בלאט 8 פון 178

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 23, 2013 10:01 am
דורך מי חכם
אמת, לויט מיין אינפא איז דער פרייז פיל מער ווי 280. ווער איז דער מקור פון די 280 דא?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 23, 2013 2:07 pm
דורך בעל דעת
lebediger berel האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן: און פון דעם וואס 'דער איד' האט שוין ארויסגעלאזט דעם קאץ פון זאק און עס אפיציעל געמאלדן, איז משמע אז בדרך הטבע איז שוין אלעס כתוב וחתום.

לענ"ד טעו בזה, כתוב וחתום איז א "סי אף אוי" ואכמ"ל ולכשאפנה אשנה.
האט אלע א פרייליכן יום טוב, נאך יום טוב וועלן מיר קענען אי"ה דעבאטירן אלעס וואס מ'האט גערעדט איבער יום טוב בנושא זה וואס וועט אודאי זיין אי"ה כפל כפלים, והלואי, הלואי זאלן די קרי' מצליח זיין.

אז מען רעדט שוין פון טעותים מיין איך אז דע גרעסטע טעות איז מיטן קורא שם זיין "קרית יטב לב"
ווייל אן אריין גיין אין דע סיבות איז א מציאות אז א וויליאמסבורגער אינגערמאן וויל נישט גיין קיין קרית יואל אפילו אזעלכע דעי וואס געהערן צים דע גרעסערע פראקציע, מען וועט ענדערש באצאלן 100,00 דאלער פאראויס פאר 1500 סקווער פיס מיט א 5 יאר ליעס וואס נאכדיעם פליט מען ווייטער אינדערצייט וואס אין קר"י קען מען קויפן פאר דע געלט 2500 סקווער פיס דירה

איך האב פארשטאנען פין א עסקן אז דא קימט א שטעטל פאר דע חסידישע עולם ווי א שטייגער סאטמאר וויזשניץ בעלז (בלשון רבים....)און מהרז"ל גייו אריין טאנצען דע ערשטע מיט מוסדות
און אזאך האלט איך וואלט מצליח געווען

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 23, 2013 2:13 pm
דורך פלעכטער
פון די אנדערע זייט וועט נאר א חסידות קענען ארויס שלעפן מענטשען.

איך האב געהערט די פרייז וועט זיין 370,000 אין סגייט זיין פרייוועט מאגיטשעס מיט א 0% פיינענסיג אפשען.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 23, 2013 4:33 pm
דורך די_אמת
אלס די פוסח האשכול וועל איך האבן בע"ה נאר קראנטע אינפא.
1) די פרייז גייט זיין $369,000, $135 פער פוס. ווער עס ווייסט, ס'קאסט בערך $100 פער פוס צו בויען א פרעים הויז, די איבריגע $35 קאסט די אינפראסטרוקטער(איך ספעל גוט?) הערליכע שול, מקוה טהרה, מוסדות.
2) ס'גייט נישט זיין קיין בעיסמענט, נישט גוטע נייעס.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 23, 2013 4:50 pm
דורך מי חכם
אין איד איז דאך געשטאנען אז עס גייט זיין א בעיסמענט צו קענען פארדינגען? (אויף די בילדער זעהט עס אויס ווי א צוויי א האלב - דריי שטאקיגער בנין). יעצט טראכט איך אז דו מיינסט צוזאגן עס וועט נישט זיין קיין סוב בעיסמענט פאר סטאריזש, ווייל דער אונטערשטער שטאק וועט ווערן אויפגעפיקסט פאר רענטאל (ווער הייסט דיר עס אויף פיקסן? צ"ע לויט דעם פשט). אבער נישט געזארגט, אויב דאס איז דער פראבלעם איז דא א פשוט'ע סאלושען, מען וועט סטאריזשען זאכן אויפן בוידעם.

