בלאט 7 פון 178
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 17, 2013 5:28 pm
דורך מחותן
עף.בי.איי. האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן:געלעגער האט געשריבן:די לינק פירט צו פעילד מסייע וועב זייטל פאר די וואס ווילן וויסן
וואסידאס?
דאס אלעס איז צו
פארדאנקן 6437206137203232206437206139 וואס פון דארט איז אויך ארויסגעקומען א חילול השם ווען איינער פון זיי האט אים געשיקט א סקרינשאט פון א תגובה דאהי.
וואס איז די נומבערס?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 17, 2013 5:40 pm
דורך שנאפס
ניק ניק האט געשריבן:געלעגער האט געשריבן:די לינק פירט צו פעילד מסייע וועב זייטל פאר די וואס ווילן וויסן
מה זה?
---
אוי איים סארי כ'פלעין געמאכט א גוגל סורטש
בד"וו
דא איז דא גאר אסאך אינטערסאנטע סטאטיסטיקס פאר ווער ס'וויל אהין מופן. (פרנסה איז זייער שוואך, אבער אונז ווייסן אז ווי אידן גייען ווערט שוין עפעס בעז"ה)
ייש"כ פאר דיין צווייטע לינק
איין אינטערעסאנטע זאך וואס כאב געזעהן דארט, אז 22% איינוואוינער זענען אידן..
עס איז דא איין סעלפאון טאוער, דריי בענק, וואס נאך?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 17, 2013 5:41 pm
דורך צייטליך
עף.בי.איי. האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן:געלעגער האט געשריבן:די לינק פירט צו פעילד מסייע וועב זייטל פאר די וואס ווילן וויסן
וואסידאס?
דאס אלעס איז צו פארדאנקן 6437206137203232206437206139 וואס פון דארט איז אויך ארויסגעקומען א חילול השם ווען איינער פון זיי האט אים געשיקט א סקרינשאט פון א תגובה דאהי.
איינער האט א נומער צו סנאודן? כ'האב דא אן אינקריפטעט מעסעדזש..
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 17, 2013 9:19 pm
דורך פאטאקי08
צייטליך האט געשריבן:בעל דעת האט געשריבן:איך וויל פרעגען א צווייטע שאלה חוץ דע 100,000 דאלער ביליגער איז דא נאך עפעס מעלות איבער קרית יואל . וואס איז שוין א געבויטע שטאט מיט 3 מוסדות,3בתי חיים,60 בתי מדרשים,8 גראסעריס, נאר 60 מייל פון שטאט?
יא. חסידות.
מיינסט אז די רבי וועט דארט ארויסמופן?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 17, 2013 9:23 pm
דורך פאטאקי08
ראשית האט געשריבן:וועסט מאכן די מעפ נאך קלענר וועט עס אויס קוקען נענטער
קוקט מיר אויס ווי שנעלער פון קרית יואל ביז יטב לב ווי ביז מאנסי
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 17, 2013 10:51 pm
דורך קל_וחומר
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 18, 2013 1:05 am
דורך טהור-עיניים
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 18, 2013 1:19 am
דורך טהור-עיניים
טהור-עיניים האט געשריבן:
יעצט לגבי די אלע פלענער פון נייע ישובים ביז היינט.
לפי ידיעתי, האט מען אלע פלענער ביז היינט גערעדט נאר פון בויען נייע געגענטער, נייע הייזער. דאס איז זייער שווער צוליב כמה סיבות. מען דארף האבן דעם שטח, מען דארף באקומען פערמיטס צו בויען, און פאר א אידישע ישוב איז דאס זייער זייער זייער שווער (ביודעי ומכירי קאמינא), און ווען דו האסט דאס שוין יא, דארפסטו נאך עטליכע צענדליגער מיליאנען צו בויען, און נאך דעם ערשט קענסטו קויפן א הויז. און צו בויען א הויז קאסט געלט, און מען קען נישט היינט בויען נייע הייזער און פאקויפן פאר עכט ביליג, ווייל מען קען נישט פארקויפן פאר ביליגער ווי עס קאסט צו בויען, אויסער אויב מען איז גרייט צו גיין באנקראט.
