סקווער פיס?

מיטוואך מאי 14, 2014 12:16 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:סאו די גאנצע אפהאלט איז די 4 דאלער פער סקווער פיס?

די אפהאלט לעת עתה איז די רולינג איבער די אנעקסעשן און די אנטווארט פון סאטמאר.

אגב. אויב סאטמאר פלאנט צו גיין ערגעץ אנדערש האב איך גרויס רחמנות אויף ראביי לאם.

מיטוואך מאי 14, 2014 12:51 pm

לאמם מילא, ער האט גענוג מיליאנען אין באנק און גענוג אדוואקאטן, אבער וואס העט זיין מיטן עסקן?...

מיטוואך מאי 14, 2014 1:50 pm

lebediger berel האט געשריבן:דער פראבלעם וואס דו האסט איז אז דו דארפסט זיין ביליגער/בעסער ווי קרית יואל - מאנסי - לעיקוואד, נישט ביליגער ווי וויליאמסבורג, כ'האב שוין מאריך געווען בענין זה פריער. און איך שרייב עס נישט ווייל איך וויל אראפ רייסן פארקערט איך וויל ס'זאל מצליח זיין, שרייב איך וואס ער מוז זייער ערנסט באטראכטן כדי נישט דורך צו פאלן.
וזה נוגע גם לענין מער ווי הונדערט דאללער פער סקווער פיס, כ'בין נישט זיכער אז ער קען דאס קריגן. ספעציעל אז מוסדות איז נישט אינקלאדעד.

וויפיל גייט א סקווער פיס אין מאנסי מאנרא לעיקוואד?

מיטוואך מאי 14, 2014 2:16 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
וויפיל גייט א סקווער פיס אין מאנסי מאנרא לעיקוואד?

וויפיל טאקע?
גיב א סירטש וועט ארויפקומען מער ווי איין תגובה וואס רעדט פון דעם

מיטוואך מאי 14, 2014 2:22 pm

לעבעדיגער בערל איז גערעכט. אויב געהערט דאס נישט צו איין קהלה וועלעכע מאכט א 'דרייוו' איז נישטא קיין שום סיבה אז א מענטש זאל קויפן א דירה אין א ארץ לא זרועה ווי ער האט נישט גארנישט, ווען ער קען פאר נאך 50 אלפים קויפן אין קרית יואל אדער מאנסי.

מיטוואך מאי 14, 2014 2:48 pm

צייטליך
יעדע קהילה יעדע עסקן וואס טוט א גרויסע פראדזשעקט האט עפעס א אינטערעסע
קיין רבי ז"ל וואס האט געמיינט כולו לה' איז שוין נישטא היינט און עס האט גענומען וויפיל יאר? און וויפיל בלוט און שווייס? מען קען הערן אביסל אויף טעיפס די היסטאריע אדער געדרוקט
אז סזאל זיך לוינען פאר א דעוועלפאר מיט א קהלה וואס וואלט געדארפט פאסירן אין בלומינבורג איז פון די שווערסטע זאכן אין גלות
דאס אז איז עס דא ציווילע בירגער וואס זוכן א דירה מיט לעכט ארויס פון וויליאמסבורג קען מען זעהן פון די אנקעטעס אז עס איז דא גענוג
עס פעלט נאר די קהלה טענה'סטו מיין פראגע איז וואו שטייט אז צו וואוינען ערגעץ און זיין אנגעבינדן אין א קהלה מוז זיין די קהלה וואס זאל עס צושטעלן?
דו קוק אויף דיין אייגענע אינטערעסן און עס נעמען זיך צוזאם א פאר חברים און איך גלייב אז די קהלה וועט נישט ארויסווארפן פון מעמבערשאפט און ביז אפאר יאר וועט די רבי קומען באזוכן דארט, יא קהלה נישט קהלה
אין מאנטריאל האט זיך געבויעט נישט לאנג צוריק א קהלה אונטער א רבי אן דעם וואס די רבי האט געהאט עני יד דערין און היינט פארלאנגט שוין די רבי התחייבות'ער פון די חסידים דארט פונקט ווי פון אנדערע מקומות...

