תגובהדורך גליטשעדיג » זונטאג פאברואר 28, 2021 9:44 am
שלימות וועט זיין ווען משיח וועט קומען.
יעדער מקום האט זיך זיינע פראבלעמען וואס מען מוטשעט זיך דארט, יעדע קהלה און שטאט איז געווענליך א צוזאמענשטעל פון פארשידענע קלאסן, איז ס'איז נישטא קיין פערפעקט קהלה כמעט, בלומינגבורג באשטייט נישט נאר פון מלמדים וכלי קודש, ס'איז א געמיש פון פארשידענע סארט קלאסן, און מען איז עוסק בישובו של עולם, אבער עס האט זיך טאקע אויסגעשטעלט אז דער עולם וואס באזעצט זיך דארט איז מער א פרומערער ציבור, און ווער עס גלייכט עס נישט איז עס טאקע נישט ממש פאר אים געאייגנט. [בעל בתי'ש האט אויך פארשידענע אפטייטשן...]
בלומינגבורג האט באוויזן ב"ה איבערצוקומען די שווערע חבלי לידה, און אויך די שוועריגקייטן פון בויען א שטאט דורך דעוועלאפערס, וואס איז גורם מען זאל זיך שטענדיג אפרעדן און ווארטן אז יענער זאל טאן פאר דיר... היינט צו טאגס איז דער ציבור שטארק באחדות און יעדער קוקט ארויס מיט אחריות וואס מען קען טאן צולייגן א פלייצע אז דער ישוב זאל בליען און וואקסן, און דער עולם איז זיך מחיה מיט שיינע רחבות'דיגע דירות.
בדרך אגב, א מלמד א מגיד שיעור היינט צו טאגס קען זיך פיין אן עצה געבן מיט פרנסה, און ביי זיי אין שטוב הערשט נישט קיין עניות ודחקות בדרך כלל, און ווער רעדט נאך גוטע "סופרים" וואס האבן א שיינע שנעלע כתב, קען עס זיין גאר א פיינע פרנסה מער ווי אנדערע ארבעטערס. [יא פון הימל ווייסט מען זייער אדרעס אין בלומינגבורג און מען שיקט זיי פרנסה בריווח ובהיתר ובכבוד אפילו זיי האבן נישט קיין סמארטפאונס לצורך פרנסה].
ובכלל איז היינט דא גאר אסאך שיינע פארדינערס וואס ארבעטן פון אפיסעס פאר עמאזאן וכדומה, און מאכן פרנסה בהרחבה גדולה, און ס'איז דא אזעלכע יונגעלייט אין בלומינגבורג אויך.
נאך א זאך וואס האט זיך היינט געטוישט פון אמאל, אז ס'איז דא א שפע פון געגנטער, קענסט זיך אויסוועלן בלומינגבורג, לעיקוואוד, דזשערסי סיטי, קרית יואל וגלילותיו, מאנסי וגלילותיו, און ס'איז לייכטער און אפטער צו מופן פון איין פלאץ צום צווייטן, ס'איז היינט מער אין סטייל, דאס איז גורם אז מענטשן זענען מער צופרידן ווען זיי טרעפן זיך א מקום וואס איז געאייגנט פאר זיי.
בלומינגבורג בויעט זיך זייער פיין פאר דעם סארט קליענטעל וואס האט עס ליב דעם אייגנארטיגן סטייל און וויל דוקא דארט וואוינען.
און דעם פארגאנגענעם יאר האט זיך פארקויפט היבש דירות אין בלומינגבורג, און איך ווייס פריוואט עטליכע יונגעלייט וואס האבן געוואלט קויפן דירות אין די נייע דעוועלאפמענטס און ווילאנג זיי האבן זיך ארומגעקוקט איז עס שוין געווען אויסגעכאפט. זיי שטייען גרייט מיט'ן דאונפעימענטס פאר די נעקסטע דעוועלאפמענטס.
קוק אין ארץ ישראל, דער חילוק פון וואוינען אין ירושלים, בני ברק, בית שמש, ביתר, אשדוד, צפת, יעדע שטאט שטעלט מיט זיך פאר אן אנדערע מציאות, און א קלייענטעל וואס דארף דוקא דאס וואס א צווייטער קען נישט פארשטיין פארוואס איינער וויל דארט בכלל וואוינען.