דאס האב איך געשריבן אין אן אנדערן אשכול בנוגע א נייעם ישוב. און קוקנדיג די לינקס וואס מיללער האט דא צוגעברענגט זע איך נאכאמאל ווי גערעכט איך בין געווען. מיר וואוינען ליידער אין א געהעריגן אנטיסעמיטישן (אה, ניין. אנטיחסיד'ישן) לאנד, ווי מענטשן זאגן אן קיין בושה וואס די נאציס און אנדערע אייראפעער האבן געזאגט מיט אפאר יאר צוריק. אדרבא, גיט נאר א קוק די פאר שורות וואס איך וועל דא ציטירן:
Rumors had been swirling around the village that the initial plans for the homes had two kitchens in each unit — a nod to the Jewish dietary law of separating meat and dairy preparation. Village Trustee Clifford Teich said at the May 17 meeting that he learned from a good source that the plans do not have two kitchens.
People at the village board meeting said there was little to stop the homeowners from converting the library, computer room and office into additional bedrooms, making each unit a six-bedroom home. Wood answered that there was nothing stopping any resident from making a room in their home a bedroom.
"And it's not a matter of anti-Semitism," Latreille said. She noted that her son's bar mitzvah was conducted by the Chabad Lubavitch group of Goshen.
פאר מער, ליינט דארט, עס איז ממש נישט צום גלייבן, ווי דער דעוועלאפער, שלום לאמם, פרעגט זיי אפן אין פנים, ווען עס וואלט זיך געהאנדלט פון שחורים, איטאליענער אדער גערמאני'ער וואלט איר אויך אזוי גערעדט? אבער ער רעדט צו די וואנט, זיי האלטן זיך ביי זייערס. און די נבילה טוט זיך נאך אויף אז זי איז נישט קיין אנטיסעמיט, דער חב"ד רב האט דאך בארמיצוועט איר זון...
וואס זאל איך אייך זאגן, עס איז פלעין שרעקעדיג. עס איז כדאי צו ליינען דארט און זעהן אליינס די אויסגעשפראכענע שנאה און האס צו חרד'ישע אידן.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 18, 2013 2:15 am
דורך גבריאל
מאך דיר נישט נאריש דאס האט בכלל נישט צו טוהן וועגן אנטי חרדי, עס איז א שטילע געגנט די חברה דארפען אינז נישט צו מאכען דארט א ביזי געגנט, למשל ווען עס וואלט געווען דארט היימישע יודן מיט אזא טענה וואלט עס געקענט זיין א געהעריגע לאנג פארצויגענע דין תורה אין איך בין נישט זיכער ווער עס וואלט ארויס מיטן געווינס.