מיטוואך מאי 14, 2014 3:13 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:צייטליך

לאמיר קלארשטעלן א פאקט. און איך שרייב די ווארט "פאקט" ווייל למעשה איז דאס די פאקט כהיום יום.

קיינער - נאכמאל, הער עס גוט, קיינער! - זוכט נישט אוועקצומופן פון וויליאמסבורג!

ס'איז יא דא א גאר קליינע מינדערהייט וואס וויל מופן, אבער די זוכן נישט צו מופן. די מופן טאקע!

ס'איז דא ווי צו מופן. גענוג. א סאטמאר'ער קען מופן קיין קרית יואל. יעדע נארמאלער ארבייטער קען עפפארדן צו קויפן א דירה דארט. (עפארדן מיינט ביי מיר 50-60 אלפים דאון פעימענט מיט א 1600 חודשליך מארגעדזש) אנדערע קענען מופן קיין מאנסי. אין די נייע דעוועלעפמענטס קען מען אויך קויפן פאר עפארדעבעל פרייזן. די אלע וואס ווארטן אז ס'זאל זיין א דרייוו, א קאמפיין, קאנעטיקעט, סטעטן איילענד, וכדו' וכדו' וכדו' די זוכן נאר צו שלעפן, צו טרעפן א תירוץ נישט צו מופן. מ'קען היינט מופן אז מ'וויל!

יעצט. למעשה, אפילו מענטשן זענען נישט אזוי זיכער מיטן מופן, איז יא דא 2 סיבות פארוואס זיי וועלן מופן - די הימל שרייענדע פרייזן אין וויליאמסבורג, און די מויזן קליינע לעכערדיגע דירות איז נעבעך קלאר נישט גענוג סיבה פאר מענטשן צו מופן, ווי יעדער זעהט - אדער אז א קהלה מיט א רבי מאכן א דרייוו, ווערט דאס א חלק פונעם נאצינאלעם שטאלץ, פונעם חסידות און מ'שלעפט זיך ארויס. אדער אז די דירות זענען אויסערגעווענליך ביליג.

אלזא, בלומינבערג, אן א חסידות/רבי/פארטיי, מיט די פרייזן וואס זיי שטעלן ארויס דירות, האט (לכאורה) קיין טשאנס.

קלאר?

מיטוואך מאי 14, 2014 3:16 pm

צייטליך האט געשריבן:
קלאר?

קומסט אריין שרעקליך קלאר! קלאר ווי דער טאג, קיפיראפ!

מיטוואך מאי 14, 2014 3:27 pm

צו א סאטמאר'ער קען מופן קיין קר"י? יא מ'קען אויב ס'לוינט זיך, אבער לענ"ד פאר א חסיד מהרי"י לוינט זיך צו ווארטן צו זען אויב די קהילה איז ערענסט ביים מאכן עפעס, מופן 2 מאל לוינט אויך נישט.

{הימל שרייענדע פרייזן אין וויליאמסבורג, און די מויזן קליינע לעכערדיגע דירות} איז איבערגעטריבן ווי פריער געשמועסט.

{אלזא, בלומינבערג, אן א חסידות/רבי/פארטיי, מיט די פרייזן וואס זיי שטעלן ארויס דירות, האט (לכאורה) קיין טשאנס} גא"מ.