רעד נישט קיין שטותים ביטע, דער לאט קאסט אויך, און דער דעוועלאפער ברויך מאכן געלט אויך. אויב קאסט טאקע 135$ די בויען אליין, וואלט געקאסט פארן קונה מסתמא דאפלט אדער מער.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 23, 2013 5:03 pm
דורך די_אמת
איך גיי מיך נישט פארהערן מיט דיר, אלס א מאנסיער ווייס איך וואס קאסט צו בויען פרעים הייזער.
sitemap_web.jpg
Site Plan

leftunit-web.jpg
Floor Plan

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 23, 2013 8:24 pm
דורך your friend
היינט צו בויען קאסט בערך $100 א סקווער פיס. און אלס בילדער אין מאנסי זאגיכדיר אז עס איז אוממעגליך צו זאגן אז מיט די איבריגע $35 קען מען באצאלן די לאט, אינפסטרוקטער, מוסדות וכדו'.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 23, 2013 11:25 pm
דורך בערקא
אבי מען הערט שוין זאכליכע אינפארמאציע.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 24, 2013 12:08 am
דורך הערליך
וועלכע אינפארמאציע רופסטו זאכליך?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 24, 2013 12:20 am
דורך פלאטשיגער
די_אמת האט געשריבן:אלס די ""פוסח"" האשכול וועל איך האבן בע"ה נאר קראנטע אינפא.

הייסט עס אז מיטן איבערהיפן דעם אשכול באקומט מען רעכטן...? איך בין אויך א פוסח...
די_אמת האט געשריבן:1) די פרייז גייט זיין
$369,000, $135 פער פוס.
ווער עס ווייסט, ס'קאסט בערך $100 פער פוס צו בויען א פרעים הויז, די איבריגע $35 קאסט די אינפראסטרוקטער(איך ספעל גוט?) הערליכע שול, מקוה טהרה, מוסדות.

עפעס ברויך זיין צובראכן מיט מיין קאלקיולעיטאר. לויט דיר זאגט ער מיר אז מען באקומט 2733.333 ס"פ... שטומט?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 24, 2013 6:56 am
דורך פאטאקי08
ריכטיג
""שטימט""

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 24, 2013 12:27 pm
דורך בערקא
הערליך האט געשריבן:וועלכע אינפארמאציע רופסטו זאכליך?