אבער אזוי זיי גייען נישט צו ד"ת.. קענען מיר ווייטער אנגיין מיטן דינא דמלכותא צו בויען... אבער איך זעה נישט אז זאל האבן צוטוהן מיט אנטי-חרדים
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 18, 2013 8:53 am
דורך הערליך
אויב זאל אמת זיין וואס דו זאגסט, אז זייער פראבלעם איז נישט חסידים נאר אז מען ברענגט אן אזא גרויסע צאל הייזער אין א שטילן געגענט, צו וואס איז זיי א נפקא מינה וויפיל בעדרומס די דירות גייען פארמאגן? וואס מאכט אויס די צוויי סינקס אינעם קאך? בלינד דארף מען זיין צו זאגן אז זיי זענען נישט קיין אנטעסימיטן, די העצערייען וואס דארט גייט זענען אלע ביזי אז מען האט אויסגעפינען אז סאיז חסידים, וואס קען מען טון, מיר זענען אין גלות יעדע נייע יודישע געגנט מוז דאס דורך גיין, נישטא קיין אנדערע וועג עני וועי, קיין שום גוי דארף נישט קיין שכינים חסידים, פינטל, אוודאי נישט אין גרויסע נומערן.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 18, 2013 10:35 am
דורך מיללער
הערליך האט געשריבן:אויב זאל אמת זיין וואס דו זאגסט, אז זייער פראבלעם איז נישט חסידים נאר אז מען ברענגט אן אזא גרויסע צאל הייזער אין א שטילן געגענט, צו וואס איז זיי א נפקא מינה וויפיל בעדרומס די דירות גייען פארמאגן? וואס מאכט אויס די צוויי סינקס אינעם קאך? בלינד דארף מען זיין צו זאגן אז זיי זענען נישט קיין אנטעסימיטן, די העצערייען וואס דארט גייט זענען אלע ביזי אז מען האט אויסגעפינען אז סאיז חסידים, וואס קען מען טון, מיר זענען אין גלות יעדע נייע יודישע געגנט מוז דאס דורך גיין, נישטא קיין אנדערע וועג עני וועי, קיין שום גוי דארף נישט קיין שכינים חסידים, פינטל, אוודאי נישט אין גרויסע נומערן.
אי משום הא לא איריא, די נפקא מינא איז אז די חסידים/חרדים מיט די צוויי קיטשענס און סאך בעד-רומס, ברענגען אן פיל מער מענטשן ווי סיי וועלכע קלאס, וזה פשוט לכל מבין.
דער אמת איז אז א קליינע ווילעדזש פון 420 איינוואונער שפירט זיך זייער באדראעט פון סיי וועלכע דעוועלאפמענט פון 400 הייזער, דאס מיינט אויטאמאטיש א באלדיגע טאטאלע איבערנעמונג פונעם ווילעדזש, די פראסטרעישאן איז פארשטענדליך (פלוץ יפלצון - איי קודנט קעיר לעס), אבער ווי געזאגט קענען זיי נאר טאן וויפיל די געזעץ ערלויבט, און פון דעם וואס 'דער איד' האט שוין ארויסגעלאזט דעם קאץ פון זאק און עס אפיציעל געמאלדן, איז משמע אז בדרך הטבע איז שוין אלעס כתוב וחתום.
די בעסטע וואס די שכינים קענען יעצט האפן איז אז דער ריעל עסטעיט זאל שטייגען און בקרוב זאלן זיי פארקויפן זייערע פראפערטיס פאר 'האסידים' און אפלעקן א פעט ביינדל, און זיי וועלן מופען ארויף אין אלסטער קאונטי, והכל על מקומו יבוא בשלום.
-
א זייטיגע הערה:
דער נאמען 'קרית יטב לב' ברויך מען נאך שפעקולירען וויאזוי עס גייט זיך איינגעבן, ד.ה. איר פארט קיין 'קרית יטב לב' אדער קיין 'יטב לב'? אדער גאר בלומינגבורג (נישט פארמישען מיט בלומבערג)
מזל טוב הב' משה איצקאוויטש - וויליאמסבורג עב"ג בת ר' דוד הערש פיינגאלד - יטב לב..... המממ וויאזוי סאונד עס?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 18, 2013 11:37 am
דורך יהיה כן
און וויאזוי וועט די קהלה הייסן?
קהל יטב לב דסאטמאר יטב לב
מים אחרונים וואסער...
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 18, 2013 1:17 pm
דורך lebediger berel
מיללער האט געשריבן: און פון דעם וואס 'דער איד' האט שוין ארויסגעלאזט דעם קאץ פון זאק און עס אפיציעל געמאלדן, איז משמע אז בדרך הטבע איז שוין אלעס כתוב וחתום.
לענ"ד טעו בזה, כתוב וחתום איז א "סי אף אוי" ואכמ"ל ולכשאפנה אשנה.