מיטוואך מאי 14, 2014 3:32 pm

צייטליך האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:צייטליך
יעדע קהילה יעדע עסקן וואס טוט א גרויסע פראדזשעקט האט עפעס א אינטערעסע
קיין רבי ז"ל וואס האט געמיינט כולו לה' איז שוין נישטא היינט און עס האט גענומען וויפיל יאר? און וויפיל בלוט און שווייס? מען קען הערן אביסל אויף טעיפס די היסטאריע אדער געדרוקט
אז סזאל זיך לוינען פאר א דעוועלפאר מיט א קהלה וואס וואלט געדארפט פאסירן אין בלומינבורג איז פון די שווערסטע זאכן אין גלות
דאס אז איז עס דא ציווילע בירגער וואס זוכן א דירה מיט לעכט ארויס פון וויליאמסבורג קען מען זעהן פון די אנקעטעס אז עס איז דא גענוג
עס פעלט נאר די קהלה טענה'סטו מיין פראגע איז וואו שטייט אז צו וואוינען ערגעץ און זיין אנגעבינדן אין א קהלה מוז זיין די קהלה וואס זאל עס צושטעלן?
דו קוק אויף דיין אייגענע אינטערעסן און עס נעמען זיך צוזאם א פאר חברים און איך גלייב אז די קהלה וועט נישט ארויסווארפן פון מעמבערשאפט און ביז אפאר יאר וועט די רבי קומען באזוכן דארט, יא קהלה נישט קהלה
אין מאנטריאל האט זיך געבויעט נישט לאנג צוריק א קהלה אונטער א רבי אן דעם וואס די רבי האט געהאט עני יד דערין און היינט פארלאנגט שוין די רבי התחייבות'ער פון די חסידים דארט פונקט ווי פון אנדערע מקומות...

לאמיר קלארשטעלן א פאקט. און איך שרייב די ווארט "פאקט" ווייל למעשה איז דאס די פאקט כהיום יום.

קיינער - נאכמאל, הער עס גוט, קיינער! - זוכט נישט אוועקצומופן פון וויליאמסבורג!

ס'איז יא דא א גאר קליינע מינדערהייט וואס וויל מופן, אבער די זוכן נישט צו מופן. די מופן טאקע!

ס'איז דא ווי צו מופן. גענוג. א סאטמאר'ער קען מופן קיין קרית יואל. יעדע נארמאלער ארבייטער קען עפפארדן צו קויפן א דירה דארט. (עפארדן מיינט ביי מיר 50-60 אלפים דאון פעימענט מיט א 1600 חודשליך מארגעדזש) אנדערע קענען מופן קיין מאנסי. אין די נייע דעוועלעפמענטס קען מען אויך קויפן פאר עפארדעבעל פרייזן. די אלע וואס ווארטן אז ס'זאל זיין א דרייוו, א קאמפיין, קאנעטיקעט, סטעטן איילענד, וכדו' וכדו' וכדו' די זוכן נאר צו שלעפן, צו טרעפן א תירוץ נישט צו מופן. מ'קען היינט מופן אז מ'וויל!

יעצט. למעשה, אפילו מענטשן זענען נישט אזוי זיכער מיטן מופן, איז יא דא 2 סיבות פארוואס זיי וועלן מופן - די הימל שרייענדע פרייזן אין וויליאמסבורג, און די מויזן קליינע לעכערדיגע דירות איז נעבעך קלאר נישט גענוג סיבה פאר מענטשן צו מופן, ווי יעדער זעהט - אדער אז א קהלה מיט א רבי מאכן א דרייוו, ווערט דאס א חלק פונעם נאצינאלעם שטאלץ, פונעם חסידות און מ'שלעפט זיך ארויס. אדער אז די דירות זענען אויסערגעווענליך ביליג.

אלזא, בלומינבערג, אן א חסידות/רבי/פארטיי, מיט די פרייזן וואס זיי שטעלן ארויס דירות, האט (לכאורה) קיין טשאנס.

קלאר?

די דעבאטע-רינג דרייט זיך ווידעראמאל ארום און ארום און יעצט האלט עס אטא דא.

קרית יואל און מאנסי זענען היינט שוין נישט אזוי אפארדיבל. אין קאנטראסט צו וויליאמסבורג איז עס א מציאה, און אין קאנטראסט צו מאנהעטן נאך א גרעסערע מציאה, אבער פארט נישט ריכטיג אפארדיבל.

צאלן 1,600 חודש'לעך איז א מציאה רבה וואס מען טרעפט נישט, נישט אין קרית יואל און נישט אין מאנסי.

אוודאי אויב רעכענט מען בלויז מארטגעדזש אפשר אפשר יא, אויך קוים, אבער נאכן אריין רעכענען טעקס טעקס מיט אלע אנדערע אויסגאבן איז עס אסאך העכער פון דעם נומער.