369 רוף איך זאכליך, נישט אז עס איז קראנט, אבער עס מאכט סענס... עכ"פ מער ווי 280,

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 24, 2013 12:45 pm
דורך לעיקוואד
א גוט'ן מועד טייערע ידידים
אלץ איינער וואס איז בטבע א נייגעריגע און איך האב ליב צי זען מיט מיינע אייגענע אויגן יעדע זאך פון וואס מען רעדט, האב איך מיר גענומען די מי און אראפגעפארן נעכטען מאנטאג חול המועד גייען קוקן די פלאץ. (איך בין סייווי געווען אין אפסטעיט).
קודם איינער האט דא געזאגט אז מען גייט האבן א לאט פון די פראנט און די בעק און מען וועט קענען בויען דארט שפעטער ווען מען וועט ריזאונען, און דאס וועט זיין איינע פון די מעלות פון זיין די נחשונים, און ער האט געברענגט א ראי' פון קר"י סעקשאן 1, וויל איך זאגן אז עס איז א טעות און עס גייט זיין נאר טאון הייזער און עס וועט זיין א קאנדאמינוים און מען קען פארגעסן פון די בענעפיט, דאס איז וואס איך האב געוואלט אויסקלארן די פאקט.
לגבי בעצם די געדאנק פון מאכן א געגענט נאר פאר איין האלבע חסידות, איז לכאורה לענ"ד א גרויסע טעות, און עס איז נאר א רעסעפי פאר א דורכפאל.
פון איין זייט איז גוט אז סאטמאר מהרז"ל נעמט עס און די רבי מאכט עס פאר זיין פראיעקט, אזוי וועט ער ארבעטען דערויף זייער פלייסיג, און ער וועט אפילו זיין גרייט צי דערלייגן שווערע געלטער אבי ער זאל נישט ארויסעגקומען פארשעמט מיט די גאנצע פלאן, אבער ער וואלט ווען געקענט גיין א דרך הממוצע, למשל ווען ער רופט עס נישט יעצט "יטב לב" וואלט ווען אזאלכע אידן וואס שיקן זייערע קינדער אין נייטרא, קראסנע, צעהלים, קראלי וכדו' געקענט אהין גיין, און אפילו סאטמאר-ק"י וואס זענען נישט אזאלכע פארברענטע וואלט'ן ווען געגאנגען אהין, (איך רעד שוין נישט פון דעם אז אויב מאכט ער עס פאר א איחוד הקהילות פראיעקט וואלט ער געקענט האבן בעלז, וויזניץ, קלויזענבורג, באבוב, פאפא וכדו').
מען דארף געדענקען אז די אלע אידן וואלטן ווען זיך געקענט געפונען דאס פלאץ אין קר"י, נאר אזוי ווי קר"י האט באקומען א סטעמפעל וד"ל וויל'ן רוב וויליאמסבורג'ע נאר גיין אויף א פלאץ ווי עס איז מער קאלירפול, יעצט ווער רעדט זיך איין אז די נייע געגענט יטב לב וועט זיין בעסער ווי קר"י אין די הינזיכט, אויב עפעס וועט עס נאר זיין ערגער.
איין וועג ווי אזוי איך קען זען אז עס זאל זיך אויסארבעטען, איז נאר אויב די פרייז וועט זיין סאך ביליגער ווי קר"י, למשל אין קר"י קאסט א אכט רומ'יגע דירה $400000 און דא וועט קאסט'ן $300000 און פאר די ערשטע פופציג וועט ער עס געבן פאר $250000 און ער וועט צוזאגן צוצישטעלן מוסדות און אלע באדערפענישן, און אפילו גן עדן פאר די ערשטע צען......
א איד האט מיר געזאגט דעם יו"ט אז אפילו די רבי זי"ע (בעל דברי יואל) האט געגעבן $2000 פאר די ערשטע תושבים.
אגב אזא דירה אין קר"י (מען בויעט נישט די סטייל טאון הייזער, אבער עס איז דא עטליכע אויף העיס קט.) און פערצופאל האלט איך מיט פון משפחה אז מען רעדט פון פארקויפן אזא הויז וויפיל מען קען פארלאנגען, און מער פון $400000 קען מען נישט בעט'ן, (מען רעדט טאקע פון אן אלטע, אבער איבערציפיקסן קאסט בע' $100000, קומט אויס אז אין ק"י די פריים געגענט, מיט א טענענט, קאסט עס אונטער א האלבע מיליאן, וועט איינער זיין גרייט צובאצאלן $370000 פאר א נייע געגענט?
הלוואי ארבעט זיך עס יא אויס
ונזכה ונחי' ונראה,
א גוטען מועד, מען דארף גיין מיט די קינדער חול המועד האלטן

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 25, 2013 9:27 am
דורך הערליך
די אלע אינפארמעישן האבן מיר געוויסט אן אראפ פארן? וואס ביסטו דארט געוואר געווארן?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 29, 2013 2:03 pm
דורך די_אמת
your friend האט געשריבן:היינט צו בויען קאסט בערך $100 א סקווער פיס. און אלס בילדער אין מאנסי זאגיכדיר אז עס איז אוממעגליך צו זאגן אז מיט די איבריגע $35 קען מען באצאלן די לאט, אינפסטרוקטער, מוסדות וכדו'.

ס'בלייבט איבער $35 פער פוס, 2,800 טיימס $35 = $98,000, 400 טיימס $98,000 = $39,200,000 !!!
כע מיין אז ס'געניג און נאך (די לאט איז farm land ס'האט כמעט גארנישט ג'קאסט)

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 29, 2013 2:31 pm
דורך שנאפס
די_אמת האט געשריבן:אלס די פוסח האשכול וועל איך האבן בע"ה נאר קראנטע אינפא.
1) די פרייז גייט זיין $369,000, $135 פער פוס. ווער עס ווייסט, ס'קאסט בערך $100 פער פוס צו בויען א פרעים הויז, די איבריגע $35 קאסט די אינפראסטרוקטער(איך ספעל גוט?) הערליכע שול, מקוה טהרה, מוסדות.
2) ס'גייט נישט זיין קיין בעיסמענט, נישט גוטע נייעס.