האט אלע א פרייליכן יום טוב, נאך יום טוב וועלן מיר קענען אי"ה דעבאטירן אלעס וואס מ'האט גערעדט איבער יום טוב בנושא זה וואס וועט אודאי זיין אי"ה כפל כפלים, והלואי, הלואי זאלן די קרי' מצליח זיין.
פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 21, 2013 8:50 pm
דורך פאטאקי08
lebediger berel האט געשריבן:מיללער האט געשריבן: און פון דעם וואס 'דער איד' האט שוין ארויסגעלאזט דעם קאץ פון זאק און עס אפיציעל געמאלדן, איז משמע אז בדרך הטבע איז שוין אלעס כתוב וחתום.
לענ"ד טעו בזה, כתוב וחתום איז א "סי אף אוי" ואכמ"ל ולכשאפנה אשנה.
האט אלע א פרייליכן יום טוב, נאך יום טוב וועלן מיר קענען אי"ה דעבאטירן אלעס וואס מ'האט גערעדט איבער יום טוב בנושא זה וואס וועט אודאי זיין אי"ה כפל כפלים, והלואי, הלואי זאלן די קרי' מצליח זיין.
זעט אויס עס איז שוין נישט געווען וואס צו דערלייגן ווייל סאיז מער נישט געווען קיין סוד
איז אפשר בעסער א פי אר פון די אנדערע זייט
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 22, 2013 12:04 pm
דורך עקבי הצאן
שוין דורכגעליינט דעם גאנצן ביילאגע אין "דער יוד" און גארנישט קלוגער געווארן, ניטאמאהל קיין טעלעפאון נומבער ווי צו קאלן, קוקט אויס נאר ממש פאר פראפעגאנדע, נישט קיין פרייזן און קיין פרטים, כ'ווייס נישט וואס דער חשבון איז???
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 22, 2013 1:25 pm
דורך מיללער
עקבי הצאן האט געשריבן:שוין דורכגעליינט דעם גאנצן ביילאגע אין "דער יוד" און גארנישט קלוגער געווארן, ניטאמאהל קיין טעלעפאון נומבער ווי צו קאלן, קוקט אויס נאר ממש פאר פראפעגאנדע, נישט קיין פרייזן און קיין פרטים, כ'ווייס נישט וואס דער חשבון איז???
אינטערעסאנט
געהערט דעם יו"ט אז די דירות זענען נישט אזוי ביליג אבער ארגער פון דעם די רעדע איז נישט פון איין-פאמיליע הייזער אזוי ווי כהאב געמיינט
לאמיר האפן אז עס וועט עפעס ווערן דערפון
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 22, 2013 1:37 pm
דורך ציקוועטשטער
מיללער האט געשריבן:6. עס איז צו ערווארטן אז א גרויסע שוואונג פון מופערס וועלן קומען פון קרית יואל, ווייל די זענען די נענסטע צום נייעם שטעטל, איז דא באגרעניצונגען ווער עס מעג קומען דארט וואונען?
איז נישט גיבערס נענטער?
אדער בלומינג גראוו?
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 22, 2013 1:44 pm
דורך עקבי הצאן
ציקוועטשטער האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:6. עס איז צו ערווארטן אז א גרויסע שוואונג פון מופערס וועלן קומען פון קרית יואל, ווייל די זענען די נענסטע צום נייעם שטעטל, איז דא באגרעניצונגען ווער עס מעג קומען דארט וואונען?
איז נישט גיבערס נענטער?
אדער בלומינג גראוו?
באלד ווי דער רמב"ם מיט ר 'יונתן אייבשיץ.
גיבערס איז א שפאן פון מאנטיסעלאו, בלומינג גראוו איז א שטעטל וואס גרעניצט זיך מיט מאנראו נאך עצי תמרים אראפ צום 208.