צום צווייטן חלק בין איך איינשטימיג. בלומינגבערג אז ס'זאל קענען מצליח זיין דארף נאך אסאך אסאך אראפ ברענגן די פרייז. אז נישט איז ער גארנישט ווערד מער פון מאנסי און ק"י, אויסער פארן איינרעדעניש אז דארט גייט זיך בויען א נייע גן עדן אָן די ************** פון מאנסי און אן די ************** פון ק"י. (אין די סטארס ליגן אלע תירוצים וואס מענטשען שטעלן ארויס אויפן טיש ביים זאגן פארוואס די צוויי שטעט זענען נישט גוט).

מיטוואך מאי 14, 2014 4:06 pm

איך גלייב נישט אז איינער האלט אז בלומינבורג וועט האבן מער מעלות פון מאנסי און מאנרא, איך מיין ביי פרייז ענדיגט זיך אלעס. מאנרא/מאנסי איז נישט געניג ביליג אז מענטשען פון וויליאמסבורג זאלן אויפגעבן אלע באקוועמליכקייטן און געוואינהייטן און מופען, אויב די פרייז אין בלומינגבורג וועט זיין געניג ביליג אז דאס וועט איבערוועגן דעם וויליאמסבורגער באקוועמליכקייטן וועט דאס שלעפן מענטשן.

מיטוואך מאי 14, 2014 4:13 pm

וואס איז די נושא דא יעצט??

מיטוואך מאי 14, 2014 4:59 pm

קייען וואסער

מיטוואך מאי 14, 2014 5:00 pm

רבי קארנפעלד
היינט צוטאג מיט 50 75 דאון פעימענט קענסטו נאך רואיג האבן א מארגעטש פאר בערך 1800 דאלער נאך טעקסעס -פארקינג טיקעטס

מיטוואך מאי 14, 2014 5:01 pm

מי יודע האט געשריבן:רבי קארנפעלד
היינט צוטאג מיט 50 75 דאון פעימענט קענסטו נאך רואיג האבן א מארגעטש פאר בערך 1800 דאלער נאך טעקסעס -פארקינג טיקעטס

געווענטליך א מארדגעדזש פעימענט ווענדט זיך אין די סכום וואס מ'בארגט פון די באנק, נישט אין די דאון פעימענט...

מיטוואך מאי 14, 2014 5:04 pm

Copy Paste האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:רבי קארנפעלד
היינט צוטאג מיט 50 75 דאון פעימענט קענסטו נאך רואיג האבן א מארגעטש פאר בערך 1800 דאלער נאך טעקסעס -פארקינג טיקעטס

געווענטליך א מארדגעדזש פעימענט ווענדט זיך אין די סכום וואס מ'בארגט פון די באנק, נישט אין די דאון פעימענט...

אמת, אבער אויב לייגט מען נישט קיין דאון פעימענטש איז די מארגעטש העכער ממילא ווייס איך נישט אויב ס'איז מעגליך אונטער 2 א חודש, און ווידער זאל ער מיר נישט קומען זאגן אז דאס מען נאר אויב לייגט מען העכער 100 דאון פעימענט

מיטוואך מאי 14, 2014 5:06 pm

Not true, not a seven room apt !!! Maybe a old six room apt

מיטוואך מאי 14, 2014 5:07 pm

ס'ווענד זיך וויפיל די הויז קאסט.
און אויך ברויך מען געבן 20% דאון פעימענט כדי נישט צו דארפן צאלן מארדגעדזש אינשורענס, אויב נישט ברויך מען אראפלייגן 20% פון די דירה פרייז.

מיטוואך מאי 14, 2014 5:11 pm

ווי האט איינער געזאגט: ער ווייסט נישט וואס מ'רעדט זיך אפ אז די געז פרייזן זענען ארויף, שוין יאארן וואס ער לייגט אריין געז פאר א צוואנציגער און פארטיג, עם גייט נישט אן די פרייזן...

מיטוואך מאי 14, 2014 9:13 pm

די צווייטע סטאר (בעקערי) האט היינט באקומען א פערמיט
שרייב א תגובה

Advertisement