די פרייז פון $369,000 טייטשט $131.78 א סקווער פוס

מי חכם האט געשריבן:אין איד איז דאך געשטאנען אז עס גייט זיין א בעיסמענט צו קענען פארדינגען? (אויף די בילדער זעהט עס אויס ווי א צוויי א האלב - דריי שטאקיגער בנין). יעצט טראכט איך אז דו מיינסט צוזאגן עס וועט נישט זיין קיין סוב בעיסמענט פאר סטאריזש, ווייל דער אונטערשטער שטאק וועט ווערן אויפגעפיקסט פאר רענטאל (ווער הייסט דיר עס אויף פיקסן? צ"ע לויט דעם פשט). אבער נישט געזארגט, אויב דאס איז דער פראבלעם איז דא א פשוט'ע סאלושען, מען וועט סטאריזשען זאכן אויפן בוידעם.

רעד נישט קיין שטותים ביטע, דער לאט קאסט אויך, און דער דעוועלאפער ברויך מאכן געלט אויך. אויב קאסט טאקע 135$ די בויען אליין, וואלט געקאסט פארן קונה מסתמא דאפלט אדער מער.


עס גייט נישט זיין קיין בעיסמענט.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 29, 2013 2:33 pm
דורך שנאפס
your friend האט געשריבן:היינט צו בויען קאסט בערך $100 א סקווער פיס. און אלס בילדער אין מאנסי זאגיכדיר אז עס איז אוממעגליך צו זאגן אז מיט די איבריגע $35 קען מען באצאלן די לאט, אינפסטרוקטער, מוסדות וכדו'.


די קאסט פון $100 א סקווער פוס איז ווען מען בויט איין הויז, נישט ווען מען בויט 396 אויף איין מאל

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 29, 2013 2:37 pm
דורך לכתחילה אריבער
די_אמת האט געשריבן:
your friend האט געשריבן:היינט צו בויען קאסט בערך $100 א סקווער פיס. און אלס בילדער אין מאנסי זאגיכדיר אז עס איז אוממעגליך צו זאגן אז מיט די איבריגע $35 קען מען באצאלן די לאט, אינפסטרוקטער, מוסדות וכדו'.

ס'בלייבט איבער $35 פער פוס, 2,800 טיימס $35 = $98,000, 400 טיימס $98,000 = $39,200,000 !!!
כע מיין אז ס'געניג און נאך (די לאט איז farm land ס'האט כמעט גארנישט ג'קאסט)

כ'מיין אז בויען אפי' מען זאל זאגען עס קאסט נאר 100 $ א סקווער פוס, רעכענט נישט אריין ראודס, ביימער (געווענדליך אין אפסטעיט מוז מען פלאנצען ביימער) וואס קאסט א הון תועפות. און בכלל די איבריגע אינפעסטראקטור ווי די ביה"מ און די בתי חינוך. אפי' זאכען ווי סיינס פאר די גאסען און נאך און נאך "קלייניקייטען".

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 29, 2013 2:39 pm
דורך שנאפס
אגב, דאון פעימענט וועט זיין $75,000

---

אפאר בילדער פונעם פראיעקט, געכאפט פאר יו"ט

1.jpg


2.jpg


3.jpg

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 29, 2013 2:42 pm
דורך שנאפס
די דריי בילדער זענען געכאפט געווארן חוה"מ, די שומרים שטייען אויף דער וואך און לאזן קיינעם נישט אריין

4.jpg


5.jpg


די לאקאלע זענען נישט צופרידן

6.jpg

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 29, 2013 2:45 pm
דורך געלעגער
יישר כח שנאפס פאר די בילדער. ווי אייביג איז אייוועלט די סימבאל פאר אלע נייע פראיעקטן.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 29, 2013 2:47 pm
דורך שנאפס
די בילדער זענען פון די אנגייענדע ארבעט אויפן פלאץ

די ערשטע בילד איז די סעמפל הויז וואס שטייט שוין (באמערקונג: די הייזער גייען נישט אויסקוקן ווי די הויז, אינעם הויז ווערט אויספרובירט אלע פלענער, צו זעהן וויזוי עס קוקט אויס למעשה, דער הויז איז שוין געווארן איבערגעבויעט אפאר מאל אין די לעצטע יאר)

7.jpg


8.jpg


9.jpg

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 29, 2013 2:48 pm
דורך שנאפס
10.jpg


11.jpg

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 29, 2013 2:49 pm
דורך האלץ האקער
איז עס גראד ביים עקזיט 116?

ביי דע וועי די הימעל איז נישט נארמאל שיין ...

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 29, 2013 2:50 pm
דורך שנאפס
5 מינוט פונעם עקזיט