בלומינג גראוו איז א ביצה שלא נולדה, הן צוליב רוב דערפון איז וועטלענד, און די שטארקע קעגנערשאפט פון די איינוואוינער, משא"כ אין בלומינבורג קוקט אויס א זדי פירערשאפט איז דייקא יא אינטרעסירט אין דעם פראיעקט.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 22, 2013 2:10 pm
דורך ציקוועטשטער
איך האב זיך באצויגן צום נקודה אז וויבאלד עס איז נאענט צו קר"י דאן איז ערווארטעט אז מען זאל זיך אריבערציען פון דארט אהין, אויף דעם האב איך מעיר געווען אז גיבערס איז נענטער, קען זיין אז מען זאל זיך אריבערציען פון גיבערס קיין בלומענבערג.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 22, 2013 2:29 pm
דורך הערליך
קיין שום מענטש פון קר״י גייט נישט גיין אהין, עס איז אויסדריקליך געמארקעטעט פאר וויליאמסבורגער מענטשן, איינער וואס וואס האט נישט קיין פראבלעם צו וואוינען אין קר״י וועט קיינמאל נישט גיין צו א ארץ לא זרועה בלויז פאר 30K צו 60K ביליגער.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 22, 2013 3:00 pm
דורך עקבי הצאן
ציקוועטשטער האט געשריבן:איך האב זיך באצויגן צום נקודה אז וויבאלד עס איז נאענט צו קר"י דאן איז ערווארטעט אז מען זאל זיך אריבערציען פון דארט אהין, אויף דעם האב איך מעיר געווען אז גיבערס איז נענטער, קען זיין אז מען זאל זיך אריבערציען פון גיבערס קיין בלומענבערג.
sorry
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 22, 2013 5:51 pm
דורך מצב כללי
איך האב געהערט פון א קר"י איינוואוינער אז תושבי קר"י וועלן זיך יא אהינציען, און די סיבה איז פשוט 1)דאס שטעטל באלאנגט פאר א חסידות 2)פאר 280,000 צו באקומען א 1 פאמיליע הויז איז א סאך ביליגער פון די 450,000 וואס מען צאלט היינט אין קר"י פאר א גוטע 8 רומיגע דירה.
אגב, אויב נעמט די וועג פון וומ"ס קיין קר"י - אויף א ליידיגער ראוד - א קארגע שעה, וועט עס דויערן ביז בלומינגבורג א שעה און 15 מינוט, ניש'קשה
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 22, 2013 6:29 pm
דורך מיללער
ציקוועטשטער האט געשריבן:איך האב זיך באצויגן צום נקודה אז וויבאלד עס איז נאענט צו קר"י דאן איז ערווארטעט אז מען זאל זיך אריבערציען פון דארט אהין, אויף דעם האב איך מעיר געווען אז גיבערס איז נענטער, קען זיין אז מען זאל זיך אריבערציען פון גיבערס קיין בלומענבערג.
גיבערס איז א וויזניצער שטעטל, דא בויעט זיך א סאטמארער שטעטל
דער פונקט איז אז עס ציעט פאר מאנכע קרית יואלער איינוואונער זעך צו ציען צו א שטילערע היימישע שטעטל און פאר זיי איז עס גרינגער דורכצופירען קעגן א שטאטישע משפחה.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 22, 2013 9:14 pm
דורך מחותן
הערליך האט געשריבן:קיין שום מענטש פון קר״י גייט נישט גיין אהין, עס איז אויסדריקליך געמארקעטעט פאר וויליאמסבורגער מענטשן, איינער וואס וואס האט נישט קיין פראבלעם צו וואוינען אין קר״י וועט קיינמאל נישט גיין צו א ארץ לא זרועה בלויז פאר 30K צו 60K ביליגער.
ווי אין קר״י קען מען באקימען אזעלכע דירות פאר 60k אדער 30k טייערער?
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 23, 2013 12:57 am
דורך הערליך
איר ווייסט נאך נישט דעם פרייז, ווארט צו אביסל